תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים, ובפרט פאר'ן סדר דרך הלימוד וואס האט מיר געמאכט לערנען. איך בין היינט געווען ביים גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א און איך האב איך געפרעגט אויב ס'איז דא אן ענין צו זאגן משניות און גמרא, האט ער מיר געענטפערט מיט די צוויי ווערטער, "יש ענין".
איך האב געוואלט בעטן פונעם ראש ישיבה שליט"א חיזוק אויף כיבוד אב ואם, איך בין א בחור פון 20 יאר, איך בין דער יונגסטער קינד, און מיינע עלטערן פירן זיך אויף צו מיר ווי צו א בר מצוה בחור'ל, מ'גייט מיר נאך די פיסטריט און מ'לאזט מיר נישט אפ, און דאס מאכט אז איך פיר זיך נישט אויף צו זיי ווי עס דארף צו זיין, עס גייט אזוי ווייט אז איך קען צומאל צוריקשרייען אויף זיי ווען זיי שרייען אויף מיר. כאטש וואס איך האב זיך שוין פיל פארבעסערט אין כיבוד אב ואם זייט איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, דארף איך נאכאלץ האבן נאך חיזוק אויף דעם.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
אהרן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אהרן נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך, אזוי וועסטו קענען לערנען תורה בטהרה.
חכמינו הקדושים זאגן (יומא עב:) אויפן פסוק (תהלים יט, י): יִרְאַת ה' טְהוֹרָה עוֹמֶדֶת לָעַד, "זֶה הַלוֹמֵד תּוֹרָה בְּטָהֳרָה", דאס מיינט מען דער וואס לערנט תורה מיט א ריינע מח, פרעגט די גמרא: "מַאי הִיא?" ווי אזוי איז מען זוכה צו לערנען תורה בטהרה? "נוֹשֵׂא אִשָּׁה, וְאַחַר כָּךְ לוֹמֵד תּוֹרָה", אז מען האט חתונה און נאכדעם לערנט מען תורה, ווייל מען קען נישט לערנען תורה בטהרה נאר אז מען האט חתונה קודם.
בנוגע דיין כיבוד אב ואם, וואס דו רעדסט זיך אפ וכו'; וויי פאר א קינד וואס עפענט א מויל צו רעדן מיט חוצפה צו זיינע עלטערן, וויי פאר א קינד וואס שפעט אפ פון זיין אלטע מאמע. קוק וואס שלמה המלך זאגט (משלי ל, יז): "עַיִן תִּלְעַג לְאָב", אן אויג וואס שפעט אפ פון זיין טאטע, "וְתָבוּז לִיקֲּהַת אֵם", און דער וואס שפעט אפ פון די קנייטשן פון זיין מאמע (ווען א מענטש ווערט עלטער ווערט דער פנים פול מיט קנייטשן), "יִקְּרוּהָ עֹרְבֵי נַחַל", זאלן קומען די רויב פויגל וואס זענען גרויסע אכזרים און אים אויסשטעכן די אויגן, "וְיֹאכְלוּהָ בְנֵי נָשֶׁר", און די אדלער זאלן אים אויפעסן.
כיבוד אב ואם איז חמורות שבחמורות; דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס; דעריבער זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צוריק צו ענטפערן פאר דיינע עלטערן.
בפרט אז דו ביסט שוין דער יונגסטער קינד און דיינע עלטערן זענען שוין אין די עלטערע יארן, דארפסטו זיין זייער פארזיכטיג מיט זיי, זאלסט זיי נישט וויי טון און רעדן מיט זיי מיטן גרעסטן מאס דרך ארץ. ווי עלטער די עלטערן ווערן אלץ מער זענען זיי סענסעטיוו, דעמאלט דארף מען זיין מער פארזיכטיג ווי אין די יונגע יארן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.