שאלה אין קורצן ענין
#19 - ווי אזוי בין איך מסביר פאר מיין טאטע אז ברסלב איז גוט פאר מיר?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, בזיונות, סדר דרך הלימוד, מנין, מוהרנ"ת ז"ל, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, איך הער יעדן טאג די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, מיט'ן סדר דרך הלימוד בין איך זוכה צו לערנען אסאך תורה יעדן טאג. יישר כח פאר אלע חיזוק.


איך האב אבער א פראבלעם אז מיין טאטע איז זייער ברוגז אז איך בין מקורב צו היכל הקודש און צו ברסלב. ווי אזוי קען איך אים מסביר זיין אז עס איז א גוטע פלאץ פאר מיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מצער זיין דיין טאטע חס ושלום; טענה נישט מיט אים, מיט א טאטע מאמע טענה'ט מען נישט; דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און זיך פירן מיט די הייליגע רבינ'ס עצות וסוף הכבוד לבוא.


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געהאט שרעקליכע רדיפות פון זיין טאטע, זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין ווייב זי זאל זיך חס ושלום גט'ן פון רבי נתן. רבי נתן האט געווארט מיט געדולד, ער האט געשוויגן, ער האט ווייטער מכבד געווען זיין טאטע. אלעס וואס זיין טאטע האט אים געזאגט האט ער געפאלגט, אויסער זאכן וואס האט מיטן הייליגן רבי'ן. ביז שפעטער פלעגט רבי נתנ'ס טאטע זיך אויפשטעלן פאר רבי נתן און אים רופן מיט א טיטל ר', וואס געווענליך א טאטע רופט נישט אן אייגן קינד ר'; ער האט געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב אזויפיל נחת פון דיר, דו ביסט מיך אזוי מכבד, דעריבער ריף איך דיך מיט א טיטל ר'".


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס זאל זיין דיין גרעסטע שטאלץ, זיי פרייליך מיט יעדע מצוה און זיי זיך קובע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אפילו אן פארשטיין, אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן טאג, גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט איבער אויף דיר, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינד, אויך זאלסטו זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ צו יעדן איינעם און בעיקר צו דיינע עלטערן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; אלע קוקן דיך נאך, אלע זוכן פשטים פארוואס דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב; זאלסטו זייער אכטונג געבן זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, אזוי וועלן דיינע עלטערן נישט האבן קיין צער פון דיר, אדרבה זיי וועלן בעטן אלע קינדער זאלן לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן.


וועסט אליינס זען, במשך הזמן אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען, דו וועסט סובל זיין די בזיונות, דו וועסט נישט גיין אין ויכוחים מיט זיי - וועלן אלע האבן נחת פון דיר. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען 'קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך', אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - ווי אזוי האלט איך אויס די יסורים וואס איך לייד פון מיין ווייב?
שלום בית, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, קשיות, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער זייער אסאך שיעורים פונעם ראש ישבה שליט"א אויף שלום בית, איך פרוביר צו טון וואס איך קען נאר, סיי צו העלפן אין שטוב, סיי צו געבן גוטע ווערטער און רעדן שיין, און אלע אנדערע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער איך זע אז עס איז דא נאך זייער אסאך זאכן וואס איז מיר נישט פארענטפערט, אין איך זע נישט אז זאכן זאלן זיך טוישן.


איך וויל פרובירן צו שרייבן באריכות מיט די פרטים, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיך פארשטיין און מיר זאגן וואס איך האב צו טון.


גלייך נאך מיין חתונה, נאך אינמיטן די שבע ברכות, האט מיין ווייב אנגעהויבן זאגן אז די שידוך האט מען איר אריינגענארט, מען האט איר נישט געזאגט קיין סאך פרטים פון די משפחה, און זי וויל אוועקגיין. איך האב פרובירט צו רעדן צו איר שיין וויפיל איך האב געקענט, אבער זי האט זיך געהאלטן ביי איר'ס.


למעשה האט מיין שוויגער פארגעשלאגן אז מיר זאלן אריינמופן צו זיי, און מען האט אזוי געטון, מיר האבן דארט געוואוינט פאר א האלב יאר, זי האט בכלל נישט געוואלט גיין צו מיינע עלטערן און כסדר געזאגט אז זיי זענען נעבעכדיגע מענטשן, יעדע חבר וואס איז געווען נאנט צו מיר סיי פון ישיבה אדער פון כולל האט זי געזאגט אז זי האט זיי פיינט, אן קיין שום סיבה, און זי פלעגט יעדן טאג קוקן אויף מיין טעלעפאן אויב איך האב גערעדט צו איינעם פון זיי, און אויב יא פלעגט זי שרייען, און דאס גייט נאך אן ביז היינט, און אזוי האט איך שוין אויפגעהערט צו רעדן צו איבער צוואנציג נאנטע חברים, ווייל איך האב איר נישט געוואלט אויפרעגן.


יעדע ארבעט וואס איך האב געוואלט טון פאר פרנסה האט זי נישט געלאזט מיך נעמען, יעדעס מאל פאר אן אנדערע אויסרייד, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און גענומען א דזשאב צו ברענגען פרנסה, האט זי יעדע וואך ביים אהיימברענגען דאס געלט פארפירט אז אויב איך ארבעט דארף איך מאכן מער געלט און עס איז איר נישט גענוג. נאך א שטיק צייט האב איך נישט געקענט נעמען די דרוק און געזוכט אן אנדערע דזשאב, און דארט האט זי ווייטער פארפירט, און אזוי גייט עס אן יעדע וואך, און אפילו איך האב שוין היינט צוויי זייטיגע ארבעט און איך פארדין מער ווי א געווענליכער אינגערמאן, איז זי נאכאלץ נישט צופרידן, און זי נעמט די גאנצע געלט און קויפט זיך וואס זי וויל, אבער אויב קויף איך עפעס פאר מיך שרייט זי אז איך עס איר אויף די גאנצע געלט.


איך גיי מאכן בר מצוה פאר מיין עלטסטע זון, און זי וויל דוקא נעמען א טייערע זאל, ממש ווי א חתונה, און צאלן פאר א פארטי-פלענער און רופן די גאנצע ארומיגע משפחה. אויב בעט איך איר שיינערהייט אז איך קען עס פשוט נישט באצאלן, שרייעט זי אויף מיר.


זי האט נישט קיין שום פראבלעם מיר צו פארשעמען אין פארנט פון איר גאנצע משפחה, און זי פילט זיך זייער גוט צו שרייען אויף מיר אין פארנט פון אנדערע.


זי לאזט מיר זיך נישט אפגעבן מיט די קינדער, אויב איך וויל זיי אנגרייטן נעגל וואסער שרייט זי אז עס גייט מאכן א חורבן ווייל עס גייט זיך אויסגיסן, און אויב איך וויל זיי דערציילן א מעשה זאגט זי אז מען קען נישט ווייל זיי דארפן שוין שלאפן, און אויב איך פרעג זיי אויס ווי אזוי עס איז געווען אין חדר זאגט זי אז איך דארף טראסטן די חדר און נישט מאכן משוגע.


ביי יעדע שמחה וואס איינער פון די משפחה מאכט, מוז זי שיקן שיינע און טייערע קעיקס, און איך דארף זיין פארנומען עס איינצוקויפן און באצאלן און עס שיקן צו יענעם. און אפילו ווען די הויז איז איבערגעדרייט וועט זי ענדערש זיין פארנומען מיט שיקן יענעם די מיניטשורס.


זי האלט אינאיין זאגן אז זי איז אויסגעמוטשעט און זי מוז פארן זיך אפרוען, אבער ווען איך צאל געלט פאר א וואקאציע איז זי קיינמאל נישט צופרידן און זי האלט זיך אינאיין אפרעדן א גאנצן צייט אז איך פארשטיי נישט צו וואקאציע און עס איז איר בכלל נישט ווערד געווען די גאנצע קומען.


יעדע זאך וואס איך טו, וועט זי אלץ זאגן אז איך בין א שלימזל און איך האב נישט גוט געטון, נישט קיין חילוק וואס איך טו איז עס איר קיינמאל נישט גוט, אין איך וואלט ווען געדארט טון פארקערט.


זי לאזט מיר נישט גיין צו קיין שום מסיבות אדער שמחות פון חברים אדער פון מיין משפחה, יעדעס מאל וועט זי טרעפן אן אנדערע סיבה פארוואס זי וועט מיך נישט לאזן גיין, איך פיל זיך ממש איינגעשפארט, אין די צייט וואס זי גייט יעדע צווייטע נאכט ארויס צו שמחות אדער פארטיס.


בכלל איז אלץ די אטמאספער אינדערהיים אנגעצויגן, און וואס איך טו צו מאכן פרייליך און געשמאק העלפט נישט, זי איז מיר א גאנצע צייט חושד אויף אלע סארט ערגסטע זאכן אן קיין שום סיבה, איך קען עס אפילו נישט שרייבן וויפיל זי איז מיך חושד טאג אין נאכט, אז איך שפיר אז איך האלט עס נישט אויס און איך קען נישט מער אנגיין.


שבת ביי די סעודה, אויב וויל איך זאגן א תורה אדער א מעשה, וועט זי אלץ חוזק מאכן פון מיר אז איך ווייס נישט וואס איך רעד און עס מאכט נישט קיין סענס.


