תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א אינגערמאן פון ארץ ישראל, איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, און דאס האט מיר זייער שטארק מחזק געווען, איך דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך האב אייך געטראפן, און איר דערנענטערט מיר צום אייבערשטן. איך האב שוין געענדיגט צען מאל ששה סדרי משנה, און איך האב א שיעור אין גמרא און אין רמב"ם.
איך מוטשע זיך מיט שלום בית און מיט חובות, כאטש איך פארדין שיין פרנסה, און איך ווייס נישט אויף וואס איך דארף מער מתפלל זיין.
איך בין פטור געווארן פון מיין סמארטפאון, איך האב עס אוועקגעווארפן ב"ה, דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב וויל עס נאכנישט אויפגעבן, דארף איך איר מעורר זיין אויף דעם? אדער זאל איך ווארטן ביז ווען זי וועט אליין אפמאכן אז זי דארף עס נישט האבן?
א גרויסן יישר כח פאר אלעם.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען זאל זי אוועק ווארפן איר סמארט פאון? פונקטליך די מינוט ווען דו האסט אפגעמאכט אוועק צו ווארפן דיין סמארט פאון?!
וואו איז דיין שכל? וויפיל האט מען געדארפט רעדן צו דיר ביז דו האסט פארשטאנען אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער צו תורה ויראת שמים ווען דער טאטע זיצט אין שטוב און שפילט זיך פיר און צוואנציג שעה מיטן סמארט פאון? און יעצט ווילסטו אז זי זאל דאס גלייך אליינס פארשטיין?! וויפיל מאל האסטו געענדיגט ששה סדרי משנה ביז דו האסט באקומען כוחות פון די הייליגע תורה צו האבן די שטארקייט אוועק צו לייגן דיין סמארט פאון? וואס ווילסטו, אז זי זאל עס אין איין מינוט פארשטיין?!
דער אייבערשטער זאל אריין ברענגען א ריינע גייסט אין אידישע קינדער מען זאל וויסן ווי שעדליך עס איז ווען עלטערן שפילן זיך מיטן סעלפאון; עס רייסט ארויס יעדעס פינטעלע יראת שמים פון די עלטערן און פון די קינדער. אז מען דארף דאס פאר די ארבעט איז איין צרה, אבער אין שטוב איז מען נישט בארעכטיג דאס אריין צו ברענגען בשום פנים אופן. די אלע וואס האלטן זיך קלוגער פון ערליכע אידן וועלן דארפן צאלן א טייערע פרייז שפעטער, ווען מען וועט זיך כאפן וואו די קינדער האלטן וכו' וועט שוין זיין אביסעלע שפעט.
ווער רעדט נאך ווי שעדליך עס איז אז א אידישע מאמע האט א סמארט פאון; דאס איז זייער שלעכט פאר די גאנצע שטוב, עס נעמט איר אוועק פון אירע קינדער, עס נעמט איר אוועק פון טון די שטוב ארבעט און עס שפירט זיך ווי א שטוב אן א מאמע השם ישמרינו; קינדער קענען נישט אויפוואקסן מיט א מאמע וואס הערט נישט, זעט נישט און שמעקט נישט נאר איין זאך – איר סעל; קינדער דארפן א מאמע וואס ווען זיי רעדן צו איר איז איר קאפ מיט זיי, נישט אינעם טעלעפאן, און הערט זיי אויס בלויז מיט א פערטל אויער. די קינדער באקומען א געפיל ווי זיי זענען נישט ווערד, מען דארף זיי פשוט נאר פאר די פאר מינוט וואס מען דארף כאפן בילדער פון זיי און שיקן ווייטער אויף סאשעל מידיע; אזא שטוב ווערט חרוב רחמנא לצלן.
דו קענסט רעדן מיט דיין ווייב שיינע ווערטער; ווייז איר דעם בריוו און זאג איר אז פאר דיר איז אויך זייער שווער געווען דאס אוועק צו לייגן וכו', און דו האסט עס געטון נאר ווייל דו ווילסט אויפציען ערליכע דורות. אזעלכע ווערטער וועט זי פארשטיין, אבער חס ושלום צו רעדן שארפע ווערטער.
אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב וועסטו האבן פרנסה בשפע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב דו וועסט רעדן צו איר שיינע ווערטער, וועסטו ארויס גיין פון דיינע חובות און זוכה זיין צו האבן פרנסה בריווח.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אויפציען ערליכע אידישע דורות.