תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איינער האט מיר געפרעגט וואו עס איז דער מקור אז רבי נתן האט געהאט א גלאטן האלז. אפשר ווייסט דער ראש ישיבה עפעס מער איבער דעם?
יישר כח פאר אלעס.
דוד
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד דוד נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. ר' דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אקריינא: שריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר ר' נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים".
ר' דוד צבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף ר' נתן: "מען האט אנגעטראגן פאר מיין טאכטער גרעסערע לומדים ווי ר' נתן, אבער איך האב אים גענומען פאר אן איידעם ווייל איך האב געזען אז ער האט א גלאטע האלז"; דאס איז א מליצה אויף ר' נתן ארויס צו ברענגען ווער ר' נתן איז געווען. דער הייליגער ר' נתן איז געווען ביי זיך ווי א שטיקל בלאטע, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר ר' יצחק דער טיראוויטצער מגיד'ס איידעם (חיי מוהר"ן, סימן שלח): "קוק אים אן – ר' נתן – וועסטו זען אז ער איז ביי זיך ווי א גלאט שטיקל בלאטע".
ר' נתן האט דערציילט אויף זיך: "אין חדר האבן אלע קינדער געפרעגט קשיות פונעם מלמד אבער איך האב נישט געהאט קיין קשיות, איך האב געזאגט פאר מיין מלמד: 'וואס זאל איך טון אז עס איז מיר גארנישט שווער?' האט מיר דער מלמד געזאגט: 'עס איז בעסער צו גיין פשוט אן קשיות ווי די אנדערע קינדער וואס זוכן נאר צו פארקריכן פונעם פשט'".
פון קינדווייז אן האט ר' נתן געלעבט מיטן תכלית, ווייל ער פלעגט דאווענען נעבן זיין זיידן ר' יצחק דאנציג זכרונו לברכה וואס פלעגט זיצן מיט די אלטע אידן אויף מזרח וואנט, אזוי איז אים אויסגעקומען צו קענען אלע אלטע אידן וואס פלעגן זיך צומאל שפילן און זיך ווערטלען מיט אים. איין טאג איז איינער פון די זקנים וועם ר' נתן האט גוט געקענט - נפטר געווארן און ר' נתן האט זיך נאכגעפרעגט ביי זיין זיידע אויף דעם איד, האט אים דער זיידע געענטפערט אז ער איז נפטר געווארן, האט ער געפרעגט זיין זיידע: "וואס מיינט נפטר געווארן?" האט ער אים מסביר געווען אז ווען א מענטש שטארבט גראבט מען אויף א לאך אין בית החיים און מען לייגט דארט אריין דעם מענטש, נאכדעם דעקט מען צוריק צו דעם לאך מיט ערד. ווען ר' נתן האט דאס געהערט האט אים אנגעפאנגען באדערן: 'וואס איז דער תכלית דא אויף דער וועלט, מען לעבט און מען שטארבט וכו' און דאס איז עס?' די מחשבות האבן אים געמאכט זוכן און נישטערן נאכן תכלית ביז ער האט געפונען דעם הייליגן רבי'ן.
ווען מוהרא"ש פלעגט רעדן פון ר' נתן פלעגט ער שטענדיג זאגן: "מיר האבן נישט קיין השגה ווער ר' נתן איז געווען און ווי גרויס ער איז געווען; מען האט אים גע'רודפ'ט עד חרמה מבית ומבחוץ. און טראץ אלע רדיפות וואס ער איז אריבער, מיט אלע צרות ויסורים, האט ער פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר די גאנצע וועלט, דאס דארפן מיר נאכטון; מגלה זיין דעם רבינ'ס עצות פאר אלעמען".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.