תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א בחור וואס האט געהאט א שווערע דורכגאנג אין לעבן, איך קום פון א חסידישע משפחה, מ'האט מיר מחנך געווען זייער שטרענג און געצווינגען, זיך צו דערווייטערן פון די גאס, און ליידער אויך מיט א שנאה קעגן ברסלב. נאך מיין בר מצוה האט איך אנגעהויבן שפירן אז אידישקייט איז א שלעכטע זאך, און ליידער האב איך אפגעלאזט אידישקייט רחמנא ליצלן, כמעט פיר יאר האב איך זיך געפירט ווי א גוי רחמנא ליצלן. איך מוז דאנקען מיינע עלטערן וואס האבן מיר ווייטער מקרב געווען און נישט אוועק געווארפן אין די אלע יארן.
איין מאל האט א חבר מיינער מיר געגעבן צו זען א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א און פון מוהרא"ש, און פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן כאפן אז אידישקייט איז נישט אזוי שלעכט, פארקערט ס'איז די בעסטע זאך אויף דער וועלט. און דא קומט ווידער אריין די חשיבות פון מיינע עלטערן וואס האבן מיר געשטיצט און געהאלפן פארן צום רבי'ן אויף אומאן, כאטש וואס ביי זייער חסידות איז דאס גאר שטארק אפגעפרעגט.
ס'איז מיר נישט געווען גרינג צוריק צו קומען, אבער ס'האט זיך געלוינט, איך האב צוריק געלאזט וואקסן די בארד און פיאות, און איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל ווייטער זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד. וויפיל מאל איך זאל דאנקען דעם ראש ישיבה וועט נישט זיין גענוג, איר האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן.
איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר קענען מדריך זיין ווי אזוי ווייטער ממשיך צו זיין אין לעבן מיט ערליכקייט.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט דא קיין שום וועג ווי אזוי מען קען אראפשרייבן דאס גרויסקייט פון דער וואס קערט זיך צוריק צום אייבערשטן, עד כדי כך אז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן אונז (ברכות לד:): "מָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִין יְכוֹלִין לַעֲמֹד בּוֹ", צדיקים קענען נישט אנקומען אזוי הויך וואו די מענטשן וואס טוען תשובה קומען אן; ווייל דער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן אין עבירות, ער האט זיך שוין פארשמירט מיט אלע שמוץ, ער איז שוין געווען אין די טונקלסטע פלעצער השם ישמרינו, פלעצער וואו א צדיק איז קיינמאל נישט געווען, און ער האט באשאפן מיט זיינע זינד קליפות און משחיתים וואס לויפן אים נאך, זיי ווילן אים נאר צוריק שלעפן צו די אלע טונקעלע פלעצער; מיט דעם אלעם איז ער שטארק און ער גייט נישט צוריק צי די עבירות, ער גייט נאכאמאל און נאכאמאל צוריק צום אייבערשטן מיט שטארקע קבלות, דעריבער איז ער זייער חשוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביז'ן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ – ביז'ן אייבערשטן אליינס.
איך בין גרייט דיר ווייטער מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן; דו זיי שטארק מיט דיין צלם אלקים מיט דיין בארד און פיאות. דיין בארד און פיאות ווייזט אז דו מיינסט עס ערנסט, אז דו ווילסט זיך טאקע צוריק קערן צום אייבערשטן.
זיי מכבד דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.