שאלה אין קורצן ענין
#26 - זאל מען אוועקלייגן געלט אויף שפעטער?
שלום בית, חתונה, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דירה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, מיין מאן און איך זענען זיך זייער מחזק, עס העלפט אונז אסאך אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן צוויי זאכן. ערשטנס וועגן אוועקלייגן געלט, דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל אוועקלייגן אביסל געלט אין די זייט יעדע וואך אדער חודש פאר שפעטער, צום ביישפיל צו קויפן א הויז אדער פאר'ן חתונה מאכן די קינדער, אפילו פאר א פשוטע ביליגע חתונה דארף מען אויך האבן געלט.


צווייטנס, ווען מיר עסן ביי מיינע עלטערן, קען מיין מאן זיך אנרופן צו מיר אינמיטן די סעודה נארישע באמערקונגען אויף דאס און אויף יענץ, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן. עס שטערט מיר נישט אזוי ווייט די זאכן וואס ער זאגט, אבער עס איז אינמיטן די סעודה, און עס קומט נישט אריין יעצט, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן אויף א וועג אז ער זאל נישט באמערקן אז עס מאכט מיר נערוועז, און עס פאסט נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי דארף מען אוועקלייגן געלט צו קענען קויפן א הויז, קענען חתונה מאכן די קינדער און קענען לעבן; דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו פארלירן די געלט (שיחות הר"ן, סימן רפא), ווען אנשי שלומינו זענען געקומען קרעכצן צום רבי'ן אז זיי האבן פארלוירן געלט - פלעגט דער רבי זיי פארשעמען, דער רבי פלעגט זיי פארהאלטן פארוואס זיי האבן נישט אכטונג געגעבן, וויאזוי קען דאס פאסירן?!


בנוגע אייער מאן וכו'; פון אייערע ווערטער פארשטיי איך אז עס שטערט אייך נאר ווען איר זענט צווישן מענטשן, איר האט פרעשור וואס מען וועט זאגן; בעט איך אייך זייער, איר זאלט קוקן אויף אייער מאן מיט שעצונג, עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טראכטן אויף אים און וואס זיי זאגן אויף אים; ער זאל זיין אין אייערע אויגן ווי א קעניג, עס זאל אייך נישט באדערן וואס ער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - זאל איך אינוועסטירן אין די סטאק מארקעט?
אידיש געלט, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן נאך די חתונה, איך וויל אנהויבן א פרנסה, און עטליכע פון מיינע חבירים זענען אריין אין קויפן סטאקס אויפ'ן סטאק מארקעט, זיי האבן שוין אנגעהויבן פארדינען דארט, און זיי שטופן מיר אויך ארייצוגיין אין דעם.


איך האב אבער מורא, ווייל איך ווייס אז אסאך מענטשן האבן אנגעזעצט פון די סטאק מארקעט, וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטיי ווייט פון די געשעפטן; נעם אריין אין דיר 'נישטא אזא זאך ווי גרינגע געלט', ווער עס רעדט פון מאכן גרינג געלט - איז א פאפער, א רמאי, ער פאפט זיך און פאפט אנדערע; בעט איך דיר, לאז זיך אפ דערפון, גיי נישט נאך דיינע חברים, לייג נישט אריין קיין איין דאלער אין דעם.


מוהרא"ש זאגט סטאק מארקעט איז א גרויסער דמיון; אפילו מענטשן שווערן זיך אז דאס איז א גוטע פלאץ וואו צו אינוועסטירן די געלט, מען זעט מענטשן מאכן געלט - איז דאס פונקט ווי געמבלען וכו'; ביים געמבלען איז אויך דא מענטשן וואס מאכן געלט, אבער ביים סוף כאפן זיי א שטארקע קלאפ, זיי פארלירן אלעס, זיי פארלירן זייער אייגענע געלט און יענעמ'ס געלט, מען בארגט פון אנדערע, נאכדעם ווערט מען א גרויסער בעל חוב.


ווער נישט פארבלענדעט, אז דו וועסט הערן פון דיינע חברים אז זיי מאכן געלט זאלסטו וויסן אז דאס איז סתם אן אויג פארבלענדעניש; ביים סוף פארלירט מען די גאנצע געלט. געדענק די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפד) דער יצר הרע מאכט אמאל איינער זאל רייך ווערן דורך עפעס א וועג וכו' און מען מאכט א גאנצע עסק פון דעם, אלע מענטשן רעדן פון דעם און מען איז אים מקנא, אבער דאס איז אלעס א שפיל פונעם סמ"ך מ"ם צו פארדרייען דעם קאפ פון מענטשן, דער רבי פירט אויס די שיחה מיט די ווערטער: "דער אייבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן מיר זאלן נישט פארדריידט ווערן פון דעם".


איך בעט דיר נאכאמאל, שטיי ווייט פון די גאנצע עסק; ענדערש נעם אן וואס דא שטייט ווי איידער זאלסט מיר דארפן זאגן: "א שאד איך האב נישט געפאלגט".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#24 - דארף מען רעדן צו קליינע קינדער וועגן חתונה מאכן ביליג?
חתונה, אידיש געלט, חינוך הילדים, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די נארישע טייערע חתונות וואס מענטשען בארגען זיך אן מיט חובות, און איבער די נארישקייט דערפון.


האב איך געוואלט פרעגן, היות איך בין א מלמד, צי איז דא א וועג און צי איז דאס וויכטיג פאר א מלמד איבערצוגעבן פאר זיינע תלמידים ווען זיי זענען נאך יונג אז מען דארף לעבן מיט א חשבון, און דאס גלייכן. וואס לכאורה וועט זיי דאס זיין אסאך גרינגער ווען זיי וועלן אויפוואקסען. אויב יא ביטע שרייבט אן עצה אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער אמונה אינעם אייבערשטן און יראת שמים. דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, די קינדער זאלן אויך וועלן זיין צדיקים; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, עס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת הבורא.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווען מען הערט מעשיות פון צדיקים ווערט מען אויפגעפלאמט, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, ווייל מען הערט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען, מען פארשטייט אז זיי האבן אויך געהאט שווערע נסיונות און דאס בייגעקומען - וויל מען אויך ווערן א צדיק; בפרט ווען קינדער הערן זיך איין מעשיות פון צדיקים, ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.


צו יונגע קינדער איז נישט שייך צו רעדן פון די זאכן, אז מען איז א מלמד פאר עלטערע קינדער דארף מען אסאך רעדן צו זיי וואס איז דער תכלית פון לעבן, וואס האט מען פון א טייערע בר מצוה? אלעס איז נאריש, דאס קומט פון די עשירים וואס האבן ווייניג שכל. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד): "כָּל הַנְּגִידִים הַגְּדוֹלִים, כִּמְעַט כֻּלָּם, הֵם מְשֻׁגָּעִים מַמָּשׁ", די גרויסע עשירים זענען אלע אינגאנצן משוגע; זיי מאכן זיך נאריש פאר אביסל כבוד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", פאר די מענטשן וואס האבן ווייניג שכל דארף מען געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט, וויל מען מער כבוד; דעריבער מאכן זיי זיך נאריש מיט טייערע שמחות. מען דארף רעדן צו די קינדער פון דעם.


דער עיקר דארף מען אריין לייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו תורה און מצוות, אכטונג געבן קיינמאל נישט וויי טון א קינד און זיכער נישט קיינמאל פארשעמען. עס ליגט א חיוב אויפ'ן מלמד צו מחנך זיין די קינדער אבער ער האט נישט קיין רשות זיי צו פארשעמען; א מלמד וואס פארשעמט קינדער, א מלמד וואס שלאגט די קינדער - דארף מען לייגן אין חרם. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי מועד קטן ג, א) א מלמד איז געקומען פרעגן דעם הייליגן רבי אחא "וואס דארף איך טון, א דינסט האט מיר געלייגט אין חרם, דארף איך טאקע זיין אין חרם?" פרעגט אים רבי אחא: "פארוואס האט זי דיר געלייגט אין חרם?" זאגט דער מלמד: "ווייל זי האט געזען ווי איך שלאג א קינד מער וויפיל איך האב אים געדארפט שלאגן, האט זי מיר געלייגט אין חרם", האט אים רבי אחא געזאגט: "צָרִיךְ אַתְּ חָשֵׁשׁ עַל נַפְשָׁךְ", יא, דו ביסט אין חרם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים .

#23 - מעג מען קויפן די לאטערי?
אידיש געלט, לאטערי, געמבלינג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן אסאך עצתו אמונה, און איך פרוביר צו פאלגן וואס דארט שטייט, יישר כח פאר אלעס.


איך וויל וויסן אויב מוהרא"ש האט גערעדט וועגן קויפן די לאטערי. איך קויף אסאך די לאטערי, און איך שפיר אז ס'נעמט מיר צו די אמונה מיט די געלט. איך דארף חיזוק אויפצוהערן צו קויפן די לאטערי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ו', ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט קויפן קיין לאטעריס; עס איז א גרויסע דמיון, עס איז בל תשחית, יעדע דאללער וואס מען לייגט פאר דעם איז ארויס געווארפן געלט.


עס איז א דמיון פונעם יצר הרע; ער מאכט א רייץ מען זאל דאס נאכלויפן אבער באמת איז דאס א גרויסער דמיון, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפד) דער יצר הרע מאכט אמאל איינעם רייך דורך עפעס א וועג וכו' ער מאכט א גאנצע עסק פון דעם, יעדער רעדט פון דעם און מען איז מקנא דעם מענטש, אבער דאס איז אלעס א שפיל צו פארדרייען דעם קאפ פון די מענטשן אז אלע זאלן אים נאכמאכן און זוכן וכו'. דער רבי פירט אויס די שיחה מיט די ווערטער: "דער אייבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן מיר זאלן נישט פארדריידט ווערן פון דעם"; מוהרא"ש זאגט, דאס גייט ארויף אויף לאטעריס וואס מענטשן שפילן, מען זוכט צו ווערן רייך דורכדעם.


עס איז זייער שווער צו רעדן קעגן דעם, ווייל רוב מענטשן זענען אזוי אריינגעטון אין געלט, עס זענען דא מענטשן וואס נעמען זייער גאנצע געלט און פארברענען דאס אין לאטעריס ווייל זייער דמיון זאגט זיי 'יעצט וועל איך רייך ווערן' און ווען מען פארלירט נאכאמאל ווערט מען נאכמער אנגעצינדן און מען נארט זיך, מען זאגט 'אבער יעצט וועל איך רייך ווערן', ביז מען בלייבט בעירם ובחוסר כל.


רוב מענטשן זענען זייער פארזינקען אין די תאוה פון האבן געלט; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): "רֹב הָעוֹלָם נִלְכְּדוּ בָּזֶה - הַיְנוּ בְּתַאֲוַות מָמוֹן", רוב וועלט זענען נעבעך געכאפט אין תאות ממון, "וְהַמָּמוֹן הוֹרֶגֶת וּמֵמִית אוֹתָם", מען כאפט נישט אז די געלט הרג'עט דעם מענטש. וואס איז די עצה? דער רבי זאגט, נישט דא קיין עצה ארויס צו קריכן פון די תאוה, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה, כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", נאר דורך דער צדיק; אז מען איז אביסל טועם פון הייליגן רבי'ן טראכט מען שוין נישט אזוי סאך פון געלט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים; הייב אן שמעקן די גערוך פון די עסן וואס דער רבי קאכט, וועסטו פלוצלונג אנהייבן שמעקן די שלעכטע גערוך וואס קומט ארויס פון געלט. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, סוף מעשה יב - מהבעל תפלה) דער גיבור האט גענומען די מענטשן פון די מדינה פון עשירים און זיי פרובירט ארויסצונעמען פון די תאוה פון געלט, ער האט זיי גענומען צום קאך וכו'. ווען זיי האבן געשמעקט די גערוך פון די עסן האבן זיי אנגעהויבן שרייען: "עס שטינקט!" זיי האבן נישט געוואוסט וואס שטינקט, ביז דער גיבור האט זיי געזאגט: "איר זעט דאך אז עס איז גארנישט דא וואס זאל שטינקען, מוז זיין אז איר אליינס שטינקט"; דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, געלט וועט שטינקען אזוי ווי צואה, אלע וועלן אוועק ווארפן די געלט, מען וועט נאר זוכן דעם אייבערשטן; מען וועט זוכן וואו קען מען ווערן נענטער צום אייבערשטן. דאס לערנט אונז דער רבי שוין יעצט, ער ראטעוועט אונז פון די נארישקייט פון נאכלויפן געלט, אז דו וועסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים וועסטו געראטעוועט ווערן פון דעם.


א פרייליכן יום טוב.

#22 - וואס טוט מען ווען די ווייב געבט אויס אסאך געלט אן רשות?
שלום בית, אידיש געלט, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שאלה איז ווי אזוי מען געבט מען זיך אן עצה מיט א ווייב וואס טוט ווילדע זאכן. ווי למשל אז זי מאכט יעצט איבער די גאנצע הויז אן פרעגן רשות פון מיר צי זי מעג עס טוען, אין די צייט וואס איך האב איר קלאר געזאגט אז יעצט איז נישט די צייט פאר דעם, ס'איז שווערע צייטן און איך מאך קוים פרנסה, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן און אזוי ווייטער. און נאך מער אז כאטש וואס זי ארבעט און מאכט געלט, וויל זי אבער נאר נעמען די גאנצע געלט פון מיר.


איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט שיינעם, עס העלפט אבער נישט, די ארבעט גייט שוין אן אין פולן שוואונג אן מיין רשות.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טו אלעס אויף די וועלט אז דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.


פרוביר צו רעדן צו דיין ווייב שיינערהייט, רעד ווייכע ווערטער צו איר, געב איר צו פארשטיין ווי שווער עס איז דיר יעצט דיין מצב הפרנסה, זאג איר אז דו וועסט איר אלעס נאכגעבן ווען דו וועסט האבן געלט. און אז דו זעסט אז עס איז נישטא מיט וועם צו רעדן, זי איז פאר'עקשנ'ט, זי האט שוין אליינס גערופן די בעלי מלאכה און אנגעהויבן איבערבויען די הויז אן דיין רשות - זאלסטו זיך אנשטרענגען און טון אלע מיטלען אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן.


לאז זיך נישט פארפירן פון טעראפיסטן וואס זוכן צו מאכן געלט פון צרות ישראל און ביים סוף ווארפן זיי אראפ דעם מענטש אין א טיפן גרוב, זיי רעדן צו מען זאל זיך גט'ן; אך און וויי פאר די וואס פאלן אריין אין זייערע הענט, זיי האבן נישט קיין רחמנות אויף קיינעם. ווען זיי הערן אויס צרות ישראל איז דאס נישט מיט הארץ צו העלפן דעם מענטש, דאס איז זייער פרנסה, זיי צעטיילן שטובער; יעדער ליידט פון די טעראפיסטן און שלום בית מאכערס, סיי דאס פארפאלק און נאך מער די קינדער.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער; איך שרייב דא אן קיין שום נגיעות, איך ווייס נישט ווער איר זענט און ווער אייער פרוי איז, איך וויל אייך פשוט ראטעווען פון אנקומען צו בלייבן אליין, איך וויל ראטעווען אייער שטוב, אייערע קינדער זאלן נישט ליידן זייער גאנצע לעבן.


די וועג פון די תורה איז אז דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין פרייליך און צופרידן. דער הייליגער צדיק רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איך האב געזען ביי מיין הייליגע רבי דער אריז"ל, "שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", ווען עס איז געקומען צו קויפן קליידער פאר זיך אליינס, האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ", ער האט איר צופרידן געשטעלט אינגאנצן, וואס זי האט געוואלט האט ער איר געגעבן, "אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


דאס איז די וועג פון די תורה, דער מאן זאל טון אלעס אויף די וועלט אז זיין ווייב זאל זיין צופרידן; אפילו זי איז נישט גערעכט, זי געבט אויס געלט וואס איז נישט דא. עס איז אונזער ארבעט מיר זאלן האלטן די שטוב מיט אלע כוחות עס זאל נישט צעפאלן, דאס האט אונז מוהרא"ש געלערנט אלע יארן און דאס לערנט מען ווייטער אין היכל הקודש, נאכאמאל און נאכאמאל, מען זאל אכטונג געבן אויף די שטוב.


