שאלה אין קורצן ענין
#24 - ווי אזוי העלף איך מיין טאטע וואס ליגט אין א טיפע מרה שחורה?
התחזקות, כיבוד אב ואם, אמונה, ספרי ברסלב, הפצה, עצבות, פירושים, מרה שחורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע אור פון אמונה פשוטה וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארשפרייט אויף די וועלט, בפרט צווישן היימישע חסידישע קרייזן.


איך שרייב דא וועגן מיין טאטע זאל זיין געזונט, א וואוילער איד אין די מיטעלע יארן, וואס איז אריינגעפאלן אין א טיפע מרה שחורה פון וואס ער קען זיך נישט ארויסזען. שוין געווען ביי דאקטורים, טעראפיסטן, שטארקע מעדעצינען, אבער גארנישט העלפט נישט. ער איז אזוי צובראכן און מיואש פון זיין מצב, אז ער האט שוין אינגאנצן אויפגעגעבן אויף זיך רחמנא ליצלן. איך פיל אז די איינציגסטע האפענונג איז אריינצושיינען אין אים דעם רבינ'ס אור און עצות אויף א שטארקע פארנעם, ביז ער וועט זיך בעזהשי"ת אינגאנצן ארויסזען פון זיין מצב. די שאלה איז וויאזוי הייבט מען אן?


אפשר קען איך אים ברענגען צום ראש ישיבה שליט"א פאר א קורצע שמועס? פשוט צוריק אריינצוברענגען אין אים א שטיקל חיות און אים מחזק זיין אנצוגיין ווייטער. מיר זענען אובד עצות און מיר קוקן ארויס אויף ישועת השם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען די מפיצים גייען אין שולן מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים, מיט די הערליכע גליונות - לאכט מען פון זיי, און אלע זאגן 'וואס פעלט אויס די זאכן? ווער דארף חיזוק? ווער איז צעבראכן? א נייע וועלט היינט געווארן, מען רעדט אזויפיל פון חיזוק...' מען לאכט אפ, ביז עס הויבט אן איבערגיין וואס גייט איבער... דעמאלט וויל מען חיזוק; וואלט מען זיך אנגעגרייט מיט דעם רבינ'ס לימודים - וואלט די לעבן אריבער שיין און זיס.


יוסף הצדיק זאגט (בראשית מא, לה-לו), מען דארף זיך אנגרייטן אין די פעטע יארן, דאס מיינט מען די יונגע יארן, ווייל באלד קומט די הונגער יארן און מען וועט שטארבן, דאס איז ביי יעדן איינעם; אין די יונגע יארן טראכט מען 'וואס דארף מען רעדן אזויפיל פון אמונה? וואס דארף מען רעדן פון חיזוק?' עס איז א בחינה פון די זיבן פעטע יארן, מען לאכט זיך אויס; ביז מען ווערט עלטער, אדער אפילו ווען מען איז יונג און עס הויבט אן איבערגיין אויפן מענטש וואס גייט איבער, דעמאלט זעט מען; דער וואס האט זיך אנגעגרייט מיט אסאך אמונה - דער קען אנגיין אין לעבן, און אז מען האט נישט געהערט אן א שיעור חיזוק אויף אמונה - איז גאר שרעקליך, מען פאלט אריין אין עצבות און מרה שחורה, ביז די לעבן איז א טויטע לעבן.


גיי שפאצירן מיט דיין טאטע, נעם אים ארויס פון שטוב; עס איז זייער וויכטיג ארויסצוגיין פון שטוב, ווייל פון זיצן אין שטוב טעג און וואכן איז זייער נישט גוט, מען קען אינגאנצן צוגרונד גיין. גיי מיט אים שפאצירן, רעד מיט אים על דא ועל הא, דערצייל אים פון דיין לעבן, דערצייל אים פון וואס דו לערנסט, פון דיין עבודת השם, דאס וועט אים פרייליך מאכן.


גרייט זיך אן יעצט אין דיינע פעטע יארן מיט אסאך חיזוק אויף אמונה, לערן די הייליגער ספרים פון רבי'ן, חזר דאס אן א שיעור מאל - וועסטו באקומען א קלארע לויטערע אמונה, ביז דו וועסט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, רעד צו אים, שמועס מיט אים, דאנק און לויב - אזוי וועסטו זיין שטענדיג פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - וואס מיינט אז מ'זאל נישט טרונקען וואסער פאר א רבים?
דרך ארץ, מדות טובות, עסן, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ספר המדות (אכילה, אות ט') "אין שותין מים בפני רבים", מ'זאל נישט טרונקען וואסער פאר אסאך מענטשן. האב איך געוואלט פרעגן וואס דאס מיינט, איז דאס איבעראל וואו ס'געפונען זיך מענטשן, אדער נאר ווען מ'געבט א דרשה פאר מענטשן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער מקור איז פון די הייליגע חכמים וואס זאגן (בכורות מד:): "אֵין שׁוֹתִין מַיִם בִּפְנֵי רַבִּים", מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער פאר מענטשן, רש"י זאגט (דבור המתחיל ואין שותין): "דְּדֶּרֶךְ תַּלְמִיד חָכָם לִהְיוֹת צָנוּעַ בַּאֲכִילָה וּבִשְׁתִיָּה", די וועג פון ערליכע אידן איז צו עסן און טרינקען איידל.


מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דאס וואס מען קען זען א מענטש קויפט זיך א באטל טרינקען און שטייט פאר מענטשן און טרינקט פון באטל ווי א זולל וסובא, דאס איז נישט איידל; דעריבער, אז מען קויפט זיך א טרינק - זאל מען זיך אוועק דרייען דאס פנים פון די מענטשן און אזוי טרינקען מיט דרך ארץ, נישט אזוי ווי מענטשן פירן זיך אומאיידל, מען טרינקט פון באטל און פון א קען יענעם אין פנים אריין, דאס איז נישט איידל.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקטו): "לֶאֱכֹל בִּמְתִינוּת בְּיִשּׁוּב הַדַּעַת וּבְדֶרֶךְ אֶרֶץ כְּדֶרֶךְ שֶׁאוֹכְלִין בְּדֶרֶךְ אֶרֶץ כְּשֶׁיּוֹשֵׁב אָדָם חָשׁוּב עַל הַשֻּׁלְחָן, כָּךְ יֹאכַל תָּמִיד אֲפִלּוּ כְּשֶׁאוֹכֵל לְבַדּוֹ", ווען מען עסט, אפילו מען איז אליינס - זאל מען טראכטן אזוי ווי מען זיצט מיט א חשוב'ער מענטש ביים טיש, אזוי וועט מען אלץ עסן איידל; אזוי אויך ביים טרינקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#22 - ווי אזוי פארשטייט מען דעם מהות פונעם חלל הפנוי דורך א ניגון?
אמונה, קשיות, ניגונים, פירושים, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די תורה אין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ס"ד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מסביר זיין וואס די כוונה פונעם הייליגן רבי'ן איז אין די תורה. מיינט דאס צו זאגן אז דורך א ניגון קען א מענטש משיג זיין און פארשטיין זאכן וואס ער פארשטייט נאכנישט יעצט, צום ביישפיל די מהות פונעם חלל הפנוי? און וואס איז למעשה די תועלת פון א ניגון, איז דער תועלת צו קענען משיג זיין זאכן וואס זענען העכער פון אונזער פארשטאנד? און וואס קען מען ארויסנעמען פון די תורה אויף למעשה, פאר'ן טאג טעגליכן לעבן פון א פשוטער מענטש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד): "וְדַע, שֶׁעַל יְדֵי הַנִּגּוּן שֶׁל הַצַּדִּיק, הוּא מַעֲלֶה אֶת הַנְּשָׁמוֹת מִן הָאֶפִּיקוֹרְסִית הַזֹּאת שֶׁל הֶחָלָל הַפָּנוּי שֶׁנָּפְלוּ לְשָׁם", וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק.


דער ניגון איז די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען טאקע אויף די תורה וואו דער רבי זאגט אז דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין", אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז אין אלעס און ארום אלצדינג; דעמאלט הייבט זיך אן די קשיא 'ווי אזוי קען זיין א חלל הפנוי?' ווייל אויב דער חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער איז דאס דאך נישט קיין חלל הפנוי?! און אזוי איז טאקע; אפילו אינעם חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער, נאר מיר קליינע מענטשעלעך קענען דאס נישט פארשטיין, דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין מח, דערפאר דארפן מיר אסאך זינגען דעם ניגון פונעם צדיק, וואס דער ניגון וועט מען זינגען ווען משיח וועט קומען; "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין", דער אייבערשטער איז איבעראל, "וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין", דער אייבערשטער נעמט אלעס ארום, "אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", נישטא קיין שום מציאות אנעם אייבערשטן, "וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אין יעדע ריר איז דארט באהאלטן דער אייבערשטער; ווייל דער ניגון איז כולל אלע ניגונים, "כָל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת נִמְשָׁכִין מִזֶּה הַזֶּמֶר וְהַנִּגּוּן", אלע ניגונים און אלע געזאנגען קומען ארויס פון דעם ניגון, "שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִכָּל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת", ווייל דער ניגון איז העכער פון אלע ניגונים, "כִּי הוּא הַזֶּמֶר הַשַּׁיָּךְ לְהָאֱמוּנָה בְּהָאוֹר אֵין סוֹף עַצְמוֹ, שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִן הַכֹּל", ווייל דער ניגון איז אן אמונה ניגון, א ניגון פונעם אייבערשטן אליינס.


קומט אויס פארקערט ווי דו פרעגסט, דער רבי וויל נישט מען זאל זינגען ניגונים צו פארשטיין זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין, צו פארשטיין דעם חלל הפנוי, מען דארף נישט פארשטיין דעם חלל הפנוי; דאס קען מען נישט פארשטיין, ווייל בעצם איז דער אייבערשטער איבעראל, עס איז נישטא קיין פלאץ וואו דער אייבערשטער איז נישטא; איי ווי קען זיין דער חלל הפנוי, וואס איז לויטן גר"א בפשטות? אבער די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס וואס דער רבי לערנט אונז אין די תורה, אז דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין קאפ וכו'.


אודאי איז דער תורה אויף למעשה, דער תורה ברענגט אמונה; ווי מער מען חזר'ט די תורה אלץ מער ווערט קלאר די אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער, אלץ מער ווערט קלאר אז אידישע קינדער היפן איבער די אלע חקירות און שאלות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן יִשְׂרָאֵל נִקְרָאִים עִבְרִיִּים", פארוואס ווערן די אידישע קינדער אנגערופן מיט'ן נאמען 'עבריים'? "שֶׁעַל יְדֵי אֱמוּנָתָם שֶׁמַּאֲמִינִים שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֱלֹקֵי הָעִבְרִיִּים כַּנַּ"ל, הֵם עוֹבְרִים עַל כָּל הַחָכְמוֹת וְעַל מַה שֶּׁאֵינָם חָכְמוֹת", ווייל אידישע קינדער האבן א שטארקע אמונה, וואס מיט די אמונה גייען זיי אריבער אלע חכמות און אלע קשיות, זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין; 'עבריים' איז טייטש 'איבערגיין', מען קוקט נישט אויף די חכמות, נאר מיר בלייבן מיט אמונה.


געוואוין זיך צו, נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישטא, דארט זוך דיר א חלל הפנוי, דארט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן אויף דיין שפראך. בעט אים אין דיין שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט האבן א ריינע אמונה, זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן, זאלסט נישט האבן קיין שום קשיות אויף די אמונה, זאלסט גלייבן אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער; וועסטו זוכה זיין אז עס וועט שיינען אויף דיר די אור אין סוף ברוך הוא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - וואס איז די מעשה מיט די פאנצער?
ספרי ברסלב, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין ברסלב'ע ספרים אז דער רבי האט דערציילט עפעס א מעשה מיט א פאנצער, ער האט אבער אנגעזאגט אז מ'זאל נישט אויסזאגן די מעשה, און איך בין זייער נייגעריג צו וויסן וואס די מעשה איז.


