תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געהערט אז דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט א שיעור גמרא דעם מוצאי שבת, איך האב מיך אביסל געוואונדערט ווייל אין די וועלט האט מען נישט געלערנט די וואך מוצ"ש וועגן ניטל, האב איך געוואלט פרעגן דער ראש ישיבה וואס איז דער מנהג אין ברסלב לגבי ניטל.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס!
יעקב משה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יעקב משה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אין ברסלב האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון ניטל; מוהרא"ש האט געהערט פון הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדר זכרונו לברכה, אז אנשי שלומינו פלעגן זיך לייגן שלאפן יעדע נאכט גלייך נאך מעריב, ממילא איז בכלל נישט געווען די גאנצע שאלה פון לערנען ניטל נאכט, ווייל פון מעריב ביז חצות איז מען סיי ווי געשלאפן.
מוהרא"ש זאגט אז די גאנצע מקור פון ניטל קומט פון תשובת רש"י הקדוש (עיין בספר מטעמים, מערכת אות הנ', ערך ניטל, אות א); ווייל אמאליגע צייטן פלעגן זיך די גוים צוזאמקומען אין דעם יום הולדת פונעם אותו האיש ימח שמו, זיי פלעגן זיך אנ'שיכור'ן יענע נאכט און זיין זייער צעווילדעוועט וכו'; אויפן וועג אהיים, זייענדיג אנגעטרינקען און צולאזט פלעגן זיי שלאגן יעדן איד וואס זיי האבן אנגעטראפן דעמאלט אויפן גאס. דערפאר האט מען געמאכט א גזירה אז אין דעם נאכט טאר מען נישט לערנען תורה וכו', אז די תורה זאל נישט גיין צו די סטרא אחרא וכו'. אבער דער עיקר כוונה פון דעם איז געווען פשוט אז מענטשן זאלן נישט געשעדיגט ווערן פון די ווילדע גוים וואס פלעגן אהיים קומען אנגעהיצט פון די גלחים וכו', פון דעם קומט דער מקור אז מען לערנט נישט ניטל נאכט.
פון דעם איז געווארן אז אפילו היינטיגע צייטן וואס דער טעם גייט שוין נישט אן, האבן מענטשן מורא צו לערנען ניטל.
מוהרא"ש זאגט, אז וויבאלד ביים רבי'ן רעדט מען זייער אסאך פון אמונה, אז דער אייבערשטער איז איבעראל, און עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן, דערפאר האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון דעם גאנצן דמיון פון אותו האיש וכו'; ווייל אז א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, און עס איז גארנישט דא אויסערן אייבערשטן, דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", דעמאלט ווערט מקוים דער פסוק (תהילים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", ממילא דארף מען נישט מורא האבן פון די אלע זאכן, ווייל אלעס איז בטל ומבוטל.
אבער אז איינער האט יא מורא צו לערנען תורה אין די נאכט פון ניטל, זאל ער גיין שלאפן גלייך ווען עס ווערט נאכט, און אויפשטיין פרי לערנען, אזוי וועט ער יוצא זיין אלע מנהגים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.