נאך א כלל האט מוהרא"ש אונז געלערנט און ווער עס לעבט מיט דעם כלל האט א גוט לעבן. מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א פרוי איז שטענדיג גערעכט"; מוהרא"ש האט אונז געלערנט און אונז געווארנט מיר זאלן נישט גיין אין ויכוחים מיט די ווייב, נישטא קיין טענה'ען און נישטא קיין אויפווייזן, אפילו זי איז געפאלן אויפ'ן קאפ און געפאלן אויפ'ן נאז, זי זאגט בייטאג אז יעצט איז נאכט - זאל מען נישט טענה'ען מיט איר נאר איר געבן גערעכט: "יא יא, יעצט איז נאכט, לאמיר ארויסגיין מחדש זיין די לבנה", ביז זי וועט אליינס זאגן: "עס איז נישטא קיין לבנה, איז א סימן אז עס איז יא נאכט".


מוהרא"ש פלעגט דאס האלטן אין איין חזר'ן מיט אונז, ער פלעגט אלץ געבן די משל, אז עס איז נאכט אין די פרוי זאגט "יעצט איז טאג" - זאלסטו נישט טענה'ען מיט איר, געב איר גערעכט, זאג איר: "יא יא, יעצט איז טאג, לאמיר גיין אביסל אונטער די זון זיך אפבראטן וכו'", ביז זי אליינס וועט זאגן: "איך האב געמאכט א טעות, יעצט איז נאכט, עס איז נישטא קיין זון"; עס זעט אויס מאדנע, אבער דער וואס פירט זיך אזוי האט א לעבן.


וויסן זאלסטו אז די אלע חברים אדער משפחה מיטגלידער וואס העצן דיר אונטער: "גיי גט זיך", זיי רעדן דיר צו: "לאז איר אפ", "זי איז א שקלאפטע", "וויפיל איז די שיעור צו ליידן? וכו' וכו'", די אלע זענען גוט ווילאנג דו האסט זיך נישט גע'גט, איינמאל מען בלייבט אליין וועסטו נישט האבן וואו צו גיין, דו וועסט זיך וואלגערן פון איין שטוב צום צווייטן, דו וועסט ווערן דערביטערט השם ישמרינו.


דעריבער אז זי האט שוין אנגעהויבן איבער בויען דיין הויז אן רשות, זי פירט זיך נישט ריכטיג, די גאנצע געלט נעמט זי דיר אוועק - זאלסטו זען אז כאטשיג זאלסטו בלייבן מיט א שטוב, זאלן דיינע קינדער בלייבן מיט א שטוב.


איך האף אז דו וועסט אננעמען די ווערטער וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - זאלן מיידלעך אנטון טייערע קליידער ביי א חתונה?
חתונה, אידיש געלט, שמחות, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל און איך שעפ ברוך ה' אסאך חיזוק פון די דרשות. יישר כח.


איך האב געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט איבער חתונה קליידער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איך האלט איז נישט אינטערעסאנט, וואס צדיקים האלטן דאס איז וויכטיג צו וויסן; ווייל די צדיקים - זיי ווייסן וואס איז גוט פאר אונז, זיי ווייזן אונז דעם וועג ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, זיי ווייסן וואס איז גוט.


מוהרא"ש שרייבט זייער אסאך אז מען זאל נישט מאכן קיין טייערע שמחות; נישט אויסגעבן געלט פאר די נישטיגע פאר שעה. א שאד די געלט וואס מען ווארפט אויס פאר די פאר שעה, אנגעהויבן מיט די בלומען; מען קויפט טייערע בלומען פאר אפאר שעה, גלייך נאך די חתונה ווארפט מען דאס ארויס אין מיסט. נאכדעם די קליידער פון די מחותנת'טעס און פון די משפחה; שווערע טויזנטער דאלער ווערט פארשוועמט פאר די פאר שעה, עס איז א גרויסע עבירה אויסצוגעבן געלט פאר די זאכן. מוהרא"ש שרייבט אז מען טאר נישט אויסגעבן געלט פאר די זאכן, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און דאס געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן, זיי זאלן קענען קויפן א דירה.


אפגערעדט ווען מען האט נישט דאס געלט, מען בארגט געלט פאר די שטותים - איז דאס גאר א גרויסע זונד; מען בארגט שווערע טויזנטער דאלער און מען קען דאס נישט באצאלן, מען שלעפט שווערע זעק פון חובות, די גאנצע לעבן דריידט זיך ארום די חובות, קוים וואס מען הייבט אן באצאלן חובות פון איין קינד דארף מען שוין בארגן פרישע חובות פאר דעם צווייטן קינד און אזוי דריידט זיך דאס א גאנצן לעבן.


אפילו מען זאל יא האבן דאס געלט טאר מען נישט אויסגעבן געלט פאר שטותים פאר די פאר שעה - אלעס פאר אביסל כבוד המדומה; דער פראבלעם איז נישט מיט די עשירים, זיי אליינס זענען דאך נישט נארמאל. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סד): "כָּל הַנְּגִידִים הַגְּדוֹלִים, כִּמְעַט כֻּלָּם, הֵם מְשֻׁגָּעִים מַמָּשׁ", די גרויסע עשירים זענען אלע אינגאנצן משוגע; מיט זיי אליינס קען מען גארנישט טון, גיי לערן אויס א משוגענעם ווי אזוי זיך צו פירן, דער פראבלעם איז מיט די אלע וואס חנפ'נען די עשירים; מען רימט זיי אויס ווען זיי מאכן זיך נאריש ביי זייערע שמחות, מען קלאפט זיי אין רוקן, מען הייבט זיי און מען רימט זיי, דערנאך ווערט דאס א וועג פאר אלע, אלע ווילן דאס נאכמאכן.


געלויבט דעם אייבערשטן אז אונזערע תלמידות, די תלמידות בית פיגא - סיי די כלות און סיי די געשוויסטער גייען אנגעטון ביי די שמחות זייער פשוט. מען קויפט נישט קיין טייערע קליידער, מען קויפט נישט קיין בלומען, מען מאכט זיך נישט נאריש; און אפילו צירונג וואס דאס איז נישט בלויז פאר די פאר שעה, מען גייט דאך מיט דעם פאר א שטיק צייט - קויפט מען אויך פשוט'ע, מען קויפט נישט די גאר טייערע.


עס איז א שטאלץ ביי תלמידות בית פיגא זיך צו פירן פשוט, עס איז א שטאלץ ביי זיי צו קענען העלפן זייערע עלטערן גיין צו די שמחה אן קיין חובות. די תלמידות - מיידלעך און כלות האבן צווישן זיך א רייץ ווער עס קען גיין מער פשוט, מער ביליג; זיי ווייסן וואס דער לעבן איז, זיי ווייסן אז מען ווערט נישט מער ווען מען גייט אנגעטון טייער; נישט דאס איז דער לעבן, נישט די טייערע בלומען דאס איז די חתונה, נישט די צירונגען איז די זאך וואס מאכט פרייליך ביי א שמחה, דאס שיינקייט פון לעבן איז ווען מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט די וועלט און אלעס אלעס איז מיט א פונקטליכקייט און אלעס איז צום גוטן. דער עיקר חתונה הייבט זיך אן ווען חתן כלה גייען אהיים, דער עיקר חתונה איז ווען מען גייט ארויס פון וועג איינער פאר'ן צווייטן, דאס שיינקייט און רייכקייט פון די חתונה איז די יארן וואס דער אייבערשטער געבט; מען לעבט מיט ליבשאפט מאן און ווייב, מען רעדט שיין, מען איז מוותר איינער פאר'ן צווייטן און מען איז זוכה אויפצושטעלן ערליכע דורות.


א רחמנות אויף כלות וואס ווייסן נישט וואס דער לעבן איז, זיי ווייסן נאר איין זאך, ווי מער געלט ארויסנעמען פון די עלטערן. א רחמנות אויף זיי אז מען לערנט נישט מיט זיי די אלע יארן אין סקול וואס דער לעבן איז; מען לערנט מיט מיידלעך אין סקול'ס אלעס וואס מען קען נאר לערנען, חוץ איין זאך - וואס דער לעבן איז. מען פארדריידט זיי מיט נארישקייטן, מען לערנט מיט זיי טיפע לימודים, זאכן וואס זיי וועלן קיינמאל נישט דארפן אין זייער לעבן.


מוהרא"ש האט איינגעפירט בחיים חיותו אין זיין שטעטל אין יבנאל, די ברסלב'ע שטאט אין ארץ ישראל - אז מען זאל חתונה האבן אומזיסט, מוהרא"ש האט געבויט א זאל אונטערן בית המדרש, עס זאל נישט קאסטן קיין איין שקל פאר אלע אנשי שלומינו צו חתונה מאכן די קינדער און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר גייען אין דעם הייליגן וועג. אנשי שלומינו מאכן חתונה די קינדער אין בית המדרש אזוי ווי מען האט זיך געפירט אלע יארן במשך אלע דורות; די חופה מאכט מען אין גאס אינדרויסן פונעם בית המדרש, די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך משפחות פון די קהילה, איינער מאכט א קוגל, איינער מאכט פערפל, איינער מאכט אביסל טשאלנט און די סעודה איז א סעודה, חתן כלה זענען פרייליך ביז גאר און די עלטערן זענען נאך דאס מערסטע פרייליך, ווייל זיי קומען און גייען ווי עכטע מחותנים, עס קאסט זיי נישט קיין איין פרוטה.


די עסצייג און טישטוכער שטעלט דער בית המדרש צו, דאס איז די זעלבע עסצייג מיט וואס די חתן כלה האבן געגעסן אלע יארן אין ישיבה און אין סקול און די זעלבע טישטוכער אויף וואס די חתן כלה האבן אלע יארן געגעסן - פון חדר ביז צו די חתונה.


דאס איז וואס די צדיקים האבן געהאלטן וועגן חתונה קליידער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן גיין אין זייערע וועגן; מיר זאלן נישט מאכן קיין אייגענע מנהגים.

#20 - פארוואס רעדט איר קעגן די ערליכע בתי חינוך?
אידיש געלט, שמחות, חינוך הילדים, סקול, חברים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שוין פילע יארן וואס איך פיר א בית חינוך לבנות וואס פירט זיך ברוך ה' על דרך ישראל סבא, פון וואו עס זענען שוין ארויסגעגאנגען טויזענטער ערליכע אידישע מאמעס, וואס האבן ווייטער איבערגעגעבן פאר זייערע דורות די חינוך וואס זיי האבן באקומען אין אונזער שולע.


איך האב אסאך געהערט פון אייך, עס איז מיר אבער קיינמאל נישט אויסגעקומען צו הערן אייערע שעורים. פאריגע וואך האט מיר איינער געגעבן צו הערן א שטיקל פון א שיעור ווי איר האקט זייער קעגן די חינוך וואס מען געבט פאר די מיידלעך, איר זאגט אז די מיידלעך ווילן נישט יעצט חתונה האבן אין די קאראנע צייטן ווייל מ'קען נישט מאכן קיין געהעריגע טייערע שמחות, און איר זאגט אז דאס איז א רעזולטאט פון די שלעכטע חינוך וואס מ'געבט זיי אין די בתי חינוך.


עס איז מיר געווען זייער א שטארקע איבעראשונג צו הערן ווי איר רעדט קעגן בתי חינוך וואס מען האט אויפגעשטעלט און עס פירט זיך בדרך ישראל סבא, מען לערנט מיידלעך צו גיין בצניעות, מען לערנט מיידלעך זיי זאלן אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות, ווי אזוי קען מען זאגן דערויף אז דאס איז נישט א גוטע חינוך?


איך וואלט אייך נישט געשריבן, היות יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער פירט זיך, און בדרך כלל מישט מען זיך נישט אינעם צווייטנ'ס דרך, אבער היות איך ווייס אז עס זענען פארהאן תלמידות און לערערינס ביי אונזער מוסד וואס הערן אויס אייערע שיעורים און דאס קען מאכן אז עס זאל האבן א שלעכטע ווירקונג אויף די וועג ווי אזוי זיי קוקן אן די מוסדות החינוך וואס מען ערציעט זיי, דערפאר וויל איך דאס פארשטיין.


יישר כח, א מנהל פון א בית חינוך לבנות

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט אין די צייט וואס די רעגירונג לאזט נישט מאכן קיין גרויסע חתונות ווייל מען טאר זיך נישט צוזאמקומען אסאך מענטשן אין איין פלאץ, שטעלט זיך אויס אז די אלע וואס מאכן חתונה אין די יעצטיגע טעג קענען דאס נישט מאכן אין גרויסע זאלן, נאר זיי דארפן דאס מאכן אויף א באשיידענעם וועג, אזוי ווי מען האט חתונה געהאט במשך אלע דורות.


דאס האט געברענגט א גרויסע פראבלעם ביי זייער אסאך משפחות, אז די מיידלעך זאגן אז זיי ווילן נישט א כלה ווערן, זיי זענען נישט מוותר אויף די גרויסע לחיים, אויף די רייכע תנאים און פארשטייט זיך אויף די חתונה נאכט, די שבע ברכות און אזוי ווייטער. נאך א פראבלעם איז דא מיט די וואס זענען שוין כלות און זיי האבן געהאט פלענער פאר שיינע גרויסע רייכע חתונות אז זיי זיצן יעצט און וויינען אז זיי ווילן נישט גיין צו די חתונה, זיי זענען נישט מוותר אויף די גרויסע שיינע רייכע חתונה, זיי ווילן דאס ענדערש אפשטופן, אבי די חתונה זאל זיין אין א זאל מיט אלע צוגעהערן.


יעצט ווערט נתגלה פאר אלעמען ווי ליידיג און לער מיידלעך וואקסן אויף דורכאויס זייערע יארן אין סקול, יעצט ווערט אנטפלעקט אז זיי וואקסן אויף נישט האבנדיג קיין אנונג וואס דאס לעבן איז; אז מיידלעך זאגן אז זיי ווילן נישט חתונה האבן, ווייזט דאס אז זיי ווייסן נישט וואס דאס לעבן איז, ווייל די גאנצע פרייליכקייט פון חתונה האבן איז נישט די חתונה אליינס, נאר די חבר'טעס, די זאל, די מוזיק, די בלומען און די טייערע כלה קלייד וכו' וכו', דאס איז נישט א חינוך פון דרך ישראל סבא, דאס איז נישט קיין חינוך פון אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.


ווען עס וואלט געווען וואר וואס דו שרייבסט, אז די מיידלעך באקומען א חינוך פון דרך ישראל סבא וואלטן די מיידלעך געזאגט פאר די עלטערן: מיר ווילן גארנישט, מיר דארפן גארנישט, מיר ווילן נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט, נישט שטיין און אויסגעבן טויזנטער דאללער פאר נארישע כבוד; מענטשן ווערן קראנק פון חתונה מאכן די קינדער, פאר נישטיגע פאר שעה שווענדט מען אוועק צענדליגער טויזנטער דאללער, פאר נישטיגע פאר שעה ווערט מען א בעל חוב; פון ווען מען מאכט דעם שידוך ביז'ן לחיים, תנאים - איז מען שוין א בעל חוב פון צען טויזנט דאללער אויב נישט מער, יעדן טאג וואס מען האט א חתן כלה אין שטוב קאסט עס אפ פאר'ן מענטש טויזנטער דאללער; פארוועם? פארוואס? פאר די מיידל וואס ווייסט נישט וואס לעבן איז? די מיידלעך וואלטן ווען געדארפט באקומען א חינוך פון דרך ישראל סבא, מען וואלט זיי געדארפט לערנען זיי זאלן אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות; מען זאל חוזק מאכן פון גיין אנגעטון טייער, די מיידלעך זאלן זיך שעמען צו קויפן א כלה קלייד פון טויזנטער דאללער פאר די פאר שעה פון די חתונה; מען וואלט געדארפט אריין לייגן אין זיי א חוזק, אפשפעטן פון לעבן פאר א צווייטן. דאס איז דרך ישראל סבא, דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.


