שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טו איך מיט מיינע קינדער וואס האלטן נישט ביים איינזיצן ביים שבת טיש?
שבת קודש, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים דעם פארגאנגענעם זומער, און דאס האט מיר זייער געטוישט צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ווי אויך האב איך אנגעהויבן לערנען תורה יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה, און איך זאג יעדן טאג דריי פרקים משניות, איך שפיר זיך ממש ווי א נייער מענטש.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז מ'זאל דערציילן מעשיות פאר די קינדער ביים שבת טיש, איך פרוביר די לעצטע פאר וואכן צו דערציילן מעשיות ביים טיש, אבער מיינע קינדער הערן מיר בכלל נישט אויס, זיי קריגן זיך ארום די גאנצע סעודה, איז דא עפעס אן עצה אויף דעם?


יישר כח, חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר.


מיין נישט אז נאר דיינע קינדער זענען ווילד און שפרינגעדיג וכו', ווייל דאס איז די געזונטע נאטור פון קינדער; געזונטע קינדער שפרינגען און קריגן זיך ביים שבת טיש און די ארבעט פון די עלטערן איז צו פראבירן מיט אלע חכמות צו מאכן אז די סעודה זאל זיין אינטערעסאנט.


ווען מען האט עלטערע קינדער און יונגערע קינדער אינדערהיים דארף מען מאכן די סעודה אינטערעסאנט פאר ביידע, מען קען נישט פארלאנגען פון קליינע קינדער צו זיצן ביים טיש במשך די גאנצע סעודה, דעריבער איז גוט אז אנהייב סעודה זאל מען מער רעדן צו די קליינטשיגע קינדער ווי לאנג זיי האלטן נאך מיט די סעודה, און שפעטער ווען די קליינע קינדער גייען זיך שפילן זאל מען מער פארברענגען מיט די עלטערע; מען גייט איבער די פרשה, מען פרעגט יעדן קינד א שאלה און מען פארברייטערט דעם תירוץ מיט אינטערעסאנטע מדרשים וכו'.


פארשטייט זיך אז מיט אלע חכמות און עצות דארף מען מאכן אסאך תפילות יעדע וואך פאר דער שבת קומט צו גיין אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת מיט די ווייב און קינדער. ווייל דער יצר הרע ציטערט זייער פונעם שבת, ער ווייסט אז שבת איז א צייט וואס דער איד קלעבט זיך צו צום אייבערשטן און שבת בויעט דער איד זיין שטוב, זיין ווייב און זיינע קינדער, דערפאר מאכט ער עס זאל זיין מחלוקת און אנגעצויגנקייט, אבי דער שבת זאל זיין צעשטערט. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א זאגט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ) אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע אידישע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב; ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר אום שבת קודש, ווייל ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי, אזוי ווי דער רבי זאגט  (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם"; אויב מען איז בשלום וועט מען האבן ברכות; דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן און מען זאל זיך נישט בייזערן אויף יעדע קלייניקייט וואס פאסירט, אזוי ארום וועט מען ניצול ווערן פונעם שטן און זוכה זיין צו א פרייליכע שבת.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל הערשן א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין שטוב; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. קינדער ווארטן א גאנצע וואך פארן הייליגן שבת, שבת איז א צייט וואס מען פארברענגט מיט זיי מיט שמחה און מנוחה.


געדענק אז אלעס ווענדט זיך אין דעם ראש המשפחה; אז דער טאטע איז פרייליך איז אלעס גוט און אז דער טאטע איז נערוועז דעמאלט איז זייער ביטער. דער טאטע דארף נישט מאכן קיין עסק פון יעדע קלייניקייט, נישט יעדע זאך דארף מען זען און נישט יעדע זאך דארף מען הערן; אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע וועלן זיצן נעבן דיר און זיך פרייען מיט דיר ביי די סעודה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.