שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך אז מיין ווייב איז זייער ברוגז אז איך דריי זיך אין ברסלב?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך אפגעבן א ריזיגן דאנק פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די גרויסע מתנה וואס דער ראש ישיבה האט מיר געגעבן - "לעבן"! איך האב פשוט אנגעהויבן לעבן פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים און ליינען די בריוו, מיין שלום בית האט זיך אינגאנצן איבערגעדרייט צום גוטן, איך האב פשוט באקומען א נייע וועג ווי אזוי צו פירן די שטוב, ווי אזוי מכבד צו זיין די ווייב, און אזוי ווייטער.


אויך האב איך אנגעהויבן לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, ווען איך האב איבריג צייט לערן איך נאך און נאך, איך לערן יעדן טאג בבלי ירושלמי תוספתא, דעם רבינ'ס ספרים, שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, משנה ברורה, און משניות וויפיל איך קום אן, איך האב ברוך ה' געענדיגט צום ערשטן מאל אין לעבן גאנצן ששה סדרי משנה.


יעצט צו מיין שאלה, מיין ווייב איז זייער ברוגז אז איך דריי זיך אין היכל הקודש. זי האלט ממש נישט אויס דער נאמען "ברסלב", איך ווייס נישט אויב ס'קומט פון חבר'טעס, פון משפחה, אדער סתם א שרעק פון דעם, אבער למעשה ווייס איך ממש נישט וואס צו טון, זאל איך באהאלטן די גאנצע זאך אז איך דריי זיך אין היכל הקודש, אדער זאל איך זיין אפן און זאגן אז איך שפיר דארט א חיות, דאס געבט מיר לעבן? וואס זאל איך אבער טון אז איך וויל זייער שטארק איר נישט מצער זיין.


דערווייל האב איך אויפגעהערט צו גיין דאווענען אין היכל הקודש, ביז דער ענין ווערט מסודר אדער דער ראש ישיבה שליט"א זאגט מיר וואס צו טון, ס'טוט מיר אבער זייער וויי, ווייל איך באקום ממש חיות דארט, און אויך האב איך נישט קיין צווייטע וועג צו באקומען די גליונות און עצתו אמונה.


נאך א נקודה, זייט איך האב אנגעהויבן לעבן מיט די שיעורים, איז די קריגערייען ביי אונז אינדערהיים אראפ צו זערא, נישטא מער קיין ויכוחים, קיין בלאזערייען, אלעס איז גוט און אלעס איז פרייליך. אויסער ווען ס'קומט צו דעם ענין, ווען מיין ווייב הויבט מיר אן צו טשעפען אין דעם ענין פון ברסלב, נעמט דאס מיר ממש ארויס פון די כלים, איך פארליר מיין אטעם, איך ווער ווי געפרוירן, ווי א רעדל וואס האט פארלוירן די לופט, און ס'קען מיר נעמען עטליכע טעג צוריק צו קומען צו מיין געווענליכע שטייגער. וואס איז די וועג ארויסצוגיין שנעל פון אזא מצב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין סיבה וואס עס זאל שטערן די פרוי אז איר מאן איז ברסלב; ברסלב נעמט גארנישט אוועק פון די ווייב'ס לעבן, ברסלב געבט נאר צו, עס מאכט נאר בעסער די שלום בית. איין זאך וואס קען שטערן די ווייב אז איר מאן איז ברסלב, דאס איז: 'מה יאמרו הבריות? וואס וועלן מענטשן זאגן?' מן הסתם שטערט דיין ווייב וואס אנדערע וועלן זאגן, וואס אירע חבר'טעס וועלן טראכטן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט נישט ווערן צעבראכן אז דיין ווייב וויל נישט ברסלב; זי וויינט, זי פארפירט און זי דערביטערט דיר וכו' וכו', אויב דו וועסט האבן סבלנות און דו וועסט זיך פירן ערליך, דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, דו וועסט איר ווייטער מכבד זיין און אירע עלטערן - וועט נישט נעמען לאנג און זי וועט אנערקענען אז חבר'טעס איז נישט דער לעבן, זי וועט מודה זיין אז זי איז נישט גערעכט געווען, זי וועט דיר מחזק זיין און וועט דיר זיין אן עזר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן; דאס גייט אריבער אויף יעדן ברסלב'ער חסיד. מען ליידט בזיונות, מען איז פארשעמט און מען מאכט חוזק, אפילו די אייגענע ווייב לאכט און שפעט. אז מען שטארקט זיך און מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן, מען קוקט נישט אויף די אלע זאכן - איז מען זוכה צו גרויסע זאכן.


