שאלה אין קורצן ענין
#1 - האב איך ריכטיג געטון אז איך האב זיך גע'גט?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן איבער ווי אזוי צו האנדלען מיט מיינע קינדער לגבי זייער טאטע, מיין געוועזענער מאן. דאס האט מיר זייער בארואיגט און דערפריידט צו וויסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך טאקע פרובירן אזוי צו טון.


אזוי ווי איר האט מיר געשריבן אז מ'דארף זיך האלטן בשלום, נישט פירן קיין מחלוקת, און אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף אים, זיך האלטן צום אפמאך פון שיקן די קינדער, און אזוי ווייטער; האט דאס מיר געמאכט טראכטן צי איך האב זיך טאקע געדארפט גט'ן בכלל?


דער גאנצער גט איז בעיקר געקומען דורך מיינע עלטערן וועלכע האבן זיך אריינגעמישט אין אונזער לעבן, עס האט זיי נישט געפאסט צו האבן אזא סארט איידעם וואס גייט נישט פונקטליך אין זיין סארט וועג.


איך בין זייער צומישט אויב איך האב זיך טאקע געדארפט גט'ן, כאטש וואס צומאל פריי איך זיך טאקע אז איך האב זיך אפגע'גט פון אים, אבער רוב צייט האב איך אסאך שולד געפילן און געדאנקען פון חרטה אויב איך האב גוט געטון.


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן מיט דעם, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן ענטפערן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס האט מיר זייער וויי געטון ווען איך האב געליינט וואס איר שרייבט, אז אייער גט איז געשען צוליב אייער משפחה וואס האבן זיך אריין געמישט וכו'; ליידער פאסירן זייער אסאך גט'ן פון עלטערן וואס מישן זיך אריין וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן דאס פאלגענדע פאר אלע חתנים און כלות, די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפלאזן זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצווה איז כיבוד אב ואם?! חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצווה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה: "לאזט אפ אייערע עלטערן?" נאר דאס מיינט מען צו זאגן מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן.


א פאר-פאלק דארף וויסן: "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין וכו', אבער מישט נישט אריין די עלטערן און קרעכצט נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


ווען עפעס דרוקט, דאס הייסט, מען קומט זיך נישט אויס איינער מיטן צווייטן, עס איז דא חלוקי דעות צווישן מאן און ווייב, איז נישט גוט דאס צו דערציילן פאר די עלטערן, נאר מען דארף זוכן אן ערליכער איד וואס זאל העלפן עס זאל זיין שלום בית; דער ערליכער איד וויל נישט קיין געלט, ער האט נישט קיין שום זייטיגע אינטערעסן, ער וויל נאר איין זאך עס זאל זיין גוט פאר דעם פאר-פאלק.


העבר אין והעתיד עדיין; יעצט דארפט איר אכטונג געבן אז אייערע קינדער זאלן וואקסן געזונט. מען האט גארנישט פון טראכטן אויף צוריק, עס איז א שאד זיך אויפצועסן דאס געזונט טראכטנדיג צי מען האט יא גוט געטון צי נישט, מען דארף זיין קלוג צו טראכטן וואס צו טון אויף להבא.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו מגדל זיין אייערע קינדער געזונטערהייט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.