וואס טראכסטו, ווער איז שולדיג אין די טייערע שמחות? ווער איז שולדיג אז עלטערן ווערן צובלוטיגט ווען עס קומט צו מאכן שמחות? אנשטאט זיך פרייען בשעת א שמחה, אנשטאט הנאה צו האבן יעדע רגע פון די שמחה דארף מען זוכן וואו און פון וועם צו בארגן געלט, מען ווערט אלט און שוואך ביז עס טרעט צו צום געזונט; ווער איז שולדיג אין דעם? נאר די סקול'ס! מען לערנט נישט מיט די מיידלעך וואס דאס לעבן איז, מען לערנט מיט זיי טיפע לימודים וואס זיי דארפן בכלל נישט וויסן און נישט קענען, מען מאכט זיי משוגע מיט זאכן וואס וועט זיי גארנישט העלפן אין לעבן; דאס איז א חינוך וואס דו רופסט דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


איך פרעג דיר, ווער איז שולדיג אז אינגעלייט קענען נישט לעבן? טייערע כולל אינגעלייט תלמידי חכמים, זיי ווילן לערנען נאך די חתונה, זיי ווילן לעבן א פשוט'ע לעבן - ווערן בעלי חובות ווען די ווייבער קויפן טייערע קליידער פאר זיך און פאר די קינדער, אלץ פאר יענעם, אלץ פאר די חבר'טעס פון סקול; דאס איז דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו קענען ברענגען פרנסה ווערן פארקלעמט, זיי פאלן אריין אין גרויסע חובות ווען זייערע ווייבער האלטן אין איין קויפן טייערע חפצים, טייערע קינדער וועגעלעך (קערידזש) וכדומה. דאס גאנצע לעבן איז פאר חבר'טעס; ווער איז שולדיג אין דעם אויב נישט די חינוך? וואס באקומט א מיידל אלע אירע יארן אין סקול? וואס נעמט זי מיט אויף נאך איר חתונה פון אלע יארן סקול? דאס איז א חינוך וואס דו רופסט דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


אז מען רעדט שוין פון סקול'ס דארף מען אויך רעדן איבער ווער עס איז שולדיג אז יעדע צווייטע מיידל און ווייבל דארפן גיין צו טערעפיסטן זיך היילן, אויב נישט די סקולס וואס לייגן א שרעקליכע לחץ אויף די קינדער; מען פארלאנגט פון די מיידלעך זיי זאלן לערנען און זיך פארהערן סיי ענגליש און סיי אידיש, די קינדער קענען נישט נעמען די דרוק, און אויב זיי קענען נישט די בחינות ווערן זיי פארשעמט; דאס איז דרך ישראל סבא? אויב א מיידל האט א שארפע פארשטאנד איז זי א מצוינת און אויב א מיידל פארשטייט נישט וואס מען לערנט ווערט זי פון די שוואכע און זי דארף שוין האבן הילף - דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


אנשטאט אויסלערנען מיידלעך זאלן העלפן אין שטוב, זיי זאלן זיך אויסלערנען ווי אזוי מען פירט א אידישע שטוב, זיי לאזן העלפן די מאמע, די באבע - שיקט מען זיי אהיים מיט היים ארבעט ביז אין די שפעטע שעות, דאס איז א חינוך פון דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות? דאס איז געווען די מטרה פון אונזערע צדיקים ווען זיי האבן געפענט די סקול'ס?


ווער ווייסט אויב די גאנצע פרשה פון פארמאכן די מיידל סקול'ס איז נישט פון די טרערן פון אידישע מאמעס וואס וויינען אויף דעם וואס מען פייניגט זייערע קינדער אין סקול'ס; מיידלעך וואס דארפן גארנישט וויסן פאר'ן לעבן, מאכט מען זיי צעדרייט מיט לערנען טיפע חכמות וואס קיינער דארף עס נישט האבן. זיי דארפן איין זאך וויסן, אז זיי זענען ווערד, זיי זענען חשוב און דער אייבערשטער האט זי ליב - זיי זאלן קענען אויפציען א אידישע שטוב, נעמט מען דאס אויך אוועק פון זיי.


חינוך פון דרך ישראל סבא איז אויסלערנען קינדער נישט אויסצוגעבן געלט, נישט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס דאס גאנצע חן דערפון איז אז עס טראגט א טייערע נאמען פון א קאמפאני; דער פראבלעם איז אז די טיטשער אליינס האלט נישט ביי דעם, קען זי דאס נישט אריין ברענגען צווישן אירע תלמידות. הלואי זאל זיין אזוי ווי דו שרייבסט, אז דו לערנסט מען זאל אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.

#19 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין טאכטער זאל זיין צופרידן מיט א פשוטע חתונה?
חתונה, אידיש געלט, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מאך חתונה מיין טאכטער אי"ה גלייך נאך שבועות, און ווי ס'קוקט יעצט אויס דער מצב מיט קאראנע, וועט די חתונה מוזן זיין ביי מיר אינדערהיים מיט א קליינעם מנין, איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער מיין טאכטער איז זייער צעבראכן, זי האט שוין גע'חלומ'ט פון א שיינע ריזיגע חתונה מיט אלע צוגעהערן, און זי קען זיך יעצט נישט בארואיגן, ווי אזוי קען איך איר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי איר מחזק זי זאל דאנקען דעם אייבערשטן אז זי איז געזונט און איר חתן איז געזונט. זיי איר מחזק זי זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואס זי האט יא; אנשטאט וויינען און קרעכצן אויף וואס זי האט נישט, זאל זי טאנצן פאר שמחה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף וואס זי האט יא.


דער רבי האט אונז געגעבן א וואונדערליכע עצה, א וועג פון טראכטן אין א צייט ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן; מען זאל זוכן דאס גוטס, מען זאל קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס - האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס. אזוי ווי מען זעט אז דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


ווען מען לעבט מיט די וועג פון זוכן דאס גוטס אין לעבן, ווערט גרינגער דאס לעבן; מען איז שטענדיג פרייליך און גליקליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - א מיידל וואס ארבעט, קען נעמען דאס געלט פאר זיך, אדער געבן פאר די עלטערן?
אידיש געלט, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, סקול, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל, און כאטש וואס איך גיי נישט אין די "בית פיגא" סקול, איז אבער מיין גאנצער מח דארט, איך הער די שיעורים און דאס איז מיין וועגווייזער אין לעבן. ספעציעל וויל איך זיך באדאנקען פאר די פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", פון וואס איך האב גאר שטארק הנאה געהאט.


איך בין א לערערין, און איך פארדין געלט, האט איך געוואלט וויסן וואס איך דארף טון מיט די געלט, זאל איך עס אוועקלייגן פאר מיר אויף נאך די חתונה, אדער זאל איך עס געבן פאר מיין טאטע? און די זעלבע שאלה האב איך אויך אויף די טיפס וואס איך באקום אום חנוכה און פורים.


אויך קומט מיר אויס אסאך מאל אז איך וויל זיך יעצט עפעס קויפן, ווי למשל א קעמערע אדער עפעס אנדערש, מעג איך דאס קויפן פון מיין אייגן געלט?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי',


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אייער לעבן נעמט איר פון רבי'ן, דער רבי איז אייער וועג ווייזער; ווער עס לעבט מיט'ן רבי'ן לעבט א לעבן, מען לעבט מיט א שטארקע אמונה אינעם אייבערשטן, ווייל מיט א צדיק האט מען א לויטערע אמונה, מען שפירט דעם אייבערשטן אזוי קלאר ווי מען זעט דאס מיט די אויגן, די גאנצע לעבן איז גרינגער מיט אמונה.


ביז אייער חתונה זאלט איר געבן אייער געלט פאר אייערע עלטערן; איר וואוינט דאך ביי זיי, איר לעבט דאך אויף זייער חשבון, זאלט איר זיי געבן אייערע פארדינסטן און וואס איר דארפט זאלט איר זיי פרעגן און בעטן, וועלן זיי אייך געבן.


אז אייער גאנצע מח איז אין "בית פיגא" דארפט איר זיך פירן ווי די תלמידות פון "בית פיגא"; איר זאלט זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים", אזוי וועט איר ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהלים, וועט איר זען גרויסע ישועות וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך. געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע תלמידות פון בית פיגא פרובירן זייער שטארק צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן.


בשעת איר זאגט די קאפיטלעך תהלים זאלט איר אריין פלעכטן אייערע אייגענע תפילות צום אייבערשטן אויף אידיש; וואס איר דארפט און וואס איר ווילט זאלט איר אים בעטן אויף פראסט אידיש, וועט איר זען גרויסע וואונדער.


א פרייליכן יום טוב.

#17 - ווי אזוי איז מען זיך מחזק נאכ'ן ליידן א גרויסע שאדן?
אידיש געלט, פרנסה, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אין ריעל עסטעיטס, איך בין פארנומען איינצוקויפן שטחים און בנינים, און איך האב ברוך ה' זייער שיין מצליח געווען ביז יעצט. דעם לעצטן זומער האט איך אבער געקויפט א גרויסע שטח וואס וואלט געדארפט אריינברענגען גרויסע רווחים און צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'קען נישט באקומען דערויף קיין רשות צו בויען, און איך האב דערלייגט די גאנצע זאך. איך קען ממש נישט קומען צו מיר פון דעם, ס'איז פאר מיר זייער א שווערע זאך אראפצושלונגען, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:): דער הייליגער אמורא רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין. זיי האבן געזאגט פאר רב הונא: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל מאכן א חשבון הנפש און תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים צוריק געפרעגט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט? דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין שאדן אומזיסט אויב עס קומט נישט, האט רב הונא זיי געפרעגט אויב זיי זעען עפעס שלעכטס אין אים, האבן זיי אים געזאגט אז ער צאלט נישט זיינע ארבעטער אזוי ווי מען האט זיך אויסגענומען, רב הונא האט זיך פארגענומען אז ער גייט זיי געבן וויפיל מען האט זיך אויסגענומען און עס איז געשען א נס אז ער האט נישט פארלוירן קיין געלט.


אז דו האסט שאדן וכו' זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש און תשובה טון אויף אלע דיינע מעשים וועט דער אייבערשטער מאכן מיט דיר גרויסע ניסים, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע שאדנס, דו וועסט מצליח זיין און פארדינען גרויסע רווחים.


ווען א מענטש האט א שאדן וכו' דארף ער זיך מאכן א חשבון הנפש פארוואס דער אייבערשטער טוט דאס מיט אים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפז): אויפ'ן פסוק (תהלים סב, יג): "וּלְךָ ה' חָסֶד כִּי אַתָּה תְשַׁלֵּם לְאִישׁ כְּמַעֲשֵׂהוּ", עס איז זייער א גרויסער חסד אז דער אייבערשטער באצאלט פאר'ן מענטש א שטראף מדה כנגד מדה, ווייל ווען דער מענטש באקומט ווען אן עונש סתם אזוי וואלט ער נישט געוויסט אויף וואס ער דארף תשובה טון, אבער ווען דער עונש איז מיט א פונקטליכקייט, געוואנדן אויף וואס מען דארף תשובה טון, ווייסט דער מענטש אויף וואס ער דארף תשובה טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#16 - ווי אזוי קען איך זיכער מאכן אז מיין געלט זאל מיר נישט פארלוירן גיין?
אידיש געלט, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט זייער שווער אין א ביזנעס, און איך באקום שיין באצאלט ב"ה, אבער למעשה זע איך נישט דאס געלט, איך פיל ווי ס'רינט מיר ארויס פון די פינגערס, סוף וואך בלייבט גארנישט איבער פון די געלט, און איך האב נאך חובות אויך. לויט'ן חשבון וואלט איך געדארפט האבן אסאך געלט אוועקלייגט, אבער למעשה האב איך ממש גארנישט, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז שטענדיג מזהיר געווען מיר זאלן זיך צוגעוואוינען צו בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג. מוהרא"ש זאגט אז בענטשן ברכת המזון אין א סידור איז מסוגל פאר עשירות, אזוי ווי עס שטייט (משלי י, כב): "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר וְלֹא יוֹסִף עֶצֶב עִמָּהּ", אז מען בענטשט ברכת המזון בשמחה איז דאס מסוגל פאר עשירות; זאלסטו מקפיד זיין פון היינט און ווייטער צו בענטשן ברכת המזון נאר פון א בענטשער.


אויך זאלסטו אכטונג געבן אויף די מצוה פון "נטילת ידים"; ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו זיך אפגיסן נעגל וואסער, ווען דו גייסט אין בית הכסא זאלסטו אפגיסן די הענט און אויך פאר'ן עסן זאלסטו זיך אפגיסן די הענט אזוי ווי די הלכה איז; דאס איז מסוגל אויף עשירות. די ראשי תיבות פון "ע'ל נ'טילת י'דים", איז ע'נ'י', ווייל ווער עס איז מזלזל אין נטילת ידים ווערט פארארעמט.


מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סב:): "אָמַר רַב חִסְדָּא", רב חסדא האט געזאגט, "אֲנָא מְשַׁאי מְלֹא חָפְנַי מַיָּא, וְיַהֲבֵי לִי מְלֹא חָפְנַי טִיבוּתָא", איך גיס זיך אפ נטילת ידים מיט א פולע טעפל, געבט מיר דער אייבערשטער אסאך געלט; רב חסדא איז געווען זייער רייך בזכות דעם וואס ער האט מקפיד געווען אויף די מצוה פון נטילת ידים.


פארשטייט זיך אז דער עיקר איז תפילה; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, געב מיר פרנסה", וועסטו האבן גרויס שפע.


אויך זאלסטו אכטונג געבן צו מכבד זיין דיין ווייב, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות וואס מען איז מכבד די ווייב; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און דו וועסט איר מכבד זיין, וועסטו זוכה זיין צו האבן פרנסה בריווח.


אז דו וועסט בענטשן אין א בענטשער, דו וועסט מקפיד זיין אויף נטילת ידים, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג און דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין צו א גרויסע עשירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#15 - וויפיל געלט מעג מען אויסגעבן ביי א שמחה?
אידיש געלט, שמחות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כלל ישראל שטורעמט און האט נישט די ווערטער אייך צו באדאנקען אויף די התעוררות צו שפארן געלט ביי שמחות, וויפיל צענדליגע טויזנטער דאלארן ווערן פארשווענדעט ביי חתונות, וואס פעלט בכלל נישט אויס.


מיין שאלה איז ביי קלענערע שמחות, למשל ביי א וואכנאכט אדער קידוש, מעג מען צושטעלן א נארמאלע שמחה פאר אפאר הונדערט דאלער? אז די אידן וואס קומען אריבער וואונטשן מזל טוב, זאלן האבן וואס צו עסן.


איך רעד נישט פון איינעם וויל זיך אויפרייסן און פארשווענדען טויזנטער דאלארן פאר כבוד המדומה, איך רעד פשוט פון א שיינע נארמאלע שמחה וואס קאסט אפאר הונדערט דאלער.


איך פרעג ווייל אין מיין געגנט איז דא א ברסלב'ער שטיבל, און ווען איך גיי אהין צו שמחות, זאגט מען מיר אז א קידוש טאר נישט קאסטן מער ווי פופציג אדער הונדערט דאלער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט און געשריבן אן א שיעור איבער דעם אז מען זאל נישט אויסגעבן געלט פאר שמחות ווען עס פעלט בכלל נישט אויס. אפילו די וועם דער אייבערשטער האט באשאנקען מיט געלט - טארן אויך נישט אויסשפענדן געלט פאר טייערע שמחות, אפגערעדט דער וואס האט נישט קיין געלט טאר נישט בארגן געלט פאר איבעריגע זאכן וואס פעלט נישט אויס. און דערפאר פירן זיך תלמידי היכל הקודש צו מאכן פשוט'ע שמחות אן קיין מותרות וכו' אזוי ווי א אידישע שמחה דארף אויסקוקן; מען איז פרייליך, פול מיט דאנק און לויב צום אייבערשטן און די שמחה איז א גאנצע שמחה.


ווען מען מאכט א שמחה דארף מען אכטונג געבן נישט צו מאכן פון עיקר טפל און פון טפל עיקר, דער עיקר דארף מען געדענקען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אונז און אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף ווייטער.


