תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר די שנעלע ענטפער וואס איך האב באקומען אז איך זאל גלייך אפהאקן פון דעם אינגערמאן, איך האב דאס טאקע שוין געטון.
יעצט וויל איך פרעגן אזוי, ווען איך קום אהיים קען איך נישט אויסהאלטן די שווערע מצב דארט, די קולות און קריטיק וואס איך וועל באקומען אויף יעדע ריר, און דעריבער גיי איך גלייך אין מיין שטוב, און איך שטופ די צייט מיט'ן קוקן מאוויס, און איך גיי נישט ארויס פון דארט ביז אינדערפרי.
איך הער אבער אסאך אויף די שיעורים איבער די שלעכטע נאכפאלגן וואס די מאוויס ברענגען אויף א מענטש, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך בין א מיידל, און איך קען נישט נעמען א ספר צו לערנען, איך האב נישט קיין חבר'טעס מיט וועמען ארויסצוגיין, און איך האב ממש נישט עפעס אנדערש וואס צו טון.
איך שפיר ווי איך מיין לעבן גייט צוגרינד, איך טו גארנישט מיט מיין לעבן, אפשר האט איר עפעס אן עצה וואס איך קען טון?
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט זיך אפגעטשעפעט פון דעם מניוול; א מענטש וואס האט א ווייב מיט קינדער און גייט ארויס מיט א פרעמדע מיידל מיט'ן אויסרייד איר צו מחזק זיין וכו' - איז א שלעכטער מענטש, א מושחת. אזא איינער איז נישט דא אויף צו געבן ליבשאפט, אזא איינער איז א פארדארבענער מענטש. אין דעם זכות וואס דו האסט תשובה געטון און אים אפגעלאזט וועסטו זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין זיווג.
עס איז נישט געזונט זאלסט זיצן אפגעזונדערט אין דיין צימער פון ווען דו ענדיגסט ארבעטן ביז דעם אנדערן אינדערפרי; איך פארשטיי וואס דו זאגסט אז דו ווילסט זיך נישט אנטרעפן מיט דיינע עלטערן צו זען ווי זיי שרייען און קריגן זיך איינער מיט'ן צווייטן, אדער ווי זיי שרייען אויף דיר און דערנידערן דיר וכו', וואס דאס מאכט אז דו זאלט זיצן איינגעשפארט יומם ולילה אין דיין צימער און קוקן מאוויס השם ירחם, אבער וויסן זאלסטו אז דאס איז נישט קיין עצה און עס איז נישט קיין געזונטע זאך.
זע צו גיין אביסל שפאצירן מיט א חבר'טע און אז דו האסט נישט קיין חבר'טעס זאלסטו גיין אליינס שפאצירן; עס איז זייער געזונט צו גיין שפאצירן, סיי פאר'ן גוף און סיי פאר'ן נפש, דורכדעם גייט מען ארויס פון אלעס שלעכטס. ווען מען זעט די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן עפנט זיך אויף דאס הארץ און מען קען אנהייבן רעדן צום אייבערשטן. דאס האט דוד המלך געטון ווען ער האט געהאט צרות און יסורים, אלע האבן אים געפייניגט און אלע האבן אים געוואלט הרג'נען, דאן פלעגט ער גיין שפאצירן און זינגען צום אייבערשטן. ער האט ארויפגעקוקט צום גרויסן הימל און געזען די זון, די לבנה מיט די שטערנס ווי זיי דרייען זיך ארום די וועלט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ח, ד): "כִּי אֶרְאֶה שָׁמֶיךָ מַעֲשֵׂי אֶצְבְּעֹתֶיךָ, יָרֵחַ וְכוֹכָבִים אֲשֶׁר כּוֹנָנְתָּה"; אזוי האט ער געזינגען צום אייבערשטן, אים געדאנקט און געלויבט אויף אלע חסדים און אויך געבעטן פאר זיין לעבן.
גיי ארויס פון דיין פארמאכטע צימער און גיי אביסל שפאצירן, אויך זאלסטו אויפהייבן דיינע אויגן צום הימל, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות המתקת הדין, סימן כה): "מִי שֶׁדִּינִין שׁוֹרִין עָלָיו, יִסְתַּכֵּל בְּכָל פַּעַם עַל הַשָּׁמַיִם", ווער עס האט דינים זאל קוקן שטענדיג אויפן הימל, אזוי וועט ער זיך דערמאנען פונעם אייבערשטן און ווען מען הייבט אן זען דעם אייבערשטן דעמאלט עפנט זיך דאס הארץ און מען הייבט אן רעדן צו אים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און קענען מבשר זיין גוטע בשורות.