איך האב געזען אויף עטליכע פלעצער וואו עס ווערט געברענגט רמזים פון די מעשה. צום ביישפיל ביים סוף פון ספר פעלת הצדיק ברענגט דארט מוהרא"ש די גאנצע מעשה מיט די ברויט, אבער איבער די מעשה פון די פאנצער שרייבט ער אויך נאר רמזים.


איך וויל וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט מקבל פון מוהרא"ש די גאנצע מעשה מיט די פאנצער.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר מעתיק זיין די מעשה בקיצור לויט ווי מוהרא"ש שרייבט דאס אינעם בריוו (הובא בסוף ספר פעולת הצדיק, דף תשלג). ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט דער רבי דערציילט א מעשה פון א פאנצער, אז ווען מען גייט אין מלחמה טוט מען זיך אן א פאנצער, דעמאלט אפילו מען שיסט אויפ'ן מענטש טויטליכע פיילן גייט עס נישט אריין אינעם מענטש נאר דער פאנצער באשיצט דעם מענטש אין די פיילן פאלן אראפ, און אפילו אין פאל דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו'.


אין דעם ליגט באהאלטן דעם סוד פונעם תיקון הכללי; דער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) – ווערט באשיצט מיט דעם אזוי ווי א פאנצער, די פיילן קענען נישט אנקומען צו אים צוליב דעם פאנצער. דאס הייסט אז אפילו דער מענטש האט געזינדיגט חס ושלום וועט עס נישט אריין גיין אין זיין נשמה, ציליב דעם פאנצער - דעם תיקון הכללי, און אפילו דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו', דאס הייסט אז דער תיקון הכללי איז אזוי גרויס אז עס וועט אים ראטעווען פון אן אייביגער מיתה, ער וועט נאכאמאל מגולגל ווערן וכו'. מוהרא"ש פירט דארט אויס: "מער פון דעם טאר איך נישט אנטפלעקן".


ווער עס פארשטייט קען ארויס נעמען פון דעם דאס גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך תהילים; וואויל איז דעם מענטש וואס זאגט יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים - דעם תיקון הכללי, דורכדעם וועט ער גערייניגט ווערן פון אלע חטאים און זיין נשמה וועט מתוקן ווערן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער הייליגער רבי איז; דער רבי קען אויסהיילן א מענטש אפילו ער איז שוין געשאסן געווארן פונעם יצר הרע מיט די טויטליכסטע פיילן, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן, ער ליגט אין עשרא כתרא דמסאבותא השם ישמרינו - קען אים דער רבי היילן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א שלעכטע קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה און זי איז אנטלאפן פונעם קעניג, האט דער קעניג ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל זוכן וואו זי איז, ביז מען האט איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער און דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר', ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, מען האט איר געשאסן מיט די פיילן וואס זענען געווען אנגעשמירט מיט טויטליכע סם, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן אידישע קינדער וואס זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, מען ווערט צעבראכן ביי זיך און מען געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן, אפילו א מענטש וועם דער יצר הרע האט אראפ געווארפן אין די ארגסטע בלאטע, ער איז נכשל געווארן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וכו' רחמנא לצלן, אויב פאלגט ער דעם רבי'ן און נעמט זיינע עצות, איז ער זוכה ארויס צו קריכן פון אלע פראבלעמען.


עס איז נישט כדאי אריין צו קריכן אין זאכן וואס מען קען נישט מגלה זיין וכו'; דער עיקר דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און אנהייבן טון די עצות פון רבי'ן, בעיקר די ליכטיגע עצה פון התבודדדות; זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן - יעדער אויף זיין אייגענע שפראך און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, וועלן מיר זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#20 - וואס האט דער רבי געהאלטן וועגן פארברענגן מיט די קינדער?
חינוך הילדים, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן א ביאור אויף דעם וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן, מְסֻגָּל יוֹתֵר לְבָנִים שֶׁיִּתְקַיְּמוּ אֶצְלוֹ לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, דְּהַיְנוּ לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם הַרְבֵּה וּלְשַׁעְשֵׁעַ אִתָּם בְּכָל פַּעַם. רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם, רַק מַה שֶּׁצְּרִיכִים לְחַנְּכָם בַּעֲבוֹדַת ה' כְּשֶׁמַּתְחִילִין לְהִתְגַּדֵּל, אֲבָל לֹא לְהִשְׁתַּעְשֵׁעַ בָּהֶם הַרְבֵּה". אז ס'איז בעסער פאר די קינדער נישט צו זיין צו נאנט צו זיי, נישט צופיל פארברענגען מיט זיי, נאר ענדערש נישט קוקן אויף זיי, נאר זיי מחנך זיין צו עבודת ה' ווען זיי הויבן אן אונטער צו וואקסן.


היינט רעדט מען אזויפיל ווי שטארק מ'דארף אוועקגעבן אסאך צייט פאר די קינדער, זיי אויסהערן און זיי געבן אסאך אויפמערקזאמקייט און אזוי ווייטער. ווי אזוי שטימט דאס מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב געטראפן א תשובה פאר דיין שאלה אין ספר הקדוש אשר בנחל (אידיש חלק ב, מכתב רסט), וואו מוהרא"ש געבט צו פארשטיין דעם שיחה פון הייליגן רבי'ן, דא האסטו דעם בריוו געשריבן דורך מוהרא"ש אין אידיש:


"בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ו' עֶרֶב שַׁבָּת קוֹדֶשׁ לְסֵדֶר מַסְעֵי, כ"ז תַּמוּז ה'תשע"א.


דָאס וָואס דוּ פְרֶעגְסְט וָואס מֵיינְט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי מִיט דֶעם וָואס עֶר הָאט גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן נ"ט) מְסוּגָל יוֹתֵר לְבָּנִים, לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָבוּק בָּהֶם לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלַל; דָאס הֵייסְט עֶס אִיז זֵייעֶר מְסוּגָל פַאר קִינְדֶער אַז מֶען לֶעטְשְׁקֶעט זִיךְ נִישְׁט מִיט זֵיי אַזוֹי וְכוּ', אוּן מֶען שְׁפִּילְט זִיךְ נִישְׁט מִיט זֵיי וְכוּ'.


אִיךְ מוּז דִיר זָאגְן, עֶס אִיז דָא אַ כְּלַל, אוּן עֶס אִיז דָא אַ יוֹצֵא מִן הַכְּלַל. אַוַדַאי אוּן אַוַדַאי דַארְף מֶען קִינְדֶער מְקַרֵב זַיין, וּבִּפְרַט אוּן הַיינְטִיגֶע צַייטְן וָואס דִי גַאסְן זֶענֶען הֶפְקֵר, אוּן עֶס דְרֵייעֶן זִיךְ אַרוּם לֵיידִיג-גֵייעֶרְס, פִּיסְטֶע בָּחוּרִים וָואס זֵיי הָאבְּן אִין זִיךְ קַיין שׁוּם תּוֹכָן נִישְׁט, דַארְף דֶער טַאטֶע זֶען אָנְצוּבּוּנְדְן מִיט זַיין זוּן אַ פְּנִימִיוּת'דִיגֶער קֶשֶׁר וָואס דֶער קִינְד זָאל הָאבְּן צוּטְרוֹי צוּם טַאטְן, אוּן זָאל זִיךְ קֶענֶען מִיט אִים דוּרְכְשְׁמוּעֶסְן יֶעדֶע זַאךְ, דָאס הֵייסְט מִיט אַ קִינְד דַארְף מֶען רֶעדְן אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט מִיט אַ דֶערְוַואקְסֶענֶער, אוּן דָאס הָאט אַ קִינְד לִיבּ, אַז מֶען בּוֹיעֶט אִים אוֹיף, אוּן מֶען בַּאנֶעמְט זִיךְ מִיט אִים אוּן מֶען פִירְט זִיךְ אוֹיף מִיט אִים פּוּנְקְט אַזוֹי וִוי מִיט אַ דֶערְוַואקְסֶענֶער, דָאס בּוֹיעֶט אוֹיף דֶעם קִינְד, אוּן עֶר וֶוערְט זֶעלְבְּסְשְׁטֶענְדִיג, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר הַצְלָחָה אִין זַיין צוּקוּנְפְטֶער לֶעבְּן, מַה שֶׁאֵין כֵּן וֶוען מֶען טְשַׁאטְשְׁקֶעט זִיךְ מִיטְ'ן קִינְד וְכוּ', אַזוֹי וִוי מִיט אַ בֶּעבִּי, אוּן מֶען קוּשְׁט אִים אַלְץ אוּן מֶען הַאלְזְט אִים אַלְץ, אוּן מֶען בַּאנֶעמְט זִיךְ מִיט אִים וִוי מִיט אַ קְלֵיין קִינְד, בְּלַייבְּט עֶר מִיט אַ קְלֵיינֶעם שֵׂכֶל.


אוּן דָאס אִיז דֶער כְּלַל, אַז מֶען דַארְף זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט קוּשְׁן אוּן הַאלְזְן דָאס קִינְד, אֲפִילוּ מֶען הָאט אִים לִיבּ, דָאס מֵיינְט נָאכְנִישְׁט צוּ זָאגְן אַז מִיט אַ קוּשׁ אָדֶער מִיט אַ גְלֶעט הָאט מֶען אִים לִיבּ, אַדְרַבָּה מֶען מַאכְט אִים עֶר זָאל בְּלַייבְּן אַ בֶּעבִּי, אַ שֵׂכֶל פוּן אַ קְלֵיין קִינְד. דֶער יוֹצֵא מִן הַכְּלַל אִיז אַז מֶען דַארְף רֶעדְן מִיט אַ קִינְד אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט מִיט אַ דֶערְוַואקְסֶענֶעם אוּן אִים מַסְבִּיר זַיין יֶעדֶע זַאךְ אַזוֹי וִוי מֶען אִיז מַסְבִּיר אַ גְרוֹיסְן פַארְשְׁטֶענְדְלִיכְן מֶענְטְשׁ, אוּן דָאס בּוֹיעֶט אוֹיף דֶעם שֵׂכֶל פוּן קִינְד.


אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּן הָרַב הַחָסִיד ר' לֵוִי יִצְחָק בֶּנְדֶר זַ"ל וָואס עֶר הָאט גֶעהֶערְט פוּן אוּנְזֶערֶע לַייט אִין אוּמַאן אוֹיף דִי שִׂיחָה דֶעם לָשׁוֹן, "מֶען קוּשְׁט נִישְׁט אוּן מֶען שְׁלָאגְט נִישְׁט" אַ קִינְד, אוּן עֶר הָאט עֶרְקְלֶערְט דֶעם מֵיינוּנְג פוּן דִי וֶוערְטֶער, דָאס אַז מֶען קוּשְׁט צוּפִיל אַ קִינְד וֶוערְט עֶר צֶעוִוילְדֶעוֶועט אוּן מֶען דַארְף אִים נָאכְדֶעם שְׁלָאגְן עֶר זָאל נִישְׁט זַיין אַזוֹי וִוילְד.


אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען לְכַתְּחִילָה נִישְׁט קוּשְׁן, וֶועט עֶר נִישְׁט זַיין וִוילְד, עֶר וֶועט הָאבְּן יִרְאָה אוּן פַּחַד פוּן טַאטְן, אוּן מֶען וֶועט אִים נִישְׁט דַארְפְן שְׁלָאגְן".


דא האסטו א קלארע הסבר פון מוהרא"ש ווי אזוי זיך צו פירן מיט קינדער.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, דארט וועסטו טרעפן תירוצים אויף אלע דיינע שאלות און ספיקות; עס וועט דיר קלאר ווערן א וועג פאר'ן לעבן אין יעדע הינזיכט, הן אין שלום בית און אזוי אויך אין חינוך הבנים והבנות, ווי אזוי אומצוגיין מיט עלטערן וכו' וכו'.