זי וויל איך זאל איר טראגן שאפינג מיט אירע שוועסטערס וואס איך טו זייער גערן, אבער זי מאכט מיר שפירן ווי א גארבעדזש, ווייל זי גייט מיט זיי אבער איך דארף זיי א גאנצן צייט נאכגיין, און אויב איך בעט איר שיינערהייט אז איך וויל בלייבן אין די קאר, שרייעט זי אויף מיר אז איך בין איר נישט געטריי.


איך האב פרובירט אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער עס ארבעט נישט ביי מיר, אויב זאג איך איר שיינערהייט אז עפעס שטערט מיר, נעמט זי זיך שרייען, און אסאך מאל בלאזט זי פאר עטליכע טעג אין א צו, און זי האט מיך שוין אסאך מאל אויסגעשפארט פון די דירה.


יעדעס מאל וואס זי רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט שוועסטערס אדער חבר'טעס, רעדט זי זיך אפ אויף מיר, מיט זאכן וואס איז בכלל נישט אמת, און זי מאכט זיך פאר א רחמנות אז איך פייניג איר און איך געב איר נישט קיין געלט און איך העלף איר גארנישט, און מען האלט מיך פאר זייער אסאך פארוואס איך פייניג איר, ווען באמת טו איך אלעס וואס איך קען איר צו העלפן.


ווען עס קומט א יום טוב איז מיין הויז ממש א גיהנום, יעדע זאך וואס מען דארף טון איז א גאנצע פרעשור, און אלעס איז נאר א גאנצן טאג טענות און שרייען.


זי זאגט א גאנצן צייט אז די דירה איז צו קליין און מען דארף נעמען א גרויסע דירה, איך האב איר שוין גענומען צו איבער דרייסיג דירות אבער קיין איינס וויל זי נישט פאר אן אנדערע סיבה.


יעדע ספר וואס איך לערן וועט זי טרעפן עפעס פארוואס מען טאר עס נישט לערנען, אויב וויל איך הערן סיי וועלכע שיעור פון סיי וועם, וועט זי זאגן אז יענעם טאר מען נישט הערן.


איך האב נאר געשריבן א קליינע חלק פון די יסורים וואס איך גיי דורך, איך האב שוין פרובירט אלעס וואס איך קען אבער איך זע נישט קיין עק צו די צרות, איך פיל ווי מיין לעבן איז שווארץ, איך קען עס מער נישט נעמען, איך שפיר אז עס טרעט מיר צו מיין געזונט, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן, איך בין גרייט צו טון סיי וואס פעלט אויס צו טוישן די מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון האב נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, מיר ווייסן גארנישט, עס איז דא זאכן וואס מיר דארפן פאררעכטן פון יעצט און פון פריערדיגע גלגולים; קשיות און טענות טאר מען נישט האבן אויף די אמונה, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער איז גוט און מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון.


שנית, ביסט נישט דער ערשטער וואס ליידט פון די ווייב; מיר געפינען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה וואס האבן זייער געליטן פון די ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א ווייב וואס האט אים זייער וויי געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיך מצער?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


שלישית, דו פון דיין זייט זאלסטו איר מכבד זיין, געב איר גוטע ווערטער, און אז זי שפעט און זי טוט דיך וויי זאלסטו נישט ענטפערן, מיט דעם וועסטו אפקומען אלע גיהנום, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, ווייל ער האט שוין אפגענומען די גיהנום דא אויף די וועלט. אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי זושא זכותו יגן עלינו, וואס האט געהאט א שלעכטע פרוי; זי האט אים אויסגעזויגן זיין בלוט, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו טשעפען, שרייען, אוועק מאכן און וואס נישט, טאג און נאכט האט זי געשפעט. איין טאג איז ער געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליין.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'; די מעשה האב איך געהערט פון מוהרא"ש און עד היום לעב איך מיט די מעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - פארוואס לאכט מען פון מיר?
תהלים, בזיונות, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים, איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך זע אסאך מאל ווי מענטשן קוקן אין מיין ריכטונג און זיי לאכן, איך שפיר אז זיי לאכן פון מיר. איך ווייס נישט צי זיי לאכן טאקע דוקא פון מיר אדער נישט, אבער דאס אליין אז מיינע מחשבות ציען אלץ אויף דעם וועג אז מסתמא לאכן זיי מיר אויס, דאס שטערט מיר זייער שטארק, וואס קען איך טון אז מענטשן זאלן נישט לאכן פון מיר, און וואס קען איך טון אז איך זאל נישט טראכטן אז מען לאכט פון מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער לאכט נישט פון דיר, קיינער טראכט נישט פון דיר; מאך זיך נישט נאריש, און אפילו דו וועסט מיר אויפווייזן אז מען לאכט יא פון דיר - דארף דיר דאס נישט אנגיין; וואס קען דיר א צווייטער טון?


זאג תהילים, דארט וועסטו זען ווי דוד המלך זינגט צום אייבערשטן אן א שיעור מאל: "איך האב פון קיינעם נישט מורא, קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט דיר געבן זעלבסטזיכערקייט, דו וועסט באקומען א שטארקע אמונה, עס וועט דיר מער נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


דוד המלך זינגט (תהילים נו, יב): "בֵּאלֹקִים בָּטַחְתִּי" איך פארלאז זיך אויפ'ן באשעפער, "לֹא אִירָא" איך האב פון קיינעם נישט מורא, "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם לִי" וואס קען מיר א מענטש טון?


דורך זאגן תהילים וועסטו באקומען א שטארקייט, א זעלבסטזיכערקייט צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, עס וועט דיר נישט אינטערעסירן וואס מען זאגט אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - דארף מען גיין זיך זוכן בזיונות?
צרות, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה רעדט אלץ פון די גרויסקייט פון בזיונות, האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס מיינט אויך אז מען קען גיין צו א פלאץ וואס מען ווייסט אז מען וועט דארט האבן בזיונות, למשל גיין צו געוויסע בית המדרש וואו איך מוז נישט גיין דארט, אבער איך פלעג דארט דאווענען פאר איך בין געגאנגען וואוינען אין א אנדערע שטאט, און איך קום אהין פון מאל צו מאל, איז דא אן ענין צו גיין צו א פלאץ וואס מען באקומט בזיונות? איך רעד נישט פון געפערליכע בזיונות, אז מען ווארפט מיך ארויס וכדומה, נאר שטילע בזיונות וואס מענטשן מאכן זיכער אז איך בין נישט באקוועם דארט. איך קען גיין דארט און באקומען די טשעפעס און עס אננעמען פאר א תיקון, אדער קען איך גיין אין א צווייטע פלאץ וואו איך האב מיט קיינעם גארנישט. וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט טאקע איבער דאס גרויסקייט פון האבן בזיונות, אז מען שווייגט און מען ענטפערט נישט - איז דאס א גרויסע תיקון פאר עבירות, מען פאררעכט מיט דעם אלצדינג. פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי (ספר המדות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון א צרה; איז וואס דארפסטו זיך זוכן צרות? וואס דארפסטו גיין צו א פלאץ וואו מען טשעפעט דיר?


אנשי שלומינו פלעגן זאגן, כדאי אויף צו מקבל זיין די תיקונים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה, - אז עס פעלט נישט אויס דאס אריבער צו גיין פון מענטשן, נאר מען קען האבן די תיקונים פון זיך אליינס; ווען מען קוקט זיך אן ווי אזוי מען זעט אויס, ווי אזוי מען פירט זיך, ווי מען פאלט אין נישט גוטע מעשים - דאס איז די גרעסטע בזיון, און אז מען איז מקיים "יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", מען גייט ווייטער אן אין לעבן, מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן - איז דאס אליינס א תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - וואס הייסט א בזיון?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, תשובה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך מאל איבער די גרויסקייט פון כאפן א בזיון, וויל איך וויסן וואס הייסט אלץ א בזיון? ווען מ'ברענגט אויף זיך אליין א בזיון איז עס אויך א בזיון? ווען די בזיון קומט זיך מיר, איז עס אויך א בזיון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט צוריק - דאס איז תשובה; דאס האט נישט צו טון אויב א צווייטער פארשעמט אדער מען ווערט אליינס פארשעמט, אז מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם - דאס איז תשובה.


עס הייבט זיך אן אין שטוב; טאטע מאמע זאגן א שלעכט ווארט, מען כאפט א בזיון פון זיי, אדער ווען די ווייב זאגט עפעס א שלעכט ווארט, - זאל מען נישט ענטפערן, נאר ווייטער זיין צו זיי געטריי. אויב מען ענטפערט נישט צוריק - איז מען זוכה צו תשובה שלימה, אלע שלעכטע בלוט וואס איז נאכנישט ריין ווערט דעמאלט אביסל מער ריינער. אפילו די שלעכטע ווארט איז זיך געקומען, מען איז זיך אליינס שולדיג; צום ביישפיל, דו קומסט אהיים שפעט און דיין ווייב געבט דיר א בזיון, עס קומט דיר, דו ביסט אליינס שולדיג אז דו ביסט געקומען שפעט; אז מען בלייבט שטיל איז מען זוכה צו תשובה.


עס איז דא אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו ווי מען האט זיי פארשעמט און זיי האבן קיינמאל נישט געענטפערט, אפילו די מתנגדים ווייסן אז די ברסלב'ע ענטפערן נישט. אמאל איז געווען אין אומאן אז די מתנגדים האבן פארשעמט א איד, מען האט געשריגן אויף אים ברבים און יענער האט יא געענטפערט, ער האט זיך נישט געלאזט, האבן די מתנגדים געזאגט, עס מוז זיין אז ער איז נישט קיין ברסלב'ער, ווייל די ברסלב'ער ענטפערן נישט, די ברסלב'ער זענען מקיים יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - מיינע עלטערן רעדן קעגן מיין רבי, מעג איך זיי ענטפערן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן דעם ראש ישיבה שליט"א'ס דרשות, האב איך אנגעהויבן זייער נזהר צו זיין אין כיבוד אב ואם, זיי מכבד צו זיין, און נישט צוריק ענטפערן ווען זיי שרייען מיר אן.