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו באקומען א בירור המדמה, דו וועסט וויסן ביי יעדע זאך וואס צו טון און ווי אזוי צו טון. מען האט געזען ביי ברסלב'ע חסידים אז ווער עס האט געפאלגט דעם רבי'ן מיט די עצה פון התבודדות האט זוכה געווען צו א שטארקע ישוב הדעת אין יעדע פרט אין לעבן. עס קען זיין אפילו פשוט'ע מענטשן וכו', אויב מען נעמט די עצה פון התבודדות, מען שמועסט מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך באקומט מען א סארט שכל וואס מען געפונט נישט ביי גרויסע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#14 - אויף חתונות שפארט מען, פארוואס אויף אומאן געבט מען יא אויס געלט?
אומאן, חתונה, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר נישט אויסצוגעבן איבריג געלט אויף אידישע שמחות, אז מ'זאל שפארן ווי ווייט מעגליך און נישט מאכן קיין טייערע שמחות.


למעשה אבער ווען ס'קומט צו אומאן, וואס דאס קאסט אויך אסאך געלט פאר די טיקעטס, אכסניה, און אזוי ווייטער, דארט געבט מען יא אויס אסאך געלט. פארוואס איז דאס אנדערש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין דער חילוק פון אויסגעבן געלט פאר נישטיגע פאר שעה ווען מען מאכט א שמחה צו געווינען דערביי אביסל כבוד המדומה וכו', ביז אויסגעבן געלט צוליב פארן קיין אומאן צו א צדיק וואס האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה אז ער וועט אים פאררעכטן מיט אן אייביגער תיקון.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


די אלע וואס פארן קיין אומאן און צאלן אלע געלטער זוכה זיין צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה ביי זיי איז דאס ווי ווען עס ווארט פאר א מענטש א שווערע משפט. ווען מען שטייט פאר א משפט נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס עס איז נאר דא; ווער רעדט נאך אויב עס ווארט פאר א מענטש א משפט פון טויט שטראף רחמנא לצלן, דאן נעמט מען דעם גרעסטן לויער וואס איז נאר דא אין די גאנצע וועלט - אפילו עס זאל קאסטן אסאך געלט, און מען וועט טון אלעס וואס מען קען צו באקומען דעם גאר טייערן לויער וואס ער קען אפשר ראטעווען דעם מענטש. דאס זעלבע איז ווען עס קומט ראש השנה, דער גרויסער יום הדין וואס: "וְכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן, כְּבַקָּרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ, מַעֲבִיר צֹאנוֹ תַּחַת שִׁבְטוֹ, כֵּן תַּעֲבִיר וְתִסְפֹּר וְתִמְנֶה וְתִפְקֹד נֶפֶשׁ כָּל חָי, וְתַחְתֹּךְ קִצְבָה לְכָל בְּרִיּוֹתֶיךָ, וְתִכְתֹּב אֶת גְּזַר דִּינָם", דארף דאך א מענטש טון אלעס אויף די וועלט צו נעמען א גוטן לויער, איינער וואס וועט אים העלפן ניצול צו ווערן פון די שלעכטע גזירות.


דער רבי - ער איז דער גרעסטער לויער וואס איז דא אויף די וועלט; דערפאר פארן מיר קיין אומאן אויף ראש השנה אפילו עס איז אונז שווער, און מיר צאלן פאר דעם אלע געלט וואס פארלאנגט זיך פאר דעם אבי צו זיין אין אומאן ראש השנה.


עס איז א גרויסע רחמנות אויף אידישע קינדער אז ווען עס קומט די צייט פון מאכן שמחות ווערט מען א בעל חוב, מען ווייסט נישט וואו זיך אהין צו טון; מען בארגט פון חברים, קרובים, משפחה און מען קען דאס נישט באצאלן ווען עס קומט איין שמחה נאכ'ן צווייטן. רבי נתן זאגט: "פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם גלייך, אבער פאר איבעריגע זאכן, פאר מותרות און נארישקייטן - דארט ווערט מען פארשווארצט".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, ער זאל אונז ארויסנעמען פון די גלות פון די אומות העולם און פון אונזער אייגענע גלות וואס מיר לייגן זיך אליינס ארויף, עס זאל שוין מקיום ווערן וואס מיר בעטן יעדן טאג ביים דאווענען: "וּשְׁבֹר עוֹל הַגּוֹיִם", דער גלות פון די פעלקער, "וְעוֹל הַגָּלֻיּוֹת", און די אייגענע גלות, "מֵעַל צַוָּארֵנוּ, וְתוֹלִיכֵנוּ מְהֵרָה קוֹמְמִיּוּת לְאַרְצֵנוּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#13 - פארוואס זאלן די ביליגע חתונות זיין נאר פאר ברסלב?
חתונה, אידיש געלט, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'איז זייער צום באוואונדערן אייער גרויסער כח בכלליות, און בפרט אין דעם ענין פון חתונה מאכן פראקטיש און ביליג, און נישט פארפאטשקענען אזויפיל געלט און צייט ווען מ'האט גארנישט דערפון.


מיין שאלה איז אבער פארוואס מ'זעט נישט מענטשן זאלן דאס נאכמאכן? די חתונה סטאנדארט ביים היימישן ציבור איז דאך אזוי הויך און איבערגעטריבן, פארוואס זאלן אנדערע רבנים און ראשי ישיבות דאס נישט נאכמאכן און אויך מאכן חתונות אין שול פאר ביליג, פארוואס זאל דאס זיין נאר פאר היכל הקודש ברסלב?


וואס קען מען טון אז דער געדאנק זאל ווערן מער באוואוסט און אנגענומען ביי גאנץ כלל ישראל?


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב פשוט נישט די ווערטער גענוג צו באדאנקען, איר זענט ממש פון די פלאי הבריאה, אייערע זכותים זענען אומשאצבאר.


אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז נעכטן איז פארגעקומען די פינפטע חתונה אין ישיבה - אזוי שיין און אזוי אידיש; עס האט גארנישט געפעלט פאר די חתונה, עס איז געווען אזוי פרייליך. די חתן כלה זענען אזוי פרייליך, און די עלטערן זענען משונה פרייליך אז עס האט זיי נישט געקאסט קיין איין פרוטה.


אלע וואס האבן זיך באטייליגט ביי די נעכטיגע חתונה און אלע וואס האבן מיט געהאלטן די פריערדיגע חתונות אין ישיבה זאגן פה אחד: "א שאד אויסצוגעבן געלט פאר אפאר שעה ווען מען קען דאס מאכן בחינם".


די גאנצע זאך פון מאכן פשוט'ע שמחות איז נישט מיין געדאנק, די זאך פון מאכן חתונות בחינם אין ישיבה אדער אין א שול קומט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט דאס שוין פאר לאנגע יארן איינגעפירט אין יבניאל פאר אנשי שלומינו. מוהרא"ש האט געבויט א זאל אין יבניאל אונטערן גרויסן שול אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן בחינם; די עסן ווערט געקאכט דורך אנשי שלומינו וועלכע צעטיילן זיך מיט די סעודה, איינער מאכט א קוגל, איינער פיש, איינער ברענגט חלות און אזוי ווייטער.


מיר האבן סך הכל געטון צו די זאך לעובדא ולמעשה וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט; אנגעהויבן האט זיך דאס פאריגע יאר ווען מיידלעך פון אונזער סקול 'בית פיגא' האבן אנגעהויבן צו ווערן כלות. אין 'בית פיגא' לערנט מען מיט די מיידלעך אז זיי זאלן אכטונג געבן אויף זייערע עלטערנ'ס געלט, און אז עס לוינט זיך נישט צו קויפן א חתונה קלייד פון טויזנטער דאללער פאר אפאר שעה ווען דער טאטע האט נישט דאס געלט און ער דארף בארגן געלט בשעת מען קען נעמען פאר בחינם א קלייד פון א גמ"ח און האבן א געזונטע טאטע, און אז עס איז נאריש צו דינגען א זאל פאר די פאר שעה פון די חתונה פאר צענדליגער טויזנטער דאללער בשעת מען קען חתונה האבן אין שול, און מען קען אנהייבן דאס לעבן מיט א מאן מיט ליבשאפט אן בארגן געלט. די כלות האבן אלע געזאגט אז זיי ווילן חתונה האבן אין ישיבה, האבן מיר געקענט אנהייבן דאס אויספירן אויף למעשה און מאכן חתונות אין ישיבה.


עס פעלט גארנישט פאר די חתונות אין ישיבה, איין זאך איז נישט דא: "חובות"; די חתונות אין ישיבה זענען בחינם. די מוזיק מאכן די בחורים, די עסן מאכן די פרויען פון אנשי שלומינו; איינער מאכט פיש, איינער קוגל וכו', איינער בילקעלעך, טרינקען און פעיפער-גודס קומט פון די קאך פון ישיבה; אזוי אויך זענען נישט דא קיין סארווערס, די עסן ליגט אין די זייט און יעדער נעמט זיך אליין. ביי מצוה טאנץ איז נישט דא קיין לאנגע דרשות פון הספדים, נאר דער שמש רופט אויס צום טאנצן, ער זאגט בקיצור: "יעמוד", "יעמוד" פאר די זיידעס, מחותנים און חתן כלה. משפחה טאנצ'ן נישט קיין מצוה טאנץ, מצוה טאנץ איז נאר פאר זיידעס, עלטערן און חתן כלה.


דער וואס האט נאך נישט חתונה געמאכט פארשטייט נישט דעם געדאנק פון חתונה מאכן אין ישיבה וכו', אבער דער וואס האט שוין חתונה געמאכט און איז געבליבן מיט חובות - דער ווייסט שוין גאר גוט דאס חשיבות דערפון; עס איז נישט דא נאך אזא שמחה אז די מחותנים קענען זיצן און עסן רואיג און זענען זיך משמח ווי ווען עס קאסט זיי גארנישט קיין געלט.


ביי חתונות זענען אלע פרייליך; די געסט זענען פרייליך, חתן כלה זענען משונה פרייליך, די מחותנים זענען אויך פרייליך - אבער עס דרוקט זיי די חובות. אסאך מאל דארף מען רופן 'הצלה' ביי א חתונה צום מחותן ווען עס הייבט אים אן דרוקן זיין הארץ פון די חובות אין וואס ער איז אריין. ווען די חתונה ענדיגט זיך גייען אלע אהיים, אלע פארגעסן וואס עס איז געווען, חוץ די מחותנים - זיי דארפן נעבעך בלוטיגן פון די חובות פון די חתונה נאכט.


דאס וואס דו פרעגסט: "ווי אזוי מען קען דאס אריין ברענגען אין דער וועלט וכו'?" נאך אביסל וועלן דאס אלע נאכמאכן - צי מען וויל יא צי מען וויל נישט; דער עולם הייבט אן צו כאפן וואס די עשירים טוען נעבעך מיט'ן המון עם, ווי זיי טרינקען אויס דאס בלוט פון אידישע קינדער. זיי זענען קראנק פאר אביסל כבוד המדומה דערפאר ווייזן זיי ביי זייערע שמחות אז זיי האבן געלט, נאכדעם דארפן אלע זיי נאכמאכן, וועט עס סיי ווי פלאצן; על כל פנים איך דארף זען אז מיינע תלמידים זאלן נישט האבן קיין חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל לעבן פאר זיך, מען זאל זיין פרייליך ביי א שמחה און מען זאל הנאה האבן פון די שמחה, עס זאל זיין מיטן אייבערשטן - אן בארגן און אן גנב'נען פון א צווייטן.

#12 - ווי אזוי מאכט מען די קינדער זאלן מסכים זיין צו ביליגע שמחות?
אידיש געלט, שמחות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר גייען אי"ה בר מצוה מאכן בקרוב, און מיר גרייטן זיך צו מאכן בלויז א קידוש שבת אין שול, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז שטענדיג מעורר אז ס'איז נישט כדאי צו אויסווארפן אזויפיל געלט אויף די עטליכע שעה פון די שמחה, ובפרט אז מ'האט נישט פון וואו דאס צו באצאלן.


דער פראבלעם איז אבער אז מיין זון, דער בר מצוה בחור, איז זייער נישט צופרידן דערפון. וויפיל מיר האבן פרובירט אים מסביר צו זיין די גרויסע זכות צו מאכן א ביליגע שמחה און נישט אריינפאלן אין חובות, וויל ער דאס נישט פארשטיין, און אויך האט ער מורא פון זיין חברים וואס לאכן פון אים אז ער גייט נישט האבן א נארמאלע בר מצוה אין א זאל אזוי ווי יעדער איינער.


איך בין זיכער אז אויב וועט ער באקומען א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט חיזוק אויף דעם ענין, וואס דאס אים געבן די כוחות עס יא צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלעס ווענדט זיך אינעם חינוך וואס מען געבט פאר די קינדער; קינדער וואס וואקסן אויף געזונט, אז יעדע זאך וואס מען 'דארף' האבן קויפט מען און יעדע זאך וואס מען 'וויל' האבן – ווייל יענער האט דאס – קויפט מען נישט, אזוי אויך קינדער וואס וואקסן אויף מיט אן אמת'ע לעבן וואס מען לעבט פאר זיך, מען לעבט נישט ווייל יענער לעבט, דעמאלט ווען עס קומט צו פראווען זייערע שמחות, ווי א בר מצוה, חתונה וכדומה, וועלן זיי נישט בעטן פון די עלטערן צו מאכן טייערע שמחות צוליב וואס 'יענער' מאכט אזוי און אזוי, נאר זיי וועלן זיין פרייליך מיט די שמחה אליינס און פארשטיין אז טאטע מאמע האבן נישט וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ביי אונז אינעם מוסד אין וויליאמסבורג איז מען מחנך די קינדער צו לעבן פאר זיך און נישט קוקן אויף יענעם; מען לייגט א שטארקע דגוש אויף דעם - בעיקר ביי די מיידלעך - אז נישט יעדע זאך וואס מען 'וויל' באקומט מען. מען לערנט זיי אויס דעם חילוק פון א זאך וואס מען 'דארף' און א זאך וואס מען 'וויל'.


איך כאפ אן א דוגמא, ווען עס קומט אנהייב יאר, די צייט ווען מען דארף זיך אנגרייטן פארן קומענדיגן יאר שולע, אויב קען מען נאך נוצן די טאש פון פאריאר 'דארף' מען נישט קויפן א נייע; עס קען זיין צומאל אז מען 'וויל' א נייע, ווייל יעדער מענטש 'וויל' נייע און שיינע זאכן וכו', אבער מען איז מסביר אין שולע פאר די קינדער אז א נייע טאש קאסט פאר די עלטערן געלט. מען לערנט מיט זיי אז זאכן קאסטן געלט און מען קען נישט מוטשען די טאטע מאמע און בלאזן, סטראשענדיג אז מען גייט נישט אין שולע ביז מען באקומט א נייע, אפילו עס רעדט זיך דא פון קליין געלט, אבער אז מען איז מחנך די קינדער אויף דעם וועלן זיי דאס פארשטיין ווען עס קומט זייער צייט חתונה צו האבן אדער בר מצוה האבן און זיי וועלן גיין צו די שמחה פרייליך און צופרידן.


דעריבער אז דו דארפסט אן עצה ווי אזוי דו קענסט אריין ברענגען ביי דיינע קינדער ביליגע שמחות וכדומה, זאלסטו רעדן מיט דיינע קינדער אסאך דיבורים פון אמונה. ביי די שבת'דיגע סעודות זאלסטו אסאך רעדן פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיטן אייבערשטן, דערצייל זיי די מעשה פונעם 'בעל תפילה' וואס דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), ווי דער בעל תפילה פלעגט זאגן פארן אלעמען: "עֶס אִיז נִישְׁט דָא קַיין אַנְדֶערֶע תַּכְלִית אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר צוּ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן", וואס דער גיבור האט געזאגט פארן בעל תפילה: "אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּנֶעם קֶענִיג אַז פוּן אַלֶע תַּאֲווֹת קֶען מֶען אַרוֹיס נֶעמֶען דֶעם מֶענְטְשׁ חוּץ אַ מֶענְטְשׁ וָואס אִיז אַרַיין גֶעפַאלְן אִין תַּאֲוַת מָמוֹן", און וואס דער בעל תפילה האט געזאגט: "נָאךְ אַלְץ וִוילְט אִיר גֶעלְט? פוּן גֶעלְט זָאלְט אִיר מִיט מִיר נִישְׁט שְׁמוּעֶסְן".


אז דו וואוינסט אין ארץ ישראל זאלסטו פארן קיין יבנאל מיט דיינע קינדער און זען דאס בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט, זאלסט געבן א קוק וואס שטייט ביים אריינגאנג צום בית המדרש; מוהרא"ש האט געשריבן אויפן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן".


