לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות אין לעבן, וואס העלפט מיר אזויפיל, און ס'ברענגט מיר אריין א האפענונג און סיפוק אין לעבן.
איך וועל פרעגן עטליכע זאכן. ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האט עס מיר גאר שטארק אנגעצינדען א גרויסע התלהבות, און איך האב אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע ברען, איך האב געשפירט אז איך האב ענדליך געטראפן איינעם וואס פארשטייט מיר און רעדט צו מיין הארץ, און ס'האט מיר שטארק געטוישט דאס לעבן צום גוטן; אבער ווי לענגער עס גייט דורך מער צייט, ווערט ביי מיר אפגעקילט דאס ברען וואס איך האב געהאט אנפאנג, און מיט דעם ווערט אויך ווייניגער דאס מקיים זיין וואס איך הער, וויל איך האבן אן עצה וואס צו טון איבער דעם.
צווייטנס, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ווי אזוי מ'דארף לעבן אינדערהיים, און דאס האט מיר גאר אסאך געהאלפן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן מיט אנדערע סארט הדרכות, ביי אונז האט מען אסאך גערעדט קעגן תאוות וכו'. דארף איך אפלאזן מיין ביז יעצטיגע וועג, אדער איז דא א מיטלוועג אין דעם.
דריטנס, איך בין א מלמד, איך לערן מיט קינדער, און לעצטנס האב איך זיי אנגעהויבן אויסלערנען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איך שפיר אבער אז איך קען נישט האלטן די קינדער אין די ראמען נאר מיט שרייען און אנשרעקן, איך האב נישט קיין אנדערע וועג זיי צו האלטן אויפ'ן פלאץ; דארף איך אפלאזן דאס מלמדות, אדער איז דא א וועג זיך צו טוישן?
איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און חיזוק אויף די זאכן, און איך האף צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א בקרוב דא אין ארץ ישראל.
א גרויסן יישר כח
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך וועל פרובירן צו ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.
אויף די ערשטע פראגע, אין אנהייב האסטו געשפירט מער חשק און התלהבות, דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אז דו פארלירסט די ברען און חשק.
וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.
די צווייטע פראגע, עס זעט דיר אויס א סתירה די ווערטער וואס דו הערסט דא ביים רבי'ן מיט די וועג ווי אזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, דו ביסט אויפגעוואקסן אז אלעס איז תאוות, אלעס איז גשמיות, מען דארף זיך אפרייסן וכו' וכו'; וואס איך שייך צו זאגן תאוות? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וואס איז שייך צו זאגן תאוות? עסן דארף מען - מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען - מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און חתונה האבן דארף מען - צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אויף די אלע זאכן תאוות".
בלייב ביי דיין פלאץ, מאך נישט קיין מחלוקת; נעם דעם רבי'ן פאר חיזוק, לערן דעם רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט קוקן אנדערש אויף די וועלט.
ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט דעם רבינ'ס קול - הייבט מען אן שפירן ווי מען איז ארום גענומען מיט אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין לעבן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; וואס מען דארף - בעט מען אים, וואס מען וויל רעדט מען צו אים; מען דאנקט און מען לויבט אים, די ווייב און קינדער ווערן א חלק אין עבודת השם.
גלייב מיר, עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין; א שאד מען רעדט נישט פון דעם צו בני הנעורים, וואלטן אלע זיך געצויגן צום אמת. רוב פאלן אוועק ווייל זיי האבן נישט קיין כח זיך צו רייסן מיט די לעבן, מען רעדט נאר פון זיך אפשיידן, פון זיך אפטיילן; דער רבי רעדט אנדערע ווערטער, דער רבי רעדט אזוי שטארק פונעם אייבערשטן - אז עס ווערט אזוי ליכטיג, עס ווערט אזוי זיס; גשמיות ווערט רוחניות, אלעס ווערט אלוקות.
די דריטע פראגע, אויב דו זאלסט אפלאזן די מלמדות, דו שפירסט ווי אן שרייען גייט עס נישט; איך מיין דו זאלסט ענדערש אפלאזן די שרייען, שרייען איז א זאך וואס העלפט נישט, שרייען קומט פון פארלוירנקייט, פון נישט געהעריג שלאפן, פון נישט געהעריג עסן, און עס העלפט נישט.
איך בין געווען א מלמד, איך בין געווען פארלוירן, איך האב געהאט קינדער וואס איך האב נישט געטראפן די וועג זיך צו מחבר זיין מיט זיי; זיי האבן נישט געוואלט פאלגן און איך האב נישט געהאט א וועג מיט זיי ווי צו קענען זיין א גוטער מלמד זיי זאלן פאלגן, וואס האב איך געטון? איך פלעג גיין אינדערפרי פארטאגס התבודדות, איך האב געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען לערנען מיט זיי; איך האב דערציילט דעם אייבערשטן יעדן קינד ווי אזוי ער איז אין כיתה, אלעס אלעס דערציילט, און ביז א קורצע צייט זענען די קינדער געווארן די חשוב'סטע קינדער; טו דאס וועסטו האבן הצלחה.