שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך אז מיין ווייב קען נישט אננעמען א קאמפלימענט?
שלום בית, חסידות ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם דארף איך זיך באדאנקען אויף אייערע דרשות, דאס האט מיר ממש געטוישט מיין לעבן, איך רעד מער צום אייבערשטן, איך קוק אנדערש אויף מיין ווייב און קינדער און אויף אנדערע מענטשן, און אזוי ווייטער האט מיר דאס גאר אסאך געהאלפן ברוך ה'.


איר זאגט אסאך ביי די דרשות אז מ'זאל געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב, וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב נעמט עס נישט אן, זי זאגט אז זי פילט נישט אז ס'איז אמת'דיג, זי פילט נישט קיין ליבשאפט אין דעם.


אויך ביי אנדערע זאכן אינדערהיים האט זי נישט קיין געפיל, זי טוט מיר א גאנצע טובה וכו', עס אינטערעסירט איר נישט צו שטארק וכו', און דאס מאכט מיר זייער שווער, איך דארף ארויסגיין ארבעטן אויפ'ן גאס, און ווען מ'ווערט נישט זאט אינדערהיים, האט מען פילפאכיג מער נסיונות אויפ'ן גאס.


איך האב שוין אזויפיל מתפלל געווען אויף דעם, איך זע אבער נאכנישט קיין שינוי לטובה, איך ווער זייער צעבראכן און מיואש פון דעם. איך בין שוין געווען ביי אסאך מענטשן נאך הילף, אפשר אויף א שטיקל צייט איז עס בעסער געווארן, אבער נאכדעם איז עס צוריק געפאלן, אפשר וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק אויף דעם.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס עצות עפענט זיך אויף פארן מענטש א נייע וועלט, מען הייבט אן לעבן נאך בזה העולם א לעבן פון 'גן עדן', מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.


דער הייליגער רבי וועקט אויף דעם מענטש פון שלאף; ווען מען קומט צום רבי'ן ווערט מקוים דעם פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", דער איד וועקט זיך אויף פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער זאגט "אָכֵן", עס איז אמת "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא, "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי לֹא יָדָעְתִּי", און איך האב נישט געוואוסט; פאר מען הערט פון רבי'ן ווייסט מען נישט אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, עס איז אזוי ווי מען שלאפט א טיפער שלאף.


א איד האט דערציילט (עיין ספר פרנסה טובה שיחות והתחזקות, סימן מא) אז ער האט געדארפט אמאל א טובה פון מוהרא"ש, איז ער געגאנגען צו די תלמוד תורה וואו מוהרא"ש איז געווען איינגעשטעלט, מוהרא"ש איז דעמאלט געווען א מלמד, און ער איז אנגעקומען ווען מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען חומש פרשת ויצא, מען האט געהאלטן ביי דעם פסוק (בראשית כח, טז):  "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", איז דער איד געבליבן שטיין אינדרויסן פון כתה, ער האט אריין געקוקט און זיך צוגעהערט ווי אזוי מוהרא"ש לערנט פאר דעם פסוק פאר די קינדער: "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב", יעקב האט זיך אויפגעוועקט, "מִשְּׁנָתוֹ", פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער האט געזאגט "אָכֵן", עס איז אמת, "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא - און מוהרא"ש האט געוויזן מיט די פינגער אויף די כתה - "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי", און איך - און מוהרא"ש האט געוויזן אויף זיך - "לֹא יָדָעְתִּי", האב נישט געוואוסט. מוהרא"ש האט דאס איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל; האט דער איד דערציילט אז ער האט ממש געשפירט ווי ער געפינט זיך אין 'גן עדן', ער האט געהאט אזא התעוררות פון דעם, ער האט געשפירט ווי דער פסוק מיינט אים אליין, ווי ער וועקט זיך אויף און טראכט צו זיך: 'איך האב נישט געכאפט אז דער אייבערשטער איז דא, נעבן מיר, איך קען דאך רעדן צו אים'.


