שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך האב געזאגט 40 מאל מס' תענית, ווי לאנג דארף איך יעצט ווארטן אויף מיין שידוך?
שידוכים, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט דער אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען צו פאלגן דעם ראש ישיבה, און זיך מיטכאפן מיט די חבריא קדישא, די בחורים וואס האבן זיך אונטער גענומען צו לערנען פערציג טעג מסכת תענית. ב"ה די קומענדיגע ערב שבת איז די פערציגסטע טאג.


וויל איך בעטן, אויב ס'איז מעגליך, אז דער ראש ישיבה זאל מיר שרייבן פונקטליך די סדר הדברים ווי אזוי און וואס האט מוהרא"ש זי"ע צוגעזאגט, כדי איך זאל זיך קענען מחזק זיין און ווארטן מיט געדולד אויף מיין ישועה.


אילו פינו מלא שירה כים וכו' קען איך נישט גענוג דאנקען דעם ראש ישיבה פאר'ן אריינלייגן אין מיר די שיינע עצות און הדרכות פון הייליגן רבי'ן.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

  בעזהשי"ת


יום ב' פרשת וזאת הברכה-א, ה' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד הבחור היקר לי מאוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, פערציג טעג ברציפות - פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, דו האסט געטון די סגולה וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט צוגעזאגט פאר אלע בחורים, אז ווער עס וועט לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית פערציג טעג ברציפות פון ט"ו אב ביז ראש השנה, איז ער מבטיח א שידוך.


געווען איז דאס זומער שנת תשע"א, מיר זענען געווען אין קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב" - עלענוויל ניו יארק, די דריטע יאר פון ווען איך האב געעפענט די ישיבה. דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו', וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.


איך פלעג כסדר פרעגן פון מוהרא"ש: "וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!" און מוהרא"ש פלעגט מיר ענטפערן: "וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה", דעמאלט האט דאס אויסגעקוקט ווי מוהרא"ש וויל מיר סך הכל מחזק זיין וכו', ווייל במציאות, אז עס זאל טאקע אזוי זיין האט מען דעמאלט נישט געקענט טראכטן, אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג'עקשנ'ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער וכו'.


איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן וכו', און מוהרא"ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב, ביי די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט אזוי: "איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט"ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה"; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן.


עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג וכו'.


דערפאר אז דו שרייבסט מיר אז דו האסט געלערנט יעדן טאג מסכת תענית - פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, זאלסטו זיין זיכער אז דו וועסט בקרוב א חתן ווערן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פארעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, אויב איז ער פוגם בברית וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פארעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", דעמאלט איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך.


זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אינעם פסוק וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ער זאל גיין זיכן א שידוך פאר יצחק אבינו (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיך", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול, און אינמיטן שטייט די ווערטער "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך, ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך, און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט בקרוב א חתן ווערן, און זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.