איך האב אבער געוואלט וויסן וואס די הלכה איז ווען מיינע עלטערן שרייען אויף מיר אז מיין רבי איז נישט קיין רבי, און נאך אזעלכע סארט נישט שיינע לשונות אויף דעם פלאץ וואו איך דריי זיך. מעג איך איר שיינערהייט זאגן אז דאס איז מיין רבי און איך טאר נישט הערן רעדן קעגן אים, אדער עפעס ענליך אויף אן איידעלע וועג, אדער זאל איך ענדערש אפשווייגן אזוי ווי אויף די אנדערע בזיונות וואס איך כאפ כסדר?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דיין רבי איז און אין וועלכע פלאץ דו דרייסט זיך; אויב איז דיין רבי דער הייליגער רבי און דו דרייסט זיך אין היכל הקודש זאלסטו אודאי נישט ענטפערן ווען מען שרייט און מען שפעט פון אונז. אז דו וועסט נישט ענטפערן ווען מען פארשעמט דיר וועסטו זוכה זיין צו די ריכטיגע תשובה אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


אונזער זאך איז אפשווייגן ווען מען האט א בזיון. מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו'. האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


ענטפער נישט קיינעם, בפרט דיינע עלטערן; אז דיינע עלטערן רעדן אויפ'ן רבי'ן און אויף ברסלב'ע חסידים זאלסטו זיך האלטן שטיל און געלאסן, מיט דעם וועסטו אפשטילן אלע מחלוקת און קריגערייען. קיינער וועט דיר נישט קענען אפשוואכן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות מריבה, סימן לה): "מִי שֶׁהוּא עָצוּר בְּמִלִּין, לֹא יוּכַל אוֹתוֹ שׁוּם אָדָם", ווער עס ענטפערט נישט און רעדט נישט, קען אים קיינער נישט בייקומען.


אין זכות וואס דו געבסט אכטונג אויף די כבוד פון דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים, דו וועסט זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#13 - דער גבאי פון שול האט מיר זייער פארשעמט, זאל איך צוריקגיין אהין?
מחלוקת, בית המדרש, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאווען אין א גרויסע שול אין מיין געגנט, און די וואך האט איינער עפעס שאדן געמאכט פאר די שול, און דער שמש האט באשלאסן אז איך בין האב עס געטון, און לכבוד דעם האט ער מיר זייער שטארק פארשעמט אין פארנט פון יעדן מיט מורא'דיגע בזיונות, אן אפילו מברר זיין צי ס'איז אמת. איך בין געווארן פון דעם אזוי צובראכן אז נעכטן האב איך געדאווענט מנחה מעריב אינדערהיים, איך האב זיך פשוט געשעמט צו גיין אין שול. און איך טראכט נישט אזוי שנעל צוריקצוגיין אהין ווי לאנג ער קומט מיר נישט איבערבעטן. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק דאווענען אין שול און מאך נישט קיין עסק פון דעם וואס דער גבאי האט דיר פארשעמט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רבי א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו', האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


בלייב דאווענען אינעם שול וואו דו דאוונסט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דער וואס בלייבט דאווענען אינעם זעלבן שול, ער קוקט נישט אויב מען פארשעמט אים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, ער קומט אין שול צום אייבערשטן, דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עָנָיו" און א "חָסִיד", אזא מענטש איז "מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - איך האב בזיונות אין מיין שול, זאל איך גיין ערגעץ אנדערש?
בית המדרש, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חב"ד'סקער חסיד, און איך בין זיך מחיה מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, ספעציעל ווען איר זאגט נאך פון די מסירת נפש פון די חסידים אין רוסלאנד, און פון די רביים פון חב"ד נ"ע.


איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך דאווען אין א חב"ד שול, אבער דער רב דארט איז זייער א נערוועזער, און ער פארשעמט מיר אסאך מאל, איך לייד אסאך בזיונות פון אים, ס'איז מוז אבער זייער שווער אוועקצוגיין דאווענען ערגעץ אנדערש, ווייל דארט האב איך מיינע חברים און מ'דאווענט מיין נוסח.


איך ווייס אבער נישט ווי אזוי צו נעמען די בזיונות, ער פארשעמט מיר אסאך מאל ברבים, און פון איין זייט איז דאס א גוטע זאך צו האבן בזיונות, מ'קומט אפ מיט דעם די עבירות, מיין נפש הבהמיות ווערט צעבראכן, אבער פון די אנדערע זייט שטערט מיר דאס אויך זייער אין עבודת ה', עס צעברעכט אויך מיין נפש אלקי, איך ווער זייער צעבראכן און צעקלאפט, איך בין זיך מתרשל פון דאווענען, פון די ארבעט, און פון מיין הויז, עס רויבט צו מיין זעלבס זיכערקייט.


איך האב געפרעגט ביי חסידים, און זיי אלע זאגן מיר אז מ'דארף נעמען בזיונות אן קיין פשרות. איך וויל אבער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם, צי ס'לוינט זיך טאקע צו ווערן פארשעמט יעדן טאג, און פארלירן די עבירות, אבער אויך די מצוות.


יישר כח נאכאמאל פאר אלע חיזוק און דרשות.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני, י"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו ווייטער דאווענען דארט וואו דו ביסט צוגעוואוינט צו דאווענען וכו', ווייל עס ווייזט זיך אויס אז די אלע וואס לויפן אוועק פון איין שול צום צווייטן די לויפן נאכדעם ווייטער אוועק צו א דריטע שול וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווען א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; ווייל געווענליך אין א בית המדרש קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאוונט און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם און אפילו מען פארשעמט אים וכו', איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו"; ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין בית המדרש איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


אז דו וועסט זיצן אין דיין ווינקל אונטער דיין טלית וועט דיר דער רב נישט טשעפען, אבער אז דו וועסט זיך זוכן צו האבן צוטון מיט יעדן איינעם וועט דיר דער רבי דארפן פארשעמען וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן צמח צדק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו זיך אפרעדן אז יעדער איינער אין בית המדרש טרעט אויף אים - מען טשעפעט אים, און ער ווייסט נישט וואס צו טון, וואו ער גייט און ווי ער שטייט שפרינגט איינער ארויף אויף אים; ער דארף אן עצה. האט אים דער הייליגער צמח צדק זי"ע געענטפערט: "וֶוער הֵייסְט דִיר זִיךְ אוֹיסְלֵייגְן אִין דִי לֶענְג אוּן אִין דִי בְּרֵייט אוּן אַזוֹי טְרֶעט יֶעדֶער אֵיינֶער אוֹיף דִיר, בֶּעסֶער זִיץ אִין דִי זַייט אִין דַיין וִוינְקֶעלֶע, וֶועט קֵיינֶער נִישְׁט טְרֶעטְן אוֹיף דִיר".


נעם אריין אין דיר דעם דיבור פון הייליגן צמח צדק זי"ע וועט דיר גוט זיין בזה ובבא .

#11 - ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות, ווי אזוי קען איך תשובה טון?
חתונה, תשובה, בזיונות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חתן, איך גרייט זיך אויף מיין חתונה בשעה טובה ומצלחת, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך ווייס אז דער רבי זאגט אז יעדער קען תשובה טון, אבער למעשה וויל איך וויסן ווי אזוי מ'פאררעכט דאס. איך ווייס אויך אז דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר תשובה איז אפצושווייגן אויף בזיונות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'קומט מיר נישט אונטער קיין בזיונות?


אויך וויל איך וויסן, אזוי ווי איך זע אז אלס חתן בין איך ליידער אויך אראפגעפאלן, וויל איך וויסן צי ס'גייט זיך טאקע טוישן ביי מיר נאך די חתונה? ווייל איך זע בריוו פון אינגעלייט וואס זאגן אז זיי פאלן אויך אראפ.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


מזל טוב חתן! דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו גייסט שוין צו דיין חתונה; דו ווייסט דאך אז פאר א חתן איז מען מוחל אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן - גֵּר שֶׁנִתְגַּיֵּר, וְהָעוֹלֶה לִגְדוּלָּה, וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל זייערע עבירות, א גר וואס איז זיך מגייר, ווען איינער איז עולה לגדולה און א חתן וואס האט חתונה, אזוי ווי עס שטייט "מָחֲלַת" - שֶׁנִּמְחֲלוּ עֲוֹנוֹתָיו.


יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן גייסטו אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן; דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", אז מרקדים איז טייטש 'טאנצן און שפרינגען'; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פון דאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


איך בעט דיר טייערער חתן, שלעפ נישט מיט מיט דיר דיין גאנץ לעבן דיינע אלטע חטאים. וואס איז געווען איז געווען, יעצט הייבט זיך אן אלעס פונדאסניי; איך ווייס אז דער יצר הרע פארגינט דיר נישט אז דו גייסט חתונה האבן און דו גייסט ווערן הייליג און ריין, דערפאר ברענגט ער דיר אריין כל מיני פראגעס און ער צעברעכט דיר מיטן מאכן טראכטן אז דו וועסט אייביג אראפ פאלן וכו'.