בנוגע געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב; קודם כל נישט איך זאג אז מען דארף געבן גוטע ווערטער אין שטוב, נאר דער רבי זאגט דאס. דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב (עיין שיחות הר"ן, סימן רסד), ווייל זיי ליידן פון די קינדער זייער אסאך צער און עגמת נפש. צער העיבור, והלידה, והגידול וכו' וכו'; נאך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט) אז די גאנצע עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; און בכלל איז שלום בית געווען א יסוד היסודות ביים רבי'ן.


עס זענען דא מענטשן וואס ווייסן נישט ווי אזוי מען נעמט ליבשאפט; צום ביישפיל ווען מען געבט זיי א גוט ווארט ווארפן זיי דאס אוועק וכו' וכו', ווער רעדט נאך פון געבן גוטע ווערטער - דאס קענען זיי זיכער נישט. דאס קומט על פי רוב ווייל זיי האב דאס נישט באקומען אין די יונגע יארן, מען האט זיי נישט געגעבן גוטע ווערטער וכו'; דאס מאכט זיך אמאל ביי די פרוי און מאל ביי דעם מאן, און פון דעם ווערט א שלום בית פראבלעם.


אבער אנשטאט ווערן בכעס אויפן צווייטן, אז יענער וויל נישט נעמען קיין ליבשאפט און זיכער נישט געבן וכו', דארף מען דאס אנקוקן מיט א רחמנות'דיגע בליק, אז זיי האבן דאס נישט באקומען פון קינדווייז אן; זיי זענען אריבער שווערע קינדער יארן, דעריבער קענען זיי נישט נעמען גוטע ווערטער און זיכער נישט געבן.


וואס איז די עצה? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי"; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן נאר אויב דער מאן מאכט איר פאר א כלי, ער בויט איר אויף, ער דערהייבט איר און ער שטארקט איר, דעמאלט ווערט זי איינס מיט איר מאן. אבער אויב דער מאן האט נישט קיין שכל, ער דערנידערט איר און ער צעברעכט איר ביז זי ווערט א שברי כלי, דעמאלט וועט קיינמאל נישט זיין צווישן זיי קיין שלום בית, זי וועט קיינמאל נישט ווערן איינס מיט איר מאן.


זייער אסאך מאל האט מען חתונה מיט א פרוי א שברי כלי; אלס מיידל האט מען איר אלץ נאר צעבראכן און אראפגעקלאפט, און דאס קלאפט אויס שפעטער ווען מען האט חתונה, דעריבער דארף דער מאן מאכן פון די 'שברי כלי' א 'כלי'; כסדר איר אויסרימען און אויסלויבן. אודאי וועט זי זיך ווייטער אראפ קלאפן: "איך בין נישט גוט"; "איך בין נישט קיין ווייב"; "איך האב רחמנות אויף דיר אז דו האסט חתונה געהאט מיט מיר"; "מיינע געשוויסטער זענען אלע מער געלונגען ווי מיר", וכדומה לזה; מיט דעם אלעם טאר מען זיך נישט דערשרעקן, נאר מען דארף ווייטער רעדן שיין און האלטן אין איין חזר'ן: "ביי מיר ביסטו זייער גוט"; "ביי מיר ביסטו מיין קרוין"; "ביי מיר ביסטו דאס חשוב'סטע"; ביז מען מאכט איר פאר א גאנצע כלי.


מען טאר נישט ווערן באליידיגט וכו' ווען מען געבט ליבשאפט וכו' און די ווייב ווארפט עס צוריק, און זיכער נישט טראכטן אז זי דארף נישט וכו'; עס איז איר פשוט שווער דאס צו נעמען, זי ווייסט נישט ווי אזוי מען עסט א קאמפלימענט. פרוביר צו גיין שטייטערהייט, האב סבלנות צו איר, דורכדעם וועסטו אנקומען גאר ווייט, אזוי ווי דער מאמר החכם לויטעט: "הַסֵּבֶל - תַּחְבּוּלָה, לְמִי שֶׁאֵין לוֹ תַחְבֻּלָּה", געדולד איז די וועג פאר ווער עס האט נישט קיין וועג; מיט סבלנות קומט מען אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.