ווי מער מען ווערט געשטערט אין אנהייב, אלץ מער קדושה וטהרה איז מען זוכה צו באקומען. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער וואס האט מער שוועריקייטן ווען ער ווערט מקורב צום צדיק, "כְּגוֹן מֵאָבִיו", זיין טאטע קריגט אויף אים, "וְאִשְׁתּוֹ", אדער זיין אייגענע ווייב שפעט פון אים, "וְחוֹתְנוֹ", די שווער שטערט אים, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער שוועריקייטן פון אנדערע מענטשן וואס שטערן אים און לאזן אים נישט דינען דעם אייבערשטן, "וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן", אדער דער וואס האט שוועריקייטן ווייל ער האט נישט קיין געלט, "וּשְׁאָרֵי מְנִיעוֹת וְעִכּוּבִים וּבִלְבּוּלִים שֶׁמִּשְׁתַּטְּחִים לְפָנָיו וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ מְאֹד", אדער אנדערע שוועריקייטן וואס קומט אונטער שטענדיג, "וְהוּא צָרִיךְ לְהִתְיַגֵּעַ וְלִטְרֹחַ מְאֹד לְשַׁבְּרָם", ער מוטשעט זיך זייער צו קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, זיין ביים צדיק; עס איז אים זייער שווער ביז ער צעברעכט די אלע מניעות, "כָּל אֵלּוּ הַיְגִיעוֹת וְהַטְּרָחוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס אלעס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווייל דורך די שוועריקייטן איז מען זוכה צו מקבל זיין קדושה וטהרה, "כִּי עַל יְדֵי הַיְגִיעוֹת שֶׁבַּתְּחִלָּה נַעֲשֶׂה הַכְּלִי", ווייל פון די שוועריקייטן ווערן כלים צו קענען מקבל זיין פון צדיק אסאך קדושה און אסאך טהרה, "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' - יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי מער מניעות, ווי מער מחלוקות און ווי מער שוועריקייטן עס איז געווען און מען האט זיך דערהאלטן - האט מען געמאכט גרעסערע כלים צו קענען מקבל זיין הייליגקייט און ריינקייט.


שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן, עס וועט נישט נעמען לאנג וואס דיין ווייב וועט זען ווי שיין דו פירסט זיך, וועט זי זיך מאכן א פשוט'ע חשבון: 'וועם זאל איך אויפגעבן, מיין טייערער מאן וואס איז אזוי וואויל, אזוי ערליך? אדער זאל איך אוועקלייגן חבר'טעס וכו'?' זי וועט זיכער אפמאכן 'וואס האב איך מיט מענטשן?' און זי וועט דיר אויפהערן דערקוטשען.


איך האב א בריוו פאר דיר וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר א אינגערמאן וואס איז אריבער ענליכס צו וואס דו גייסט אריבער, זיין ווייב האט אים זייער געטשעפעט יעדעס יאר ווען ער פלעגט פארן קיין אומאן. מוהרא"ש שרייבט אים ער זאל חס ושלום נישט קריגן, ער זאל איר מכבד זיין, דאן וועט זיך אלעס איבערדרייען.


דא האסטו דעם בריוו:


"בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ יוֹם שְׁלִישִׁי לְסֵדֶר נֹחַ כ"ז תִּשְׁרֵי ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין לַאנְגֶע בְּרִיוו, אוּן מַחֲמַת מֵיין גְרוֹיסֶע טִירְדוֹת קֶען אִיךְ דִיר נִישְׁט עֶנְטְפֶערְן בְּאַרִיכוֹת.


עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז בַּיים הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן אִיז גֶעוֶוען אַ יְסוֹד מוּסָד שָׁלוֹם בַּיִת, אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן סִימָן רס"ג) אַז דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם טוּט אַלֶע פְּעוּלוֹת שֶׁבָּעוֹלָם צוּ צֶעבְּרֶעכְן דָאס שָׁלוֹם בַּיִת בַּיי אַ יוּנְגֶע פָּארְפָאלְק. אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען זֶען זֵייעֶר אַכְטוּנְג צוּ גֶעבְּן אוֹיף שָׁלוֹם בַּיִת. דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעהַאלְטְן אַז וֶוער עֶס הָאט נִישְׁט קַיין שָׁלוֹם בַּיִת דֶער אִיז פוּל מִיט הִרְהוּרִים רָעִים, וְכוּ', דָאס הֵייסְט מִיט שְׁלֶעכְטֶע גֶעדַאנְקֶען. אוּן אֵיינְמָאל אִיז עֶר אַרַיינְגֶעקוּמֶען פְרַייטָאג צוּ נַאכְטְס צוּם טִישׁ, אוּן עֶס הָאט זִיךְ פַארְקְלִיבְּן אַ גְרוֹיסֶע עוֹלָם, אוּן צְוִוישְׁן זֵיי אִיז גֶעוֶוען אֵיינֶער וָואס הָאט שׁוֹין לַאנְגֶע חֲדָשִׁים נִישְׁט גֶעהַאט שָׁלוֹם בַּיִת מִיט זַיין וַוייבּ, אוּן קֵיינֶער הָאט נִישְׁט גֶעוואוּסְט דֶערְפוּן, אוּן וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ אַרָאפְּגֶעזֶעצְט אוֹיף זַיין שְׁטוּל אוֹיבְן אָן, אוּן עֶר אִיז גֶעזֶעצְן מִיט אַ גְרוֹיס דְבֵיקוּת, פְּלוּצְלִינְג רוּפְט עֶר זִיךְ אָן מִיט אַ קוֹל, "וֶוער הָאט דָאס אַ חוּצְפָּה צוּ זִיצְן בַּיי מֵיין טִישׁ מִיט שְׁלֶעכְטֶע גֶעדַאנְקֶען? אִיךְ מֵיין נִישְׁט טִירַאוִויצֶער אָדֶער טְשֶׁערִינֶער וְכוּ' וְכוּ'", אוּן עֶר הָאט אוֹיסְגֶערֶעכְנְט אַלֶע שְׁטֶעט וָואס פוּן דָארְטְן הָאבְּן זִיךְ פַארְקְלִיבְּן אוֹיף שַׁבָּת מֶענְטְשְׁן, נָאר פוּן דֶעם שְׁטָאט פוּן דֶער וָואס הָאט נִישְׁט גֶעהַאט שָׁלוֹם בַּיִת הָאט עֶר נִישְׁט דֶערְמַאנְט, אוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן אוּן אִיבֶּערְגֶעלָאזְט דֶעם טִישׁ אוּן אִיז אַרַיין צוּרִיק אִין זַיין חֵדֶר הַמְיוּחָד, אוּן עֶר הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט פִירְן קַיין טִישׁ, וִוי דֶער אִיד הָאט דָאס דֶערְהֶערְט אִיז אַרַיין אִין זַיין הַארְץ אַ גְרוֹיסֶע חֲרָטָה, וַוייל עֶר הָאט פַארְשְׁטַאנֶען אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי מֵיינְט אִים, אוּן עֶר הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעהוֹיבְּן פוּן זַיין פְּלַאץ, אוּן אִיז גֶעגַאנֶען צוּ דִי טִיר פוּן דֶעם חֵדֶר הַמְיוּחָד פוּן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן, אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גֶעוֵויינְט אוּן גֶעשְׁרִיגְן, "רֶבִּי, אִיךְ זָאג אַייךְ צוּ אַז אִיךְ וֶועל מַאכְן שָׁלוֹם מִיט מַיין וַוייבּ!", אוּן עֶר הָאט בִּיטֶער גֶעוֵויינְט, אוּן דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אִים נִישְׁט גֶעעֶנְטְפֶערְט, אוּן נִישְׁט אוֹיפְגֶעמַאכְט דִי טִיר, אוּן הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט אַרוֹיסְקוּמֶען, אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר בִּיטֶער גֶעוֵויינְט בִּיז דָאס הָאט זֵייעֶר מְעוֹרֵר גֶעוֶוען אַלֶע מֶענְטְשְׁן וָואס זֶענֶען דָארְטְן גֶעוֶוען, בִּיז דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס תַּלְמִיד רֶבִּי שִׁמְעוֹן זַ"ל אִיז צוּגֶעגַאנְגֶען אוּן הָאט אוֹיפְגֶעמַאכְט דֶעם טִיר פוּן דֶעם חֵדֶר הַמְיוּחָד, - וַוייל עֶר אִיז גֶעוֶוען זֵייעֶר נָאנְט בַּיים הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן - אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּעטְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן עֶר זָאל אַרַיינְקוּמֶען צוּם טִישׁ, וַוייל דֶער אִיד וֵויינְט זֵייעֶר אוּן עֶר זָאגְט צוּ אַז עֶר וֶועט שׁוֹין שָׁלוֹם מַאכְן מִיט זַיין וַוייבּ, דֶעמָאלְטְס אִיז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אַרוֹיסְגֶעקוּמֶען אוּן הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ זִינְגֶען שָׁלוֹם עֲלֵיכֶם וְכוּ' אוּן הָאט גֶעמַאכְט קִידוּשׁ, וְכוּ', אוּן דֶער גַאנְצֶער עוֹלָם וָואס זֶענֶען דָארְטְן גֶעוֶוען הָאבְּן גֶעהַאט אַ גְרוֹיסְן הִירְהוּר תְּשׁוּבָה, וָואס הֵייסְט נִישְׁט הָאבְּן שָׁלוֹם בַּיִת.


אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר, זָאלְסְט שָׁלוֹם מַאכְן מִיט דַיין וַוייבּ, זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קֵיינֶעם, וָוארוּם דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם וִויל דִיךְ אוּמְגְלִיקְלִיךְ מַאכְן, אוּן דִי רְשָׁעִים וָואס זֵיי רֶעדְן אַיין דִי פְרוֹיעֶן אַז בְּרֶסְלֶבֶ'ער חֲסִידִים הָאבְּן נִישְׁט קַיין שָׁלוֹם בַּיִת, זֶענֶען פָּשׁוּטֶע רְשָׁעִים אוּן רֶעדְן לָשׁוֹן הָרָע, וַוייל אַן אֶמֶת'ער בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד וָואס פָאלְגְט דֶעם רֶבִּי'ן, אִיז זֵייעֶר מְכַבֵּד דָאס וַוייבּ, וִוי דִי חַזַ"ל זָאגְן (יְבָמוֹת סב.) הָאוֹהֵב אֶת אִשְׁתּוֹ כְּגוּפוֹ וְהַמְכַבְּדָהּ יוֹתֵר מִגוּפוֹ עָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר "וְיָדַעֲתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהָלֵךְ"; אַ בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד וָואס פָאלְגְט דֶעם רֶבִּי'ן אִיז זֵייעֶר מְכַבֵּד דָאס וַוייבּ, אוּן הֶעלְפְט אִיר אַרוֹיס מִיט אַלֶעם.


