שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען אז פונקט ווען איך וויל זיין גוט ווערט מיר שווערער?
נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'מאכט זיך ביי מיר אסאך מאל אז איך וויל זיך שטארקן אין א געוויסן ענין, איך וויל זיך פאָרנעמען א גוטע קבלה, אבער פונקט דעמאלט הויבט דער יצר הרע אן נאכמער צו ברענען אין מיר, פונקט דעמאלט ווערט עס מיר שווערער. דאס מאכט מיר טראכטן צומאל אז אפשר לוינט זיך בכלל נישט אנצוהויבן פרובירן אפילו צו זיין גוט.


איך האף איר וועט מיר קענען מחזק זיין, יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז אינטערעסאנט אז ווען עס קומט צו גשמיות לאזט זיך א מענטש בכלל נישט נארן, מען עסט יעדן טאג צוויי אדער דריי מאל, מען טראכט נישט: 'וואס האב איך צו עסן, איך וועל דאך סיי ווי ווערן שפעטער נאכאמאל הונגעריג?' מען טוישט זיך די קליידער און מען וואשט זיך אפ יעדן טאג אפילו מען ווייסט קלאר אז מארגן וועט מען פונדאסניי זיך דארפן טוישן די קליידער און זיך אפוואשן. אזוי אויך ווען מען פאלט אראפ בגשמיות, מען גליטשט זיך אויס בלייבט מען נישט ליגן אויף דער ערד וכו', מה שאין כן ווען עס קומט צו דינען דעם אייבערשטן הייבט זיך אן א פרשה מיט בלבולים; דער ס"מ פארדרייט דעם קאפ, צו יעדן איינעם קומט ער מיט א פרישע בלבול: "פון דיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין", אדער: "וואס האסטו צו דינען דעם אייבערשטן? דו וועסט דאך סיי ווי אראפפאלן".


אויף דעם קומט דער הייליגער רבי און זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ אַף אִם מַפִּילִין אוֹתוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, בְּכָל פַּעַם", מען דארף זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו ווערן געפאלן ווען מען זעט אז דער יצר הרע ווארפט אראפ חס ושלום, "כִּי לִפְעָמִים יֵשׁ שֶׁמַּפִּילִין אֶחָד מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כַּיָּדוּעַ, אַף עַל פִּי כֵן עָלָיו לַעֲשׂוֹת אֶת שֶׁלּוֹ, לַעֲשׂוֹת מַה שֶׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וְאַל יָנִיחַ עַצְמוֹ לִפֹּל לְגַמְרֵי, חַס וְשָׁלוֹם", ווייל אפילו מען שפירט ווי מען האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל טאר מען נישט טראכטן פון אפלאזן וכו', נאר מען דארף ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט וואס מען קען נאר, "כִּי כָל אֵלּוּ הַנְּפִילוֹת וְהַיְרִידוֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה, צְרִיכִים בְּהֶכְרֵחַ לַעֲבֹר בָּהֶם קֹדֶם שֶׁנִּכְנָסִין בְּשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה", ווייל דאס וואס מען פאלט אראפ - דאס גייט אריבער אויף יעדן איינעם פאר מען איז זוכה אריין צו קומען צו די קדושה, "וְגַם הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים עָבְרוּ בְּכָל זֶה", און אלע אמת'ע צדיקים זענען דאס אריבער.


דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך ווייטער שטארקן אין עבודת השם און נישט קוקן נישט אויף דעם וואס דער ס"מ ווארפט דיר אראפ. זיי ווייטער ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים, און אפילו דו שפירסט ביי דיר אז יעדעס מאל ווען דו הייבסט אן זיין גוט פאלסטו נאכדעם אראפ – אזוי איז דאס טאקע, "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס, אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווייל ווען דער ס"מ זעט ווי איינער איז שוין ממש אין די קדושה פארלייגט ער זיך זייער שטארק אויף דעם מענטש, אבער געדענק: "א פאטש פאר מיר, א פאטש פאר דיר, דער עיקר וועט מען זען ווער עס געבט דעם לעצטן פאטש", זאלסט נישט מורא האבן, געב אים א פאטש, כאטשיג ער וועט דיר צוריק געבן א פאטש אבער ביים סוף וועסטו אויספירן.


ביים סוף וועט זיך דיר עפענען די טויערן פון די קדושה, דו וועסט צוריק קוקן און וויינען: "ווי אזוי האב איך געהאט די כחות צו בייקומען דעם יצר הרע?" אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "לֶעָתִיד לָבוֹא מֵבִיא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְיֵצֶר הָרַע וְשׁוֹחֲטוֹ בִּפְנֵי הַצַּדִּיקִים וּבִפְנֵי הָרְשָׁעִים", ווען משיח וועט קומען וועט דער אייבערשטער שחט'ן דעם יצר הרע אין די אנוועזנהייט פון די צדיקים און די רשעים, "צַדִּיקִים נִדְמֶה לָהֶם כְּהַר גָּבוֹהַּ", פאר די צדיקים וועט דער יצר הרע אויסקוקן ווי א ריזיגער בארג, "וּרְשָׁעִים נִדְמֶה לָהֶם כְּחוּט הַשַּׂעֲרָה", און פאר די רשעים - ווי א דינע האר, ביידע וועלן וויינען – די צדיקים און די רשעים; די צדיקים וועלן וויינען און זאגן: "הֵיאַךְ יָכֹלְנוּ לִכְבֹּשׁ אֶת הָהָר הַגָּבֹהַּ הַזֶּה", ווי האבן מיר געהאט די כח אים בייצוקומען?! און די רשעים וועלן וויינען: "הֵיאַךְ לֹא יָכֹלְנוּ לִכְבֹּשׁ אֶת חוּט הַשַּׂעֲרָה הַזֶּה", האבן מיר דאס דען נישט געקענט בייקומען?!


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים וועסטו האבן כסדר חיזוק אנצוגיין ווייטער אין תורה תפילה.