תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין ווייב איז זייער פרום, איך וויל וויסן וואס איך קען טון דערצו, ווייל איך האב שווערע נסיונות.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף זייער אכטונג געבן ביי וועם מען נעמט הדרכה ווי אזוי זיך צו פירן נאך די חתונה וכו'; זייער אסאך אינגעלייט און ווייבלעך מוטשען זיך נאך די חתונה וכו' נאכדעם וואס מען האט מיט זיי געלערנט חומרות און פרישות; דאס מאכט מען זאל זיך נישט פארשטיין און מען פאלט נאכדעם דורך אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן.
מוהרא"ש איז געווען זייער ברוגז אויף די מדריכים און מדריכות וואס לערנען מיט חתנים און כלות פרישות מיט חומרות, אדער די וואס לערנען אויס הנהגות פון צדיקים שרפי מעלה פאר פשוטי עם - חתנים און כלות פשוט'ע מענטשן; מען דערשרעקט זיי מיט שרעקעדיגע עונשים: קראנקע קינדער, שטומע קינדער, בלינדע קינדער וכו' וכו' השם ישמרינו, דאס איז נישט אמת און איז אנקעגן די הלכה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן בפירוש (נדרים כ:) אז מען פסק'נט נישט אזוי ווי די אלע עונשים, נאר מען פסק'נט אז מען וועט האבן געזונטע קינדער וכו'.
עס רייסט דאס הארץ ווען מען זעט אינגעלייט און ווייבלעך פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, אלץ נאר ווייל מען האט זיי מדריך געווען מיט קרומע דיעות באיצטלותא דרבנן; פארפוילטע שיטות פון פארקרומטע מוחות וואס זעט אויס מיט א לשון פון אן עובד השם השם ישמרינו; ווען מען זאל זיי לערנען די הייליגע וועג פון די תורה וואלטן זיי נישט אראפגעפאלן אין שלעכטע זאכן.
קוק נישט אראפ דיין ווייב תחי', זי איז נישט שולדיג; זי וויל טון וואס דער אייבערשטער הייסט, זי וויל טון דעם רצון השם. זי מיינט אז וואס די כלה טיטשער האט איר איינגערעדט דאס איז רצון השם, בעט איך דיר זאלסט איר נישט אראפרייסן; מאך נישט חוזק פון איר, ווייל זי ווייסט נישט וואס איז הלכה און וואס איז חומרות ופרישות, קוק אויף איר מיט שעצונג אז זי איז פעלזן פעסט מיט אידישקייט.
איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אריבער גיין מיט דיין ווייב צו אן ערליכער איד וואס פירט זיך על פי תורה און איז מדריך זיינע מענטשן על פי די הייליגע תורה, ער וועט ענק מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן אן קיין חומרות און פרישות; ער וועט איר מסביר זיין ווי אזוי מען לעבט א אידישע לעבן, ווען זי וועט עס הערן פון אים וועט זי אפלאזן אלע חומרות און פרישות, וועט איר האבן א גוט לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.