עֶס אִיז פַארְהַאנֶען שְׁלֶעכְטֶע פְרוֹיעֶן וָואס זֶענֶען מְקַנֵא דִי חַבֶרְטֶ'עס וָואס זֵיי הָאבְּן מֶענֶער בְּרֶסְלֶבֶ'ער חֲסִידִים אוּן זַיין לֶעבְּן צֶעזַאמֶען מִיט גְרוֹיס לִיבְּשַׁאפְט אוּן הֶעלְפְן אַרוֹיס אֵיינֶער דֶעם אַנְדֶערְן וְכוּ', אוּן זֵיי הָאבְּן עֶס נִישְׁט, אִיבֶּערְדֶעם רֶעדְן זֵיי אָן דִי פְרוֹיעֶן אַקֶעגְן בְּרֶסְלֶבֶ'ער חֲסִידִים, אוּן דָאס אִיז אַ פַאקְט וָואס מֶען קֶען זֶען, אַ יוּנְגֶערְמַאן וָואס הִיט אָפּ זַיין שָׁלוֹם בַּיִת אִיז אַן אֶמֶת'ער בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד.


וָואס אִיז גֶעשֶׁען? אֵיינְמָאל אַ יָאר פָארְט עֶר אַוֶועק אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה אִין אוּמַאן! וֶועגְן דֶעם דַארְף מֶען מַאכְן אַזַא אִיבֶּערְקֶערֶענִישׁ? עֶס אִיז דָא חֲסִידִים וָואס זֵיי פָארְן עֶטְלִיכֶע מָאל אִין יָאר צוּ זֵייעֶרע רֶבִּי'ס אוּן לָאזְן אִיבֶּער זֵייעֶרע פְרוֹיעֶן, אוּן עֶס קֶערְט זִיךְ נִישְׁט אִיבֶּער דִי וֶועלְט. נָאר אַז אַ בְּרֶסְלֶבֶ'ער חָסִיד פָארְט אֵיינְמָאל אִין יָאר אִין אוּמַאן אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה, אִים קוּמְט בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים מַחְלוֹקֶת קְרִיגֶערֵייעֶן וְכוּ' וְכוּ'? בִּשְׁעַת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט בְּפֵירוּשׁ גֶעבֶּעטְן אַז יֶעדֶער אֵיינֶער וָואס עֶס גְלֵייבְּט אִין אִים אוּן לֶערְנְט זַיין תּוֹרוֹת, זָאל קוּמֶען צוּ אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה, אוּן עֶר וֶועט אִים אַ טוֹבָה טוּן. אִיז דֶען גֶעוֶוען אַמָאל אַ צַדִיק וָואס הָאט בְּפֵירוּשׁ גֶעבֶּעטְן זַיינֶע תַּלְמִידִים אוּן חֲסִידִים אַז זֵיי זָאלְן קוּמֶען צוּ אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה? אוּן דָא הָאט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי בְּפֵירוּשׁ גֶעבֶּעטְן בַּיי דִי תַּלְמִידִים אַז זֵיי זָאלְן קוּמֶען צוּ אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה וֶועט עֶר זֵיי אַ טוֹבָה טוּן אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר.