בעט איך דיר חתן, פארגעס וואס איז געווען און הייב אן מיט א נייע התחלה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "'ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה', ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז אדורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי".


מאך זיך א שיעור אין משניות, דאס וועט דיר אויסוואשן פון דיינע חטאים; אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווער אים פאר'תם'ט די קאפ אז ער קען זיך שוין נישט קאנצעטרירן און פארשטיין וואס ער לערנט. זאלסט זאגן אסאך משניות וועסטו זיך אינגאנצן אפוואשן פון דיין עבר און דו וועסט זיין אפגעהיטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט מזל און ברכה.

#10 - ווען איך גיי נאך צדקה, זאל איך זאגן אז איך גיי פאר מיר?
חובות, תפילה והתבודדות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פריערדיגע בריוו וואס דער ראש ישיבה האט מיר צוריקגעשריבן, און א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס העלפן מיר אויף יעדן טריט און שריט.


איך האב געוואלט פרעגן אויף דעם וואס דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז אויב קען מען נישט דעקן די הוצאות, און מ'האט חובות, זאל מען גיין נאך געלט. איך פאלג און איך גיי צו עשירים נאך געלט, אבער נאכדעם טוט עס מיר זייער וויי ווייל די עשירים געבן מיר די זעלבע אדער ווייניגער ווי ווען איך וואלט ווען נישט געזאגט אז איך גיי פאר מיר אליין. זאל איך זאגן פאר וועם איך גיי אדער איז בעסער נישט צו זאגן? ווייל איך באקום ממילא נישט מער און איך האב סתם בזיונות דערפון. און איך ווער פארעקלט פון דעם.א


איך האב נישט קיין ווערטער ארויסצוברענגען מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה, זייט איך בין געוואויר געווארן פון די עצות וואס די ראש ישיבה לערנט מיט אונז האט זיך מיין לעבן געטוישט, ממש מן הקצה אל הקצה!


דער אייבערשטער זאל שענקען פאר'ן ראש ישיבה אסאך כח אנצוגיין ווייטער צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס און מוהרא"ש'ס עצות אז אנדערע אידן זאלן אויך וויסן אז מען קען לעבן א חיים טובים.


יישר כח פאר אלעס.


יעקב משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיינע חובות אין וואס דו ביסט אריין געפאלן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף דער וועלט נישט צו זיין א בעל חוב, וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


די עצה ארויס צו קריכן פון דעם איז, אז מען זאל תשובה טון; מען זאל וויינען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויס קריכן פון אלע חובות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר; קוק ווי איך זינק אין שווערע חובות, איך ווייס אז איך בין זיך אליינס שולדיג, ווייל איך האב געטון עבירות וואס דער עונש אויף דעם איז אז מען ווערט א בעל חוב, איך בין נכשל געווארן אין פגם הברית, אבער רבונו של עולם איך וויל תשובה טון, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים. הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך א חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, נעם מיך ארויס פון מיין זומפ, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויס צו קריכן פון מיינע חובות", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן און לייג אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין נאך צדקה פאר זיך; געדענק גוט וואס איך האלט אין איין חזר'ן: "עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, אדער צו נעמען א פשוט'ע ארבעט וכו', א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט וואס אזוי ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", א רשע בארגט און באצאלט נישט".


לאז אפ עשירים און חנפ'ע נישט קיינעם; געדענק וואס מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה, וזה לשונו: "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן, פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם".


דערפאר חנפ'ע נישט קיינעם, טראכט נישט פון דעם עושר און פון דעם גביר; דו גיי ווייטער נאך געלט ביז דו וועסט אפצאלן דיינע חובות אין וואס דו דערטרינקסט זיך, ווייל ווי לאנג א מענטש האט חובות האט ער נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח קען מען נישט דינען דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב". ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות.


ווען דו גייסט נאך געלט דארפסטו נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיר וכו', נאר זאג "צדקה פאר אן ארעמע משפחה".


זע צו גיין נאך געלט יעדע צופרי - אפילו נאר ביי דעם מנין וואו דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב. טראכט נישט: 'וואס וועט שוין זיין אז איך וועל מאכן אפאר דאללער, איך בין דאך שולדיג טויזענטער דאללער פאר מענטשן און גמח'ן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת", אז דו האסט געמאכט א צענער, א צוואנציגער, גיי באצאל דאס; אזוי צוביסלעך וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חובות.


איך ווייס אז עס איז שווער און דו שעמסט זיך, אבער געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פא.): "מוּטָב תִּכַּסְּפוּ בִּי בְּעָלְמָא הָדֵין, וְלָא תִּכַּסְּפוּ מִינֵיהּ לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ענדערש זאל א מענטש פארשעמט ווערן אויף דער וועלט ווי איידער פארשעמט צו ווערן אויף יענער וועלט; א מענטש וואס גייט נאך געלט צו באצאלן חובות איז אן ערליכע איד, עס איז בכלל נישט קיין בושה צו גיין קלייבן געלט, א בושה איז ווען א מענטש איז שולדיג געלט פאר מענטשן און ער זיצט ביי זיך אין שטוב און שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן און קענען באצאלן אלע דיינע חובות.

#9 - דארף איך איבערבעטן די מנהלת וואס האט מיר געטשעפעט?
חינוך הילדים, מחלוקת, תפילה והתבודדות, סגולות, מדות טובות, בזיונות, לערערין, איבערבעטן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה, וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז איינער האט אים זייער וויי געטון און נאכאלץ האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעבעטן יענעם מענטש. דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דארט, "דעם פארגאנגענעם ערב שבת האב איך איבערגעבעטן איינעם וואס יענער האט מיר זייער וויי געטון, איך האב אפילו געוויינט ווען יענער האט מיך געטשעפעט און וויי געטון; דאך האב איך זיך מתבודד געווען און געטראכט 'יענער האלט אז איך האב אים וויי געטון און איך האלט אז יענער האט מיך וויי געטון, איז ווי קען מען זיך איבערבעטן?' איך האב געבעטן דעם אייבערשטן, זיך געשטארקט און יענעם איבערגעבעטן, און עס איז געווארן שלום ושלוה."


און דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דארט ווייטער, "איך שרייב דיר דאס ווייל איך ווייס דו האסט אויך אזעלכע מעשיות, דו ביסט פארשעמט געווארן און דו ווארסט יענער זאל דיך איבערבעטן; פארשטיי אז יענער האט אויך טענות, סברות און ראיות אז דו האסט אים וויי געטון, זיי זיך מתבודד און בעט איבער די וואס האבן דיך וויי געטון, אבי עס זאל זיין שלום. התבודדות קלארט אויס די מעשה, אן התבודדות קען מען זיך גוט אפנארן."


איך וויל וויסן אויב איך דארף איבערבעטן די מנהלת פון מיין אלטע סקול, אפאר חדשים אין א צי האט זי יעדן איינציגסטן טאג געשיקט די סעקרעטערי און אין פארנט פון די גאנצע קלאס מיך אהיימגעשיקט צוליב א פערזענליכע קריגעריי וואס זי האט געהאט מיט מיינע עלטערן וועגן געלט וואס זי האט געהאלטן אז איך דארף ברענגען. דארף איך איר איבערבעטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט איבערבעטן? אייער מנהלת האט פארגאסן אייער בלוט טאג נאך טאג, דארפט איר איבערבעטן? איר דארפט איר נישט איבערבעטן, זי דארף אייך איבערבעטן פארן אייך פארשעמען און פארן אייך אהיים שיקן וכו'.


איינער וואס פארשעמט קינדער, און זיכער אויב איינער טוט פארשעמען קינדער וועגן חשבונות מיט די עלטערן וכו' - אזא איינער טאר נישט ארבעטן מיט קינדער, אזא איינער איז עתיד ליתן את הדין; ווייל אז מען פארשעמט קינדער - ווערן זיי צעקלאפט פאר זייער גאנץ לעבן.


יעצט, וואס איז נוגע פאר אייך; צעברעכט זיך נישט, בעטס דעם אייבערשטן די ווייטאג זאל ארויסגיין, איר זאלט זיין פרייליך, און איר זאלט קענען פארגעבן אלע וואס האבן אייך וויי געטון אין אייערע יונגע יארן.


איר קענט נאך יעצט זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן ער זאל אייך שיקן א ישועה בזכות די בזיונות; ווער עס האט א בזיון און שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט - קען פועל'ן ישועות, און אפילו שפעטער ווען מען דערמאנט זיך פון אמאליגע בושות און מען ווערט נאכאמאל פארווייטאגט - קען מען זיך גוט אויסבעטן ביים אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - האב איך געדארפט צוריקגעבן די האנט פאר דעם עזות פנים?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, שלום, מדות טובות, בזיונות, וויכוחים, עזות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין לעצטנס געווען ביי א משפחה שמחה, און עס איז אנגעקומען דארט איינער וואס האט מיר זייער אנגעשריגן ווען איך האב געוואלט אריינלייגן מיינע קינדער אין ..., ער איז צוגעקומען צו מיר וואונטשן מזל טוב, אבער איך האב אים ממש נישט געקענט צוריק געבן די האנט, איך האב זיך אוועקגעדרייט און אים איגנארירט. איך האב אים נישט געקענט דריקן די האנט אין די צייט ווען עס איז מיר ארויפגעקומען אין מח די חוצפה און עזות ווי אזוי ער האט גערעדט קעגן דעם הייליגן רבי'ן, ער האט געשריגן אויף מיר, "דו האסט א טויטע רבי אונטער דער ערד, און ענק טוען זיך וואס ענק ווילן", און אזוי איז ער געשטאנען און פארשעמט דעם הייליגן רבי'ן פאר עטליכע מינוט אין פארנט פון אסאך מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען ארום; און דעריבער האב איך אים נישט געקענט קוקן אין פנים איידער ער בעט איבער דעם רבי'ן.