אויב עס איז דיר גרינגער צו פארשטיין אידיש זאלסטו לערנען אשר בנחל אין אידיש, מוהרא"ש האט געשריבן אכט הונדערט בריוו אין אידיש פאר די וואס פארשטייען נישט לשון הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#19 - וואס מיינט די ווערטער, "איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן"?
ספרי ברסלב, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן דורכברעכן דאס חתונה מאכן פאר ביליג, און מאכן אזא הערליכע חתונה פאר אזוי ביליג. הלואי זאלן מיר זיך אויך אפלערנען און חתונה מאכן אזוי.


איך האב נאר געוואלט וויסן וואס איז דער פשט פון די ווערטער וואס זענען אויפגעשריבן אויף די חופה, "איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן", וואס דארף דאס צו מיינען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


"איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן" איז א ווארט פון הייליגן רבי'ן.


רבי נתן זכרונו לברכה ברענגט דעם דיבור און דעם סיפור ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך האב געפרעגט דעם רבי'ן: 'וואס וועט זיין מיט אלע דיבורים וואס מיר האבן געהערט פון רבי'ן וכו'?' ווייל עס האט אויסגעזען פון רבינ'ס ווערטער אז ער וועט בלייבן לעבן און אויספירן אלעס וואס ער האט געוואלט בחייו וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן צום עולם וואס זענען געשטאנען דארט: 'עטץ הערטס וואס רבי נתן פרעגט?' – און רופט זיך אן - 'האב איך דען נישט אויסגעפירט? איך האב אויסגעפירט און וועל אויספירן'".


מען זעט טאקע ממש בחוש ווי דער רבי פירט אויס; צוביסלעך גייען אריין זיינע הייליגע דיבורים אין די וועלט; מען רעדט שוין היינט איבעראל פון התבודדות און עס הייבט שוין צוביסלעך אויך אן אריין צו גיין אין די וועלט דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; מען זעט שוין ביי אלע מקומות און ביי אלע חסידות'ן ווי בחורים און יונגעלייט זאגן משניות און דפים גמרא; דאס איז וואס דער רבי וויל - אז אלע אידן זאלן לערנען און דאווענען.


נאך אביסל וועט אויך אנהייבן אריין גיין אין די וועלט דעם ענין פון חתונה מאכן יונג די קינדער, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט; עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט שוין מוזן אננעמען די עצה פון חתונה מאכן יונג. ווער עס וועט נישט וועלן פארלירן די קינדער וועט זיי חתונה מאכן יונג, ווען מען איז נאך ריין און ערליך.


געלויבט דעם אייבערשטן אז תלמידי היכל הקודש פאלגן דעם רבי'ן און מאכן חתונה די קינדער יונגערהייט; דו שרייבסט אז דו האסט מיט געהאלטן די חתונה אין ישיבה, האסטו דאך געזען ווי דער רבי פירט אויס. מען מאכט חתונה די קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג, איז דאס דאך ממש וואס דער רבי האט געזאגט: "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ".


דער הייליגער רבי איז אמאל געפארן אונטערוועגנס, אינמיטן וועג זענען אריבער געפארן אסאך זעלנער פון די קאזאקן, האט דער רבי אנגעהויבן צו שמועסן איבער רוסלאנד און די רוסן, וואס עס וועט זיך טון זיי איר ביז משיח וועט קומען, און וואס עס וועט זיין מיט זיי פון נאך ביאת המשיח ביז תחיית המתים. רבי נתן און רבי נפתלי זענען דעמאלט מיטגעפארן אינעם וואגן, אויך איז דעם רבינ'ס איידעם ר' יוסקא דארט געווען, ער איז געזיצן נעבן רבי'ן, אויסער דעם זענען געווען אינעם וואגן נאך צוויי מענטשן - אנשי שלומינו - פון טעפליק; אלע האבן געקוקט דעם רבי'ן אין פנים בשעת דער רבי האט דערציילט וואס עס וועט זיין דער סדר פון ביאת המשיח. נאכדעם האט רבי נתן געוואלט איבער שמועסן מיט ר' יוסקא האט ער געזען אז ער ווייסט נישט גארנישט פונעם גאנצן שמועס, אויך ווען רבי נפתלי האט געוואלט איבערגיין מיט די צוויי מענטשן פון טעפליק דעם שמועס האט ער אויך געזען אז זיי ווייסן נישט פון וואס מען רעדט, דעמאלט האט רבי נתן און רבי נפתלי פארשטאנען אז דער רבי וויל אז קיינער זאל נישט וויסן פון דעם גאנצען שמועס. (דאס אליינס איז גאר א וואונדערליכע זאך, ווי עס קען זיין אזא זאך אז עס זיצן מענטשן צוזאמען מיטן רבי'ן, דער רבי רעדט און קיינער הערט גאר נישט נאר רבי נתן און רבי נפתלי; רבי נתן האט אלעס אפגעשריבן מיט ראשי תיבות, און דאס איז דער ספר "מגילת סתרים").


אמאל האט מען שטארק צוגעדרוקט רבי נפתלי ער זאל דערציילן עפעס פון ספר "מגילת סתרים" האט ער געזאגט: "איך טאר גארנישט אנטפלעקן - אזוי האט מיר דער רבי אנגעזאגט – אבער איין זאך קען איך אייך זאגן, ווען די וועלט וועט אננעמען דעם רבינ'ס ספרים קען מען זיך גרייטן אויף משיח" (עיין בספר פעולת הצדיק סימן תרח, וסימן תתלו בהערה צ).


 יעצט אז מען זעט שוין ווי דער וועלט נעמט אן דעם רבינ'ס ספרים מער און מער, דארף מען זיך גיין גרייטן אויף משיח צדקינו שיבא במהרה בימינו.

#18 - אויב וועט מען שטארבן אויך נאך ביאת המשיח, ווען וועט זיין תחיית המתים?
ספרי ברסלב, פירושים, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין חיי מוהר"ן אז די וועלט האט א טעות אז מ'מיינט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען נישט שטארבן, און דער אמת איז אז מען וועט יא שטארבן דעמאלט, און אויך משיח אליין וועט שטארבן.


וואס איז פשט פון דעם? אויב אזוי וואס איז דער ענין פון תחיית המתים? אז אלע געשטארבענע וועלן צוריק אויפשטיין לעבעדיג? ווען און פאר וועמען וועט זיין דער תיקון השלם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז נישט קיין קשיא 'פאר וועם וועט זיין דעם תיקון השלם'; קודם וועט זיין (בראשית ג, יט): "וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת משפטים, קח:): אויפן פסוק (דברים לב, לט): אֲנִי אָמִית וַאֲחַיֶּה - "דִּבְהַהוּא זִמְנָא, כָּל אִינּוּן דְּלָא טַעֲמֵי טַעֲמָא דְּמוֹתָא, מִנֵּיהּ תְּהֵא לוֹן מוֹתָא, וְיָקִים לוֹן וכו'", פאר עס וועט זיין תחיית המתים וועלן אלע דארפן שטארבן, און נאכדעם וועט דער אייבערשטער זיי אויפלעבן.


עס איז נישט כדאי אריין צו טראכטן צופיל אין די זאכן; דער רמב"ם זאגט (פרק יב מהלכות מלכים ומלחמות, הלכה ב): "לְעוֹלָם לֹא יִתְעַסֵּק אָדָם בְּדִבְרֵי הַהַגָּדוֹת, וְלֹא יַאֲרִיךְ בַּמִּדְרָשׁוֹת הָאֲמוּרִים בְּעִנְיָנִים אֵלּוּ וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן, וְלֹא יְשִׂימֵם עִקָּר", מען זאל נישט צופיל אריין קלערן וואס און ווי אזוי עס וועט זיין נאכדעם וואס משיח וועט קומען, "שֶׁאֵין מְבִיאִין לֹא לִידֵי יִרְאָה וְלֹא לִידֵי אַהֲבָה", ווייל פון דעם קומט נישט ארויס קיין עבודת השם יתברך; דער עיקר דארפן מיר זען וואס מיר קענען יעצט טון אז יעצט זאלן מיר נישט זיין קיין טויטע מענטשן, נאר מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און זיך פארלאזן נאר אויף אים.


יעצט דארפן מיר זען צו לעבן מיט דעם לימוד וואס משיח וועט אריין ברענגען פאר די גאנצע וועלט, וואס דאס איז די זאך פון תפילה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; דערפאר דארפן מיר שוין יעצט אפיר נעמען דעם געווער און אלע אונזערע מלחמות און אלעס וואס מיר ווילן פועל'ן זאל זיין נאר מיט תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#17 - האט דער אייבערשטער נישט מוחל געווען פאר דוד, נאכדעם וואס ער תשובה געטון?
תשובה, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים, עס געט מיר כח אנצןגיין יעדן טאג. אויך הער איך אויס די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר אין נ"ך.


אין איינס פון די שיעורים אין נ"ך, ווען נתן הנביא איז געקומען זאגן פאר דוד המלך אז ער האט געזינדיגט, האט דוד המלך גלייך געזאגט "חטאתי" - איך האב געזינדיגט, ער האט תשובה געטון און געבעטן דער אייבערשטער זאל אים מוחל זיין.


למעשה איז ער אבער שפעטער געשטראפט געווארן אויף דעם, איז מיר אביסל שווער ווייל לויט ווי אזוי איך האב אייביג פארשטאנען פונעם ראש ישיבה אז ווען מען טוט תשובה הייבט זיך אהן א נייער בלאט אין לעבן, מען באקומט נישט קיין עונש.


איך האף און איך גלייב אז ווען איך טו תשובה העלפט עס, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה עס בעסער מסביר זיין?


אשר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אשר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רמב"ם שרייבט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצווה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, סיי בשוגג סיי במזיד. ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון, איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, און דער רמב"ם פירט אויס: "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", ווער עס פארמערט זיך מתודה צו זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש טוט תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף וואס ער האט געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות בין איך אים גלייך מוחל, און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד. דער פראבלעם איז, אז דער מענטש גלייבט נאר אינעם זינד, אבער ווען עס קומט צו תשובה גלייבט ער נישט אז ער קען אויך תשובה טון, אבער באמת דארף יעדער איד גלייבן אז ער קען אויף אלעס תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פארעכטן; מען דארף גלייבן אין דעם, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן אונזער תשובה, און ער ווארט אז דער מענטש זאל זיך צוריקקערן צו אים.


דאס וואס דו פרעגסט פארוואס דוד המלך איז באשטראפט געווארן, ער האט דאך תשובה געטון; קודם דארפסטו וויסן וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נו.): "כָּל הָאוֹמֵר דָּוִד חָטָא, אֵינוֹ אֶלָּא טוֹעֶה", ווער עס זאגט אז דוד המלך האט געזינדיגט איז זיך טועה; ווייל אלע סאלדאטן אין די צייטן פון דוד המלך, פלעגן געבן א גט פאר זייער ווייב איידער זיי זענען ארויס געגאנגען אין מלחמה (עיין שם בתוספות, דבור המתחיל גט, ונראה לרבינו תם) כדי זייערע ווייבער זאלן נישט זיין קיין עגונות. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סנהדרין קז.): "רְאוּיָה הָיְתָה בַּת שֶׁבַע לְדָוִד מִשֵּׁשֶׁת יְמֵי בְּרֵאשִׁית", בת שבע איז געווען אנגעגרייט פאר דוד המלך נאך פון ששת ימי בראשית, "אֶלָּא שֶׁאָכְלָה פַּגָה", ער האט דאס גענומען פאר די צייט. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עבודה זרה ד:): רבי שמעון בן יוחאי זאגט: "דוד המלך האט געוויזן פאר אונז א וועג, אז אויב מיר פאלן אראפ, זאלן מיר תשובה טון".