יעדעס מאל ווען איך בין זוכה צו זיין אין יבנאל גיי איך נאכאמאל צום גרויסן בית המדרש נאר צו זען דעם טאוול; דאס ברענגט יעדעס מאל אריין אין מיר א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי מוהרא"ש האט געלעבט מיטן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


ליין איבער דעם בריו נאכאמאל און נאכמאל.

#11 - פארוואס נאר אונז האבן נישט קיין אייגענע דירה?
אידיש געלט, שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, פרנסה, שמחה, מדות טובות, עצבות, דירה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די לעכטיגע שיעורים, עס איז ממש מחיה נפשות ברוך ה', יישר כח אייבערשטער.


איך שפיר ווי מיין לעבן איז מיר געווארן ביטער ביטער שווער. מיר זענען א יונגע קאפל, חתונה געהאט אפאר יאר, מיר האבן נישט קיין אייגענע דירה, דא אין ארץ ישראל איז ביטער שווער קויפן א דירה, די פרייז איז גאר טייער, אפילו מיט די הילף פון ביידע זייטן עלטערן. און דא הייבט זיך אן אונזער פראבלעם.


מיין מאנ'ס משפחה האט נישט קיין שום געלט, מיינע עלטערן האבן געברענגט אביסל א קליינע סומע, אבער זיי האבן כאטש געוויזן אז זיי אינטערעסירן זיך אין אונז, זיי פרובירן כאטש צו העלפן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי איך האב ממש פיינט מיין מאנ'ס עלטערן, עס אינטערעסירט זיי ממש גארנישט פון אונז, מיין שווער און שוויגער האלטן ממש נישט ביים געבן עפעס. איך שפיר ממש ווי איך גיי אויס פאר קנאה פאר מענטשן וואס זייערע עלטערן געבן זיי געלט, און זיי האבן א שיינע הויז.


די גרעסערע פראבלעם איז אבער אז מיין שוויגער געבט יא און העלפט יא גאר אסאך פאר מיין מאנ'ס ברידער, זי קויפט זיי און געבט זיי נאכאנאנד זאכן און דאגה'ט זיי. זי האט אונז בכלל נישט ליב, איך שפיר אז קיינער האט אונז נישט ליב ביי מיין מאנ'ס זייט. ווייל מיר האבן נאכנישט א דירה, זענען מיר גארנישט ווערד, וואס טו איך? איך האב זיי נישט ליב, איך האב פיינט מיין מאנ'ס עלטערן.


איך וויל נישט קומען אויף שבת ווייל מיין שווער איז א גרויסער קמצן, די לעקטער פארלעשט זיך דארט מיט א זייגער אינמיטן די סעודה, אויך די עירקאנדישאן, פונקט פארקערט פון די גרויסע שפע וואס גייט ביי מיין טאטע, מיין מאן וויל אבער יא גיין.


וואס טוט מען? איך שפיר זיך אזוי שלעכט, איך וויל אזוי שטארק אויך האבן א גרויסע הויז דא אין שטאט, אבער עס קאסט 2 מיליאן שקל, זאלן מיר זיך רייסן מיט חובות? אדער ווארטן ביז ווען? אן הגרלה אויף דירות און אביסל מער ביליג אבער עס איז גרייט נאך אסאך יאר? איך האב מורא אריינגיין אין טיפע חובות, ווי אויך איז גאר א סכנה דא אין ארץ ישראל מיט די באנק.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן א גוטע עצה און אן ענטפער, איך ווארט זייער אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי ממש נישט וואס די צרה איז און אויף וואס די געוויינען זענען; וואס האט א גוט לעבן צו טון מיט האבן אן אייגענע דירה? מען קען האבן אן אייגענע דירה און גארנישט האבן, און מען קען לעבן א זיסע לעבן אן האבן אן אייגענע דירה; איז וואס איז דאס געוויין און דאס געשריי אויף נארישקייטן.


עס איז א סכנה זיך אפצורעדן און צו קרעכצן; אז מען וויינט אויף גארנישט ברענגט דאס שווערע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה טז, כ) די אידן האבן געוויינט ביי די מרגלים, האט דער אייבערשטער זיי געזאגט: "אתם בכיתם בכיה של חנם לפני", ענק האבן געוויינט אומזיסטיגע געוויין, "אני אקבע לכם בכיה לדורות", איך וועל ענק מאכן וויינען אויף אלע דורות; ווען מען וויינט אויף גארנישט מיט נישט, ברענגט מען שווערע צרות, אויך ברענגט דאס אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ז, אות יא): "כִּי בְּזֶה הַחֵטְא וְהַפְּגָם", ווייל אז מען וויינט אומזיסט אויף גארנישט און אויף נישט, מען קרעכצט און מען רעדט זיך אפ - "תְּלוּיִים כָּל הָעֲווֹנוֹת", דאס ברענגט אלע עבירות, "כּוֹלֵל כָּל הַחֲטָאִים", דאס איז אזוי הארב ווי אלע עבירות רחמנא לצלן. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כְּפִי מַה שֶּׁזּוֹכֶה לִפְעֹל בַּקָּשַׁת סְלַח נָא", און אז מען איז מתקן די פגם, מען הערט אויף וויינען, מען רעדט זיך נישט אפ, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - "מִזֶּה נַעֲשֶׂה בְּחִינַת חֲנֻכַּת הַבַּיִת", קען מען זוכה זיין צו א נייע שטוב, באקומען אן אייגענע הויז.


דאס וואס איר שפירט ווי דאס לעבן איז אייך ביטער ביטער - דאס האט נישט מיט די דירה, דאס איז די קנאה וואס מאכט חרוב אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן, קנאה מאכט דאס לעבן אויס, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט, און דאס מאכט מען זאל ליב האבן די אנדערע געשוויסטער און אייך נישט, קנאה שטופט אוועק אהבה, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן", אויך זאלט איר עסן יעדן טאג אפאר שטיקלעך קנאבל, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען קנאה און א סגולה מען זאל זיך אליין ליב האבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן יא): "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", עסן קנאבל איז א סגולה צו זיך ליב האבן, און קיינעם נישט מקנא זיין.


ווי לאנג א מענטש האלט אז מענטשן קומען אים עפעס - איז א גרויסע רחמנות אויף אים; מען ווערט פון דעם חרוב. אז עלטערן העלפן די קינדער מיט א הויז, מיט געלט וכו' - איז דאס א שיינע זאך; דאס מיינט נישט אז זיי דארפן דאס טון, און אז זיי געבן פאר א טייל קינדער יא און פאר א טייל קינדער נישט - קען מען נישט האבן קיין טענות, מען דארף זיי ווייטער מכבד זיין און געדענקען אז די געלט און די הויז און אזוי ווייטער - אלעס איז פונעם אייבערשטן.


איר זאלט ווייטער גיין אויף שבתים צו זיינע עלטערן און זיי מכבד זיין, און טוט נישט וויי אייער מאן, רעדט נישט צו אים קעגן זיינע עלטערן; עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע שטות פון די ווייבלעך וואס העצן אויף זייער מאן קעגן זייער טאטע מאמע, דאס מאכט חרוב די שלום בית, מען פארלירט אלעס.


בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין דאנקבאר פאר יעדן איינעם, איך זאל נישט מיינען אז עס קומט מיר עפעס. הייליגער באשעפער העלף מיר אויסארבעטן מיינע שלעכטע מידות, איך האלט אז אלע קומען מיר, אלע דארפן מיר טון, אלע דארפן מיר מאכן. אויך די שלעכטע מידה פון קנאה; איך ווער אויפגעגעסן, איך האב נישט הנאה פון לעבן.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, רחם עלי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן אז דו טוסט אלעס, דו ביסט אלעס, אלעס קומט פון דיר און נאר צו דיר דארף מען זיך ווענדן".


אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, ביז עס וועט אייך גוט ווערן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - מעג מען בעטן דעם אייבערשטן פאר אן אייגענע שיינע הויז?
אידיש געלט, קינדער, תפילה והתבודדות, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל ווען איך וויל עפעס קויפן וואס איך דארף נישט האבן, נאר איך וויל עס האבן, טראכט איך צו זיך 'וואס וויל איך ענדערש, די זאך וואס איך וויל אדער א הויז?' און איך לייג אוועק דאס געלט צו קענען קויפן אן אייגענע הויז. איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל שוין שנעל קענען האבן מיין אייגענע הויז.


איך וויל פרעגן אויב איז א פראבלעם צו וועלן האבן א שיינע הויז? דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז מען איז דא אויף די וועלט נאר פאר אפאר יאר, אבער איך וויל עס יא און איך בעט דעם אייבערשטן פאר א שיינע הויז. מעג מען בעטן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט מיט א חשבון, איר געבט נישט אויס געלט פאר זאכן וואס איר ווילט; איר ווייסט און פארשטייט דער חילוק פון דארפן און וועלן, וואס דארף מען אין לעבן און וואס וויל מען, און איר געבט נאר אויס די געלט פאר זאכן וואס איז וויכטיג.


בנוגע בעטן דעם אייבערשטן אויף א שיינע באקוועמע דירה וכו'; אודאי מעג מען בעטן דעם אייבערשטן אויף א שיינע הויז, דאס איז דאך די מצוה פון תפילה, מען זאל בעט דעם אייבערשטן וואס מען דארף און וואס מען וויל; דאס איז שלימות התפילה, בעטן דעם אייבערשטן וואס דרוקט און וואס מען וויל.


בעטס דעם אייבערשטן אויף א שיינע באקוועמע דירה וואו איר וועט קענען אויפציען אייערע קינדער מיט ישוב הדעת, א שיינע דירה איז דאך איינע פון די זאכן וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נז:) פון די זאכן וואס איז מרחיבין דעתו של אדם, דירה נאה.


וואויל איז דעם מענטש וואס איז דבוק צום אייבערשטן און בעט אויף יעדע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - פארוואס מאכט מען חתונות אין שול אזוי ביליג?
חתונה, אידיש געלט, תפילות אויף אידיש, ראש ישיבה, וויכוחים, ליצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים וואס העלפן מיר אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן.


מיינע קרובים זענען געווען ביי אונז אין שטוב, און איינער פון זיי האט מיר געפרעגט אויב איך בין א חסיד פונעם ראש ישיבה. אין אנהויב האב איך זיך ארויסגעדרייט אבער מיין טאטע זאגט מיר, "וואס איז די פראבלעם? זאג יא! איך בין זיין חסיד", איך בין געווארן אביסל פארלוירן פון דעם אז זיי גייען מיר יעצט אנהויבן פרעגן קשיות, און זיי האבן טאקע אנגעהויבן מיט דאס און מיט יענץ, און איך דאנק דעם אייבערשטן אז א דאנק די שיעורים האב איך גארנישט געענטפערט.


שפעטער האבן זיי מיר געזאגט, "יא, מיר האבן א קרוב וואס איז אויך אין יענע קהילה, און זיי האבן געמאכט א חתונה אין שול, און מ'געבט דארט נאר איין שטיקל קוגל, און אזוי ווייטער האבן זיי געמאכט ליצנות פון די חתונות אין שול. איך האב אפגעשוויגן, אבער איך בין געווארן צעבראכן פון דעם, וואס קען מיר דער ראש ישיבה מחזק זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז די חוזק אז מען מאכט חתונה אין שול? וואס איז די חוזק אז מען געבט נאר איין שטיקל קוגל? חוזק איז אויסגעבן געלט וואס מען האט נישט - פאר געציילטע שעה, חוזק איז בארגן געלט און נישט באצאלן.


ווער נישט באליידיגט ווען מען שפעט פון היכל הקודש, נעם עס נישט צום הארצן. וואס פלעג איך טון בתחילת התקרבותי ווען מען האט מיר געשינדן די הויט מיט ליצנות אויף מוהרא"ש? איך האב געשוויגן, זיך נישט גע'טענה'ט. און נאכן הערן אלע טענות בין איך געגאנגען אין א זייט און געוויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון, פון איין זייט הער איך אזויפיל חוזק, אזויפיל ליצנות, אזויפיל לשון הרע מיט הוצאת שם רע - אויף מוהרא"ש, פון די אנדערע זייט, זייט איך האב געפונען מוהרא"ש - רעד איך צו דיר און איך לעב מיט דיר; איך טראכט פון דיר, אלעס איז גאר אנדערש, איך רעג זיך נישט אויף אזוי ווי אמאל, אלעס האט זיך ביי מיר געטוישט צום גוטן"; אזוי פלעג איך זיך גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן.


אזוי האב איך געטון יעדע מאל, און עד היום, ווען איך הער עפעס לצנות אויפ'ן צדיק - מאך איך זיך א חשבון און איך שמועס דאס אויס מיט'ן אייבערשטן.


א קלוגער מענטש ווען ער הערט וואס מוהרא"ש האט איינגעפירט מיט חתונה מאכן אין שול, פשוט אזוי ווי די מסורה, ווי מען האט אלע צייטן ביי כלל ישראל חתונה געמאכט אין שול, וואלט ער פאר דעם אליינס געדארפט אפגעבן כבוד פאר מוהרא"ש, אפילו ער געהערט אין אנדערע קהילות - פאר'ן ראטעווען אידישע קינדער פון חובות, פאר'ן גרייט זיין צו זיין דער חוזק ביי די וועלט, אבי אפצוראטעווען אידישע קינדער פון גיין צוגרינד בעת שמחתם.


שטארק זיך, גיי נישט מיט קיינעם אין וויכוחים; די אלע וואס טענה'ען זיך - ביים סוף פאלן זיי אין ליצנות און זיי ווערן אויך חולקים.


פארברענג ענדערש דיינע טעג און יארן מיט לערנען נאך א בלאט גמרא, נאך א פרק משניות, נאך א דיבור צום אייבערשטן - וועסטו בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - די טויערן פון הימל זענען דאך אפן, פארוואס נישט מאכן טייערע חתונות?
חובות, חתונה, אידיש געלט, גניבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס איך באקום פון די שיעורים און פון די בריוו אין עצתו אמונה.


איך וואונדער מיר, און אויב איר קענט מיר עס ערקלערן וועל איך מיך זייער פרייען. איך פארשטיי אז איר שטעלט צו חתונות פאר מענטשן אין אייער קהלה פאר אומזיסט. דאס איז א מורא'דיגע חשובע זאך, און עס וואלט געווען געוואלדיג ווען מען קען עס איינפירן אויך אין אנדערע לענדער. איך וואונדער זיך אבער איין זאך; מען זאגט אז ווען מ'מאכט חתונה, עפענען זיך דאן די טויערן פון הימל, און מ'זאל נישט שפארן. איז ווי שטעלט זיך עס אפ? פארוואס זאל מען נישט מאכן א טייערע חתונה אויב די טויערן זענען סיי ווי אפן? איך מיין אייך נישט חס ושלום אפצופרעגן, אדרבה, איך וואלט אייך געוואלט נאכטון, איך בין נאר פשוט אביסל צומישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויב דו ווילסט חוזק מאכן, אדער דו ביסט טאקע צעמישט; קען זיין דו האסט נאכנישט חתונה געמאכט קיין קינדער, דו ווייסט נישט בצערן של ישראל, דו ווייסט נישט וואס מענטשן גייען אריבער בעת שמחתם... טייערע משפחות גייען צוגרונד ווען מען הייבט אן חתונה מאכן די קינדער, מען גייט אריין אין שווערע חובות, ביז מען ווערט פשוט קראנק, עס טרעט זיי צו צום געזונט.


א גבאי צדקה דערציילט: איך נעם צוזאם געלט פאר א צדקה צוועק, איך גיי אין שולן און אויך ביי שמחות, פאסירט אמאל ביי א חתונה, איך גיי צום מחותן, און ווי געווענליך איידער איך בעט די מחותנים געלט, מאך איך זיכער אז יענער איז טאקע דער מחותן, פרעג איך דעם מחותן: "אנטשולדיגט, איר זענט דער בעל שמחה דא?" זאגט מיר יענער: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? קום איך וועל דיר ווייזן ווער עס איז דער בעל שמחה"; איך האב נאכנישט געוויסט וואס דא גייט פאסירן, איך האב געטראכט אז מן הסתם האב איך זיך טועה געווען. איך גיי מיט אים, ער טראגט מיר ארויס פון זאל, אריין אין אפיס, דארט זיצט דער בעל הבית פונעם זאל; ער ווייזט מיר: "דא האסטו, ער איז דער בעל שמחה"; מיט טרערן אין די אויגן זאגט ער מיר: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? איך בין דער בעל חוב, איך בין נישט דער בעל שמחה; בעט אים צדקה, ער האט היינט נאכט געמאכט פון די חתונה שווערע טויזנטער דאלער"; דער גבאי צדקה זאגט, ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, ער איז געגאנגען אין די זייט און געוויינט.


