שאלה אין קורצן ענין
#1 - דער רבי האט דאך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל פארשטיין דאס לערנען?
לימוד התורה, ספרי ברסלב, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע חיזוק וואס איך באקום פון די שיעורים, ניגונים, און בריוו. ממש מחיה נפשות.


איך לערן ב"ה רוב טאג, איך בין אויפגעוואקסן אין ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל, און איך בין ב"ה מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, און איך פרוביר צו גיין אין זיינע וועגן.


מיין שאלה איז אזוי, אין אייער זכות האב איך זוכה געווען שוין צו ענדיגן צוויי מאל משניות און עטליכע מסכתות גמרא, איך האב אבער ב"ה א גוטן קאפ, איך קען פארשטיין וואס איך לערן, איז די שאלה צי איך זאל טאקע נאר זאגן, אדער איינער וואס קען לערנען דארף יא לערנען געהעריג, דער רבי האט דאך אויך געזאגט אז ער פלעגט וויינען צום אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט. אדער אפשר דארף מען זיך מאכן א חוק קבוע צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות מיט זיבן בלאט גמרא וכדומה, און ערשט נאכדעם וואס מ'ענדיגט די שיעורים, קען מען פרובירן צו לערנען און פארשטיין?


אויך וויל איך וויסן, איך בין יעצט זייער אסאך עוסק אין ליקוטי הלכות, כמעט רוב טאג לערן איך נאר דאס. איז די שאלה אויב דאס איז דער ריכטיגער וועג, אדער דארף מען ענדערש לערנען רוב טאג גמרא וכדומה, און נאר אביסל צייט אוועקגעבן צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים? אדער איז נישטא קיין כלל אין דעם, נאר יעדער דארף טון לויט וואס עס ציעט אים?


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט בהתמדה רבה, דו האסט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה און אפאר מסכתות אין ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אז מען זאל לערנען אפילו אן פארשטיין.


אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט פארשטייט דאס די נשמה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט, "לֶעָתִיד - בָּעוֹלָם הַבָּא - יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף די וועלט; "אַשְׁרֵי הַמְבַלֶּה יָמָיו בְּתוֹרָה וַעֲבוֹדָה הַרְבֵּה", וואויל איז פאר'ן מענטש וואס פארברענגט זיינע טעג און יארן מיט תורה און מיט עבודת השם.


חוץ פון דיינע שיעורים וואס דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד בגירסא, מאך זיך א שיעור מיט א חברותא צו פארשטיין וואס דו לערנסט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", מען דארף האבן א שיעור אין עיון יעדן טאג; אבער רוב צייט זאלסטו זאגן אסאך גמרא און אסאך משניות.


דו פרעגסט אין דיין בריוו: ווי קען מען זאגן אן פארשטיין, מען זעט דאך פון רבי'ן אז מען דארף יא פארשטיין וואס מען לערנט, ווייל דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, סימן ח): "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", ער האט אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן ביז ער האט זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות; זעט מען אז מען דארף יא פארשטיין?


דאס איז בכלל נישט קיין קשיא, ווייל אודאי דארף מען פארשטיין וואס מען לערנט און דעריבער האט דער רבי געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה, אבער ווען עס קומט צו לערנען דעמאלט טאר מען נישט קוקן אויף דעם אז מען וויל פארשטיין - אז דאס זאל מונע זיין פון לערנען.


אז מען קוקט מיט אן אמת'ע אויג זעט מען אז רוב מענטשן האלטן זיך אפ פון לערנען צוליב דעם וואס מען וויל פארשטיין, און מען האט יעדן טאג אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען. אבער אז מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דאס שניידט שטיקער, ווייל דאס איז א דרך הלימוד פאר יעדן מענטש און יעדע צייט. עס איז נישט דא קיין שום זאך וואס קען מונע זיין דעם מענטש פון לערנען ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד; מען דארף נישט קיין חברותא, מען דארף נישט קיין קאפ, מען דארף גארנישט. נאר וואו מען איז, אין וואס פאר א מצב מען געפונט זיך, נעמט מען דעם משניות און מען זאגט א פרק נאך א פרק, מען נעמט די הייליגע גמרא און מען זאגט א בלאט נאך א בלאט. וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, וועט ער זוכה זיין צו מסיים זיין כמה פעמים כל התורה כולה און דאס פארשטיין.


אז דו האסט א שטארקע געפיל אין דעם הייליגן ספר ליקוטי הלכות זאלסטו דאס נישט אפלאזן. מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט במשך א שטיק צייט געלערנט אויסטערליש פלייסיג דעם ספר ליקוטי הלכות פון רבי נתן זכרונו לברכה, אז ער פלעגט דאס ענדיגן יעדן חודש. ער האט זיך אזוי געפירט צוויי און א האלב יאר - דרייסיג חדשים ברציפות. רבי נתנ'ס התחזקות איז אים אריין אין די בלוט און פון דעם האט ער זוכה געווען צו מחבר זיין די הייליגע קונטרסים, פופצן הונדערט באזונדערע סארט קונטרסים האט מוהרא"ש געשריבן, וואס איז התחזקות - ארויס גענומען פון ליקוטי הלכות - פאר אידישע קינדער אין אלע מצבים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.