ווען מען לערנט נביאים וכתובים דארף מען זייער אכטונג געבן דאס צו לערנען מיט רש"י, וואס ער ברענגט אראפ דעם פשט ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן דאס געלערנט. מען טאר נישט לערנען נ"ך אן פירוש רש"י, ווייל מען קען זיך זייער טועה זיין און נאכדעם קומען צו פארדרייען די תורה. מיר ווייסן נאר ווי אזוי חז"ל לערנען דאס אפ, חס ושלום מיר זאלן דאס לערנען ווי די מינים און אפקורסים לערנען דאס; אויף דעם זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות כח:): "מִנְעוּ בְּנֵיכֶם מִן הַהִגָּיוֹן", מען זאל אכטונג געבן אויף קינדער זיי זאלן נישט לערנען צו סאך מקרא, ווייל אז מען לערנט מקרא אן משנה און גמרא קען מען זייער פארקריכן, דערפאר זאגט ער גלייך: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", זע צו לערנען מיט די קינדער משנה און גמרא, ווייל דארט קען מען נישט פארקריכן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג) אז תהילים איז מסוגל צו תשובה; וואויל איז א מענטש וואס געוואוינט זיך צו צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, ער וועט זוכה זיין צו פארעכטן אלעס וואס מען דארף פארעכטן, און ער וועט אראפ נאמען פון זיך אלע עונשים קשים ומרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#16 - וואס איז פשט וואס מוהרא"ש שרייבט אז די יאר איז ווי א רינגל?
פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מוהרא"ש זצ"ל שרייבט אין ספר הקדוש "אשר בנחל" חלק כ"ב דף ע"ח אז יעדעס יאר איז אזוי ווי א רינגל וואס פירט זיך אויף א אנדערע וועג און אין דעם ליגט דער סוד פון רבינ'ס ראש השנה.


ס'איז מיר זייער שווער צו פארשטיין בפשטות וואס מוהרא"ש מיינט דערמיט? און וויאזוי זעט מען דורך דעם די השגחה פרטית אויף אלעם וואס ס'גייט דורך?


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז מסביר (אשר בנחל חלק כב, ג' אלפים רפב), אז לכאורה איז דאך זייער שווער צו פארשטיין, ווי אזוי קען מען בכלל זאגן אז עס איז דא אזא זאך ווי 'טבע', ווען אלעס איז דער אייבערשטער, אפילו דער טבע איז דאך אויך אייבערשטער, ווי איז שייך צו זאגן אז עס איז דא אזא זאך ווי 'טבע'? נאר טבע איז א לשון פון 'טבעת' - א רינגל, ווי אזוי מאכט מען א קייטל? מען נעמט אסאך רינגלעך, מען לייגט אריין איין רינגל אינעם צווייטן, ביז עס ווערט א קייטל. אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן דער וועלט, יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז נאך א רינגעלע, איין רינגל גייט אריין אינעם צווייטן רינגל ביז עס פירט זיך אויס שיינע זאכן, און עס ווערט א שיינע קייטל.


ווען א מענטש קוקט צוריק אויף אלעס וואס איז אריבער אויף אים, וועט ער זען ווי שיין דער אייבערשטער פירט זיין לעבן. יעדע זאך וואס איז אריבער אויף אים, לטוב צי לרעה, איז נאך א סיבה פונעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען וואס עס איז ארויסגעקומען.


מוהרא"ש שרייבט דארט אינעם בריוו, אז דאס וואס מען גייט אריבער שוועריקייטן אין לעבן, איז נאך א רינגעלע מען זאלן אננעמען דעם הייליגן רבינ'ס עצות. ווייל ווען אלעס וואלט געגאנגען פארן מענטש גוט, וואלט דער מענטש אינגאנצן פארגעסן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא כי תצא, ג): "צָרִיך אָדָם לְהַחֲזִיק טוֹבָה לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, בִּזְמַן שֶׁהַיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָּה, שֶׁהַיִּסּוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די יסורים וואס ער גייט אריבער, ווייל דאס שלעפט אים צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "אן עושר וועט קיינמאל נישט נעמען א תהילים; וואס דארף ער א תהילים, ער האט אלעס וואס ער דארף. ווער נעמט א תהילים? אן ארעמאן, נאר איינער וואס איז צעבראכן אויף שברי שברים, דער טראכט פונעם אייבערשטן, נאר איינער וואס דארף א ישועה נעמט דעם תהילים'ל אין האנט. אויב מען זעט שוין יא אמאל אן עושר זאגט תהילים, איז נאר ווייל עפעס גייט אריבער אויף אים וכו'"; קומט אויס אז דאס וואס מיר זענען מקורב צום רבי'ן, איז נאר ווייל עס איז אריבער אויף אונז וואס איז אריבער וכו', די שוועריקייטן וואס גייט איבער האט אונז געשטופט צום רבי'ן, די שוועריקייטן האט אונז געשטופט מיר זאלן זוכן דעם אייבערשטן. ווען מען קוקט צוריק זעט מען ווי פון יעדע צרה, פון יעדע שוועריקייט וואס זעט אויס ווי 'טבע', פון יעדע טבעת, יעדעס רינגעלע איז געווארן א שיינע קייטל.


דאס איז דער סוד פון רבינ'ס ראש השנה; דער רבי לייגט אריין אין אונז אז מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס עס גייט אריבער אויף אונז איז דער אייבערשטער אליין. עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה, מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער. דער רבי לאזט אונז נישט שלאפן, ער וועקט אונז אויף מיר זאלן אנהייבן כסדר מיט א פרישע התחלה, מיר זאלן נישט זיין אזוי צעקלאפט. דערפאר פארן מיר יעדע ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, ווייל ראש השנה איז דער אנפאנג פונעם יאר, און אלעס גייט נאכן אנהייב, מיר הייבן אן דעם יאר מיט אמונה, אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען מיר גיין אריבער שוועריקייטן, מיר זאלן געדענקען אז מיר האלטן אינמיטן מאכן א שיינע קייטל, און יעדע שוועריקייט איז נאך א רינגעלע אינעם שיינעם קייטל וואס דער אייבערשטער מאכט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - דאס מייחד זיין יחודים, איז דאס שייך אויך פאר פשוטע מענטשן?
תפילה והתבודדות, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין ספר אשר בנחל חלק כ"ב דף ס"א, שרייבט דארט מוהרא"ש זצ"ל אזוי: "וצריך שתדע אהובי, כי עסק היחודים הוא ענין נורא ונשגב מאד מאד, ועל פי דברי האריז"ל בשער היחודים, הוא מעלה יותר מלמוד התורה הקדושה, היינו בשעה שאדם מדבר עמו יתברך, יצייר לפני עיניו שמו יתברך הוי"ה ברוך הוא בד' מלויין: ע"ב, ס"ג, מ"ה, ב"ן. וכל מה שיזכה לבטל את עצמו ביותר אליו יתברך, ויזכה ליחד שמות אלו, יותר יאיר לו עריבות, נעימות, זיו, חיות אלוקתו יתברך בהארה ובזיו נורא ונשגב מאד. אשרי מי שחזק בזה תמיד!"


האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז שייך אויך פאר פשוטע מענטשן? און אויב מ'קען נישט מייחד זיין די אלע יחודים, אויב ס'איז גענוג אז מ'טראכט נאר פון די שם הוי"ה?


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש) אז יעדעס מאל ווען א מענטש איז מייחד א יחוד, ער טראכט פונעם אייבערשטן, איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל; בפרט ווען מען איז מייחד דעם שם הוי"ה ברוך הוא מיט די מילוי פון ע"ב, ס"ג, מ"ה און ב"ן, איז מען זוכה אז צו שפירן דאס זיסקייט און געשמאק פון חיות אלוקותו יתברך שמו.


אבער וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש געוואוינט זיך צו, ער נעמט דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן; ער טרעפט זיך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און דארט שמועסט ער אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף אים - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, במשך הימים והשנים ווערט אים דער מח לויטער און ריין, און עס הייבט אים אן צו שיינען פאר די אויגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא.


דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך פרשת נח, ד"ה וילד נח שלשה בנים): "וְזֶה סִימָן לְבַּעַל תְּשׁוּבָה גָמוּר, כְּשֶׁהַשֵּׁם הַקָדוֹשׁ שֵׁם הֲוַיָ"ה בָּרוּך הוּא עוֹמֵד לְנֶגֶד עֵינָיו, הוּא סִימָן שֶׁתִּקֵּן בְּיִרְאָתוֹ כָּל חֲטָאָיו", דאס איז דער סימן פאר א בעל תשובה, אז עס שיינט אים און עס לייכט פאר זיינע אויגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא; אבער דאס קומט צום מענטש ווען א מענטש איז זוכה און ער גייט אין מקוה יעדן טאג, ער גייט דריי מאל א טאג און שול דאווענען מיט מנין, און דאווענט מיט א סידור אן קיין כוונות, אן קיין שמות ויחודים, נאר ער דאווענט פשוט בתמימות, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "נאך אלע מיינע כוונות און נאך אלע שמות ויחודים, לייג איך אלעס אין דער זייט, און איך דאווען ווי א קינד דאווענט אין חדר"; ווען א מענטש איז זוכה, ער פירט זיך בתמימות ובפשיטות, ער לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, ער לערנט יעדן טאג אביסל משניות און גמרא וכו', און יעדע זאך וואס עס גייט אריבער אויף אים פארציילט ער פארן אייבערשטן, איז ער זוכה אז עס הייבט אים אן לייכטן דעם שם הוי"ה וכו'.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים געפרעגט וואס ער זאל אינזין האבן ביים דאווענען ווען ער זאגט דעם אייבערשטנס נאמען, האט אים דער רבי געענטפערט: "וואס איז שלעכט אינזין צו האבן פשוט ג-א-ט...! ווען מען זאגט ארויס דעם אייבערשטענס נאמען דארף שוין כאפן א פחד", עיין שם (חיי מוהר"ן, סימן תיד).


וואויל איז דעם וואס איז מקיים אלע מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן בשמחה עצומה, בתמימות ובפשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#14 - טאר מען נישט טרינקען קיין וואסער אין פארנט פון מענטשן?
דרך ארץ, עסן, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס איז פשט אין דעם וואס דער רבי זאגט אין ספר המדות, "אין שותין מים בפני רבים", מען טרונקט נישט קיין וואסער פאר א רבים; מיינט דאס פשוט אז מען טאר נישט טרינקען קיין וואסער אין פארנט פון מענטשן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות אכילה, סימן ט): "אין שותין מים בפני רבים", דער מקור איז פון די הייליגע חכמים וואס זאגן (בכורות מד:): "אֵין שׁוֹתִין מַיִם בִּפְנֵי רַבִּים", מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער פאר מענטשן, רש"י זאגט (דבור המתחיל ואין שותין): "דְּדֶּרֶךְ תַּלְמִיד חָכָם לִהְיוֹת צָנוּעַ בַּאֲכִילָה וּבִשְׁתִיָּה", די וועג פון ערליכע אידן איז צו עסן און טרינקען איידל, עס פאסט נישט צו גיין אין גאס עסן און טרינקען, מען דארף עסן איידל און טרינקען איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#13 - אויב "קשת" מיינט תפלה, וואס מיינט "כי לא בקשתי אבטח"?
תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, פירושים, ליקוטי מוהר"ן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים, איך האב געענדיגט ברוך ה' מסכת מכות און מסכת שבועות.


איך האב געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ב', "וזה עיקר כלי זינו", אז ווי אזוי זעט מען אז תפילה רופט זיך כלי זין? ווייל עס שטייט "בחרבי ובקשתי" און דאס מיינט תפילה; אבער נאכדעם שטייט "וכמו שכתוב כי לא בקשתי אבטח", איז אויב "בקשתי" מיינט תפילה, וואס מיינט צו זאגן "כי לא בקשתי אבטח"? עס דארף ווען שטיין "כי בקשתי אבטח", ווייל "קשתי" מיינט דאך תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל האבן הצלחה אין אלע ענינים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: 'סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אויף דיין פראגע וכו'; דער הייליגער רבי זאגט אז דאווענען - דאס איז די כלי זין פון אידישע קינדער, און משיח צדקינו וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה. דער רבי ברענגט א ראי' אז תפילה ווערט אנגערופן כלי זין, אזוי ווי מיר געפינען, יעקב אבינו זאגט (בראשית מח, כב): "וַאֲנִי נָתַתִּי לְךָ שְׁכֶם אַחַד עַל אַחֶיךָ, אֲשֶׁר לָקַחְתִּי מִיַּד הָאֱמֹרִי בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט רש"י, וואס איז די חרב און קשת פון יעקב? תפילה ובקשה; זעט מען אז תפילה איז א כלי זין. מען דארף פארשטיין, פון וואנעט נעמט רש"י אז חרב און קשת פון יעקב איז תפילה ובקשה? אויף דעם זאגט דער רבי ווייטער: "וכמו שכתוב וכו'", דאס איז א גמרא אין מסכת בבא בתרא (דף קכג.), די גמרא פרעגט: "וכי בחרבו ובקשתו לקח", ווי קען זיין יעקב אבינו האט איינגענומען שכם מיט א שווערד און פיילן בויגן? "והלא כבר נאמר כי לא בקשתי אבטח וחרבי לא תושיעני", עס שטייט דאך אין פסוק (תהלים מד, ז), איך פארלאז זיך נישט אויף מיין שווערד און אויף מיין בויגן, קען דאך נישט זיין אז יעקב אבינו בארימט זיך, איך האב איינגענומען שכם מיט א שווערד און פיילן בויגן! ענטפערט די גמרא, "אלא", מוזן מיר זאגן, "חרבי זו תפלה", דאס מיינט מען תפילה, "קשתי זו בקשה", דאס מיינט מען בקשה.


