תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין מאן איז נישט קלוג, ער דרוקט און ער קוועטשט, און ער קען מיר נישט פארשטיין. ער קען אמאל דרוקן אויף א זאך ביז'ן סוף, ער דארף אז שבת זאל זיין אויפ'ן טיש דריי סארטן פיש, דריי סארטן פלייש, צען סארט סאלאטן, מיט פינף נאכשפייז, נישט אלץ קען איך עס באווייזן.
איך ארבעט נישט, פילט ער אזוי ווי איך האב נישט וואס צו טון, איך האב אבער קליינע קינדער. און ער קען ווערן אזוי ברוגז אויף מיר און נישט רעדן מיט מיר.
איך האף דער ראש ישיבה וועט מיר אביסל שטארקן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וויסן זאלט איר אז דאס לעבן איז ווי א שפיגעלע, ווען מען שמייכלט - שמייכלען אלע און ווען מען איז ביטער - ווערן אלע ביטער, ווי אזוי מען פירט זיך, אזוי איז דאס לעבן. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים", אזוי ווי עס שפיגלט זיך אפ אין וואסער א פנים אנטקעגן א פנים, "כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי איז די הארץ פון איין מענטש אנטקעגן דעם אנדערן מענטש; אויב איינעם'ס הארץ איז גוט צום צווייטן, איז אזוי אויך ביי יענעם אין הארץ, און פארקערט אויך, אויב אין הארץ איז דא א פיינטשאפט - איז ביי יענעם אויך דא א פיינטשאפט.
ווען עס איז דא ליבשאפט צווישן מאן און ווייב - שטערט נישט פאר די ווייב צו מאכן דריי סארט פיש, צען דיפס און פינף סארט פלייש, און ווען עס פעלט ליבשאפט קען מען אפילו נישט מאכן איין סארט פיש און איין סאלאט, אלעס ווענדט זיך אויב עס איז דא ליבשאפט.
ווארטס נישט אייער מאן זאל רעדן מיט אייך, נאר איר זאלט שטענדיג אנהייבן רעדן מיט אים; אזוי אויך זאלט איר נישט ווארטן אז אייער מאן זאל אייך איבערבעטן, אז מען שטייט און מען ווארט אויף כבוד וכו' - קען די גאנצע שטוב איינפאלן; אמת טאקע, דער מאן דארף מכבד זיין די ווייב, ער דארף אכטונג געבן, רעדן שיין און איבערבעטן וכו' וכו', אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "נָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פאר'ן מאן; א פרוי האט זייער שטארקע כוחות צו פירן א שטוב, זי קען מער דערהייבן ווי א מאן, מיט איר בינה יתירה פארשטייט זי 'אפילו מיין מאן בלאזט, ער רעדט נישט - וועל איך רעדן שיין צו אים ביז ער וועט ווערן ווייך'.
איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן שיין צו אייער מאן, איר וועט שמייכלען צו אים און איר וועט קוקן גוט אויף אים - וועט אלעס זיין גוט, ער וועט אנהייבן רעדן שיין צו אייך, ער וועט אייך נישט אונטערדרוקן און נישט קוועטשן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.