די אלע וואס מאכן חוזק פון תלמידי היכל הקודש וואס מאכן חתונה פשוט, מען מאכט די שמחות אין בית המדרש אדער אין א אומזיסטיגע פלאץ, אן קיין רעש, אן קיין איבריגע זאכן, אזוי ווי די מסורה איז; אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן חתונה געהאט, אזוי ווי מען האט זיך געפירט אינדערהיים, מען האט חתונה געמאכט אין שול; די אלע, אדער זענען זיי עשירים - זיי ווייסן נישט ווי מענטשן מוטשען זיך ביים מאכן שמחות, אדער האלטן זיי נאכנישט ביי חתונה מאכן די קינדער, אדער זוכן זיי סתם אזוי חוזק צו מאכן פון ברסלב; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט.


עס האט נישט צוטון אויב מען האט געלט אדער נישט; אז די הימל עפנט זיך ביי א שמחה און עס קומט שפע מיינט נישט אז מען מעג אויסגעבן געלט צו באקומען כבוד וכדומה, אויסער דעם איז דאס א גרויסע אחריות, אז די פשוטי עם וואס האבן נישט און פארמאגן נישט - דארפן זיך צושטעלן און מאכן זייערע שמחות אויף דעם אופן, די קינדער ווילן די זעלבע שמחות ווי די חברים, און אז מען האט נישט די געלטער האלט מען זיך אפ פון מאכן שידוכים מיט די קינדער, מען לאזט די קינדער ווערן עלטער. די קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין; קיינער ווייסט נישט וואס די בחורים און מיידלעך גייען אריבער, זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי פאלן, און ווען מען מאכט שוין א שידוך דארף מען בארגן געלט, מען ווערט א בעל חוב השם ישמרינו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אזויפיל געשריבן אז מען זאל נישט אויסגעבן געלט ביי שמחות פאר נארישע נישטיגע זאכן, מוהרא"ש זאגט, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן, זיי זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס.


וואויל איז דעם וואס בשעת א שמחה מאכט מען זיך נישט נאריש מיט זייטיגע זאכן, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אז מען קען חתונה מאכן די קינדער. מען פריידט זיך מיט די שמחה, מען מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:): "הַמַּדְרִיךְ בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה", דער וואס איז מחנך די זין און טעכטער, "וְהֲמַשִׂיאָן סָמוּךְ לְפִרְקָן", און ער מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ווי אזוי קען איך צוריק באקומען געלט וואס איך האב פארבארגט?
חובות, אידיש געלט, היכל הקודש, געטרויען מענטשן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר די שבת גליונות, עצתו אמונה, און אלע חיזוק דרשות, איך ליין זיי אלע דורך און ברוך ה' עס געבט מיר מורא'דיגע חיזוק, עס ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, און ס'העלפט מיר אסאך אין מיין שלום בית. איך וויל ווינטשן פאר'ן ראש ישיבה אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


איך וויל שרייבן מיין טיפע ווייטאג פון א מעשה וואס איז געשען מיט א אינגערמאן וואס דרייט זיך ביים ראש ישיבה, און אפשר קענט איר מיר העלפן. געווען איז עס פאר בערך צוויי יאר צוריק, איך בין געווארן א נאנטער חבר מיט האברך ..., איין פרייטאג נאכמיטאג ממש נאנט צום זמן רופט ער מיך אן וויינענדיג אויפ'ן טעלעפאן אז ער מוז רעדן מיט מיר פנים אל פנים, זאג איך אים אז ער קען אריבערקומען, ער קומט אריבער און ער וויינט צו מיר מיט זיין בני בית אויפ'ן טעלעפאן אז זיין הויז דארף יעצט גיין אויף אויספארקויף דורך די באנק (פארקלאוישער), און ער דארף זייער וויכטיג צען טויזנט דאלער 10,000$ צו עס שנעל דעקן. איך זאג אים אז עס איז זייער שווער פאר מיר יעצט. אבער ער לייגט מיך באמת אריין אין א מצב, ער נעמט ארויס א צעטל און ער שרייבט מיר אונטער אז ביז א חודש האב איך צוריק דאס געלט.


בלית ברירה האב איך ארויסגענומען דאס געלט און אים געבארגט, עס גייט אריבער א חודש צוויי דריי, און ער הייבט מיר נישט אויף דעם טעלעפאן. ביז נאך אפאר חדשים הייבט ער אויף און ער שרייט מיך אן פאר'ן אים נאכלויפן פאר די געלט ווען איך ווייס אז ער איז געדריקט אין געלט. איך האב פרובירט זיך צו האלטן שטארק און רואיג מיט אמונה, עס איז אריבער נאך אפאר חדשים איך רוף אים נאכאמאל, איך בעט אים צי אפשר קען מען מאכן א פלאן צו באצאלן צוביסלעך, פינף הונדערט דאלער א חודש, זאגט ער מיר אז ס'איז צו סאך געלט, בין איך אראפ ביז צו פופציג דאלער א חודש, זאגט ער מיר אז אפילו דאס האט ער אויך נישט, עס זעט אויס ווי ער האלט בכלל נישט ביים באצאלן, איך האב נישט גארנישט פון גיין צו דין תורה, ווייל ער גייט זאגן די זעלבע זאך. איך וויל נישט גיין אין ערכאות, איך ווייס נישט צי מ'מעג. איך וויל וויסן אויב קען אפשר דער ראש ישיבה רעדן צו אים און זען ער זאל מאכן מיט מיר עפעס א פלאן אנצוהויבן צוביסלעך צו באצאלן. איך דארף באמת שטארק די געלט, איך בין אויך געדריקט.


איך בעט אסאך די באשעפער דערפאר, און איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א אויב איר קענט מיר ארויס העלפן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין שולדיג אז אזא מעשה קען פאסירן ביי דיר, איך רעד נישט גענוג פון זיך היטן פון מענטשן; וואלט איך מער גערעדט פון דעם און מער געשריבן פון דעם - וואלסטו נישט פארקויפט געווארן פאר זיינע טרערן, עס וואלט נישט געארבעט ביי דיר.


מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם זייער אסאך, מען זאל קיינעם נישט געטרויען, מען זאל זיך היטן פון פארברעכערס וואס מאכן זיך ווי א רחמנות און אזוי טוען זיי בא'גנב'ענען אומשולדיגע מענטשן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן קיינעם נישט דערציילן וויפיל געלט מיר האבן, מיר זאלן זיך קיינמאל נישט אויפטון פאר משפחה אדער קרובים מיט וויפיל אייגנס מען האט. אז מען פרעגט דיר: "וויפיל האסטו? וויפיל מאכסטו?" זאל מען אלץ ענטפערן: "געלויבט דעם אייבערשטן, מיר האבן צו דעקן דעם חודש" - ענטפערן פארעווע, נישט מען זאל דיר אנקוקן ווי א רחמנות און נישט מען זאל זוכן ארויסצו'גנב'ענען די געלט, און ווען איינער וויל בארגן געלט זאל מען טראכטן וויפיל געלט מען וואלט יענעם געגעבן פאר צדקה, אזויפיל קען מען יענעם פארבארגן.


מיין נישט אז יעדער וואס זאגט ער איז א חלק פון "היכל הקודש" - איז עס טאקע אזוי; ער דריידט זיך ניטאמאל דא, ער פארקויפט פאר די גאס אז דא איז זיין פלאץ, אבער באמת איז ער נישט דא, ער האט מורא צו קומען דא. אין אנהויב האט ער זיך דא געדריידט, אבער ווען ער האט געזען אז דא איז א פלאץ וואס מען דארף פאלגן האט ער אויפגעהערט צו קומען.


איך פרוביר צו טון מוהרא"ש'ס שליחות בנאמנות, מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל אכטונג געבן עס זאלן זיך נישט דרייען קיין מופקרים ביי אונז, איך פרוביר מיט וואס איך קען דאס צו מקיים זיין.


איין עצה האב איך פאר דיר: בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר באצאלן, און דו רוף אים יעדן טאג, שיק אים יעדן טאג א מעסידזש ער זאל דיר באצאלן, און איך זאג דיר שוין ווי אזוי עס גייט זיין; ער גייט שרייען אויף דיר, ער גייט פרובירן דו זאלסט זיך אויפרעגן אויף אים כדי ער זאל ווערן א רחמנות, אז דו זאלסט זיך שפירן שולדיג און אים מוותר זיין דעם חוב; זאלסטו זיך האלטן שטארק און נישט ווערן פארלוירן, שריי נישט אויף אים, נאר בעט אים כסדר, און בעט דעם אייבערשטן - וועסטו צוריק באקומען דיין געלט.


און אויף ווייטער זאל דאס זיין פאר דיר א לימוד מער נישט צו געטרויען קיין מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - ווי אזוי איז מען מצליח צו מאכן שמחות אן הארץ ווייטאג און חובות?
חובות, יבנאל, חתונה, אידיש געלט, שמחות, מלכות הרשעה, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


איך זע אן אינטערעסאנטע זאך; אזויפיל עסקנים פרובירן צו העלפן אידישע קינדער צו קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אז מ'זאל נישט דארפן אריינפאלן אין שווערע חובות ביים חתונה מאכן א קינד, מ'פרובירט אזויפיל סארט עצות און תקנות, אבער עס ארבעט זיך נישט אויס אינגאנצן ווי עס דארף צו זיין. נישט לאנג צוריק האבן יחידים זיך געוואלט אליין שטעלן אויף די פיס און אנהויבן מאכן שמחות מיט א גראדן שכל, ס'האט זיך אבער אויך נישט אויסגעארבעט, מענטשן האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו. איך זע אבער אז דער ראש ישיבה שליט"א איז יא מצליח אין זיין קהלה אראפצוברענגען דעם הויכן סטאנדארט, איר האט יא הצלחה מיט אייערע תקנות, די מחותנים זוכן נישט אויסצושפילן דעם סיסטעם, איר גייט אן מיט א שטארקייט, איז מיין שאלה ווי אזוי מאכט מען דאס? וואס איז דער סוד פון הצלחה אונטער דעם? איז דא אן האפענונג אז אנדערע וועלן דאס אויך קענען נאכמאכן נאכ'ן דורכפאלן אזוי סאך מאל? איך טראכט פשוט ווי אזוי איך וועל זיך קענען ספראווען ביי די חתונות פון מיינע קינדער, איך ציטער פון די חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט אנגערירט א פארווייטאגטע נושא; ווען עס קומט צו רעדן פון אויסגעבן געלט פאר שמחות איז דאס זייער ווייטאגליך.


אויסגעבן געלט פאר שמחות איז א זאך וואס גייט נישט אריין אין קאפ, דער שכל פארנעמט דאס נישט, עס איז א הימל געשריי וואס גייט פאר היינטיגע טעג; די גרויסע הוצאות וואס עלטערן גייען אריבער ווען מען מאכט א שמחה, גלייך אין אנהייב ווען מען מאכט א שידוך, נאך פאר וואס, ווען, ווי - איז מען שוין א בעל חוב פון שווערע טויזנטער דאלער השם ישמרינו.


מחותנים גייען צוגרינד, מחותנים ווערן שווערע בעלי חובות; אנשטאט זיך פרייען מיט זייער שמחה - גייען זיי ארום פאר'דאגה'ט וואו זיי קענען שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט צו קענען אונטער פירן דעם קינד אונטער די חופה שטאנגען, זיי ווערן קראנק השם ישמרינו, די הארץ פון פלייש און בלוט קען דאס נישט פארנעמען, עס הערט אויף קלאפן; מען הערט ליידער אזויפיל מעשיות ווי מחותנים לייגן זיך צוזאמען בעת שמחתם השם ישמרינו.


אויך איז דאס גורם אז מען זאל נישט טון שידוכים מיט די קינדער; עלטערן זענען מפקיר די טעכטער, מען שיקט זיי אין אן אפיס ארבעטן זיי זאלן אהיים ברענגען געלט פאר טייערע שמחות, פאר דמיונות און כבוד המדומה; ענדערש ווארטן און נישט טון שידוכים כדי צו קענען חתונה מאכן ווי א רייכער מענטש, ווי איידער צו טון וואס איז גוט פאר די קינדער, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דאס וואס מיר טוען אין די לעצטע יארן, מיר מאכן חתונה אונזערע קינדער בחנם, עס קאסט נישט קיין געלט פון אנהייב שידוך ביז נאך די חתונה, הכל בכל מכל כל קומט אויס זיבן אכט טויזנט דאלער; דאס איז נישט קיין נייע זאך, דאס האט מוהרא"ש איינגעפירט מיט צענדליגער יארן צוריק אין יבנאל - די ברסלב'ער שטאט אין ארץ ישראל, מען זאל קענען חתונה מאכן בחנם. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, אוועק געגעבן זיין לעבן פאר דעם, ער איז קראנק געווארן פאר דעם; ער האט געבויט א זאל אונטער דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל פאר אנשי שלומינו זיי זאלן קענען חתונה מאכן אומזיסט. עס איז אויסגעשטעלט אז מען בעט נישט קיין געלט פאר'ן זאל; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך משפחות פון אנשי שלומינו, די נאנטע און באקאנטע ברענגען די עסן, יעדער עפעס אנדערש; איינער א קוגל, א צווייטער אביסל רייז, א דריטער אביסל לאקשן מיט מזונות, עס איז גענצליך בחנם, צענדליגער אנשי שלומינו האבן חתונה געמאכט דארט בחנם, לאנגע יארן האבן אנשי שלומינו געקענט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות, אן קיין דאגות, אן גארנישט; מען דארף נישט בארגן, מען דארף נישט זארגן, מען טוט זיך אן די שטריימל און בעקיטשע, און מען גייט פרייליכערהייט צו די שמחה.


ביז עס איז געקומען דער רב וואס איז געשטעלט מטעם מדינת ישראל אין יבנאל, ער האט אנגעהויבן מסר'ן אנשי שלומינו - דעמאלט האט זיך אלעס אפגעשטעלט, דער רב האט געשטערט יעדע הייליגע זאך; וואס מוהרא"ש האט געטון - האט ער חרוב געמאכט, נישט געווען א זאך אין יבנאל וואס ער האט נישט געשטערט; ער איז א געלט רב, די מדינה שטעלט רב'לעך אין אלע דערפער אין שטעט וואס זיי זענען אונטער געקויפט פאר די מדינה הציונות אויסצורייסן די תורה און מצוות פון אידישע קינדער; פון דעמאלט האט מען אויפגעהערט מאכן שמחות אין יבנאל, לעצטנס הייבט מען צוריק אן צו מאכן שמחות בחנם.


ווען אנשי שלומינו אין אמעריקע האבן זיך דערזען מיט זין און טעכטער אין די יארן פון שידוכים, מען האט געזען וואס ווארט אונז אפ, מען האט געשפירט אז אט אט גייען מיר גיין צו די שחיטה, מיר גייען אנהייבן מיט חתונות, מיר גייען דאס נישט קענען נעמען; האבן מיר מחליט געווען אז מיר גייען טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, מיר האבן נאכגעמאכט וואס מוהרא"ש האט מתקן געווען אין יבנאל און מיר מאכן חתונות אין ישיבה גענצליך בחנם.


אלע וואס באטייליגן זיך ביי די שמחות אין ישיבה זאגן בפה מלא: "וואס פעלט פאר די שמחה? פארוואס מאכט דאס נישט מיין רב? פארוואס טוט דאס נישט מיין קהילה? פארוואס זאלן מיר זיך נישט פרייען ביי אונזער קינדער'ס שמחות?" דאס איז א קשיא וואס אלע פרעגן און דאס איז טאקע א גרויסער קשיא, פארוואס זאלן מענטשן ליידן אזויפיל פלאג ווען מען מאכט שמחות?!