גֶעוַואלְד אוּן גֶעשְׁרִיגְן! דִי חַזַ"ל זָאגְן (בֵּיצָה ט"ז.) רֹאשׁ הַשָׁנָה שְׁרַייבְּט מֶען אָפּ פַארְן מֶענְטְשׁ זַיין בּוּדְזְשֶׁעט אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר, וִויפִיל פַּרְנָסָה עֶר וֶועט הָאבְּן. וִוידֶער זָאגְן דִי חַזַ"ל (רֹאשׁ הַשָׁנָה טז:) רֹאשׁ הַשָׁנָה אִיז מֶען דַן דֶעם מֶענְטְשׁ אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר וָואס מִיט אִים וֶועט פַּאסִירְן וְכוּ' וְכוּ', אוּן לֵיידֶער זֶעעֶן מִיר וָואסְפַארַא אוּמְגְלִיקְן פַּאסִירְט יֶעדְן טָאג לֹא עָלֵינוּ, וִויפִיל יוּנְגֶע מֶענְטְשְׁן וֶוערְן פַארְכַאפְּט אָפְּגֶעהִיטְן זָאל מֶען וֶוערְן, וִויפִיל קִינְדֶער גֵייעֶן אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט? וִויפִיל עֶקְסִידֶענְטְן פַּאסִירְן? וִויפִיל פֵייעֶרְן וֶוערְן אוֹיסְגֶעבְּרָאכְן אוּן פַארְבְּרֶענֶען אַלֶעס? וִויפִיל מֶענְטְשְׁן וֶוערְן אָן דָאס גֶעלְט אִין אֵיין נַאכְט אוּן וֶוערְן אָרִים, וְכוּ', וְכוּ'? אוּן וִויפִיל צָרוֹת אִיז דָא, וְכוּ', וְכוּ'!? אוּן דָא שְׁטֵייט אַ רֶבִּי אוּן שְׁרַייט פַאר זַיינֶע חֲסִידִים אוּן תַּלְמִידִים אוּן פַאר יֶעדְן אִיד: "קוּם צוּ מִיר אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה וֶועט אַייךְ גוּט זַיין אוֹיף אַ גַאנְץ יָאר!", אִיז אַנְשְׁטָאט מֶען זָאל פְרֵייעֶן זִיךְ אַז דֶער מַאן פָארְט צוּ אַזַא הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן וָואס הָאט מַבְטִיחַ גֶעוֶוען אַזַא הֵיילִיגֶע הַבְטָחָה, אוּן בֶּעט זִיךְ אוֹיס אַ גוּט יָאר פַאר זִיךְ אוּן פַאר דִי וַוייבּ אוּן פַאר דִי קִינְדֶער וְכוּ', קוּמְט אִים אוֹיף דֶעם פַארְשְׁטֵיינֶערְן? קוּמְט אִים אוֹיף דֶעם מֶען זָאל אִים מְבַזֶה זַיין אוּן שֶׁעלְטְן אוּן פַארְשֶׁעמֶען וְכוּ'? קוּמְט וֶועגְן דֶעם צֶעבְּרֶעכְן אַ שְׁטוּבּ? דָאס וַוייבּ דַארְף דָאךְ טַאנְצְן פַאר שִׂמְחָה אַז אִיר מַאן אִיז גֶעפָארְן צוּ אַזַא הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן מְקַיֵים זַיין דֶעם רָצוֹן פוּן צַדִיק!


