שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז די אמת'דיגע ברסלב'ע חסידות?
חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

שלום וברכה,
ראשית וויל איך זיך באדאנקען אויף די הערליכע שיעורים וואס וועקט אויף פון שלאף אין אלע ענינים, און פאר אלע עוסקים במלאכה פון הפצת השיעורים וואס דא אין ארץ ישראל האט עס א שטארקע השפעה, בפרט די שיעורים מיט די תרגום אין לשה"ק.
צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן, איך האב זוכה געווען ב"ה צו געבארן ווערן אין א אמת'ער ברסלב'ע שטוב, געהערט פיל דיבורי רבינו, און געלערנט רוב ספרי רבינו. און פון ווען איך הער אייערע שיעורים האט זיך עפעס צושאקלט ביי מיר.
איך הער וואס מוהרא"ש זאגט, און איך הער וואס די אנדערע משפיעים זאגן, מיט אלע מיני שיטות און וועגן; וואס האט דער רבי באמת געוואלט? וואס איז דער המשך פונעם רבי'ן און זיין תלמיד ר' נתן?
איך וויל לערנען און באקומען דער אוצר פון יראת שמים אן קיין שינויים און בלבולים.
א גרויסן יישר כח.
חיה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד מרת חי' תחי' 


איך פריי מיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק מיט די שיעורים פון ישיבה, און אז דאס וועקט אייך אויף פון שלאף וכו'.


אלעס וואס איך רעד און איך זאג, האב איך זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה במשך צען יאר; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גארנישט מחדש געווען, נאר גענומען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און דאס אראפ געברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, אז מיר זאלן לעבן מיט דעם, און אז מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן אין יעדן פרט פון אונזער לעבן.


יעדעס מאל ווען מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט נאך זאגן פון רבי'ן, האט ער צוגעברענגט דעם מראה מקום, און מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך זאג נישט די מראה מקומות ווייל איך וויל זיך אויפטון אז איך קען דעם רבינ'ס ספרים אויף אויסענווייניג, נאר ווייל מען זאגט אויף מיר אז איך זאג אייגענע זאכן, דערפאר זאג איך שטענדיג מיט מראה מקומות", און מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "אדרבה, אויב איינער הערט פון מיר א זאך וואס איך זאג נאך פון רבי'ן, און עס איז נישט אזוי, זאל ער אריין פרעגן". איך אליין האב זוכה געווען צו זיין במשך צען יאר יעדע וואך ליל שישי ביים שיעור וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געגעבן, און כמה פעמים געדענק איך ווי מען האט אריין געפרעגט וכו'.


דערפאר פארשטיי איך נישט פארוואס איר שרייבט מיר אז איר קומט פון א "אמת'ע ברסלב'ער" שטוב, און איר ווילט נאר נעמען חיזוק גלייך פון רבי'ן, אן קיין שום שינויים און בלבולים.


איך וויל אייך פרעגן, ווער איז אן אמת'ער ברסלבער חסיד? נאר ווער עס פאלגט דעם רבי'ן! נו, דער רבי האט געוואלט אז מען זאל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה; וועט איר זען אז אין ברסלב אליין איז דא איינער וואס מען רופט אים פון די 'נקויי הדעת שבירושלים', און ער שטייט כלומריש בראש און אלץ דער וואס טראגט דעם ברסלב'ער פאן, און ער קומט נישט ראש השנה קיין אומאן, איז דען דא א גרעסערע חוכא וטלולא פון דעם?!


דער רבי האט געוואלט אז מען זאל עוסק זיין אין הפצה, עיין חיי מוהר"ן (סימן תקמג) וואו ר' נתן שרייבט אז דער רבי פלעגט אויף אונז אסאך מאל שרייען, און אונז אנרופן אז מיר זענען טריקענע ביימער ווייל מיר זענען נישט עוסק אין הפצה; ווער האט זיך מוסר נפש געווען כל ימיו - איבער פופציג יאר צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אויף די גאנצע וועלט? אויב נישט מוהרא"ש זכרונו לברכה.


דערפאר פארשטיי איך בכלל נישט וואס איר שרייבט מיר אז איר ווילט נאר נעמען חיזוק פון רבי'ן, אן קיין שום שינוייים ובלבולים; עס האט קיינמאל נישט געפעלט קיין עזות פנים'ער אין ברסלב, נאך ביי ר' נתן איז געווען אז ער פלעגט פארלערנען אין קלויז, און מען פלעגט קלאפן אויפן טיש: "שא, שא! מיר ווילן נישט הערן אייערע זאגן, מיר ווילן הערן נאר פון רבי'ן"; איי דו עזות פנים, ווען נישט ר' נתן וואלסטו בכלל נישט געוואוסט פון רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען דעם אינגערמאן, ווייל ווען נישט אים, וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין בלעטל שמות"; אזוי איז אויך געווען ביי ר' נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה, אז מען האט זיך מיט אים געקריגט, און אזוי אויך ביי זיין זון ר' אברהם ב"ר נחמן זכר צדיק לברכה.


איך האף אז איר זענט נישט ברוגז אז איך האב אייך אביסל שארף געענטפערט; גלייבט מיר, איך האב נאך בכלל נישט אנגעהויבן צו שרייבן וואס ליגט מיר אויפן הארץ וואס טוט זיך אין ברסלב. איר שרייבט מיר אז איר קומט פון א ברסלב'ער שטוב; איך קום אויך פון ברסלב, און פאר איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן דורך מוהרא"ש זכרונו לברכה האב איך געהאט ברסלב'ער חבירים, איך האב דעמאלט אויך געהאלטן אז איך בין אן עכטער ברסלב'ער, איך האב געקענט אלע ברסלב'ער ניגונים און געוואוסט פון דעם זקן און יענעם זקן; אלץ בחור בין איך אסאך געווען אין מירון וואו איך האב געזען ר' שמואל טשעטשיק, מיט נאך ברסלב'ער חסידים; איך פלעג גיין אין פעלד און גארנישט... איין זאך האבן די ברסלב'ער - א ביטול צו יעדן איינעם; יעדן איינעם מאכט מען אוועק, און קיינער איז גארנישט ווערט. איך רעד נישט פון היינטיגע רבי'ס, נאר אפילו פריערדיגע צדיקים, מען מאכט יעדן איינעם אוועק (הי' לא תהי').


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, און מיר מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן דיקא דורך מוהרא"ש זכרונו לברכה, וואס ביי יעדע שיעור האט מוהרא"ש גערעדט פון אלע צדיקים, ער האט יעדן איינעם דערמאנט - אלע תלמידי בעל שם טוב, און גערעדט תכלית - לעובדא ולמעשה, אז איך זאל טראכטן פון מיר, 'וואס קען איך טון צו זיין אן ערליכער איד', 'וואס קען איך היינט אריין כאפן אביסל גוטס, אביסל תורה ותפילה'.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.