דאס זאגט דער רבי: כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): 'בְּחַרְבִּי' מיט מיין שווערד, 'וּבְקַשְׁתִּי' און מיט מיין בויגן, וּפֵרֵשׁ רַשִׁ"י ווי רש"י געבט דאס צו פארשטיין, 'תְּפִלָּה וּבַקָּשָׁה' מיט דאווענען און געבעט; מען דארף פארשטיין פון וואנעט נעמט רש"י אז די חרב און קשת פון יעקב אבינו איז תפילה? ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קכג.) עס איז דאך קלאר אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף א פייל און בויגן, וּכְמוֹ שֶׁכָּתוּב און אזוי ווי עס שטייט (תהלים מד, ז) 'כִּי לֹא בְקַשְׁתִּי אֶבְטָח' וְכוּ' איך פארלאז זיך נישט אויף מיין בויגן, אויב אזוי, וואס זאגט יעקב אבינו איך האב איינגענומען די שטאט שכם מיט מיין פייל און בויגן?! נאר וואס דען, מוז זיין אז יעקב אבינו'ס פייל און בויגן איז תפילה, אזוי ווי דער תרגום זאגט: 'בִּצְלוֹתִי וּבְבָעוּתִי' מיט מיין תפלה און מיין געבעט, און דאס איז וואס עס שטיט דארט ווייטער אין תהלים (שם מד, ט) 'בֵּאלֹקִים הִלַּלְנוּ' מיטן לויבן דעם באשעפער; בְּחִינַת 'תְּהִלָּתִי אֶחֱטָם לָךְ' דאס הייסט מיט תפילה - וועט משיח אייננעמען די גאנצע וועלט. ער וועט אויסלערנען יעדן איינעם רעדן צום אייבערשטן, אזוי וועלן מיר ארויסגיין פון גלות. דער גלות איז אז מען פארגעסט פונעם באשעפער, מען דרייט זיך ארום צעבראכן און צעשאסן, מען שפירט זיך איינער אליין, מען פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא און מען קען אים בעטן, מען קען אים אלעס דערציילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - ווען גוים מאכן שלעכטע גזירות, איז דא דעמאלט א ברכה?
תפילה והתבודדות, גמרא, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער ליב צו ליינען יעדע וואך די "עצתו אמונה", ספעציעל ווען עס איז אויך דא א "מעשה'לעך פאר קינדערלעך".


איך האב געלערנט דעם שבת אין ספר המדות, און איך האב געזען עפעס וואס זעט מיר אויס ווי א סתירה. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, חלק א', סימן פ"ו) "שנה שיש בה ברכה, סימן שגם ישראל יפרו וירבו", אין א יאר וואס איז דא ברכה, איז א סימן אז אויך די אידן וועלן זיך שטארק פארמערן, אבער דער רבי זאגט אויך (שם, חלק ב', סימן כ"ז): "כשישראל פרים ורבים, אזי האומות מחדשין עלינו גזירות", ווען די אידן פארמערן זיך שטארק, וועלן די גוים מאכן אויף אונז פרישע גזירות; איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין א יאר ווען די גוים מאכן שלעכטע גזירות, און עס זאל זיין דעמאלט א ברכה, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר דאס פארענטפערן.


אין מיין שיעור אין ש"ס האלט איך ברוך ה' שוין ביי מסכת בבא מציעא, אבער עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך רוק זיך נישט פאראויס, איך דארף נאך חשק צו לערנען גמרא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט ספר המידות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד"; מוהרא"ש זאגט, ווען מען לערנט ספר המידות זאל מען נאס מאכן יעדע אות מיט טרערן צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קענען מקיים זיין וואס דער רבי זאגט.


עס איז נישט קיין סתירה, דאס וואס דער רבי זאגט (אות בנים, סימן פו): "שָׁנָה שֶׁיֵּשׁ בָּהּ בְּרָכָה" א יאר וואס איז דא א ברכה, "סִימָן שֶׁגַּם יִשְׂרָאֵל יִפְרוּ וְיִרְבּוּ" איז א סימן אויף קינדער, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה כז, ו): "יָצִיץ וּפָרַח יִשְׂרָאֵל וּמָלְאוּ פְנֵי תֵבֵל תְּנוּבָה", ווען עס איז דא שפע איז דאס א סימן אז עס וועלן געבוירן ווערן אסאך קינדער, און דאס וואס דער רבי זאגט (שם חלק ב, סימן כז): "כְּשֶׁיִּשְׂרָאֵל פָּרִים וְרָבִים" ווען אידן פארמערן זיך, "אֲזַי הָאֻמּוֹת מְחַדְּשִׁין עָלֵינוּ גְּזֵרוֹת" מאכן די פעלקער גזירות, אזוי ווי עס איז געווען אין מצרים, ווי עס שטייט (שמות א, ז): "וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל פָּרוּ וַיִּשְׁרְצוּ וַיִּרְבּוּ וַיַּעַצְמוּ בִּמְאֹד מְאֹד וַתִּמָּלֵא הָאָרֶץ אֹתָם", שטייט נאכדעם (שם, י): "הָבָה נִתְחַכְּמָה לוֹ", דאס איז נישט קיין סתירה צו א געבענטשטע יאר מיט שפע.


פריש זיך אויף מיט לימוד גמרא, עס זאל נישט אריבער גיין א טאג אן לערנען גמרא. מוהרא"ש ברענגט פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין): "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג".


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען פאלגן דעם רבי'ן, צו לערנען אסאך גמרא יעדן טאג. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם רבי יוסקא (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב; ועיין שם, מכתב ז): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר זייער מיין טייערער איידעם, שרייב מיר צוריק וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט יעדן טאג און וויפיל בלאט הלכה דו לערנסט, מאך נישט פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; דאס וויל דער רבי פון אונז, מיר זאלן אים שרייבן יעדן טאג וויפיל גמרא און שלחן ערוך מיר לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - פארוואס איז מיין חבר מער מצליח פון מיר?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים, קנאה, פירושים, הצלחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר כלל ישראל.


אלס בחור האב איך געהאט א שלעכטע חבר'שאפט מיט א געוויסער בחור, און מיר האבן אפגעהאקט און נישט געהאט קיין שייכות פאר דרייסיג יאר. א יאר צוריק האב איך אים געזען און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון אים, איך בין קראנק אים צו טרעפן נאכאמאל, און נאכאמאל ווערן גוט מיט אים. איך טראכט פון אים יעדע פאר מינוט אין טאג.


איך בין אים זייער מקנא, און שפיר אז ער "האט עס" אסאך בעסער פון מיר, איך פיל אז ער האט מער געלט, כבוד, חברים, און א שענערע משפחה. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים ארויסנעמען פון מיין קאפ. איך לערן, און דאווען, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג.


איך זוך ליבשאפט, מיין ווייב האלט אין איין בעטן זאכן און קריטיקירן, איך האב געפילט ליבשאפט ווען מיר זענען געווען חברים, און איך בין אים אזוי מקנא, און איך וויל זיין זיין חבר, ער איז קאלט צו מיר, אבער ער איז פאפולער מיט חברים, געלט, מ'האלט אים פאר א עושר.


ביטע מיר שרייבן, איך זאל האבן חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינט סוקסעספול? אז מען האט געלט? וואס מיינט 'ער האט עס' - אז מען האט חברים? די תורה זאגט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, ב), ער איז געווען א סוקסעספולער מענטש, "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ"; די תורה זאגט עס נישט ווען זיין טאטע האט אים ליב געהאט מער פון די ברידער, נישט ווען ער האט געהאט א זיידענע קלייד, נישט ווען ער איז געווארן משנה למלך אין מצרים, די תורה זאגט יוסף איז געווען א סוקסעספולער מענטש ווען מען האט אים ארויסגעשלעפט פון גרוב און פארקויפט פאר די שמוציגע אראבער, ווען פוטיפר האט אים געקויפט פאר א קנעכט.


שטעלט זיך א קשיא, דאס איז סוקסעס? א קינד וואס איז געווען די באליבסטער ביי זיין פאטער און מען האט אים מיט רציחה אריינגעווארפן אין א גרוב, פארקויפט פאר א קנעכט, ער איז פארכאפט ביי א מצרי - דאס איז סוקסעס? אויף אזא מענטש זאגט די תורה ער איז געווען אן איש מצליח? ווען אלע ברידער זענען חתונה געהאט, אלע האבן זייער לעבן און נאר יוסף האט נישט קיין שידוך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג", - דאס איז איש מצליח?


נאר וואס דען, די תורה זאגט (שם): "וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף", יוסף האט געלעבט מיטן אייבערשטן, יוסף הצדיק האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן און זיך געשטארקט מיט אמונה, ער האט נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע הצלחה; ווען א מענטש גייט אריבער וואס ער גייט אריבער און ער רעדט זיך נישט אפ, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער איז נאכאלץ שטארק ביי די אמונה - דער איז אן איש מצליח, יוסף הצדיק האט געקענט פרעגן אן א שיעור קשיות 'פארוואס דארף איך ליידן? פארוואס האב איך נישט מיין שידוך? פארוואס האב איך די ביטערע נסיונות?' יוסף הצדיק האט נישט געפרעגט קיין קשיות, יוסף האט זיך זייער געשטארקט, ער האט געזינגען ניגוני אמונה, ער האט געטאנצן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז) אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "'אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו'', זֶה יוֹסֵף".


נעם די עצה פון רבי'ן, תפילה והתבודדות; זוך א שטילע פלאץ, א ליידיגע צימער, אדער פאר מיט דיין קאר אין א ליידיגע פלאץ, אדער גיי אין א ליידיגע פעלד, און שמועס מיטן אייבערשטן, זאג אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים דיינע מחשבות, דערצייל אים אז דו זוכסט ליבשאפט, דערצייל אים אז דו ביסט נישט פרייליך מיט דיר אליין, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט אנהויבן שפירן די זיסקייט און איינגענעמע טעם פון שפירן דעם אייבערשטן, שפירן ליבשאפט פונעם אייבערשטן; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און מיט דער צייט וועסטו קיינעם נישט מקנא זיין, דו וועסט זיין זיכער מיט זיך.


מאך זיך שיעורים אין גמרא און אין משניות, דאס וועט דיך אויסגראדן דיין מח מחשבה, דו וועסט נישט זיין אנגעהאנגען אויף קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - צושניידן אלטע קליידער, הייסט אז מען פארשעמט זיי?
קליידער, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער רבי זאגט אין ספר המדות (בגדים, חלק א, סימן יא): "כל המבזה בגדים, לסוף אינו נהנה מהם", ווער עס פארשעמט קליידער, וועט צום סוף נישט הנאה האבן פון זיי. האב איך געוואלט פרעגן אזוי ווי ביי אסאך משפחות נעמט מען די אלטע אויסגענוצטע קליידער און מען צושנייט עס אויף עטליכע קלענערע שטיקלעך און מען נוצט עס פאר שמאטעס, אויב דאס הייסט פארשעמען קליידער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט פארשעמען קליידער וואס מען נוצט, קליידער וואס מען טוט אן; פון די קליידער רעדט דער רבי. דער מקור איז, די הייליגע חכמים דערציילן (ברכות סב:) דוד המלך האט אפגעשניטן די עק פון שאול המלך'ס קלייד, דעריבער ווען דוד המלך איז עלטער געווארן שטייט (מלכים א' א, א): "וַיְכַסֻּהוּ בַּבְּגָדִים וְלֹא יִחַם לוֹ", מען האט אים צוגעדעקט מיט קליידער און עס האט אים נישט אנגעווארעמט, ווייל ער האט מבזה געווען די קליידער.


