שאלה אין קורצן ענין
#1 - האב איך מיין ריכטיגער שידוך?
שידוכים, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, בריוון, ניגונים, און אלע חיזוק.


איך בין ב"ה א חתן געווארן למזל טוב, איך בין אבער זייער צעבראכן, איך שפיר נישט אז איך האב באקומען די בעסטע שידוך, איך בין בכלל נישט פרייליך. איך רעד אסאך צום אייבערשטן וועגן דעם, ווייל כ'האב באמת נישט פאר וועמען זיך אויסצורעדן.


איך מיין אז מיין צעבראכנקייט קומט פון די ערשטע שידוך וואס מ'האט מיר אנגעטראגן, איך האב שוין געהאט א בעשאו מיט איר, און איך מיין אז זי איז געווען בעסער פון די יעצטיגע כלה, זי האט אויסגעזען בעסער, אבער למעשה האט זיך נישט אויסגעארבעט יענע שידוך, זיי האבן נישט געוואלט ענדיגן דעם שידוך מיט אונז, אבער אפשר האט איך נישט געלייגט גענוג דרוק אז יענער שידוך זאל יא גיין ווייטער.


איך פרוביר זיך צו שטארקן צו גיין הפצה דא אין ארץ ישראל, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך בעט דיר טייערער חתן, אנטלויף פון די שלעכטע מחשבות וכו'; דו ביסט דאך געווען מלא שמחה בשעת'ן שידוך, פארוואס זאלסטו יעצט טראכטן: 'אפשר וואלט איך געקענט טרעפן בעסער'ס?' א שאד זיך צו פייניגן, ענדערש דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס ער האט געטון מיט דיר אז דו ביסט א חתן געוואלרן למזל טוב און באלד גייט שוין זיין דיין חתונה. געדענק ווי שטארק דו האסט געווארט אויף דעם טאג צו ווערן א חתן, איך האב פון דיר צענדליגער בריוו וואו דו שרייבסט מיר אז דו ווילסט שוין ווערן א חתן, יעצט זאלסטו זיין פרייליך און צופרידן.


קלאפ דיר ארויס פון קאפ די ערשטע מיידל מיט וועם דו האסט זיך געטראפן ביי א בעשאו; נעם אריין אין דיר אז דיין יעצטיגע כלה "זי איז דיין כלה"; נישט אלעס איז די אויסזען וכו', בפרט ווען די פריערדיגע האט דיר נישט געוואלט וכו', און שלעפ נישט מיט מיט דיר אלטע מעשיות דיין גאנץ לעבן.


דו דערמאנסט מיר א מעשה, א איד איז ארויף געקומען פאר צוויי יאר צוריק אין ישיבה איך זאל אים העלפן מיט א שידוך; ער איז שוין כמעט פערציג יאר און ער האט א שידוך וואס ער וויל. דערציילט ער מיר אז פאר פופצן יאר צוריק - ווען ער איז אלט געווען פינף און צוואנציג יאר - איז ער ארויס מיט א מיידל פאר א שידוך, זי האט אים נישט געוואלט, "אבער איך" - זאגט ער מיר – "וויל איר יא"; איך הייב אים אן מסביר זיין אז אויב יענע וויל דיר נישט איז דאך נישט שייך, און איך פרעג אים: "זי איז נאך א מיידל?" זאגט ער מיר אז זי איז שוין חתונה געהאט און זי לעבט מיט א מאן שוין איבער צען יאר. פרעג איך אים: "איז וואס ווילסטו יעצט? גיי האב חתונה מיט א צווייטע", זאגט ער מיר אז ער האלט אז זי וועט זיך נאך איין טאג גט'ן פון איר מאן און וועלן חתונה האבן מיט אים...


בשעת איך האב געליינט דיין בריוו האב איך מיר דערמאנט פון די מעשה, אז דו טראכסט יעצט צוריק פון אלטע מעשיות וכו'.


איך בעט דיר זייער טייערער חתן, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו טרעפן א שידוך. די אלע מחשבות איז מעשה שטן וואס פארגינט נישט צו זען ווי דו גייסט אויפשטעלן א שיינע שטוב און דו גייסט ווערן אן ערליכער איד, דערפאר פארדרייט ער דיר דעם קאפ.


שטארק זיך ווייטער אין הפצה; יעדעס מאל דו שרייבסט מיר מעשיות פון הפצה ביסטו מיר מחי'.


איך האף בקרוב צו זיין אין ארץ ישראל, וועל איך רעדן מיט דיר פנים בפנים.


א גוט שבת.