תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק, וואס האט מיר מחזק געווען אמאל אין אסאך שווערע צייטן. אבער יעצט שפיר איך אז איך בין שוין אזוי שטארק צעבראכן אז קיין שום חיזוק וועט מיר שוין נישט העלפן.
אלעס אין לעבן גייט מיר שווארץ, די פרנסה, די שלום בית, די קינדער, און איך אליין. איך בין צעבראכן און צעהאקט אויף שטיק שטיקער, און איך האט מער נישט קיין טעם אין מיין לעבן.
איך ארבעט אויף א פלאץ שוין פאר 12 יאר, און איך האב פיינט יעדע מינוט וואס איך בין דארט, אבער איך האב נישט גענוג זעלבס זיכערקייט איבערצולאזן די פאסטן און גיין זוכן אן אנדערע פרנסה. דער זון פונעם בעל הבית האט מיר פיינט און האלט אין איין זאגן ליגנטס פאר זיין טאטע וועגן מיר, און איך בין נישט גענוג שטארק ביי זיך צו קענען עפעס טון דערוועגן.
דערווייל ווער איך מער און מער דעפרעסט יעדן טאג, איך ווייס נישט פארוואס איך מיט מיין גאנצע משפחה דארפן אזויפיל ליידן, און איך האב ממש נישט מיט וועמען צו רעדן איבער מיינע ווייטאגן. איך האב נישט קיין נאנטער חבר, נישט קיין רבי אדער רב, און אפילו פאר מיין ווייב האב איך נישט דערציילט איבער מיינע אינערליכע יסורים.
איך האב שוין פיל געוויינט און גערעדט צום אייבערשטן, פילע לאנגע שמונה עשרה'ס האב איך שוין באגאסן מיט טרערן, אבער ווי עס זעט אויס וויל דער אייבערשטער מיר נישט אויסהערן. און די איינציגסטע ברירה וואס בלייבט מיר איז נאר צו שטארבן, הלואי ווען איך קען ווען שטארבן, איך זע אזויפיל גוטע מענטשן ווערן אוועק גענומען פון דער וועלט, הלואי וואלט דער אייבערשטער מיר גענומען אנשטאט זיי.
אפשר האט איר עפעס אן אנדערע וועג ארויס פאר מיר?
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
פארוואס זאלסטו טראכטן פון שטארבן? שטארבן וועט דיר נישט העלפן; טראכט נישט פאר איין רגע אז דארט וועט דיר זיין בעסער, ענדערש געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט זיך אלעס טוישן צום גוטן.
א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן זאגן ער וויל שטארבן ווייל ער האט נישט קיין כח צו די יסורים וואס ער ליידט, האט אים דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן פד): חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", זאלסט נישט טראכטן אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער, און דער רבי האט אים געגעבן צו פארשטיין אז דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, יעדער איינער מיט זיינע טרדות; פרנסה וכו' וכו', ממילא קען זיין אז מען זאל כאפן א ביס פון א ווארים אדער א פליג אן דעם וואס מען זאל שפירן עפעס ווען מען כאפט דעם ביס, ווייל מען איז אריין געטון אין אנדערע זאכן. אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טירדות און מחשבות וואס זאל אוועק נעמען דעם קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע ריר און יעדע שטאך, מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס צער אין קבר ווען מען הערט יעדע בייס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.
אז דו גייסט אריבער שוועריקייטן זאלסטו זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אַז עֶס אִיז גָאר בִּיטֶער אִיז מֶען זִיך אִינְגַאנְצְן מְבַטֵּל", האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט די מויל מיט די אויגן, דאס איז ביטול צום אייבערשטן"; דאס הייסט, ווען א מענטש פארמאכט די מויל - ער פרעגט נישט קיין קשיות, ער פארמאכט די אויגן - ער וויל גארנישט זען און פארשטיין, ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, דעמאלט איז ער זוכה אז אלעס ווערט גוט און דער אייבערשטער העלפט אים מיט זיין ישועה.
דו שרייבסט אז דו האסט שוין אזויפיל געבעטן דעם אייבערשטן וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".
ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויס גיין פון דיינע צרות ויסורים און דו זאלסט שוין האבן א ישועה אין אלע דיינע ענינים.