קליידער וואס מען נוצט נישט מער, עס שטייט צו ווערן ארויסגעווארפן - מעג מען מאכן פון דעם אנדערע נוצן. אזוי ווי מען האט געטון אין בית המקדש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נא.): "מבלאי מכנסי כהנים ומהמייניהן, מהן היו מפקיעין, ובהן היו מדליקין", מען האט געמאכט פון די אלטע גארטלעך און הויזענעס פון די כהנים קנויטן פאר די מנורה פאר שמחת בית השואבה.


די וועש וואס באקומען לעכער, אז מען קען עס פארנייען - איז גוט, און אז נישט - איז ענדערש זאל מען מאכן פון דעם שמאטעס ווי צו גיין מיט קליידער מיט לעכער; מען טאר נישט גיין מיט לעכערדיגע קליידער, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט נישט צו גיין מיט לעכער אין די קליידער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי בין איך מרמז פאר מיין מאן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, פירושים, משלי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די עצות און שכל וואס איך באקום פון די שיעורים, איך האב באקומען אזא גוטע לעבן דורכ'ן הערן די שיעורים, איך בין אזוי גליקליך אז איך האב זוכה געווען אנצוהויבן הערן  די שיעורים, עס געבט מיר א גן עדן לעבן, איך ווייס אז אלעס וואס איך דארף קען איך באקומען דורך תפלה, דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב עס מאכט זיך אז מיין מאן וויל מיר ווייזן עפעס אדער ער געבט מיר צו הערן עפעס, און איך וויל עס נישט הערן און זען, און איך באמת אויך נישט אז ער זאל עס הערן און זען, ווי אזוי זאל איך רעאגירן?


געווענליך ווען איך וויל אים דאס מרמז זיין, געב איך אים אזא קליינע ביטערע שמייכל, ווי צו זאגן אז עס באדערט מיך, איך וויל עס נישט, און געווענליך פארשטייט ער גלייך וואס איך וויל. איך וויל נאר וויסן אויב דאס איז טאקע די ריכטיגע וועג, אדער זאל איך טון עפעס אנדערש ווען דאס פאסירט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איין זאך זאלט איר שטענדיג האלטן פאר אייערע אויגן, צו געבן דעם געפיל פאר אייער מאן אז איר האלט פון אים, ער זאל שפירן ווי איר שעצט אים, און חס ושלום אים געבן די געפיל אז איר זענט בעסער אדער מער פון אים.


זייט נישט פון די שלעכט פרומע פרויען וואס שטעלן א פנים ווי זיי זענען ערליך און מער פון זייער מאן; אויף די פרוי זאגט שלמה המלך (משלי כז, טו): "דֶּלֶף טוֹרֵד בְּיוֹם סַגְרִיר", ווען עס רעגנט אריין אין שטוב ווערן אלע אפגעמאטערט, אבער ווען עס רעגנט נישט - איז גוט, "וְאֵשֶׁת מִדְיָנִים", און א פרוי וואס קריגט זיך – "נִשְׁתָּוָה", איז שטענדיג שווער, נישטא קיין צייט וואס מען קען אפאטעמען, זי מאכט שטענדיג שפירן דעם מאן ווי ער איז גארנישט ווערד.


א פרוי מיט אביסל חכמה קען מאכן איר שטוב א גן עדן, נישט קיין חילוק מיט וועלכער מאן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת", עס איז געווען אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, "וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, 'אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם', עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע. "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, "וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - זאל מען נישט בעטן דעם אייבערשטן, אויב מען קען זיך אליין אן עצה געבן?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, צדיקים, נסים, השתדלות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות, (ערך צדיק, סימן ע"א) "אל תתפלל ואל תטריח את קונך, כל זמן שאתה יכול לעשות בפעולה", זאלסט נישט מתפלל זיין און מטריח זיין דעם אייבערשטן, ווי לאנג טו קענסט עפעס טון צו דעם. דער שטיקל איז מיר זייער שווער צו פארשטיין, וואס הייסט מען זאל נישט מתפלל זיין? וואס דען זאל איך טון? דער רבי לערנט אונז דאך אז עס איז נישטא א זאך אויף וואס תפלה זאל נישט העלפן.


אויסער דעם, דארף דען א מענטש כסדר מאכן דעם חשבון, 'יעצט קען איך עפעס טון, וועל איך יעצט נישט מתפלל זיין; און יעצט אז איך קען גארנישט טון דערצו, זאל איך יא בעטן דעם אייבערשטן', מען קען דאך נישט זאגן אזוי.


איינער האט מיר געוויזן אז מוהרא"ש ברענגט דעם שטיקל אין שו"ת ברסלב, אויף דעם וואס איינער פרעגט אן איבער א געוויסע מעדעצינישע באהאנדלונג, און מוהרא"ש ענטפערט אז מען זאל עס מאכן, און ער ברענגט צו דעם שטיקל ספר המדות אויף דעם. און עס איז מיר זייער שווער געווען, אפילו מען דארף טאקע מאכן די מעדעצינישע פראצעדור, קען מען דען נישט מתפלל זיין אויף דעם? אפילו עס וועט דארפן פאסירן א נס אז דער מענטש זאל געהיילט ווערן, איז דאך תפלה שטערקער פון אלעס.


אגב, האב איך זיך געוואונדערט פארוואס דער שטיקל איז אין ערך "צדיק", וואו קומט עס דארט אריין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויף יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי אויף א גרויסע זאך און סיי אויף א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) אויפן פסוק (תהילים לב, ו): "עַל זֹאת יִתְפַּלֵּל כָּל חָסִיד אֵלֶיךָ לְעֵת מְצֹא", מען זאל בעטן אויף א שידוך, און מען זאל בעטן מען זאל מצליח זיין אין לערנען. אויך אויף מיתה; מען זאל שטארבן מיט א גרינגע מיתה, אויך אויף קומען צו קבורה, און אויך אויף בית הכסא; זעט מען אז מען דארף בעטן אויף גרויסע זאכן, ווי א שידוך און מצליח זיין אין תורה, מיתה און קבורה, און סיי אויף קליינע זאכן - ווי אויף בית הכסא.


אזוי אויך האט רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלג) ער האט אמאל געדארפט עפעס, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און רבי נתן האט געטראכט צו זיך 'וואס הייסט, אויף דעם דארף מען אויך בעטן?' האט אים דער רבי פארגעהאלטן און געפרעגט: "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?" אויף יעדע זאך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


אבער ווען עס קומט צו טוישן די טבע - דארף מען טון וואס מען קען, און נאר אז מען קען גארנישט טון - דעמאלט בעט מען אויף א נס. אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (עבודה זרה, יח) דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס איז געגענגען ארויסכאפן זיין שוועגערין פון די רויבער וואס האבן איר געפאנגען. ער האט מיטגענומען א זעקל געלט צו געבן פאר די שומרים, כדי זיי צו משחד זיין זיי זאלן איר שטילערהייט באפרייען. ער האט געבעטן דעם שומר: "געב מיר אהער מיין שוועגערין", האט דער שומר געזאגט: "איך האב מורא מען וועט מיך פארהאלטן וואו זי איז", האט רבי מאיר אים געגעבן די זעקל געלט, אז אויב מען וועט אים פארהאלטן זאל ער זיי געבן געלט. האט דער שומר געפרעגט: "וואס וועל איך טון ווען די געלט וועט זיך ענדיגן?" האט רבי מאיר געזאגט: "זאלסטו זאגן 'אלקא דמאיר ענני' און דו וועסט זיך ראטעווען פון זיי".


זאגט דער מהרש"א, וואס האט אויסגעפעלט אז רבי מאיר זאל געבן געלט, ער האט דאך גלייך געקענט אויסלערנען די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני'?! נאר "כל כמה דהוה מצי לאצולי בממון", ווי לאנג ער האט זיך געקענט ראטעווען מיט געלט – "לא הוה בעי לאצולי על ידי נס", האט ער זיך נישט געוואלט ראטעווען מיט א נס, "באלקא דמאיר ענני", מיט די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני', נאר נאכן נישט האבן מער קיין געלט האט ער זיך באנוצט מיט א נס. אויף דעם זאגט דער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן סז): "כָּל זְמַן שֶׁתּוּכַל לְהִנָּצֵל עַל יְדֵי מָמוֹן, אַל תְּשַׁמֵּשׁ בִּתְפִלּוֹת", ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען דורך געלט - זאלסטו זיך נישט באנוצן מיט תפילות, דאס זעלבע זאגט דער רבי (שם אות ישועה, סימן ח): "אַל תִּסְמֹךְ עַל הַנֵּס, כָּל זְמַן שֶׁאֶפְשָׁר לְךָ לְהִנָּצֵל בְּמָמוֹן אוֹ בְּדָבָר אַחֵר", פארלאז זיך נישט אויף א נס ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען מיט געלט, און א דריטע מאל זאגט דער רבי (שם אות צדיק, סימן עא): "אַל תִּתְפַּלֵּל וְאַל תַּטְרִיחַ אֶת קוֹנְךָ, כָּל זְמַן שֶׁאַתָּה יָכוֹל לַעֲשׂוֹת בִּפְעֻלָּה", דאווען נישט און באמוטשע נישט דעם אייבערשטן ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו טון עפעס זיך צו העלפן; דעריבער זאגט מוהרא"ש, 'וואס גייסטו נישט צום דאקטער אראפנעמען די האר', ווייל אז מען קען עס היינט טון גרינגערהייט - דארף מען טון און נישט בעטן אויף ניסים.


אויף די פראגע, וואס האט דאס מיט צדיק; ווער לערנט אונז אויס דאווענען? ווער לערנט אונז אויס מיר זאלן נישט אפלאזן די זאך פון תפילה? נאר דער צדיק; דאס איז דאך די גאנצע זאך פון צדיק, ער איז מחזק צוריק צו גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, און ער לערנט אונז וואס צו בעטן און ווי אזוי צו בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי איז מעגליך צוצוכאפן א זאך וואס באלאנגט פאר איינעם?
שידוכים, תפילה והתבודדות, אמונה, פירושים, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די הערליכע שיעורים אין גמרא וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנעט פאר, דאס געבט מיר חשק צו לערנען גמרא.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס די גמרא זאגט (קידושין נ"ט.) רבין חסידא איז געגאנגען מקדש זיין א פרוי פאר זיין זון אלס שליח, און למעשה האט ער איר מקדש געווען פאר זיך אליין, ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן די טאכטער פאר זיין זון נאר פאר אים, און ער איז נישט געגאנגען קודם איינמעלדן פאר זיין זון אז ער גייט ער מקדש זיין פאר זיך, ווייל ער האט מורא געהאט אז אינצווישן וועט א צווייטער אויסכאפן דעם שידוך. איז מיר שווער געווארן ביים לערנען, ווי אזוי קען זיין אזא זאך אז מען זאל קענען אויסכאפן א שידוך, אלעס איז דאך אנגעשריבן פון הימל וואס עס באלאנגט פאר א מענטש, און א זאך וואס באלאנגט פאר אים וועט קיינער נישט קענען אוועקנעמען?