למעשה האב איך יעצט א שולד געפיל אויב איך האב ריכטיג געטון, אפשר האב איך אים יא געדארפט צוריק געבן די האנט, ווייל איך האב געזען אז ער איז גלייך ארויס פון זאל, אפשר איז ער פארשעמט געווארן פון מיר?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר זאגן אויב איך האב געמאכט א טעות, צו וויסן אויף א קומענדיגע מאל ווי אזוי איז ריכטיג זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט נישט גוט געטון, מען טאר נישט פארשעמען א איד, זאל זיין וואס זאל זיין, און אז איינער וויל דיר ווינטשן ביי א שמחה מזל טוב, אז איינער געבט דיר די הענט - דארפסטו צוריק געבן און חס ושלום יענעם וויי טון, און אז יענער איז אן עזות פנים, ער רעדט אויפן רבי'ן - דאס איז נישט דיין עסק, דער רבי דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר אים.


מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל אין א שול זייער פארשעמט א ברסלב'ער חסיד, מען האט געדערט אויפן רבי'ן און דער ברסלב'ער חסיד האט געשוויגן און נישט געענטפערט. דארט איז געווען א איד, א חסיד פון א צווייטע חסידות, פרעגט ער דעם ברסלב'ן חסיד: "היתכן דו שווייגסט, דו נעמסט זיך נישט אן? וואלט איינער גערעדט אויף מיין רבי וואלט איך יענעם געענטפערט מנה אחת אפים!" האט דער ברסלב'ער חסיד געענטפערט: "אויפן הייליגן רבי'ן דארף איך זיך נישט אננעמען, ווייל אין הימל ווייסט מען פון רבי'ן, וועט מען זיך אננעמען פון הימל".


ובכן בעט איך דיר, נעם זיך נישט אן פארן רבינ'ס כבוד, דער רבי איז באקאנט אויבן אין הימל, דארט נעמט מען זיך אן פארן רבי'ן; זאלסט קיינמאל נישט וויי טון א איד.


מוהרא"ש האט אונז געזאגט, ווער עס וויל זיך אננעמען פאר זיין כבוד זאל לערנען נאך א פרק משניות, נאך א בלאט גמרא, נאך א קאפיטל תהלים, און אהיים גיין העלפן די ווייב, גיין הפצה וכו'; מיט דעם נעמט מען זיך אן פאר זיין כבוד, אבער חס ושלום וויי טון א צווייטן איד, חס ושלום נישט צוריק געבן די הענט וכו'.


קיינמאל זאלסטו נישט וויי טון א צווייטן, און אז איינער איז דיך מבזה  - זאלסטו דאס אננעמען פאר כפרת עוונות. דער טשערינער רב זכרונו לברכה האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו, ווען א מתנגד האט געווארפן אויף אים צואה, דער מתנגד האט דאס אריינגעווישט אין זיין בעקיטשע און עס פארשמירט, און דער וואס איז מיטגעגאנגען מיטן טשערינער רב האט זיך אויסגעדרייט און געשריגן: "אויף א רב ווארפט מען? שעם זיך!" האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייגן איז אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", הערן ווי מען ווערט פארשעמט און שווייגן - דאס איז תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - וואס טוט מען ווען א געלט-גייער רעגט זיך אויף?
מדות טובות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג בין איך געשלאפן אויפ'ן קאוטש און איינער האט געקלינגען ביים טיר, מיין זון איז געגאנגען צום טיר און אן ארץ ישראל'דיגער איד זאגט אים "רוף דיין טאטע", איך האב פארשטאנען אז ער גייט נאך געלט, האב איך געגעבן פאר מיין זון א דאלער אים צו געבן.


ווען מיין זון האט אים עס געגעבן, זאגט ער אים ש'כח און ער געבט אים צוריק צוויי דאלער, און ער געבט א זאג "שלעכטע מענטשן וואוינען דא", און איך האב אים געזען פון די פענסטער אוועקגיין.


דארף איך זיך צוטון מאכן? האב איך אים געדארפט נאכלויפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אסאך פון די ארץ ישראל'דיגע געלט גייערס וואס קומען קיין אמעריקע - זענען זייער דערביטערט; זיי וואלטן געוואלט זיין אין שטוב מיט די משפחה, זיי שלעפן זיך ארום אין די פרעמד קלייבן א דאלער נאך א דאלער פאר די חובות פון חתונה מאכן די קינדער; מען דארף זיי דן זיין לכף זכות און רעדן שיין צו זיי.


איך האב אמאל מיטגעהאלטן א מעשה, א איד פון ארץ ישראל איז געקומען קלייבן געלט אין די כולל וואו איך האב געלערנט נאך מיין חתונה, און איינער פון די כולל אינגעלייט האבן אים געגעבן א פרוטה. דער משולח איז ארויס פון די גלייזן, ער האט זיך פארלוירן; ער האט אנגעהויבן ווארפן זיין גאנצע געלט אין די לופט, עס איז געווען זייער ווייטאגליך דאס צו זען.


פון היינט אן, ווען דו געבסט צדקה - זאלסטו איבערבעטן די געלט גייערס, זיי זאגן: "מיר האבן נישט מער, אז מיר וועלן האבן וועלן בלי נדר געבן שענערע סכומים". און אויך זיי ברענגען טרינקען; זומער ווען זיי גייען אין די היצן - זיי ברענגען א קאלטע טרינק, און ווינטער ווען זיי גייען אין די קעלט - זיי ברענגען עפעס ווארעמס; וועסטו זוכה זיין צו די אלע ברכות וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ט:): "והמפייסו בדברים מתברך באחת עשרה ברכות", עיין שם.


וואויל איז דעם וואס רעדט שיין און בעט איבער די געלט-גייערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - דורך די שיעורים האב איך אויפגעהערט זיך שעמען מיט מיין טאטע
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, דרך ארץ, בזיונות, התנגדות, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהאט א שבת שבע ברכות, און מיין טאטע האט א מנהג אז ווען ס'קומט צו א משפחה שמחה ווי למשל א שבת שבע ברכות, ברענגט ער זיך מיט אלע זיינע זאכן, ווי זיין וויין (נישט מבושל), זיין מעסער (אן ציינער), זיין בעכער (אלס מהודר), הדסים צו שמעקן (וועגן אלע סגולות וואס עס האט אין זיך), און ער בענטשט די קינדער (אזוי ווי ער טוט אינדערהיים), און אזוי ווייטער.


פאר איך בין מקורב געווארן פלעג איך זיך באגראבן פאר בושה, איך פלעג זוכן א לאך זיך צו באהאלטן, עס איז מיר געווען מאסן בזיונות, איך פלעג זיך שעמען מיט מיין טאטע, נאכדעם פלעגט עס אויספלאצן.


אבער מיט די גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן האב איך אנגעהויבן אויסצוהערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געמאכט איך זאל זיך שוין נישט שעמען מיט מיין טאטע, איך האב שוין נישט קיין פראבלעם צו זיצן נעבן אים ביי די שמחה.


איך האב אפילו אים אריינגעברענגט זיינע זאכן, איך האב זיך געלאזט בענטשן אפילו ס'איז געווען אביסל הייסע בושות, ווען מיין יונגערע ברודער האט זיך נישט געלאזט בענטשן.


אשרינו שזכינו. ווען מיין טאטע זאל ווען וויסן וואס ער האט באקומען פון דער ראש ישיבה, וואלט ער נישט געהאט די ווערטער זיך צו באדאנקען.


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס דער רבי לערנט און די שכל וואס מען באקומט ביים רבי'ן - וואלטן אלע געשיקט די קינדער צום רבי'ן; די דרך ארץ וואס מען באקומט ביים רבי'ן איז נישטא אין די גאנצע וועלט.


דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


נאר וואס דען? דער סמ"ך מ"ם איז גרויס, די כוחות וואס מען האט אים געגעבן איז נישט צו פארשטיין. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) איידער זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט - פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן, מען לאכט פונעם רבי'ן און מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד", דאס מאכט אז עלטערן זאלן נישט לאזן די קינדער אנקומען צום רבי'ן, עלטערן ציטערן אז די קינדער וועלן אנקומען צו א שלעכטע פלאץ. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען לערנט דרך ארץ, מען לערנט שכל. אז דיין טאטע וויל מאכן זיינע מנהגים - וואס האט דאס מיט דיר? וואס דארפסטו זיך שעמען? און אז מענטשן שמייכלען פון דיין טאטע - איז וואס? און אז מען לאכט - איז וואס? מען ווערט נישט גרעסער ווען מענטשן האלטן יא פון אים און מען ווערט נישט קלענער אויב מען לאכט, דער עיקר דארף מען טון רצון השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - פארוואס קען איך זיך נישט היטן די אויגן אין מקוה?
קדושה, תפילות אויף אידיש, בזיונות, שמירת עינים, בחור, מקוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוטשע זיך זייער אין קדושה, בפרט אין די נושא פון זיך היטן די אויגן אין מקוה. פון אלס יונגער בחור האב איך זיך ליידער שוין צוגעוואוינט דערצו ווייל קיינער האט מיר עס נישט אויסגעלערנט, ביז איך בין אנגעקומען אין היכל הקודש קודש קדשים און איך בין געווארן בעסער און בעסער, און ביז פאר א תקופה צוריק בין איך ממש געווען זייער אפגעהיטן אין מקוה, און איך האב זיך געהיטן מיינע אויגן, אבער לעצטנס האט מיין יצר הרע זיך אנגעצונדן אין מיר און איך קען שטיין און קוקן פאר א לאנגע צייט ווי א משוגענער, און אין מיין קאפ בוזשעוועט די שיעורים פונעם ראש ישיבה און איך וויין צום אייבערשטן אז איך וויל זיך שוין ארויסזען פון די בלאטע, אבער איך פאל און איך פאל און דאס פירט מיר שפעטער אריין אין שמוציגע עבירות רחמנא ליצלן.


