תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין שאלה איז ווי אזוי מען געבט מען זיך אן עצה מיט א ווייב וואס טוט ווילדע זאכן. ווי למשל אז זי מאכט יעצט איבער די גאנצע הויז אן פרעגן רשות פון מיר צי זי מעג עס טוען, אין די צייט וואס איך האב איר קלאר געזאגט אז יעצט איז נישט די צייט פאר דעם, ס'איז שווערע צייטן און איך מאך קוים פרנסה, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן און אזוי ווייטער. און נאך מער אז כאטש וואס זי ארבעט און מאכט געלט, וויל זי אבער נאר נעמען די גאנצע געלט פון מיר.
איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט שיינעם, עס העלפט אבער נישט, די ארבעט גייט שוין אן אין פולן שוואונג אן מיין רשות.
ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
טו אלעס אויף די וועלט אז דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.
פרוביר צו רעדן צו דיין ווייב שיינערהייט, רעד ווייכע ווערטער צו איר, געב איר צו פארשטיין ווי שווער עס איז דיר יעצט דיין מצב הפרנסה, זאג איר אז דו וועסט איר אלעס נאכגעבן ווען דו וועסט האבן געלט. און אז דו זעסט אז עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן, זי איז פאר'עקשנ'ט, זי האט שוין אליינס גערופן די בעלי מלאכה און אנגעהויבן איבערבויען די הויז אן דיין רשות - זאלסטו זיך אנשטרענגען און טון אלע מיטלען אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן.
לאז זיך נישט פארפירן פון טעראפיסטן וואס זוכן צו מאכן געלט פון צרות ישראל און ביים סוף ווארפן זיי אראפ דעם מענטש אין א טיפן גרוב, זיי רעדן צו מען זאל זיך גט'ן; אך און וויי פאר די וואס פאלן אריין אין זייערע הענט, זיי האבן נישט קיין רחמנות אויף קיינעם. ווען זיי הערן אויס צרות ישראל איז דאס נישט מיט הארץ צו העלפן דעם מענטש, דאס איז זייער פרנסה, זיי צעטיילן שטובער; יעדער ליידט פון די טעראפיסטן און שלום בית מאכערס, סיי דאס פארפאלק און נאך מער די קינדער.
איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער; איך שרייב דא אן קיין שום נגיעות, איך ווייס נישט ווער איר זענט און ווער אייער פרוי איז, איך וויל אייך פשוט ראטעווען פון אנקומען צו בלייבן אליין, איך וויל ראטעווען אייער שטוב, אייערע קינדער זאלן נישט ליידן זייער גאנצע לעבן.
די וועג פון די תורה איז אז דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין פרייליך און צופרידן. דער הייליגער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איך האב געזען ביי מיין הייליגע רבי דער אריז"ל, "שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", ווען עס איז געקומען צו קויפן קליידער פאר זיך אליינס, האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ", ער האט איר צופרידן געשטעלט אינגאנצן, וואס זי האט געוואלט האט ער איר געגעבן, "אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.
דאס איז די וועג פון די תורה, דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; אפילו זי איז נישט גערעכט, זי געבט אויס געלט וואס איז נישט דא. עס איז אונזער ארבעט מיר זאלן האלטן די שטוב מיט אלע כוחות עס זאל נישט צעפאלן, דאס האט אונז מוהרא"ש געלערנט אלע יארן און דאס לערנט מען ווייטער אין היכל הקודש, נאכאמאל און נאכאמאל, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב.
נאך א כלל האט מוהרא"ש אונז געלערנט און ווער עס לעבט מיט דעם כלל האט א גוט לעבן. מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א פרוי איז שטענדיג גערעכט"; מוהרא"ש האט אונז געלערנט און אונז געווארנט מיר זאלן נישט גיין אין ויכוחים מיט די ווייב, נישטא קיין טענה'ען און נישטא קיין אויפווייזן, אפילו זי איז געפאלן אויפ'ן קאפ און געפאלן אויפ'ן נאז, זי זאגט בייטאג אז יעצט איז נאכט - זאל מען נישט טענה'ען מיט איר נאר איר געבן גערעכט: "יא יא, יעצט איז נאכט, לאמיר ארויסגיין מחדש זיין די לבנה", ביז זי וועט אליינס זאגן: "עס איז נישטא קיין לבנה, איז א סימן אז עס איז יא נאכט".
מוהרא"ש פלעגט דאס האלטן אין איין חזר'ן מיט אונז, ער פלעגט אלץ געבן די משל, אז עס איז נאכט אין די פרוי זאגט "יעצט איז טאג" - זאלסטו נישט טענה'ען מיט איר, געב איר גערעכט, זאג איר: "יא יא, יעצט איז טאג, לאמיר גיין אביסל אונטער די זון זיך אפבראטן וכו'", ביז זי אליינס וועט זאגן: "איך האב געמאכט א טעות, יעצט איז נאכט, עס איז נישטא קיין זון"; עס זעט אויס מאדנע, אבער דער וואס פירט זיך אזוי האט א לעבן.
וויסן זאלסטו אז די אלע חברים אדער משפחה מיטגלידער וואס העצן דיר אונטער: "גיי גט זיך", זיי רעדן דיר צו: "לאז איר אפ", "זי איז א שקלאפטע", "וויפיל איז די שיעור צו ליידן? וכו' וכו'", די אלע זענען גוט ווילאנג דו האסט זיך נישט גע'גט, איינמאל מען בלייבט אליין וועסטו נישט האבן וואו צו גיין, דו וועסט זיך וואלגערן פון איין שטוב צום צווייטן, דו וועסט ווערן דערביטערט השם ישמרינו.
דעריבער אז זי האט שוין אנגעהויבן איבער בויען דיין הויז אן רשות, זי פירט זיך נישט ריכטיג, די גאנצע געלט נעמט זי דיר אוועק - זאלסטו זען אז כאטשיג זאלסטו בלייבן מיט א שטוב, זאלן דיינע קינדער בלייבן מיט א שטוב.
איך האף אז דו וועסט אננעמען די ווערטער וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.