און די זעלבע זעט מען דארט ווייטער אין די גמרא אז איינע פון די אמוראים האט באקומען געלט צו קויפן א פעלד פאר א צווייטן, און למעשה האט ער עס געקויפט פאר זיך, אויך די זעלבע מעשה אז נאר ער האט עס געקענט קויפן, און ער האט נישט מודיע געווען פאר'ן צווייטן ווייל ער האט נישט געוואלט אז א צווייטער זאל עס דערווייל אויסכאפן. ווי אזוי איז שייך צוצוכאפן א זאך פון א צווייטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ראשונים (ריטב"א במסכת מועד קטן, דף יח:) פרעגן די פראגע, ווי איז שייך אוועק צו נעמען פון איינעם א שידוך ווען אלעס איז דאך אנגעשריבן פון הימל? נאר זיי זאגן, אפילו עס איז אנגעשריבן א זיווג פאר איינעם פון הימל, קען קומען א צווייטער און מיט תפילה דאס אוועק נעמען. דער רבי זאגט אויך אזוי, (ספר המידות אות תפילה חלק ב', סימן י): "עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִּכְרָז בַּשָּׁמַיִם", דורך תפילה קען מען בייטן די שידוך וואס מען האט אויסגערופן אין הימל.


וואס מיר נעמען ארויס פון דעם אויף למעשה, די כח פון תפילה; תפילה איז אלעס משנה, תפילה בייט די טבע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע.


וואויל איז דער מענטש וואס בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, גרויסע זאכן און קליינע זאכן, אלעס בעט ער נאר פונעם אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, וואויל איז אים בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - וואס מיינט דאס ווארט ודו"ק?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, מוהרא"ש, שאלות, מוהרנ"ת ז"ל, פירושים, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אום שבת האט מען געלערנט ביי אונז אין שול אין ספר פעולת הצדיק סימן תשכ"ט, אז דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, "די גאנצע וועלט הארעוועט פאר דיר", און אונטן אין די הערה איז מוהרא"ש דאס מסביר און ענדיגט צו "ודו"ק ודו"ק", האב איך געוואלט פרעגן וואס מיינט דאס ווארט "ודו"ק"?


נאך א זאך, ווייטער אין סימן תש"ל אין די הגהה שרייבט מוהרא"ש אויף די תורה אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן רפ"ב אז די תורה איז מבואר באריכות אין ספר שפת הנחל אויף די תורה, אבער פאקטיש גייט דער ספר שפת הנחל נאר ביז סימן נ"ז אין ליקוטי מוהר"ן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה ומתיבתא היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין קראסני, איז רבי נתן געקומען צום רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "פארוואס ביסטו מרה שחורה? האסט חרטה אויף וואס דו האסט אנגעהויבן?" האט רבי נתן געזאגט: "ניין", פרעגט אים דער רבי: "נו אויב אזוי וואס ביסטו מרה שחורה?" זאגט רבי נתן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פרעגט אים דער רבי: "נו, וואס דארפסטו זיך זארגן?!" און דער רבי זאגט אים: "די גאנצע וועלט הארעוועט פאר דיר; דער פארט קיין ברעסלא, און דער פארט דארט, אלעס נאר פאר דיר"; מיט די ווערטער האט אים דער רבי זייער מחי' געווען. קוק נאך די גאנצע מעשה אין ספר פעולת הצדיק, אות תשכט.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, וואס האט די גאנצע וועלט מיט רבי נתן? ווייל דער הייליגער רבי נתן האט אריינגעברענגט דעם רבי'ן אין די וועלט. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "ווען נישט רבי נתן וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין שמות בלעטל"; ווען נישט רבי נתן וואלט קיינער נישט געוויסט פון רבי'ן, עס וואלט געבליבן א סוד. רבי נתן האט מיט מסירת נפש פארשפרייט דעם רבי'ן אויף די וועלט, ער האט אריינגעברענגט אין די וועלט די עצות וואס משיח צדקינו וועט מגלה זיין, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שם, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישטא קיין אונטערשייד, וואס איך זאג וועט משיח זאגן"; קומט אויס אז די גאנצע וועלט איז אלעס פאר אים.


ודו"ק איז מלשון ודייק, קלער גוט אריין וואס דא שטייט; דאס איז אן אויסדרוק וואס מען שרייבט ווען מען וויל מען זאל צולייגן קאפ צו וואס עס שטייט.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; מוהרא"ש האט געשריבן זייער אסאך, און נישט אלעס איז שוין געדרוקט, מיר האפן און מיר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל שוין ענדיגן אפדרוקן אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - וואס מיינט אז מען איז זיך אינגאנצן מבטל?
התחזקות, תשובה, נסיונות, עבודת השם, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט נאכזאגן א דיבור פון הייליגן רבי'ן, "ווען עס איז גאר ביטער, איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האב איך געוואלט פרעגן וואו דאס שטייט, און וואס מיינט דאס אז מען איז זיך אינגאנצן מבטל, ווי אזוי טוט מען דאס?


יישר כח פאר אייערע הערליכע שמועסן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רעט) פעם אחת אמר לי בזו הלשון, אמאל האט מיר דער הייליגער רבי געזאגט דעם לשון: "אין אז עס איז שוין גאר שלעכט, איז מען זיך גאר מבטל", האב איך געפרעגט דעם רבי'ן: "איך מבטלין עצמו", ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? האט דער רבי מיר געענטפערט: "מען פארמאכט דאס מויל און די אויגן, איז בטול".


זאגט רבי נתן: "מזה מובן עצה", דאס איז די עצה ווען דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויפ'ן מענטש, ער פארדרייט אים דעם קאפ מיט שלעכטע מחשבות, ער מאכט בלבולים און עס איז זייער שווער אים צו באזיגן, זאל מען זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, "כי כל האדם יכול לבטל עצמו לגמרי לפעמים", דאס קען יעדער איינער טון, יעדער קען צוקומען צו ביטול צום אייבערשטן, "דהינו לסתום פיו ועיניו ולסלק דעתו לגמרי, כאלו אין לו שום דעת ומחשבה כלל", זיך פארמאכן די מויל און די אויגן כאילו מען האט נישט קעען אייגענע שכל "רק יבטל עצמו להשם יתברך לגמרי", און זיך מבטל זיין אינגאנצן צום אייבערשטן.


נאך אן עצה ווי אזוי מען קען אנטלויפן פון שלעכטס, מען זאל שרייען צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - דארף מען יא אכטונג געבן אויף קליידער, אדער נישט?
קליידער, פירושים, סיפורי מעשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפלה (סיפורי מעשיות, מעשה י"ב) "און אויף קליידער האבן זיי גארנישט געקוקט, ווי מ'גייט גייט מען", מיר ווייסן דאך אז דער רבי האט יא זייער מקפיד געווען אז מען זאל גיין נאר מיט ריינע און גאנצע קליידער, נישט גיין צעריסן און שמוציג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש איז מסביר (נהרי אפרסמון שם) אז דאס איז וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ק): "'וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ', שֶׁהַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אַחֲרָא תּוֹפֶסֶת אֶת הָאָדָם בְּבִגְדוֹ, דְּהַיְנוּ שֶׁמַּטְרִיד אוֹתוֹ בְּטִרְדַת בְּגָדָיו וּמַלְבּוּשָׁיו", דער יצר הרע פארנארט דעם מענטש מיט זיינע קליידער, ער מאכט אים פארנומען מיט די קליידער, "כִּי טִרְדַּת הִצְטָרְכוּת מַלְבּוּשִׁים וּבְגָדִים שֶׁל אָדָם הֵם מְבַלְבְּלִין מְאֹד אֶת הָאָדָם וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ עַל יְדֵי זֶה מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס נעמט אוועק דעם מענטש פון לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, מען ווערט פארנומען מיט די קליידער. "וְזֶהוּ 'וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ'", דאס איז וואס שטייט ביי יוסף הצדיק, דער יצר הרע האט אים געוואלט כאפן אין זיין נעץ דורך זיינע קליידער, "אַךְ מִי שֶׁהוּא בַּעַל נֶפֶשׁ וְלִבּוֹ חָזָק בַּה', אֵינוֹ מַשְׁגִּיחַ גַּם עַל זֶה, אַף עַל פִּי שֶׁאֵין לוֹ בֶּגֶד לִלְבּשׁ, אַף עַל פִּי כֵן אֵינוֹ מַטְרִיד עַצְמוֹ בָּזֶה וְאֵינוֹ רוֹצֶה לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְבַלְבֵּל בָּזֶה", אבער ווער עס וויל דינען דעם אייבערשטן - דער קוקט נישט אויף די זאכן, אפילו ער זאל נישט האבן קיין קליידער - ווערט ער נישט אפגעשוואכט פון דינען דעם אייבערשטן, דאס שטייט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, טו-טז): "וַיַּנַּח בִּגְדוֹ אֶצְלָהּ וַיָּנָס", וְכוּ', ער האט איבערגעלאזט די קליידער, ער האט נישט געקוקט אויף דעם, ער האט געדינט דעם אייבערשטן.


מען דארף גיין אנגעטון זויבער ריין, אויך דארף מען אכטונג געבן נישט גיין מיט צעריסענע קליידער, אבער נישט אריינטון דעם קאפ אין וויאזוי צו גיין אנגעטון, מיט וואס פאר א קליידער, נאר זיך אריינטון אין תפילה, אין שירות ותשבחות צום אייבערשטן; נאר דאס איז דער תכלית.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#3 - זאל איך קויפן די לאטערי?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אשר בנחל, פרנסה, פירושים, לאטערי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן צוויי קליינע שאלות, אויב דער ראש ישיבה קען מיר ביטע ערקלערן און ענטפערן.


א. איך האב געלערנט אין אשר בנחל חלק ו' מכתב תשי"ב, מוהרא"ש שרייבט דארט: "על כל דבר שצריך לפעול ישפוך תפלות בעושר אליו יתברך תפלה אחר תפלה, עד שיזכה וכו', האב איך געוואלט פרעגן וואס איז פשט ישפוך תפלות בעושר.


ב. וואס האלט דער ראש ישיבה וועגן קויפן די לאטערי?


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן אטעם צום לעבן; מ'קען דאס ליינען אויף צוויי וועגן, איינס, 'אטעם' - לופט צו אטעמען; און נאך א וועג 'א טעם'. און ביידע זענען ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל; ווער עס לערנט אשר בנחל וועט אלץ האבן חיזוק, ער וועט אלץ בענקען צום אייבערשטן; עס איז נישטא נאך אזא ספר וואס זאל אזוי מחזק זיין און מעודד זיין ווי דער ספר אשר בנחל.


דער לשון וואס מוהרא"ש שרייבט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה", אויף יעדע זאך וואס מען וויל פועל'ן זאל מען גיסן תפילות צום אייבערשטן בעשירות; דאס איז א חז"ל, די תורה זאגט (בראשית כה, כא): "וַיֶּעְתַּר יִצְחָק לַה' לְנֹכַח אִשְׁתּוֹ", יצחק אבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר קינדער, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה סג, ה) עס שטייט א לשון 'וַיֶּעְתַּר', עס שטייט נישט 'ויתפלל' אדער אן אנדערע לשון פון תפילה, "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר שֶׁשָּׁפַךְ תְּפִלּוֹת בְּעשֶׁר", 'וַיֶּעְתַּר' איז א לשון פון עשירות, ער האט געגאסן תפילות אזוי ווי אן עושר; אן עושר האט אין יעדע טאש געלט, ווען מען בעט אים געלט נעמט ער און גיסט געלט, וואס ער דארף - גיסט זיך געלט, אזוי האט יצחק אבינו געבעטן דעם אייבערשטן, עס האט זיך געגאסן תפילות פון אים, נאך און נאך און נאך.


בנוגע לאטערי; קויף נישט קיין לאטערי, עס איז א שאד די דאלער, א שאד יעדע פרוטה וואס מען לייגט אריין אין דעם; אז דו ווילסט שפע - זאלסטו טון וואס מוהרא"ש זאגט: "עַל כָּל דָבָר שֶּׁצָּרִיךְ לִפְעֹל - יִשְׁפֹּךְ תְּפִלּוֹת בְּעֹשֶׁר אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, תְּפִלָּה אַחַר תְּפִלָּה, עַד שֶׁיִּזְכֶּה וכו'", בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם געב מיר פרנסה, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין שטוב, מיין ווייב און קינדער"; בעט און בעט איינמאל און נאכאמאל, א צווייטע מאל, און א דריטע מאל, אן א שיעור; אזוי ווי אן עושר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - דארף מען פאסטן אדער נישט? ווי אזוי מאכט מען זיך פרייליך במילתא דשטותא?
שמחה, תעניתים, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געלערנט אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן קע"ט) אז ס'איז דא אן ענין צו פאסטן תעניתים און דאס ברענגט שמחה, אבער פון די אנדערע זייט האט דאך דער רבי געזאגט, "ווער עס ווייסט פון מיר דארף נישט פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר וואס העלפט אים פאסטן?", ווי אזוי גייען די צוויי זאכן אינאיינעם?