איך ווייס אז דער רבי זאגט אז כדי צו תשובה טון דארף מען אריבערגיין אין די פלעצער וואס מען איז געווען פריער און דאס מאל זאל מען זיך שטארקן און צוריק האלטן, אבער פאקטיש קען איך נישט געווינען מיין יצר הרע.


וואס זאל איך טון? איך דארף אן עצה ווי אזוי ארויסצוקריכן פון די געדיכטע בלאטע פון שטיין און קוקן נאך און נאך שמוץ; אין גאס בין איך גאנץ אפגעהיטן אבער אין מקוה בין איך משוגע און איך זאג צו מיר "מענטשן זעען דו ביזט משוגע?" און הלוואי זאל איך שוין האבן א קלארע אמונה און איך זאל קענען זאגן צו זיך "דו ביזט משוגע? דער אייבערשטער זעט!"


ביטע אויב קען דער ראש ישיבה מיר ביטע געבן אן עצה און בעטן פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היטן די אויגן איז די וויכטיגסטע זאך. חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה): "לִיבָּא וְעֵינָא תְּרֵין סָרְסוּרִין דְּחֲטָאָה", דאס הארץ און אויגן זענען די מעקלער פאר עבירות, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "אִי יְהָבְתְּ לִי לִבְּךָ וְעֵינֶיךָ", אויב דו וועסט מיר געבן די צוויי זאכן, דיין הארץ מיט דיינע אויגן - "אֲנָא יְדַע דְּאַתְּ לִי", ווייס איך אז דו ביסט מיינער. נאך זאגן די הייליגע חכמים (במדבר רבה י, ב): "מָה רָאָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לִשְׁאֹל מִיִּשְׂרָאֵל הַלֵּב וְהָעֵינַיִם שֶׁיִּהְיוּ אַחֲרָיו", פארוואס האט דער אייבערשטער געבעטן פון אידישע קינדער מען זאל היטן די אויגן און די הארץ? "לְפִי שֶׁהָעֲבֵרָה תְּלוּיָה בָּהֶם", ווייל אין די אויגן און הארץ איז אנגעהאנגען דאס טון עבירות; "הָעֵינַיִם רוֹאוֹת אֶת הַזּוֹנָה", ווייל אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב מְהַרְהֵר אַחֲרֶיהָ", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, ביז מען פאלט אראפ אין טון עבירות רחמנא לצלן.


וואס זאל איך דיר זאגן, קוקן אין מקוה אויף מענטשן וואס זענען אויסגעטון - איז א פשוט'ע קראנקהייט. מוהרא"ש טייטשט וואס שטייט אין די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", וועסט משוגע ווערן פון וואס דו זעסט; זאגט מוהרא"ש דאס מיינט מען, דער וואס היט נישט די אויגן, דער איז פשוט משוגע. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לו) אז אלע משוגעים קומט פון ניאוף רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער, הויב אן היטן דיינע אויגן, הער אויף קוקן אין מקוה; אז דו וועסט ווייטער מפקיר זיין דיינע אויגן - וועט נישט נעמען לאנג ביז מען וועט דיך ארויספירן מיט בזיונות, עס וועט זיין גרויסע בזיונות וכו'. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ראיה, סימן ח): "מִי שֶׁעוֹצֵם עֵינָיו מֵרְאוֹת בְּרָע", ווער עס קוקט נישט קיין שלעכטס, "עַל יְדֵי זֶה נִצּוֹל מִבִּזְיוֹנוֹת", ווערט געראטעוועט פון בזיונות.


הער אויף קוקן. מיין נישט אז עס איז נישט מעגליך; ווען מען רעדט צו מענטשן פון נישט קוקן ניאוף מיינט מען אז דאס איז נישט שייך, מענטשן זענען נעבעך אזוי איינגעטינקען אין די עקלדיגע עבירה, אז מען מיינט עס איז נישט שייך אפצולאזן. אבער עס איז נישט אזוי, מען קען אין איין סעקונדע ווערן א געזונטער מענטש, אויפהערן קוקן.


נעם די עצה פון תפילה והתבודדות, זוך אויף א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, גיי אהין און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דערצייל אים ווי קראנק דו ביסט, זאג: "רבונו של עולם, וואס טו איך? איך בין אזוי צעדריידט, איך בין זיך מפקיר מיינע אויגן, איך קוק עבירות, איך שטיי אין מקוה און קוק און קוק, איך בין אזוי משוגע, העלף מיר, ראטעווע מיך, איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן און זיין אן ערליכער איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט שנעל תשובה טון.

#4 - וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין ברויט צום טיש?
חובות, שלום בית, אמונה, פרנסה, הפצה, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נעכטן האב איך מיטגעמאכט געפערליכע שרעקליכע בושות, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט אזעלכע בזיונות, מיין ווייב האט מיר געבעטן צו קויפן ברויט, און איך האב פשוט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א פעקל ברויט. ברוך ה' אז עס איז געווען אנדערע עסן אינדערהיים, געבליבן פון וואס מ'האט איינגעקויפט פאריגע וואך, אבער איך האב נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א פעקל ברויט.


איך בין ארויס אין פארק זיך אביסל אויסלופטערן, פרובירנדיג אביסל צו פארגעסן פון מיין שווערע מצב, דערנאך בין איך געגאנגען דאווענען מעריב.


א חודש צוריק האב איך שוין נישט געקענט אויסהאלטן די בושות, האב איך געגעבן פאר מיין ווייב א קרעדיט קארד און איר געזאגט אז זי קען עס נוצן וויפיל זי וויל, איך האב געטראכט אז די באנק וועט מיר שוין נאכגעבן, אבער פאקטיש איז נישט אזוי געווען, די באנק האט פארמאכט דעם קארטל, איך האב געבעטן די קרעדיט קארד קאמפאני זיי זאלן צואווארטן אפאר טעג, אבער דער טאג דערנענטערט זיך שוין, און איך האב נישט פון וואו עס צו באצאלן. איך האף צום אייבערשטן אז ער וועט מיר העלפן, ווייל בדרך הטבע זע איך נישט קיין וועג ארויס פון דעם פלאנטער.


מיר עסן אום שבת ביי אונזערע עלטערן, דאס מאכט מיר אביסל גרינגער, אבער מיין ווייב וויל עסן שבתים ביי אונז אינדערהיים, און איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי איך וועל דאס קענען באצאלן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען עפעס חיזוק און עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר זאגן וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט, מוהרא"ש האט אונז געזאגט, אז מיר וועלן עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, קונטרסים און גליונות - וועלן מיר האבן שטענדיג געלט אין טאש, עס וועט נישט פאסירן אזא זאך אז די ווייב זאגט: "גיי קויף ברויט" - און מען האט נישט די פאר שקלים צו קויפן ברויט.


גיין הפצה איז נישט קיין פארשעמטע זאך; א פארשעמטע זאך איז אז מען נוצט קרעדיט קארדס און מען באצאלט נישט, ביז מען פארלירט די באגלייבטקייט ביי אלעמען, אבער גיין מזכה זיין אידישע קינדער מיט אמונה און בטחון - איז די שענסטע זאך.


איך ווייס נישט וואס דו טוסט דורכ'ן טאג, צי דו ארבעסט צי דו לערנסט אין כולל, עס איז נישט משנה; סיי וואס מען טוט קען מען נאכדעם גיין איידעלערהייט ביי די שטובער אויסטיילן לעבן פאר מענטשן און בעטן צדקה, דעמאלט האט מען אלץ געלט אין טאש.


נוץ נישט קיין קרעדיט קארד אויב דו ווייסט נישט ווי אזוי דו גייסט עס באצאלן. עס איז ערגער צו נוצן קרעדיט קארדס און נישט באצאלן - ווי נישט האבן ברויט צו נעמען אין מויל; ענדערש גיי צאמנעמען געלט ביי אידישע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שקלים א, א) אידישע קינדער זענען נתבעים ונותנים, ווען מען בעט זיי - געבן זיי; אידישע קינדער זענען א הייליג פאלק, זיי געבן צדקה; מען דארף נאר ארום גיין צאמנעמען.


דארפסט נישט דערציילן דיין ווייב אז דו האסט נישט קיין איין פרוטה אין טאש, זי וועט זיך דערשרעקן, זי וועט אריינפאלן אין א ביטערניש, זאג איר "איך ברענג שוין", "איך גיי שוין איינקויפן", און ביז דערווייל גיי אביסל ביי די הייזער אדער אין שול, און ווען דו גייסט צאמנעמען - זאלסטו זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן שפע.


