שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך מ'זאל מיר נישט אראפקוקן אז איך נעם מעדעצין?
רפואה, בושה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט די שאלה און תשובה פון דעם וואס האט געפרעגט איבער נעמען מעדעצין פאר פחדים, ווען איך האב געליינט די שאלה האב איך ממש געוויינט, איך האב געשפירט ווי איינער האט אזוי שיין אראפגעשריבן מיין לעבן, און איך האב זיך געפריידט צו די תשובה אז דאס איז א נארמאלע זאך, ס'איז נישט קיין פעלער צו נעמען מעדעצין ווען מ'דארף עס האבן.


מיט איין פרט איז אבער ביי מיר געווען אנדערש, אז ער האלט עס בסוד פון יעדן איינעם, און איך האב עס יא אויסגעזאגט פאר מיין רב. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען די מעדעצין, אזוי ווי ווען איינער האט קאפ וויי נעמט ער טיילענאל, די זעלבע איז מיט דעם. און ווען איך האב דאס דערציילט פאר מיין רב האט ער מיר טאקע אויך מחזק געווען איך זאל נישט מורא האבן עס צו נעמען, אבער למעשה האט ער מיר פון דעמאלט אנגעהויבן אראפצוקוקן. איך האב געשפירט אז איך קען אים געטרויען, איך שמועס זיך אלץ דורך מיט אים אין שלום בית, חינוך, און אין ביזנעס, ער איז א פארשטענדליכער מענטש, אבער דא האט זיך עס נישט גוט אויסגעארבעט.


איך בין געווען א מוצלח'דיגער אינגערמאן, דער רב פלעגט זיך כסדר דורכרעדן מיט מיר אין פארשידענע זאכן, אבער פון ווען איך האב אים דאס דערציילט האט ער מיר אויטאמאטיש אנגעהויבן אנצוקוקן ווי א נערוון קראנקער מענטש, ער איז מיר טאקע מחזק כסדר, ער כאפט אבער נישט אז די חיזוק צעברעכט מיר זייער. זיי מיר נישט מחזק, נאר האלט מיר ווייטער פאר א נארמאלער מענטש, וואס איז שלעכט אז איך נעם מעדעצין פאר א פראבלעם?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מחזק זיין אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום בושה צו נעמען מעדעצין, עס איז א בושה ווען מען דארף נעמען מעדעצין און מען עקשנ'ט זיך דאס נישט צו נעמען. ווייל מען קען יעדן איינעם העלפן, דער פראבלעם איז אז מען וויל זיך נישט העלפן, מען האלט זיך קלוגער פונעם דאקטער; מען מיינט אז אויב מען וועט נעמען מעדעצין וועט מען זיין אראפגעקוקט.


בנוגע וואס מען קוקט דיר אראפ וכו'; דארפסט נישט דערציילן קיינעם איבער דיין פריוואטע לעבן, דערצייל נישט קיינעם אז דו נעמסט מעדעצין - נישט פאר חברים, נישט פאר משפחה און נישט פאר דיין רב; דאס איז פריוואט צווישן דיר און דער דאקטער, מערסטנ'ס, אויב דארף מען דערציילן די ווייב דארף דאס בלייבן צווישן אייך.


דער עיקר זאלסטו זיך אליינס נישט אראפ קוקן, דיין האלטן פון זיך איז וויכטיגער ווי אז אנדערע זאלן האלטן פון דיר; אז דו וועסט זיין זיכער מיט זיך וועט דיר גאר ווייניג אנגיין וואס דער זאגט אויף דיר און וואס יענער זאגט אויף דיר, דו זאלסט וויסן ביי דיר אז עס איז גארנישט שלעכט אז מען דארף נעמען פאר די מח מעדעצין.


ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין ביי זיך פעלזן פעסט, ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין שטארק, עס זאל נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן און וואס אנדערע טראכן? דורך אמונה; ווען מען חזר'ט אמונה, מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, דאס בויט אויף דאס זיכערקייט, מען ווערט שטארק, מען דארף קיינעם נישט און עס אינטערעסירט נישט גארנישט.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ליבער ברודער, יעדן אינדערפרי גלייך נאך ברכת התורה זאלסטו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר זאלסטו חזר'ן אן א שיעור מאל דעם ערשטן שטיקל: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער פירט די וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס און ער וועט טון אלעס.


אויך זאלסטו אריין נעמען אין דיר אז עס איז נישטא וועם צו בעטן, נאר דעם אייבערשטן, צו אים דארף מען דאווענען. חזר זיך דעם אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן, ווייל נאר ער קען העלפן און וועט העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק.