שאלה אין קורצן ענין
#1 - איז דער בחור מיין שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

שלום וברכה,


קודם כל וויל איך זאגן א יישר כח פאר אלע שיעורים פון די זומער, עס האט מיר מורא'דיג מחזק געווען.


דעם זומער בין איך געווען אין קעמפ און איך האב געזען בחורים. איך האב זיך אויסגע'משל'ט אז איין בחור איז מיין שידוך, נישט ווייל ער איז שיין און cool, נאר ווייל איך הער ווי מיינע ברידער רעדן וועגן זיינע גוטע מידות און ווי סאך ער לערנט.


איך ווייס אז עס איז נישט א גוטע זאך, איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז איך זאל נישט טראכטן פון אים, איך ווייס אבער נישט וואס צו טון, איך טראכט פון אים בייטאג און ביינאכט.


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר געבן אן עצה?


גענעשע

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד גענעשע תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק דיך און ווער נישט צעבראכן פון דעם וואס דו גייסט יעצט אריבער; עס איז א זאך וואס פאסירט ביי אסאך מיידלעך. דו בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דו זאלסט האבן א ערליכע מאן מיט ערליכע קינדער.


נישט אלעס איז דאס אויסזען פון א מענטש; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר הקדוש) אז א שוטה קוקט אויף די לבוש מיט וואס דער מענטש איז אנגעטון, אבער א חכם קוקט וואס טוט זיך אונטער דעם לבוש; ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען קוקן צי דער בחור האט גוטע מידות, צי ער איז א ותרן אדער א כעסן; דער עיקר דארף מען קוקן אויף דעם. זייער אסאך מאל צעטיילן זיך א יונגע פארפאלק ווייל זיי האבן נישט מברר געווען אויף די מידות, מען האט נאר געקוקט אויפן אויסזען.


נישט יעדע בחור וואס דרייט זיך דא אין ישיבה איז א תלמיד הישיבה וד"ל; דו בעט דעם באשעפער אז דו זאלסט האבן אן ערליכע מאן און ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן נאר טון דעם רצון ה', קינדער וואס וועלן לערנען און דאווענען און טון חסד.


ווען מען בעט פאר א שידוך טאר מען נישט בעטן דעם אייבערשטן 'איך דארף דער שידוך'; חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מועד קטן יח:) רבא האט אמאל געהערט ווי א בחור בעט דעם אייבערשטן: "תִּזְדַּמֵּן לִי פְּלָנִיתָא", איך וויל חתונה האבן מיט די מיידל, האט רבא געזאגט פאר דעם בחור: "לֹא תִּיבָּעִי רַחֲמֵי הָכִי", מען טאר נישט בעטן דעם אייבערשטן 'איך דארף דעם און דעם שידוך'. זעט מען פון די גמרא אז מען טאר נישט בעטן אויף א געוויסע שידוך, ווייל מען ווייסט נישט וואס איז גוט פארן מענטש.


זאלסט זיך נאר חבר'ן מיט גוטע מיידלעך - וועסטו האבן א זיסע לעבן; ווי אזוי קען מען וויסן ווער איז א גוטע מיידל און ווער נישט? אז מען קוקט אויפן מויל. א גוטע מיידל רעדט שטענדיג איידל, זי מאכט נישט אוועק א צווייטן, זי טשעפעט נישט קיינעם, זי רעדט צו אירע טיטשערס מיט דרך ארץ, ווער רעדט נאך צו טאטע מאמע - רעדט זי איידל וכו', מיט אזעלכע מיידלעך זאלסטו זיך חבר'ן, אבער אז דו הערסט מיידלעך רעדן פון נישט איידלע זאכן, זאלסטו אוועק גיין פון זיי, ווייל עס וועט דיר אויך שאטן.


זע צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, און וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן און הערט אויס יעדן איינעם; חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורם ווינט אויפן וואסער, און א שיף איז פארבלאנדשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפן שיף האבן זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים, ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן אלע גוים אויסגעשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך".


זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער הערט אונז אלעמאל אויס, און מיר זענען קיינמאל נישט אליין, דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.