פארליר זיך נישט, און האב נישט קיין קשיות אויף די אמונה. בלייב שטארק מיט אמונה און בטחון, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט נאך האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי בארואיג איך זיך, נאך שווערע בזיונות וואס איך האב געליטן פון הפצה?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, הפצה, בזיונות, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


פאר איך הייב אן וויל איך איבערבעטן דעם ראש ישיבה אויב איך בין צופיל מאריך במקום שאמרו לקצר. אין אמת'ן האב איך אסאך געטראכט צי איך זאל שרייבן מיין שאלה יעצט, ווייל איך וויל חלילה נישט שטערן פון די עבודת הקודש מיט וואס דער ראש ישיבה איז פארנומען וואס איז אסאך וויכטיגער פון מיינע נארישקייטן, נאכדערצו אין די יעצטיגע ערב פסח זמנים. אויב אבער דער ראש ישיבה וועט מיר קענען ענטפערן וועל איך זיך זייער פרייען.


דער ראש ישיבה האלט אודאי מיט אז עס גייט ארום א בילד ווי א איד, וואס ענדלט אין מיר, גייט נאך געלט ביי די הייזער אין קרוינהייטס, און עס איז צוגעשריבן "זייט געווארנט, ער איז א מיסיאנער וואס פארטיילט ביכער פון מוחמד". און זייט עס איז פארשפרייט געווארן האב איך באקומען אפאר טעלעפאן רופן פון מענטשן, צי עס איז טאקע איך אדער נישט.


וועל איך דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א דברים כהוויתן, איך בין געווען אין קרוינהייטס און איך האב געהאט ביי זיך ברסלב'ע ספרים, האב איך געקלערט אז ס'איז דאך ממש א שאד נישט מזכה צו זיין אידישע קינדער דערמיט, האב איך אריינגעקלאפט אין א הויז, געבעטן צדקה, און געוואלט געבן א ספר, נעמט זיך די פרוי שרייען אויף מיר, "דו ביזט נישט וועלקאם ביי אונז, נעם דיין גארביטש און גיי פון דא! אלע זענען שוין אנגעזאגט געווארן צו שטיין ווייט פון דיר, און נישט עפענען פאר דיר דעם טיר!"


כאטש וואס איך האב זיך אביסל דערשראקן, האב איך אבער געטון דאס וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס, איך האב געשמייכלט, זיך אנטשולדיגט, און געגאנגען ווייטער צו אן אנדערע הויז. אבער ווי נאר איך בין אנגעקומען צום קומענדיגן הויז, איז מיר גוט געווארן, דער איד עפנט אויף די טיר, און אנשטאט צו אויסהערן וואס איך האב צו זאגן, נעמט ער ארויס זיין טעלעפאן, ער מישט און מישט, און ער ווייזט מיר א בילד פרעגנדיג, "איז דאס דו?", "קען זיין" - האב איך אים געענטפערט, "אהא, ווייל די געגנט איז אנגעווארנט געווארן נישט צו עפענען די טיר פאר דיר, ווייל דו גייסט נאך געלט פאר 'מיסיאנערן'!"


דא האב איך שוין געשפירט אז עס איז נישט אזוי פשוט ווי איך האב געמיינט, מען איז מיר חושד דא מיט אזעלכע שרעקליכע זאכן, און נאכדעם האב איך אנגעהויבן הערן אז זיי האבן עס פארשפרייט אויף אסאך פלעצער, און דאס האט מיר זייער וויי געטון און פארשעמט.


כאטש איך האב זיך ברוך ה' בארואיגט נאך א טאג צוויי, בין איך אבער דאך נאר א בשר ודם און איך וואלט געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מחזק זיין אויף דעם.


אויך האב איך געוואלט וויסן אויב איך זאל רופן דעם איד צו דין תורה פאר'ן מיך מבזה זיין און ארומשיקן דעם בילד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מצורע, שבת הגדול, ז' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט נישט דער ערשטער מפיץ וואס מען פארשעמט, און דו ביסט נישט דער איינציגסטער מפיץ אויף וועם מען שרייט די מיאוסע ווערטער "מיסיאנערן". דאס איז ליידער מעשים בכל יום וואס מען פארטרייבט די העלדישע מפיצים וואס גייען מיט מסירות נפש - מיט די מיאוסע ווערטער.


מיינע טייערע קינדער דערציילן מיר אלץ וואס מען זאגט ביי הפצה; פון איין זייט נעמט מען אזוי שיין, אזוי ווארעם, מענטשן דערקוויקן זיך מיט די חיזוק, פון די אנדערע זייט זענען דא וואס פארשעמען און אויך וואס שרייען די שרעקליכע ווארט מישינעריס.


דער חידוש איז אז אין קראונהייטס, דארט וואוינען חסידי חב"ד, ביי זיי איז דאך די זעלבע ווי ביי אונז, זיי זענען דאך עוסק אין יפוצו מעיינותיך חוצה, זיי טוען דאס זעלבע פון ברסלב; ביידע חסידות'ער האבן אלץ עוסק געווען אין הפצה, פארשפרייטן תורה וחסידות, דער חידוש איז אז דארט זאל מען שרייען די מיאוסע ווארט מישינעריס.


ברסלב און חב"ד האבן זיך אלץ זייער ליב געהאט, עס איז דא אזויפיל מעשיות ווי ברסלב אין חב"ד זענען געווען אזוי נאנט, זיך אלץ ליב געהאט; מן הסתם דער וואס האט געשריגן אויף דיר און געמאכט די גאנצע מעשה איז א דערביטערטער מענטש, און היינט איז א שנעלע וועלט, אין איין מינוט קען מען פארשעמען א צווייטן מסוף העולם ועד סופו.


פאר ברסלב'ע חסידים איז בזיונות א הון רב, מען קומט אפ אזויפיל שלעכטס דורך בזיונות. דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיך נישט צעברעכן, דו גיי ווייטער מיט די הייליגע ספרים, שטעל זיך נישט אפ פאר קיינעם, און ווען דו כאפסט א בזיון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס; בזיונות לייטערט אויס דעם מענטש, עס איז שטערקער פון תעניתים און סיגופים - די גרויסע עבודות פון צדיקים, מען דארף נאר אבער האבן אסאך כח צו קענען פארנעמען בזיונות, אויב מען דערהאלט זיך - ווערט מען אינגאנצן אויסגעלייטערט.


הער א מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, אין שטאט פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק מיט'ן נאמען רבי מענדעלע פרימישלאנער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. דארט אין שטאט האט אויך געוואוינט א שניידער וואס פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין און פארשעמען יעדן טאג אן אויפהער. רבי מענדעלע האט מקבל געווען די בזיונות באהבה.


איינמאל איז דער בעל שם טוב אנגעקומען אין פרימישלאן, זיין תלמיד רבי מענדעלע האט אים אויפגענומען מיט פרייד, און געמאכט פאר אים א גרויסע סעודה. פאר די סעודה האט רבי מענדעלע געבעטן פונעם שניידער: "יעצט איינמאל בעט איך דיר זאלסט מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, און אויב דו וועסט מיר דאס נישט צוליב טון, וועל איך מוזן צושפארן די טיר, און דיר נישט אריינלאזן".


דער שניידער האט זיך ארומגעדרייט און געזוכט א וועג אריין, ביז ער האט געטראפן איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, און ער האט אנגעהויבן אריינצושרייען מיט קולות אויף רבי מענדעלע, אלע מיני בזיונות, און רבי מענדעלע איז געווארן זייער פארשעמט דערפון.


ווען דער בעל שם טוב האט געפרעגט וואס דאס מיינט, האט ער דערציילט: "דאס איז דער שניידער פון שטאט, וואס פארשעמט מיר יעדן טאג. איך בין עס אייביג מקבל באהבה. אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיר נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, אבער ער האט דוקא יא געוואלט מיר פארשעמען".


האט דער בעל שם טוב געזאגט: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא מענטש וואס זאל מיר פארשעמען יעדן טאג, אזוי ווי דו האסט זוכה געווען", ווייל די גרויסקייט פון איינעם וואס ליידט בזיונות, קען מען גארנישט אפשאצן.


דער רבי האט אונז געלערנט: "ענדערש זיין פון די נרדפים, ווי איידער זיין פון די רודפים". ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי פארשעמען נישט צוריק, "שׁוֹמְעִין חֶרְפָּתָם וְאֵינָן מְשִׁיבִין", זיי הערן ווי מען שענדט זיי און ענטפערן נישט, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", זיי דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער שטראפט זיי, אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאוֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ", לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועלן זיי שיינען דריי הונדערט און דריי און פערציג מאל שטערקער ווי די זון שיינט יעצט.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#2 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס מאכט נאס?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, בזיונות, שלאפן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, מיין זון איז זיבן יאר אלט, און ער מאכט יעדע נאכט נאס, וואס איז די עצה?


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל האבן כח ממשיך צו זיין. דער ראש ישיבה ראטעוועט מיין עתיד אויף די וועלט און יענע וועלט, איך האף איך זאל אייביג בלייבן ביי די שכל און עס געדענקן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זייער אכטונג ער זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, די געשוויסטער דארפן נישט מיט האלטן, ווייל די זאך פון נאס מאכן גייט אריבער מיט די צייט, ווען מען ווערט עלטער - גייט דאס אוועק; אבער די אנדערע זאך, די זאך פון ווערן פארשעמט און צעקלאפט - דאס איז א זאך וואס בלייבט דעם גאנצן לעבן, עס מאכט חרוב דעם עתיד.