אפילו עלטערן וואס האבן יא געלט מעגן אויך נישט טון וואס מען וויל; מיר זענען אידן, מיר האבן א תורה וואס זאגט אונז וואס צו טון. אז מען האט געלט איז מען נאכנישט בארעכטיגט צו פארשוועמען די געלט פאר אביסל כבוד, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און טון מיט דעם צדקה, ענדערש זאל מען נעמען די אוועקגעלייגטע געלט און דאס געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, זיי זאלן נישט דארפן א טאג נאך זייער חתונה אריינפאלן אין די געיעג פון דעקן זייער דירה וכו'.


וואויל איז די וואס האבן ישוב הדעת, זיי מאכן זיך נישט נאריש מיט טייערע שמחות, זיי גייען צו די שמחה מיט גדלות המוחין; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, זיי לעבן פאר'ן אייבערשטן; וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - ווי אזוי היט מען זיך פון טערעפיסטן וואס מאכן נאר ערגער?
שלום בית, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין שוין א לאנגע צייט א צוהערער פון די שיעורים, בעיקר די קורצע שיעורים "חיזוק יומי", און איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז שטארק מעורר איבער די ענין פון טערעפיסטן, דערפאר וויל איך שרייבן מיין ערפארונג אין דעם ענין.


איך האב חתונה געהאט פאר צוואנציג יאר צוריק, און קומענדיג פון א שווערע שטוב, וואו מען האט מיר כסדר אראפגעקלאפט, נישט פאר שלעכטיגקייט, נאר מיינע עלטערן האבן זיך אליין אויך געמוטשעט מיט זייערע פראבלעמען, בין איך געווען ממש גייסטיש קראנק פון דעם, און איך האב געהאט שווערע פערסאנאלעטי פראבלעמען, וואס מיין משפחה האט מיר געמאכט גלייבן אז עס איז מיין מאן וואס איז שולדיג אין דעם, און אז ער באהאנדלט מיר נישט ריכטיג און בדרך כבוד. און זיי האבן מיר געשטופט און ממש געצווינגען צו גיין פאר טערעפי, מכלומר'שט צו פאררעכטן מיין מאן, און אים שטעלן אין פלאץ, און אז איך זאל וויסן ווי אזוי 'אראפצושטעלן א פיס', א זאץ וואס איך האב געהערט פון מיין פאמיליע כאטשיג צען טויזנט מאל, און זיך נישט לאזן פון אים.


האלטנדיג יעצט צוואנציג יאר שפעטער, בין איך שוין געווען ביי ארום 25 טערעפיסטן עסקנים און רבנים, און אויסגעגעבן ארום 240,000$ דאלער, און געהאלפן האבן אלע פארשטייט זיך א גרויסע גארנישט!


נאך א נסיון וואס דער באשעפער האט אונז לעצטענס געשיקט מיט א קינד, האב איך ב"ה געטראפן דעם ריכטיגן וועג, מיט דער הילף פון א חשובע אמת'ע ערליכע פרוי, און אויך זיך צוהערנדיג צום ראש ישיבה'ס שיעורים, און זיינע עצות פון תפלה, טייכן הייסע תפלות, האבן מיינע אויגן ענדליך אויפגעלאכטן, איך האב איינגעזען אז דער פראבלעם איז באמת 'איך', און די שווערע יארן אלס קינד האט מיר געשעדיגט, איך האב אנגעהויבן זען ווי מיין מאן האט אזוי שטארק פרובירט אלע יארן צו זיין גוט צו מיר, אבער איך האב אים נישט געלאזט, איך האב אים נאר אראפגעקלאפט די גאנצע צייט, ווייל דאס איז געווען דער געדאנק ווי אזוי מיין משפחה האט עס אראפגעשטעלט פאר מיר, אז מיין מאן איז דער שולדיגער, און איך בין נאר געווען ביזי 'אים' צו פאררעכטן.


ליידער ווייס איך היינט דער פאקט וויפיל צער איך האב גורם געווען צו מיין מאן די אלע יארן, און אויך דער צער וואס איך האב געהאט אלע יארן אין רעזולטאט. אבער נישט איבער דעם וויל איך שרייבן, נאר איבער די צוואנציג יאר טערעפי וואס מיר זענען אדורך, און גענוי אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט ביי די דרשות, בין איך געווען ביי עטליכע טערעפיסטן אלטע מיידלעך פון 50 יאר אלט [... און ...], און איך האב עכט געגלייבט אז זיי גייען פאררעכטן מיין שלום בית און מיר אויסלערנען חינוך פאר די קינדער. מיין מאן פלעגט וויינען אז ער וויל נישט גיין אבער מיין משפחה האט מיר געדריקט צום וואנט אז איך זאל אים צווינגען צו קומען.


איין אלטע מיידל פון 40 יאר [...] האט מיר אפילו געראטן זיך אפצוטיילן פון מיין מאן פאר עטליכע חדשים כדי אים צו צוברעכן. אזוי זענען מיר אויך געווען ביי עטליכע טערעפיסטן גרושות און גרושים [צווישן זיי ..., און נאך]. איך שרייב ארויס די נעמען פון די טערעפיסטן כדי איבערצוצייגן אז איך זאג דעם אמת, און אז דער ראש ישיבה איז גערעכט.


היינט ווען איך קוק צוריק, זע איך וואספארא צדיק מיין מאן איז געווען, ווי שטארק ער האט נעבעך געליטן פון מיר, און ווי געטריי ער האט פרובירט צו זיין צו מיר אלע יארן, און איך האב אים ממש נישט געלאזט. ער איז אזא צדיק אז ער האט נישט היינט קיין טראפ טענות צו מיר, וויסנדיג אז איך בין געווען א צוקלאפטע קינד, געשטופט דורך מיין משפחה דאס צו טון צו אים.


אבער נאכמער קוק איך צוריק מיט ווייטאג איבער די נקודה פונעם ראש ישיבה, אז די אלע אויסגערעכנטע נעמען פון די טערעפיסטן זענען די סאמע סוקסעספולסטע טערעפיסטן ביי אונזער היימישע עולם, הונדערטער און טויזנטער היימישע קאפעלס גייען צו זיי, און ווען איך האב זיך נאכגעפרעגט האט מען מיר געגעבן די בעסטע אינפארמאציע אויף זיי, אפילו די באקאנטע ארגאניזאציע ... האט מיר געזאגט אז זיי זענען די בעסטע אין דעם פעלד, און איך זאל גיין צו זיי.


היינט, ווען איך בין שוין ברוך ה' געזונט, קוק איך צוריק און איך שטוין, ווי אזוי האב איך אפילו געמיינט אז אזעלכע מענטשן, וואס זענען די גרעסטע דורכפאל אין זייער אייגענע לעבן, זיי האבן קיינמאל נישט געקענט חתונה האבן, אדער האבן זיי זיך געג'ט, מענטשן מיט פארוויקלטע שווערע פערסאנאלעטיס, וועלן מיר קענען העלפן פאררעכטן מיין שטוב?! העלפן מיט די ריכטיגע וועג פון חינוך הבנים?! ווען זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין קינד? זיי ווייסן אפילו נישט וואס מיינט האבן א אייגן קינד.


און איך ווייס אז איך בין נישט די איינציגסטע, נאר הונדערטער אנדערע גייען צו זיי פאר הילף, צי זענען מיר טאקע דער עם חכם ונבון? ווי אזוי לאזן די רבנים צו מען זאל גיין צו אזעלכע מענטשן פאר טערעפי?! שוין אפגערעדט פונעם פאקט אז יעדער לייסענסד טערעפיסט (אויב מען איז נישט לייסענסד טאר מען ח"ו נישט גיין צו זיי), האט זיך געלערנט יארן אין א גוי'אישע סקול, אויף גוים און א גוי'אישע לעבנסשטייגער, ווי אזוי קענען זיי קומען און נוצן זייערע לערנונגען אויף אונזער היימישע עולם? אויף אונזערע הייליגע קינדער?


אבער אויב זיי וואלטן געקענט העלפן למעשה איינעם ארויסקריכן פון זייערע פראבלעמען, וואלט איך געווען שטיל, נאך אלעם קען מען טענה'ן אז חכמה בגוים תאמין, די תורה זאגט ורפא ירפא אז מען דארף גיין צו א דאקטאר זיך היילן; פאקטיש אבער האט קיין איין טערעפיסט, אפילו די אזוי גערופענע פארהייראטע מיט נארמאלע שטיבער, צו וועם מיר זענען געגאנגען דורכאויס די יארן, ממש גארנישט גארנישט געקענט העלפן, איך געדענק נישט אפילו איין קליינע טראפ הילף וואס איך האב באקומען פון זיי די אלע יארן, אויסער צו אראפשטעלן גרעניצן קעגן מיין מאן, קעגן מיינע קינדער, און מיר אויפגעהעצט קעגן מיין מאן און קינדער, זיך נישט צו לאזן פון זיי, וואס דאס האט נאר געשטערט מיין שטוב ברוחניות וגשמיות.


א שאד אז מ'קען נישט צוריק בעטן קיין געלט פון די טערעפיסטן, אז אויב זיי קענען נישט העלפן באקומט מען צוריק דאס געלט, וואלט איך כאטש געקענט אראפלייגן געלט צו קויפן אן אייגענע דירה. יעדע אנדערע דאקטאר וואס האט ווען אזעלכע שלעכטע רעזולטאטן וואלט מען גערופן אין געריכט און ער וואלט ארויס פון ביזנעס.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה זאל ווייטער רעדן און האקן, אפילו איך שטעל זיך פאר אז דער ראש ישיבה ליידט פאר זיינע רייד, אבער ער איז מציל אזויפיל אידן פון צער.


ווי אויך וויל איך בעטן מיינע טייערע שוועסטער, אידישע מאמעס, הערט אייך צו צו די ווערטער פון ראש ישיבה, נישט בלויז איז עס די תורה'דיגע וועג, נאר די פראקטישע און אמת'ע וועג, איך בין עס דורך און איך קען אייך דאס איבערצייגן. אויב אייערע עלטערן אדער געשוויסטער העצן אייך קעגן אייער מאן, זייט וויסן אז זיי זענען דער יצר הרע אליינס, וואס האט אזויפיל וועגן ווי אזוי ער קומט צו צום מענטש. און יא, צומאל ליידער אויך אין לבוש פון געשוויסטער וואס האבן כלומר'שט רחמנות אויף דיר און ווילן דיר העלפן.


איך האף אז די פירסום פונעם בריוו וועט העלפן אנדערע אידן, און עס זאל זיין א זכות פאר מיין נשמה, און א תיקון אויפן אומבאשרייבליכן צער וואס איך האב גורם געווען פאר מיין מאן אזויפיל יארן.


איר קענט מפרסם זיין דעם בריוו, אבער ביטע ארויסנעמען אלע נעמען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ו תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות ט, ח): "אִי אֶפְשַׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָׁה, וְאִי אֶפְשַׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ, אִי אֶפְשַׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה", א מאן קען נישט זיין אן א ווייב, און א פרוי קען נישט זיין אן דעם מאן, און ביידע פון זיי - קענען נישט זיין אן דעם אייבערשטן.


מען קען נישט זאגן אנדערש פון די תורה, די תורה איז חכמתו יתברך, וואס די הייליגע חכמים זאגן – זאגט דער אייבערשטער; ווער עס זאגט אנדערש – איז א פארפירער. די אלע וואס העצן אויף די פרוי קעגן די מאן, אדער פארקערט - די זענען פארפירערס. אך און וויי פאר ווער עס פאלט אריין ביי זיי אין די הענט ה' ירחם, די אלע וואס רעדן איין די ווייב זי זאל נישט היטן די הלכות וכו', אזוי וועט זיך דער מאן צעברעכן וכו' – די האבן נישט קיין תשובה.


מוהרא"ש זאגט, ווען משיח וועט קומען וועט מען זיי הענגען, והוקע אותם, אין אלע גאסן וועלן הענגען די וואס טיילן אפ מענער פון די ווייבער און ווייבער פון די מענער, ווייל זיי פארטרייבן די שכינה הקדושה; די שכינה רוט נאר וואו עס איז דא מאן און ווייב, און זיי זענען גורם אז מען פאלט נאכדעם אראפ אין ביטערע עבירות וואס ברענגען אלע צרות.


עס איז א גרויסע סכנה צו גיין צו טערעפי, אפגערעדט אז עס איז א שאד די געלט, א שאד די צייט; זיי קענען קיינעם נישט העלפן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סא): "יֵשׁ מַנְהִיגִים שֶׁנִּקְרָאִים בְּשֵׁם רַבִּי, וְלֹא דַּי שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִילּוּ לְהַנְהִיג אֶת עַצְמָן, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים לְהַנְהִיג אֶת אֲחֵרִים", עס זענען דא פירער'ס וואס רופן זיך רבי'ס, זיי קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי אזוי קענען זיי העלפן אנדערע? אלע פון זיי זענען קרויסע קלעצער, פוילע מענטשן, בפרט די פרויען טערעפיסטן וואס האבן משפחות, אנשטאט זיין א מאמע פאר די קינדער, א ווייב פאר'ן מאן, פירן א אידישע שטוב – אנטלויפן זיי פון זייער ארבעט פון דערביטערטקייט; היות עס פאסט דאך נישט, וואס וועט מען זאגן אויף איר? זי קאכט נישט, זי רוימט נישט, זי טוט גארנישט; שטעלט זי זיך אהער ווי א 'חכמת', און צעבראכענע נשמות פאלן קרבנות פאר זיי. אויסער דעם וואס זיי קענען נישט העלפן, איז דאס א סכנה, זיי העצן אויף איינעם אויפ'ן צווייטן, רחמנא לצלן.


פרויען האבן אין זיך א שטארקע מעלה, מער פון מענער; פרויען זענען שטערקער אין אמונה, זיי גלייבן שטערקער; דארפן זיי דאס נוצן בקדושה, גלייבן אין באשעפער, גלייבן אין די תורה און אין צדיקים, נישט ווערן פארקויפט פון נארישע זאכן.


ווען מענטשן וואלטן געוויסט פון רבינ'ס עצה, פון התבודדות ותפלה, מען וואלט דאס געטון טאג און נאכט; אנשטאט רעדן צו טשאדעלע באדעלע וואלט מען גערעדט צום אייבערשטן, אנשטאט רעדן צו א בשר ודם וואלט מען אלעס דערציילט דעם אייבערשטן – דאס ווערט אנגערופן אין רבינ'ס ספרים "התבודדות ותפלה", א מענטש זאל גיין אין א שטילע פלאץ, א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט און רעדן צום אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, אלעס דערציילן, אלע שוועריקייטן, אלע שווערע מידות, שווערע נאטורן. - דאס טוישט די גאנצע לעבן, מען ווערט אמת'דיג מיט זיך אליין.


התבודדות עפנט אויף דעם אמת'ן מענטש, מען הייבט אן זיך קענען, מען הייבט אן זען פאר זיך בערג עבירות, זאכן וואס מען האט קיינמאל פארדעם נישט געוויסט. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגות אדם, סימן א) מען זאל זיך מתבודד זיין און וויינען צום אייבערשטן אויף אלע מעשים וואס מען דארף פאררעכטן, "וְאָז יִרְאֶה בְּעַצְמוֹ שֶׁעָמְדוּ עֲוֹנוֹתָיו נֶגֶד עֵינָיו, וְיִזְכֹּר אֶת חֲטֹּאתָיו וַעֲווֹנוֹתָיו וּפְשָׁעָיו כֶּהָרִים וּגְבָעוֹת", דעמאלט וועט מען זען די עבירות וואס גרייכט אזויפיל ווי ריזיגע בערג, "אֲשֶׁר מֵעוֹלָם לֹא זָכַר אוֹתָם אִם עָשָׂה כָּכָה". וואס פאר'ן זיך מתבודד זיין האט ער בכלל נישט געוואוסט אז ער דארף תשובה טון אויף דעם, "כָּכָה יַעֲשֶׂה לֹא פַּעַם וְלֹא שְׁתַּיִם וְלֹא מֵאָה פְּעָמִים, עַד אֲשֶׁר יְרַחֲמוּ עָלָיו מִן הַשָׁמַיִם", אזוי זאל ער טון נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נישט הונדערט מאל; ער זאל זיך אזוי פירן ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, "וְיִתְפַּלֵּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיַּדְרִיכֵהוּ בַּדֶּרֶךְ וְיוֹרֵהוּ דַּרְכּוֹ שֶׁלֹא יְבַלֶּה חַיֵּי חַיָּיו", ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ער זאל נישט פארברענגען זיינע יארן און טעג מיט נארישקייטן, ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן ער וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אנשטאט באשולדיגן דעם מאן, די עלטערן, דעם און יענעם וכו' וכו', - הייבט מען אן זען אז מען דארף זיך אליינס פאררעכטן, 'קיינער איז נישט שולדיג אין מיין לעבן, איך אליין קען זיך מאכן די לעבן גוט אדער שווער', אזוי ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה ג' מחגר) ווען דער גזלן, דער רוצח האט געטראטן אויף די שטויב פון די צדיקים, ער האט אנגעהויבן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, האט ער גלייך אנגעהויבן וויינען און שרייען: "גיוואלד, וואס האב איך געטון די אלע יארן? איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב גע'הרג'עט מענטשן, בא'גנב'עט מענטשן"; דאס קומט ארויס ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, אנשטאט באשולדיגן די עלטערן, דעם מאן, אדער דער מאן באשולדיגט די ווייב – הייבט מען אן תשובה טון, מען פאררעכט זיך. אנדערש איז ווען מען טרעט אויף די שטויב פון די משוגעים, מען קומט אן צו טערעפי; דעמאלט האבן זיי אנגעהויבן באשולדיגן איינער דעם צווייטן: "וועגן דיר האבן איך גע'הרג'עט, דו ביסט שולדיג", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'עט איינער דעם צווייטן; דאס פאסירט מיט דער וואס טרעט אויף די שטויב, ווער עס קומט אן ביי זיי, ער טרעט נאר אריין ביי זיי.