מֶען זֶעט וֶוען אַ מֶענְטְשׁ אִיז אִין אַ צָרָה גֶע'מִשְׁפָּט צוּ וֶוערְן פַאר אַ גְרוֹיסְן שׁוֹפֵט, דֶעמָאלְטְס נֶעמְט עֶר דֶעם גְרֶעסְטְן לוֹיעֶר, עֶר קוּקְט נִישְׁט אוֹיף גֶעלְט, וָוארוּם מֶען גֵייט אִים פַארְמִשְׁפָּטְן אוֹיף טוֹיט חַס וְשָׁלוֹם, דֶעמָאלְטְס פַארְקוֹיפְט דִי וַוייבּ אַלֶעס וָואס זִי הָאט, אַבִּי אַז אִיר גֶעטְרֵייעֶ מַאן זָאל הָאבְּן גֶעלְט פַאר אַ גְרוֹיסְן לוֹיעֶר וָואס זָאל אִים קֶענֶען פַארְטֵיידִיגְן. אָדֶער וֶוען אַ דָאקְטֶער הָאט עֶרְפִינְדְן דֶעם בִּיטֶערֶע מַחְלָה בַּיי אֵיינֶעם לֹא עָלֵינוּ, וָואס טוּט עֶר נִישְׁט צוּ גֵיין צוּם גְרֶעסְטְן פְּרָאפֶעסֶער אִין דֶער וֶועלְט עֶר זָאל אִים קֶענֶען הֵיילְן? עֶר קַארְגְט נִישְׁט קַיין גֶעלְט, דָאס גֶעטְרֵייעֶ וַוייבּ טְרַייבְּט אִים: "פָאר צוּם גְרֶעסְטְן פְּרָאפֶעסֶער, אוּן קוּק נִישְׁט אוֹיף גֶעלְט, אַבִּי דִי זָאלְסְט הָאבְּן אַ רְפוּאָה מַיין גֶעטְרֵייעֶ מַאן!" אוּן דָא אִיז רֹאשׁ הַשָׁנָה וָואס מֶען אִיז דַן יֶעדְן אֵיינְצִיגְן מַאן, וַוייבּ, קִינְדֶער; אוּן דֶער מַאן הָאט בַּאשְׁלָאסְן עֶר פָארְט צוּ אַזַא גְרוֹיסְן אוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן וָואס עֶר אִיז אַ גְרוֹיסֶער לוֹיעֶר, פַארְטֵיידִיגְט יֶעדְן אֵיינֶעם וָואס עֶר קוּמְט צוּ אִים עֶר זָאל הָאבְּן אֲרִיכוּת יָמִים, עֶר אִיז אַ גְרוֹיסֶער דָאקְטֶער וָואס עֶר הֵיילְט יֶעדְן אֵיינֶעם, אוּן עֶר פּוֹעֶלְ'ט בַּיים בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז דִי אַלֶע וָואס זֵיי זֶענֶען גֶעוֶוען בַּיי אִים אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה זָאלְן הָאבְּן אַ גוּט גֶעבֶּענְטְשְׁט יָאר, אוּן עֶס זָאל אִים גָארְנִישְׁט פֶעלְן אַ גַאנְץ יָאר, אִיבֶּערְדֶעם קוּמְט דֶעם מַאן אַזוֹי צוּ רוֹדְפְ'ן? - דָאס פְרֶעג אִיךְ יֶעדֶע פְרוֹי וָואס זִי רוֹדְפְ'ט דֶעם מַאן וָואס אִיז גֶעוֶוען אִין אוּמַאן אוֹיף רֹאשׁ הַשָׁנָה, צִי דַארְפְסְטוּ דֶען צוּהֶערְן דַיין חַבֶרְ'טֶע וָואס אִיז דִיר מְקַנֵא אַז דוּ הָאסְט אַזַא גֶעטְרֵייעֶ מַאן וָואס הֶעלְפְט דִיר אַרוֹיס אַ גַאנְץ יָאר, אוּן עֶטְץ הָאטְץ אַזַא לֶעכְטִיגְן שָׁלוֹם בַּיִת?


דִיר רָאט אִיךְ, נֶעם אַלֶעס אָן פַאר כַּפָּרַת עֲווֹנוֹת, נֶעם אָן דִי בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים, זַיי וַוייטֶער מְכַבֶּד דַיין וַוייבּ אֲפִילוּ זִי שְׁפֶּעט אוּן לַאכְט פוּן דִיר וְכוּ', דוּ זָאלְסְט זִיךְ אוֹיפְפִירְן מִיט גְרוֹיס דֶרֶךְ אֶרֶץ אִין שְׁטוּבּ, אוּן וַוייטֶער הֶעלְפְן אַזוֹי וִוי גָארְנִישְׁט אִיז גֶעשֶׁען, וָוארוּם דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אִיז מוֹרָאדִיג מַקְפִּיד אַז עֶס זָאל זַיין שָׁלוֹם אִין שְׁטוּבּ, וִוי דִי חַזַ"ל זָאגְן (סוֹטָה ג.) אִישׁ וְאִשָׁה זָכוּ שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶם; אוּן וואוּ דִי שְׁכִינָה גֶעפוּנְט זִיךְ דָארְטְן זֶענֶען אַלֶע בְּרָכוֹת דָא.