ווערט נישט פארלוירן אז ער דערוועקט זיך נישט, עס איז א זאך וואס פאסירט ביי אסאך קינדער. איך האב דאס געהאט ביי מיינע קינדער, איך האב זיי מחזק געווען זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און תפילה העלפט, תפילה טוישט די טבע, תפילה איז די שטערקסטע זאך; מען דארף נאר האבן סבלנות, מען דארף בעטן און ווארטן, און בעטן און ווארטן - ביז מען זעט די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מיינע עלטערן רודפ'ן מיר זייער אסאך, וואס טו איך?
שידוכים, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך נעם פון אייערע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח אנצוגיין.


איך האב אייך געוואלט בעטן אן עצה ווי אזוי איך קען זיך האלטן פרייליך אין די צייט וואס מיינע עלטערן רודפ'ן מיר זייער אסאך אינדערהיים. איך בין נישט דאר, און מיינע עלטערן הערן נישט אויף מיר צו סעקירן אויף דעם, און שרייען אויף מיר אז איך וועל קיינמאל נישט קענען חתונה, איך וועל נאר קענען חתונה האבן מיט א בלינדער בחור, ווייל ער וועט נישט זען ווי גראב איך בין. און דאס טוט מיר זייער שטארק וויי.


בכלל באקום איך זייער ווייניג קאמפלימענטן פון זיי, נאר אויב איך קען זיין ממש הונדערט פראצענט גוט, אבער קריטיק האלט איך אין איין הערן, מ'פארשעמט מיך און מ'שרייט מיר נאך מיט צונעמען, און מיינע ברידער העלפן נאך ארויס מיר צו רופן מיט אלע סארט צונעמען.


ווען איך בין אינדערהיים שפיר איך ממש ווי אין גהינום, איך פיל אז איך האלט עס מער נישט אויס. מיין חבר'טע האט מיר געזאגט וועגן אייך, אז איך זאל אייך שיקן א בריוו דערוועגן, אפשר וועט איר מיר קענען ארויסהעלפן אין מיין קלעם.


א גרויסן יישר כח,


א מיידל פון לאנדאן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קען ממש נישט קומען צו זיך הערנדיג די צער וואס איר גייט אריבער וכו' אז מען טשעפעט אייך מיט א זאך וואס האט נישט צו טון מיט אייך. עס זענען דא מענטשן וואס פארדייען בעסער דאס עסן און עס זענען דא מענטשן וואס זייער גוף פארדייט נישט אזוי שטארק דאס עסן.


זארגט נישט פאר אייער שידוך ווייל א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא" און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס געבט שידוכים.


זארגט גארנישט פאר אייער שידוך, בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו האבן א זיס לעבן און זיסע קינדער. יעדעס מאל איר גייט אריבער א בזיון פון אייערע עלטערן, זיי טשעפענען אייך אז איר וועט נישט חתונה האבן וכו', זאלט איר שטילערהייט מאכן א תפילה צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן א גוטע לעבן, א ערליכע מאן און געזונטע קינדער, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין פרייליך"; יעדעס מאל מען טוט אייך וויי, מען שרייט אויף אייך מיאוס'ע ווערטער, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אנדערע אידן וואס גייען אריבער צער און עגמת נפש.


וויסן זאלט איר אז ווען א מענטש האט א בזיון קען ער אויס'פועל'ן גרויסע ישועות, ער האט א גרעסערע כח אין הימל פון סיי ווער, ווייל דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס זיין הארץ איז אים צעבראכן, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, יט): "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב"; דערפאר, יעדעס מאל ווען איר האט א בזיון זאלט איר בעטן פאר אידישע קינדער; בעטס פאר אלע וואס ווארטן אויף קינדער, בעטס פאר אלע וואס דארפן א רפואה, ווייל דער אייבערשטער נעמט אן זייער שנעל די תפילה פון א צעבראכענעם הארץ.


איך בעט אייך נאכאמאל, האט נישט מורא, איר וועט נישט באקומען א בלינדער חתן. אויב איר וועט זיין שטארק און איר וועט זיך דערהאלטן, וועט איר נאך חתונה האבן שענער ווי אייער גאנצע משפחה.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר אז איך בין געזונט, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן. אייבערשטער, איך האב א זאך וואס שטערט מיר זייער שטארק, מיינע עלטערן טשעפענען מיר אז איך גיי נישט טרעפן א שידוך ווייל איך בין גראב, זיי זאגן מיר כסדר אז קיינער גייט נישט וועלן חתונה האבן מיט מיר נאר א קראנקע בחור און דאס צעברעכט מיר זייער שטארק; וואס קען איך טון? איך קען אויך באשטיין אויסצוקוקן גוט, אבער יעדעס מאל וואס איך מאך אפ אז איך גיי אכטונג געבן וואס איך עס, איז עס מיר מורא'דיג שווער. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, איך זאל זיין שטארק אין אמונה און איך זאל וויסן אז מיין שידוך איז נאר אנגעהאנגען אין דיר. העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר נישט צעברעכן, העלף מיין טאטע מאמע אז זיי זאלן האבן פרנסה און אלעס וואס זיי דארפן אז זיי זאלן נישט שרייען אויף מיר און זיי זאלן מיר נישט וויי טון.


הייליגער באשעפער, נעם אן מיינע בזיונות און זיי מיר מוחל אויף אלעס וואס איך האב געטון אין מיין לעבן און העלף אלע אידן, יעדער זאל האבן פרנסה, געזונט און נחת פון זייערע קינדער", אזוי זאלט איר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


איך שרייב אייך א בריוו וואס איר זאלט איבערגעבן פאר אייערע עלטערן.


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד...


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער טאכטער ווי זי וויינט זיך אויס איר הארץ אז איר מאכט פון איר חוזק און איר קלאפט איר כסדר אראפ מיט דעם וואס זי איז גראב; איר זאגט איר אז זי וועט חתונה האבן מיט א בלינדער בחור וואס וועט נישט זען ווי אזוי זי זעט אויס.


איך טראכט אז אפשר כאפט איר נישט אז ווען איר רעדט אזוי צו אייער טאכטער הרג'ט איר אייער טאכטער, זי ווערט פון דעם צעקלאפט און צעבראכן. נישט נאר אז דאס וועט נישט העלפן זי זאל עסן ווייניגער, נאר דאס וועט איר נאך מער צעברעכן און איר מאכן פאר א קאליקע מיידל אז זי וועט טאקע נישט קענען חתונה האבן רחמנא לצלן.


ווען מען וויל העלפן א קינד צו פארלירן וואג וכו' קען מען דאס נישט טון מיט צווינגען, דאס וועט נאר ערגער מאכן, ווייל ממה נפשך, קומט דאס פון א געזונטהייט פראבלעם איז דאס דאך נישט דעם קינד'ס פראבלעם און זי איז גארנישט שולדיג, איז ווי מעג מען וויי טון א קינד און טשעפען מיט מיאוס'ע לשונות ווי "גראבער", ווען עס איז פשוט א פראבלעם וכו'. און אויב איז עס מחמת עצבות ומרה שחורה, וואס ווי באקאנט ווען א מענטש איז צוגעלייגט קען ער אסאך מאל צונעמען וואג וכו', וועט איר זיכער נישט אויף טון מיט דעם וואס איר וועט איר דערשרעקן אז זי וועט נישט טרעפן קיין שידוך, דאס וועט בלויז מאכן אז זי זאל מער עסן וכו'.


כאפט אייך באצייטנס פאר איר וועט איר אינגאנצן פארלירן; וויפיל עלטערן וויינען אז זייער קינד וויל נישט אהיים קומען און דרייט זיך מיט שלעכטע חבר'טעס, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער מען זאל נישט וויסן פון קיין צער. זייער אסאך מאל זענען די עלטערן אליינס שולדיג ווייל זיי דערנידערן זייער קינד מיט מיאוס'ע ווערטער: גראבער, פוילער, משוגע'נער וכו'; ביז דער קינד וויל זיך פשוט ראטעווען פון ווערן א קאליקער, אנטלויפט מען פון שטוב און מען זוכט א פלאץ וואו מען קען אטעמען. וויפיל אידישע קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן, עס איז ממש מקוים געווארן וואס שטייט (איכה ד, ח): "חָשַׁךְ מִשְּׁחוֹר תָּאֳרָם לֹא נִכְּרוּ בַּחוּצוֹת, צָפַד עוֹרָם עַל עַצְמָם יָבֵשׁ הָיָה כָעֵץ", עס וואלגערן זיך אידישע נשמות אויף די גאסן וואס מען דערקענט זיי שוין נישט אז זיי זענען בכלל אידן, וויפיל פון די קינדער זענען שולדיג די עלטערן אליינס ווייל זיי טשעפען זייערע קינדער...


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; דאס הייבט זיך אן אין שטוב מיט די קינדער, אז עלטערן דארפן רחמנות האבן אויף די קינדער, אויף א טאטע וואס האט נישט רחמנות אויף זיינע קינדער זאגט דער רבי (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בְּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", דאס איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל; עס זענען דא מענטשן וואס שטעלן זיך אהער ווי שיינע אידן אין גאס, מען העלפט יעדן איינעם, מען נעמט אריין יענעמס קינדער, אבער די אייגענע קינדער רצח'ט מען מיט די גרעסטע רציחה.


איך האף אז איר וועט זיך כאפן באצייטנס, איר וועט פארעכטן ווי אזוי איר רעדט, וועט איר זוכה זיין צו האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.