עס האט אייך געקאסט א פערטל מיליאן דאלער די גניבה; אנדערע צאלן נאך מער, מען איז איינגערעדט אין די זאך א גאנץ לעבן. ביים רבי'ן קאסט נישט די זאכן קיין געלט, מען קען רעדן מיט'ן אייבערשטן אן קיין ענדע, אומזיסט, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער נוצט אויס די טעג און יארן מיט דביקות בה' יתברך און איז זוכה צו שפירן די זיסע טעם פון גן עדן, להתענג על השם.


דער אייבערשטער זאל אננעמען אייער תשובה.


 

#4 - וואס טוט איך אז מיין מאן וויל מיר נישט געבן קיין געלט?
שלום בית, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז איך בעט געלט פון מיין מאן און ער געבט מיר נישט? איך בעט אים שיינערהייט און ער זאגט מיר אז ער האט נישט, איך זע אבער אז פאר זיינע זאכן האט ער יא געלט, נאר ווען איך בעט אים האט ער נישט פאר מיר, דאס מאכט מיר זייער צעבראכן. וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייטס נישט ברוגז אויף אייער מאן נרו יאיר; איר מיינט אז ער וויל אייך נישט געבן געלט? איר מיינט אז אים טוט נישט וויי ווען איר בעט אים געלט און ער האט אייך נישט צו געבן? ער וויל אייך געבן זיין גאנצע געלט, וואס זאל ער טון אז ער האט נישט? וואס זאל ער טון אז זיין פרנסה איז בצימצום.


אז איר דארפט געלט און אייער מאן האט אייך נישט צו געבן זאלט איר נישט זיין ברוגז אויף אים, אדער זיין ברוגז אויף זיך וכו'; דאס וועט נישט העלפן ער זאל אייך געבן געלט, איין עצה איז דא, זייטס פרייליך, דאנקטס דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן, דאנקטס דעם אייבערשטן אז איר האט א שטוב, דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט און שטארק און אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק.


איר מיינט אז אייער מאן איז א עי טי עם מאשין (כספומט)? ער ארבעט ביטער שווער צו קענען ברענגען געלט; אז ער האט נישט זאלט איר אים פרייליך מאכן, איר זאלט אים מוטיגן - דאס וועט ברענגען שפע.


וויסן זאלט איר אז שלום איז די כלי פאר שפע; א פרוי מיט שכל, א פרוי מיט חכמה - וועט אלעס טון עס זאל זיין שלום אין שטוב, זי וועט מאכן א כלי צו קענען מקבל זיין די שפע פונעם אייבערשטן.


זייטס זיך מקבל צו בענטשן ברכת המזון אין א בענטשער פון אינעווייניג, דאס איז מסוגל פאר עשירות. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מחזק זיין מיר זאלן בענטשען אין א בענטשער, דורכדעם וועלן מיר זיין גרויסע עשירים.


אויך זאלט איר אכטונג געבן אז די שטוב זאל זיין ריין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיא:) אז דער מלאך וואס מאכט ארעם וואוינט צווישן שמוץ, אין א שטוב וואס איז נישט ריין קומט די קליפה און ברענגט עניות.


די געלט קומט בזכות אייך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה"; זייטס פרייליך און מאכטס פרייליך אייער מאן - וועט איר זוכה זיין צו עשירות.


 דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאל איך זיך עקש'נען נישט צו באקומען טייערע צירונגען?
חתונה, אידיש געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים, חיזוק און עצות, וואס העלפט מיר כסדר אין מיין לעבן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען א כלה צו ווערן מיט א הערליכע שידוך אזוי ווי איך האב אלץ מתפלל געווען, און אויך איז ער ברוך ה' א תלמיד פון די הייליגע ישיבה, און איך דאנק דעם אייבערשטן דערפאר.


מיין שאלה איז אז דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך וועגן ביליגע מתנות, און ברוך ה' איך דארף טאקע נישט די גאלדענע צירונגען, וואס זאל איך אבער טון אז מיין מאמע וויל יא איך זאל האבן אזוי ווי אלע כלות? איז מיין שאלה צי איך זאל זיך עקשנ'ען אויף ביליג אדער בעסער לאזן אזוי און ביידע מחותנים זאלן דארפן באצאלן טייער.


אויך האב איך געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב עס איז מעגליך איך זאל האבן די זכיה דער ראש ישיבה שליט"א זאל קומען צו מיין חתונה.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח אויף אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב צו דיין שידוך! דו האסט זוכה געווען צו באקומען זייער א וואוילער חתן, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן מיט דיין חתן ... נרו יאיר א אידישע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע אויסגעבן געלט פאר מתנות וכדומה; דו קענסט זאגן שיינערהייט פאר דיינע עלטערן אז דו וועסט זיין פרייליך ביז גאר אפילו מיט פשוט'ע מתנות אן אויסגעבן געלט, און אז זיי ווילן נאך אלץ קויפן טייערע זאכן ווייל "אזוי טוט יעדער", זאלסטו זיי דאנקען און שעצן, נישט חס ושלום אוועק מאכן.


איך וויל אויך זייער שטארק קומען צו אייער חתונה; איך בין אבער נישט תלוי אין מיר אליינס, ממילא קען איך נישט זאגן יעצט וואס וועט זיין, דער תם פלעגט זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך".


דער עיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, וועט דער אייבערשטער טון מיט דיר נאך חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - וואס איז די יושר נישט צו געבן פאר א כלה טייערע צירונגען?
חתונה, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אייערע שיעורים, און איך מיט מיין גאנצע משפחה שעפן אסאך חיזוק און אמונה פון די שיעורים.


ביז עס איז אבער אנגעקומען די שמועס איבער די צירונגען פאר א כלה, דאס קען איך שוין נישט פארשטיין, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך האב געהערט אז איר האט געקויפט א זייגער פאר אייער כלה פאר בלויז 195$, ס'איז טאקע א שיינע זאך צו שפארן געלט, אבער כ'האב מורא אז מענטשן וועלן דאס אויסנוצן אויף נישט א ריכטיגן אופן.


איך פארשטיי נישט; א מיידל האט א געשמאקע לעבן, און זי גייט און זי איז זיך משעבד צו א מאן, זי נעמט זיך אונטער צו האדעווען קינדער, זי איז מוותר אויף איר שלאף, אויף איר האר, אויף אירע כוחות, און אויף אלעס, און זי האט חתונה מיט א בחור וואס איז א גרויסער ספק אויב ער וועט איר טאקע מכבד זיין, רוב היינטיגע חתנים זענען נישט אזעלכע זיסע צוקערדיגע מענער, און רוב חתנים שטייען נידריגער אין יראת שמים ווי די כלות.


איז דא כאטש איין זאך מיט וואס די כלה קען זיך טרייסטן, כאטש איין זאך מיט וואס זי ווערט באצאלט, דאס איז מיט די טייערע צירונגען, מיט דעם קען זי זיין אביסל פרייליך; און יעצט גייט מען און מען נעמט דאס אויך צו פון איר?! סתם חתונה האבן אומזיסט, נישט באקומען רעספעקט פונעם מאן, און זיין א שפחה בחנם?!


און בכלל איז דאס נישט גלייך אויף גלייך, אפשר זאל די מאמע אליין אויפנייען די בעקיטשעס און קליידער פאר'ן חתן, אזוי וועט עס אויך אויסקומען צו בלויז 159$? אפשר זאל דער חתן קויפן די ביליגע קאפל-שטריימל? אין די תורה זעט מען פארקערט, מ'זעט אז אליעזר האט געגעבן צירונגען פאר רבקה, אבער רבקה האט נישט געגעבן מלבושים פאר'ן חתן.


ביי אסאך מוסדות רעדט מען צו די מיידלעך אז זיי זאלן מוותר זיין אויף די טייערע צירונגען, און איך מיין אז דאס איז נישט ריכטיג. ס'איז טאקע א שיינע זאך חתונה צו מאכן אן חובות, אבער ס'איז נישט קיין חכמה צו צעקוועטשן די וואוילע פרויען בלויז ווייל ס'איז יעצט אין סטייל צו שפארן געלט ביי חתונות.


איך האף איר וועט מיר דאס קענען ענטפערן, און מזל טוב צו די שמחה, מיט אסאך נחת דקדושה.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אז מיין זון - בני בכורי נרו יאיר איז א חתן געווארן למזל טוב מיט א מיידל א תלמידה פון בית פיגא ברסלב.


אסאך יארן האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן איך זאל טרעפן שידוכים פאר מיינע קינדער יונגערהייט כדי זיי זאלן גיין צו די חופה בקדושה ובטהרה, אויך האב איך געבעטן דעם אייבערשטן זייער אסאך איך זאל טרעפן א כלה וואס איז מקורב צום רבי'ן, א כלה וואס קומט פון א שטוב וואו דער רבי איז חשוב און געעהערט; א כלה וואס ווייסט וואס דער לעבן איז און וואס וויל חתונה האבן נישט פאר די פאר שעה פון די חתונה נאכט, נאר וואס וויל אויפשטעלן א ערליכע שטוב, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן דינען דעם אייבערשטן.


דאס וואס איר פרעגט: "היתכן מען זאגט מען זאל געבן פאר די כלה נישט עכטע צירונגען וכו'"; איר דארפט פארשטיין אז די מענטשן וואס מאכן חתונה - רוב פון זיי האבן נישט קיין געלט פאר זייער טאג טעגליכער לעבן, כל שכן ווען עס קומט אונטער א שמחה, א צייט וואס מען דארף זיך פרייען, קענען זיי זיך אבער נישט באמת פרייען ווייל זיי דארפן שאפן געלט; ביז מען שאפט פון וואו צו בארגן איז א שווערע זאך און באצאלן די חובות איז נאך שווערער, ווייל אין די צייט וואס מען הייבט אן באצאלן קומט אונטער נאך א קינד חתונה צו מאכן און אזוי ווייטער. פון דעם געשעהט אז מענטש האלטן זיך אפ פון טון שידוכים מיט זייערע קינדער אין צייט, מען ווערט צעבראכן ביז מען ווערט נישט געזונט רחמנא לצלן.


ביי אונז אין די קהילה זענען פארהאן אינגעלייט וואס מאכן חתונה, זיי האלטן ביי זייערע ערשטע קינדער און זיי דערטרינקען זיך שוין אין חובות פון שווערע צענדליגער טויזנטער דאללער.


דערפאר האב איך געוויזן פאר מיינע תלמידים ווי גליקליך מען קען זיין מיט צירונגען וואס קאסט ביליג; ברוך ה' אז  אין היכל הקודש ביים רבי'ן איז שלום בית א יסוד היסודות, איך וואונטש פאר אלע אידישע פרויען זאלן האבן אזא שלום בית ווי ביי תלמידי היכל הקודש, און אז מען געבט פשוט'ע צירונגען לויט וויפיל מען פארמאגט וועלן די פרויען נישט ווערן פון דעם צעדרוקט, דער רבי האט אונז זייער מחזק געווען מיר זאלן מכבד זיין די ווייבער.


קיינער זאגט נישט אז מען זאל נישט געבן קיין מתנות פאר די כלה און קיינער זאגט נישט מען זאל נישט געבן צירונגען, אבער מען קען נישט געבן קיין טייערע צירונגען ווען מען האט נישט קיין געלט; מאכט א חשבון, וואס קאסט פאר א מחותן מתנות נאר פאר איין קינד? אנגעהויבן מיט די ברעיסלעט פון זעכצן הונדערט דאלער, נאכדעם די רינגל פון צוויי טויזנט דאלער, די זייגער צוויי טויזנט דאלער, אויערינגלעך צוויי טויזנט דאלער, נאכדעם א פערל קייטל פאר אכט הונדערט דאלער, און נאך א צירונג, האלט מען שוין כמעט ביי צען טויזנט דאלער; פרעג איך אייך, ווען דער מחותן האט די געלט קען מען נאך פארשטיין, אבער אז עס איז נישט דא קיין געלט איז דאך א הימל געשריי אז מען דארף געבן טייערע צירונגען.


זייטס נישט ברוגז אויף די מוסדות וואס לערנען אויס די קינדער זיי זאלן זיין צופרידן מיט א פשוט'ע וועג פון לעבן; געבענטשט זאלן זיין די מוסדות וואס רעדן צו מיידלעך זיי זאלן מסכים זיין צו נעמען א פאלשע שטיין ווען קיינער איז נישט קיין מבין און קיינער ווייסט נישט קיין חילוק פון א עכטע שטיין ביז א פאלשע שטיין, נאר דער וואס ארבעט מיט דיימאנטען וכו'.


אליעזר עבד אברהם האט געגעבן צירונגען לויט די פארמעגן פון אברהם אבינו און חס ושלום א מענטש זאל גיין בארגן געלט און נישט באצאלן צו קויפן טייערע צירונגען; מיר טארן נישט גיין גנב'נען כדאי צו מקיים זיין וואס אליעזר עבד אברהם האט געטון, מיר דארפן קוקן וויפיל מיר פארמאגן.


דאס וואס איר טענה'ט אז א פרוי ווערט נישט געשעצט אין שטוב זאל זי כאטש האבן אירע צירונגען וכו'; איך ווייס נישט אויב דאס איז טאקע אזוי ווי איר זאגט. לויט ווי איך פארשטיי, אויב א פרוי ווערט דערנידערט פון איר מאן און איר מאן וועט אהיים קומען און איר געבן א טייערע מתנה וועט זי צוריק ווארפן די מתנה אין פנים, זי וועט עס נישט וועלן אנטון; איז ממה נפשך פעלט נישט אויס קיין טייערע מתנות, ווייל אויב איז די פרוי די קעניגן אין שטוב, דער מאן רעדט צו איר ווי אן ערליכער איד, ער האט סבלנות און ער ווייסט אירע אומשטענדן און אירע צייטן וכו', אזא פרוי איז א געבענטשע פרוי, זי דארף נישט קיין טייערע צירונגען וואס קומט פון געבארגטע געלט, פון בלוטיגע געלט, זי פריידט זיך מיט איר מאן און קינדער; ווידעראום אויב די פרוי נישט חשוב, דער מאן פירט זיך מיט איר נישט ווי אן ערליכער איד, וועט זי נישט ווערן צופרידן פון טייערע צירונגען.


זייט מיר מוחל, איך האב נישט געמיינט צו מבזה זיין און צעדרוקן וואוילע פרויען; איך רעד זייער אסאך צו מיינע תלמידים זיי זאלן מכבד זיין די ווייבער, איך וויל פשוט אויסלערנען מיינע תלמידים זיי זאלן נישט אריין פאלן אין חובות, זיי זאלן זען אז מען קען חתונה מאכן קינדער אן אויסגעבן געלט אן בארגן געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.