אִיבֶּערְדֶעם זֶע פוּן דַיין זַייט זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט, אוּן הֶעלְף אַרוֹיס דַיין וַוייבּ, אוּן זַיי אִיר דַן לְכַּף זְכוּת, אוּן דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים זָאל אַרַיינְגֶעבְּן שֵׂכֶל אִין דַיין וַוייבּ אַז זִי זָאל אַיינְזֶען אַז דִי אַלֶע וָואס זֵיי טוּעֶן אִיר אָנְרֶעדְן אוֹיף דִיר דָאס קוּמְט נָאר פוּן קִנְאָה, וָוארוּם נִישְׁט יֶעדֶע פְרוֹי אִיז זוֹכֶה צוּ אַזַא גֶעטְרַייעֶ מַאן וִוי דוּ בִּיסְט. אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר, שְׁוַוייג אָפּ אוֹיף אַלֶע בִּזְיוֹנוֹת, אוּן דוּ וֶועסְט זֶען אַז דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים וֶועט דִיר נִישְׁט פַארְלָאזְן, אוּן עֶס וֶועט זִיךְ אַלֶעס אִיבֶּערְדְרֵייעֶן לְטוֹבָה.


גְלֵייבּ מִיר דַיין וַוייבּ אִיז נִישְׁט אַזַא שְׁלֶעכְטֶע וְכוּ', נָאר שְׁלֶעכְטֶע חַבֶרְטֶ'עס וָואס זֶענֶען אִיר מְקַנֵא רֶעדְן אִיר אָן אַקֶעגְן דִיר, וֶוען דַיין וַוייבּ וֶועט צוּם שֵׂכֶל קוּמֶען, וֶועט זִי דָאס אַיינְזֶען, אוּן דֶעמָאלְטְס וֶועט זִי שָׁלוֹם מַאכְן מִיט דִיר. אָבֶּער דוּ זֶע אִיר וַוייטֶער מְכַבֶּד צוּ זַיין, וֶועט דִיר גוּט זַיין אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶער וֶועלְט, וָוארוּם בַּיים בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב אַז אַ אִידִישׁ שְׁטוּבּ פִירְט זִיךְ עַל פִּי הַתּוֹרָה, אוּן עֶס הֶערְשְׁט צְוִוישְׁן זֵיי, כָּבוׂד מִיט לִיבְּשַׁאפְט, שִׂמְחָה מִיט רוּאִיגְקֵייט וְכוּ', אִין אַזַא שְׁטוּבּ וַואקְסְן אוֹיף נָארְמַאלֶע קִינְדֶער.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס עֶר הָאט שֵׂכֶל אוּן עֶר רֶעגְט זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אוֹיף, אוֹיף זַיין וַוייבּ, אוּן עֶר אִיז אִיר זֵייעֶר מְכַבֵּד, אוּן פִירְט זַיין שְׁטוּבּ אוֹיף דֶעם אוֹיסְגֶעטְרֶעטֶענֶעם תּוֹרָה וֶועג, וָואס מִיר הָאבְּן בַּאקוּמֶען פוּן אוּנְזֶערֶע עֶלְטֶערְן, אוּן עֶלְטֶערְנְ'ס עֶלְטֶערְן, מִדוֹר דוֹר, אוּן מֶען דֶערְוַוייטֶערְט זִיךְ פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע מָאדֶעס וָואס דִי בִּילִיגֶע גוֹיִים עֶרְפִינְדְן וְכוּ', דָאס פְּרִיצוּת'דִיגֶע אָנְטִיאַכְץ וְכוּ', אוּן דִי גֶעמֵיינֶע פַארְדָארְבֶּנְסְטֶע בִּיכֶער וָואס אִיז פוּל מִיט שְׁמוּץ אוּן מִיט כְּפִירָה, וְכוּ'. אַז וואוֹיל אִיז דִי שְׁטוּבּ וָואס פִירְט זִיךְ נָאר לוֹיט דִי תּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה, אוּן עֶר דֶערְוַוייטֶערְט זִיךְ פוּן אַלֶע מִינִים אוּן אַפִּיקוֹרְסִים, אוּן בַּאהֶעפְט זִיךְ נָאר צוּ עֶרְלִיכֶע אֵיידֶעלֶע אִידְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.