תוכן השאלה
לכבוד דער ראש הישיבה שליט"א,
איך גיי דורך יסורי נפש. מיין ווייב איז אויף שטארקע מעדעצינען פאר גייסטישע קרענק, זי איז שוין געווען אפאר מאל אין שפיטאל צוליב גייסטישע פראבלעמען, יעצט ברוך ה' איז איר מצב מער סטאביל אבער נאכאלץ נישט גרינג.
איך מוטשע זיך אזוי שטארק מיט געלט, יעדע וואך דארף איך ארויסקוועטשן געלט פון מענטשן.
די לעצטע צוויי יאר לערן איך ספרי ברסלב און ס'איז שטארק מחזק אבער איך פיל נישט אז עס טרייבט אוועק דעם יצר הרע לחלוטין.
איך האב שוין גערעדט מיט ערליכע אידן וועגן מיין ווייב, אלע האבן מיר געענפערט מער ווייניגער אויפ'ן זעלבן אופן "אלץ בעסער ווי צו זיין אליין".
איך האב אזוי לאנג געדארפט ווארטן א חתן צו ווערן, איך האב געדאוונט אסאך פאר מיין ריכטיגער זיווג. איך פיל ממש אז תפילה עושה מחצה, איך האב נאר באקומען האלב. ווען מ'קויפט א פאר שיך דארף ביידע שיך זיין די זעלבע מאס, א רעכטע מיט א לינקע און ביידע שיך פון די זעלבע פירמע. אויב עס פעלט איינע פון די אויבנדערמאנטע זאכן איז עס נישט קיין פאר שיך, ס'איז צוויי שיך אבער נישט קיין פאר. ווען איינער האט בכלל נישט קיין שיך און מ'געבט אים שיך מיט איינע פון די אויבנדערמאנטע חסרונות, איז עס טאקע בעסער ווי צו גיין בארוועס, אבער ווען מ'גייט מיט אזעלכע סארט שיך שטעכט עס נאכאלץ.
איך שפיר אז פון הימל האט מען מיר געגעבן סתם א ווייב, נישט א זיווג. זי קאכט נישט און זי קען אפילו נישט נייען, זי איז אן איבערגעגעבענע מאמע פאר די קינדער, איך דארף איר נעמען איבעראל צו אפוינטמענטס און די קינדער אויך, און איך קען זיך נישט ערלויבן בקביעות א קאר סערוויס, און ווען איך ווער נערוועז פון די עול, בא'שגצ'ט זי מיר, ווען איך פרוביר זיך מחזק זיין דורך הערן א שיעור וכדומה קומט אייביג א פרישע בלבול צו פון איר; ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט איר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זיי האבן דיר זייער גוט געזאגט, ווי שווער עס איז דיר מיט דיין ווייב - וועט דיר זיין אסאך שווערער אן איר.
די אלע שיינע משלים, צוויי שיך, רעכטע מיט לינקע - איז אלעס פיין און וואויל ביז מען דערזעט זיך אליין, זיין אליין איז זייער ביטער. די תורה זאגט (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט פאר'ן מענטש צו זיין אליין, "אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (יבמות סג.): עס ווענדט זיך אינעם מענטש, 'זָכָה', איז מען ערליך, מען איז אפגעהיטן, מען לערנט, מען דאווענט, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט 'עוֹזַרְתּוֹ' - איז די ווייב אן עזר, זי העלפט דעם מאן, 'לֹא זָכָה', אויב איז מען נישט זוכה, מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מען לעבט נישט מיט אמונה, דעמאלט 'כְּנֶגְדּוֹ' - איז זי אים א מתנגד, וואס ער וויל - זאגט זי פארקערט.
אז דו ווילסט זיך ווייניגער מוטשען מיט פרנסה זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב; רעד שיין צו איר, קוק שיין אויף איר, זוך אין איר גוטס - וועסטו ווערן א גרויסער עושר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", ווער עס איז מכבד די ווייב ווערט רייך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע רייכטום איז בזכות די פרוי; ווי אזוי מען פירט זיך צו איר - אזויפיל געלט געבט דער אייבערשטער.
פארוואס זאלסטו קרעכצן אז דו דארפסט איר נעמען און טראגן צו אירע פלעצער? וואס איז אזוי געפערליך צו נעמען די ווייב מיט די קאר?! דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב וואס היט דיר פון עבירות און ציט אויף די קינדער.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער עס איר אהיים ברענגען, "אָמַר לֵיהּ רַב: וְהָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?! "אָמַר לֵיהּ" האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער.
בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן; שמועס מיט אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, רעד צו אים אויף דיין שפראך, זאג אים ווי שטארק דו מוטשעסט זיך. אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת בלק, קצה.) ווען אן ארעמאן קומט צום אייבערשטן און בעט אויף פרנסה, ער טענה'ט מיט'ן אייבערשטן פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה, זיין ווייב און קינדער ווארטן אויף עסן און ער האט זיי נישט וואס צו געבן, זאגט דער זוהר הקדוש אז דער תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן - מער פון אלע תפילות, עיין שם.
א ליכטיגן חנוכה.