תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א חב"ד'סקער חסיד, און איך בין זיך מחיה מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, ספעציעל ווען איר זאגט נאך פון די מסירת נפש פון די חסידים אין רוסלאנד, און פון די רביים פון חב"ד נ"ע.
איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך דאווען אין א חב"ד שול, אבער דער רב דארט איז זייער א נערוועזער, און ער פארשעמט מיר אסאך מאל, איך לייד אסאך בזיונות פון אים, ס'איז מוז אבער זייער שווער אוועקצוגיין דאווענען ערגעץ אנדערש, ווייל דארט האב איך מיינע חברים און מ'דאווענט מיין נוסח.
איך ווייס אבער נישט ווי אזוי צו נעמען די בזיונות, ער פארשעמט מיר אסאך מאל ברבים, און פון איין זייט איז דאס א גוטע זאך צו האבן בזיונות, מ'קומט אפ מיט דעם די עבירות, מיין נפש הבהמיות ווערט צעבראכן, אבער פון די אנדערע זייט שטערט מיר דאס אויך זייער אין עבודת ה', עס צעברעכט אויך מיין נפש אלקי, איך ווער זייער צעבראכן און צעקלאפט, איך בין זיך מתרשל פון דאווענען, פון די ארבעט, און פון מיין הויז, עס רויבט צו מיין זעלבס זיכערקייט.
איך האב געפרעגט ביי חסידים, און זיי אלע זאגן מיר אז מ'דארף נעמען בזיונות אן קיין פשרות. איך וויל אבער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם, צי ס'לוינט זיך טאקע צו ווערן פארשעמט יעדן טאג, און פארלירן די עבירות, אבער אויך די מצוות.
יישר כח נאכאמאל פאר אלע חיזוק און דרשות.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ענדערש זאלסטו ווייטער דאווענען דארט וואו דו ביסט צוגעוואוינט צו דאווענען וכו', ווייל עס ווייזט זיך אויס אז די אלע וואס לויפן אוועק פון איין שול צום צווייטן די לויפן נאכדעם ווייטער אוועק צו א דריטע שול וכו'.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווען א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; ווייל געווענליך אין א בית המדרש קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאוונט און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם און אפילו מען פארשעמט אים וכו', איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו"; ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין בית המדרש איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.
אז דו וועסט זיצן אין דיין ווינקל אונטער דיין טלית וועט דיר דער רב נישט טשעפען, אבער אז דו וועסט זיך זוכן צו האבן צוטון מיט יעדן איינעם וועט דיר דער רבי דארפן פארשעמען וכו'.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן צמח צדק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו זיך אפרעדן אז יעדער איינער אין בית המדרש טרעט אויף אים - מען טשעפעט אים, און ער ווייסט נישט וואס צו טון, וואו ער גייט און ווי ער שטייט שפרינגט איינער ארויף אויף אים; ער דארף אן עצה. האט אים דער הייליגער צמח צדק זי"ע געענטפערט: "וֶוער הֵייסְט דִיר זִיךְ אוֹיסְלֵייגְן אִין דִי לֶענְג אוּן אִין דִי בְּרֵייט אוּן אַזוֹי טְרֶעט יֶעדֶער אֵיינֶער אוֹיף דִיר, בֶּעסֶער זִיץ אִין דִי זַייט אִין דַיין וִוינְקֶעלֶע, וֶועט קֵיינֶער נִישְׁט טְרֶעטְן אוֹיף דִיר".
נעם אריין אין דיר דעם דיבור פון הייליגן צמח צדק זי"ע וועט דיר גוט זיין בזה ובבא .