אויך האב איך געזען אין ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן מ"ח) אז מ'דארף זיך מאכן פרייליך מיט סיי וואס, אפילו "במילתא דשטותא", ווי אזוי ארבעט דאס און ווי אזוי איז מען דאס מקיים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אונז נישט געלאזט פאסטן אייגענע תעניתים, נאר יום כיפור וואס איז א מצות עשה דאורייתא צו פאסטן, און די טעג וואס מיר דארפן פאסטן מדרבנן: תשעה באב, עשרה בטבת, י"ז בתמוז, תענית אסתר און צום גדליה. אבער לגבי זיך מאכן אייגענע תעניתים האט דער רבי געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "ווער עס ווייסט פון מיר דארף נישט פאסטן, און ווער עס ווייסט נישט פון מיר וואס העלפט אים פאסטן?" ווייל ווען מען ווייסט פון רבי'ן, מען פירט זיך מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע שמוץ און עס נעמט אראפ אלע נישט גוטע זאכן וואס האט זיך אנגעקלעבט פון די עבירות, עס פעלט נישט אויס פאסטן.


דאס וואס דו פרעגסט, דער רבי זאגט דאך אז עס איז דא מדריגות וואס מען קען נאר צוקומען צו דעם נאר דורך פאסטן; קוק וואס רבי נתן בעט אין ליקוטי תפילות (ליקוטי תפילות חלק א', תפילה נ): "וּבְכֵן תְּרַחֵם עָלַי, וּתְזַכֵּנִי וְתוֹרֵנִי וּתְלַמְּדֵנִי, שֶׁאֶזְכֶּה לֵידַע בֶּאֱמֶת אֵיךְ לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיַן הַתַּעֲנִיּוֹת שֶׁאֲנִי מְחֻיָּב לְהִתְעַנּוֹת בִּשְׁבִיל תְּשׁוּבָה עַל עֲווֹנוֹתַי הָרַבִּים", רבונו של עולם העלף מיר און לערן מיר, איך זאל וויסן ווי אזוי איך זאל זיך פירן מיט תעניתים, "כִּי אַתָּה לְבַד יָדַעְתָּ אֶת כָּל הַמְּנִיעוֹת וְכָל הַסְּפֵקוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים שֶׁיֵּשׁ לִי עַל זֶה", ווייל נאר דו אייבערשטער ווייסט ווי שטארק איך בין צעמישט און וויפיל בלבולים איך האב אין דעם, "עַד שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ לָתֵת עֵצוֹת בְּנַפְשִׁי כְּלָל בְּעִנְיַן זֶה שֶׁל תַעֲנִיּוֹת", איך קען זיך נישט אליינס אן עצה געבן צו וויסן אויב איך זאל פאסטן און וויפיל איך זאל פאסטן.


ביים רבי'ן איז געווען א שטיק צייט וואס דער רבי האט געהייסן אנשי שלומינו זאלן פאסטן, נאכדעם האט דער רבי געזאגט מען זאל אפלאזן די זאך פון פאסטן (אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן, סימן קפה), און דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד) אז ער האט ער זוכה געווען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן; און ווען ער וואלט געוואוסט צו וואס מען קען אלץ זוכה זיין דורך די הנהגה פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואלט ער נישט אזויפיל געפאסט און געטון סיגופים וכו'.


אויף די צווייטע פראגע, ווי מען איז מקיים וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹּחַ גָדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אַשֶׁר יוּכַל, וַאֲפִלּוּ בְּמִילֵי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך מיט'ן גאנצן כח און מיט וואס מען קען נאר, אפילו זיך נאריש מאכן; דאס איז מען מקיים פשוטו כמשמעו, מען דארף זיך פרייליך מאכן אויף אלע וועגן ווי אזוי מען קען נאר, אפילו זיך נאריש מאכן, אבי צו זיין פרייליך.


שטארק זיך, ווער נישט צעבראכן פון גארנישט.


 

#1 - ווי אזוי איז די תפלין משעבד דעם מענטש צום אייבערשטן?
פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, אויב איר קענט מיר מסביר זיין, על פי חסידות בכלל און על פי חסידות ברסלב בפרט, דאס וואס מען זאגט ביי די לשם יחוד ביים לייגן תפלין "וצונו להניח על היד לזכרון זרוע הנטויה, ושהיא נגד הלב לשעבד בזה תאות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו, ועל הראש נגד המח, שהנשמה שבמוחי עם שאר חושי וכוחותי כלם יהיו משועבדים לעבודתו יתברך שמו", ווי אזוי ארבעט דאס? ווי אזוי זענען די תפלין משעבד די הארץ און קאפ צום אייבערשטן?


חיים מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים-וילך, י"ט אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד חיים מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן.


מען זאגט אין דעם נוסח פון לשם יחוד פאר מען טוט אן די תפילין: "וְצִוָּנוּ לְהָנִיחַ עַל הַיָּד לְזִכְרוֹן זְרוֹעַ הַנְּטוּיָה, וְשֶׁהִיא נֶגֶד הַלֵּב לְשַׁעְבֵּד בָּזֶה תַּאֲוַת וּמַחְשְׁבוֹת לִבֵּנוּ לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ. וְעַל הָרֹאשׁ נֶגֶד הַמֹּחַ, שֶׁהַנְּשָׁמָה שֶׁבְּמֹחִי עִם שְׁאָר חוּשַׁי וְכֹחוֹתַי, כֻּלָּם יִהְיוּ מְשֻׁעְבָּדִים לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ" מיר טוען אן די תפילין צו משעבד זיין אונזער הארץ און אונזער מח צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, מען קען הערן מענטשן זאגן: "דער מענטש איז זייער מצליח ווייל ער האט גאלדענע הענט", "דער איז מצליח ווייל ער האט א אייזערנע קאפ"; מען פארגעסט אבער אז דער אייבערשטער איז דער וואס געבט די גאנצע הצלחה פארן מענטש, ער געבט פרנסה פארן מענטש, און עס האט גארנישט צו טון מיט גאלדענע הענט אדער א אייזערנע קאפ. די גאנצע וועלט פירט זיך פונעם אייבערשטן, אזוי ווי אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ט, יא): "לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם, וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר וגו'"; מיט דעם טייטש מוהרא"ש דעם מאמר חז"ל (סנהדרין מו.): "שְׁכִינָה מַה לָשׁוֹן אוֹמֶרֶת, קַלַּנִי מֵרֹאשִׁי, קַלַּנִי מִזְּרוֹעִי", דער אייבערשטער קלאגט, דער קאפ טוט מיר וויי, די הענט טוט מיר וויי, "עס טוט מיר וויי צו הערן ווי מענטשן זאגן אז א 'גוטע קאפ' ברענגט הצלחה, אדער 'גוטע הענט' ברענגט עשירות", נישט דער אייזערנע קאפ מאכט רייך, און נישט די גאלדענע הענט מאכט געלונגען, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן. דערפאר טוען מיר אן תפילין אויף די הענט און אויף די קאפ, מיר בינדן צו אונזער הענט און קאפ צום אייבערשטן, וואס דורכדעם טוען מיר ווייזן אז אלעס וואס מיר האבן, אלעס קומט פונעם אייבערשטן. דאס איז פשט פון משעבד זיין אונזער הארץ און אונזער קאפ צום אייבערשטן, מיר בינדן זיך צו צו אים, און מיר ווייזן אז מיר קענען גארנישט טון אן דעם אייבערשטן.


מיר קענען נישט משיג זיין ווי גרויס די מצוה פון תפילין איז, און ווי פרייליך מיר דארפן זיין ווען מיר זענען זוכה אנצוטון תפילין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ל:): אַבַּיֵי הֲוָה יָתֵיב קַמֵּיהּ דְּרַבָּה, חַזְיֵיהּ דַּהֲוָה קָא בָּדַח טוּבָא, אֲמַר: "וְגִילוּ בִּרְעָדָה" כְּתִיב! אֲמַר לֵיהּ: אֲנָא תְּפִלִּין מַנַּחְנָא", אביי איז געזעצן פאר רבה, און רבה האט געזען אז אביי איז זייער פרייליך, האט אים רבה געפרעגט, עס שטייט דאך (תהלים ב, יא): "וְגִילוּ בִּרְעָדָה"? האט אים אביי געענטפערט: "איך האב אנגעטון תפילין"!


רַבִּי יִרְמְיָה הֲוָה יָתֵיב קַמֵּיהּ דְּרַבִּי זֵירָא, חַזְיֵיהּ דַּהֲוָה קָא בָּדַח טוּבָא, אֲמַר לֵיהּ: "בְּכָל עֶצֶב יִהְיֶה מוֹתָר" כְּתִיב, אֲמַר לֵיהּ: "אֲנָא, תְּפִלִּין מַנַּחְנָא", די זעלבע מעשה איז געווען ביי רבי ירמיה, ער איז געזיצן פאר רבי זירא, און רבי זירא האט געזען אז רבי ירמיה איז זייער פרייליך, האט אים רבי זירא געפרעגט, עס שטייט דאך (משלי יד, כג): "בְּכָל עֶצֶב יִהְיֶה מוֹתָר"? האט אים רבי ירמיה געענטפערט: "איך האב אן תפילין"!


זעט מען פון דעם ווי ווייט א מענטש דארף זיך מחיה זיין מיט דעם וואס ער טוט אן תפילין יעדן טאג; דער יצר הרע קען דאס אבער נישט נעמען, ער קען נישט זען ווי א איד בינדט זיך צו צום אייבערשטן יעדן טאג, וואס טוט ער? ער ווארפט אראפ דעם מענטש און ער מאכט אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת - זה בכה וזה בכה, צו יעדן איינעם קומט ער מיט אן אנדערע שלייער, ער צעברעכט דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים שלעכטע מחשבות, אז דער מענטש טראכט: 'ווער דארף מיין תפילין, ווער דארף מיין דאווענען, איך בין דאך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, איך האב דאך אזוי סאך געזינדיגט וכו' וכו'", אבער דאס איז נישט אמת, ווייל דער אייבערשטער ווארט אז דער מענטש זאל קומען יעדן טאג אין שול.


חכמינו זכרונם לברכה זאגט זאגן (ברכות ו:): "אָמַר רַבִּי יִצְחָק: כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָא יוֹם אֶחָד, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט נישט אין שול פרעגט דער אייבערשטער "וואו איז דער איד?" פארוואס איז ער נישט געקומען; אויב איז ער נישט געזונט וועט אים דער אייבערשטער אויסהיילן, אויב איז ער פארנומען מיט מעשים טובים, וועט אים דער אייבערשטער העלפן. אפילו א מענטש האט געטון עבירות און ער איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן קען ער זיך אין איין מינוט צוריק קערן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְדוֹלָה תְּשׁוּבָה, שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה, קומט ער אן ביזן אייבערשטן אליין.


וואויל איז פאר א מענטש וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און ער איז זיך מחיה מיט דעם, ער טאנצט זיך אונטער בשעת'ן אנטון די תפילין; ביי מוהרא"ש האט מען געקענט זען ווען ער פלעגט אנטון תפילין, בשעת ער האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אונטער געטאנצן, ממש אזוי ווי איינער וואס האט יעצט געוואונען די גרעסטע סומע געלט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִי יָמִים", ווער עס טוט אן תפילין וועט האבן אריכות ימים; און אז מען לייגט תפילין איז מען זוכה צו זיין אפגעהיטן פון עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס טוט אן תפילין וועט נישט זינדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.