שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען ווען די ווייב קריגט זיך מיט איר משפחה?
שלום בית, מחלוקת, שלום, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואלט געוואלט פרעגן עפעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און איך בין זייער צעמישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון. מיין ווייב איז ב"ה אן אשת חיל און א געטרייע מאמע אבער ביי איר משפחה האט זי זיך אייביג געפילט ארויסגעלאזט און דאס האט צוגעברענגט אז די קאלטקייט וואס איז געווען צו איר איז געווארן נאך קעלטער ביז אז מען רעדט שוין כמעט נישט און אויף שמחות געבט מען זיך א קאלטע מזל טוב.


אירע עלטערן האט זי זיך אבער יא געשטארקט מכבד צו זיין און אנרופן, אבער לעצטנס איז געווען א שמחה אין די משפחה וואס זי האט אויסגעפינען דערפון נאר פון די גאס, דאס האט איר זייער וויי געטון, און זי האט נאך צוריק געהערט אז אירע עלטערן האבן איר נישט געוואלט דערציילן דערוועגן, און דאס טוט איר גאר שטארק וויי, און זי וויל לכבוד דעם אפהאקן אינגאנצן שייכות אויך מיט די עלטערן.


איך פארשטיי זייער גוט איר ווייטאג, מיין שאלה איז נאר וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון אין אזא פאל, איך פרוביר איר מחזק צו זיין און שטארקן, אבער מעג איך איר מחזק זיין צו זיין אפגעהאקט פון די עלטערן? זי בעט מיר אז איך זאל נישט גיין צו די שמחה, ווייל אויב יא וועט דאס איר זייער וויי טון, זאל איך גיין אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרוביר צו זיין אהרן הכהן; ווען דו רעדסט מיט דיין ווייב זאלסטו איר זאגן ווי שטארק מען וויל איר, ווי שיין מען רעדט פון איר, און אזוי ווייטער, און ווען דו רעדסט מיט אירע עלטערן זאלסטו זיי זאגן ווי שטארק זי בענקט צו זיי און ווי שטארק איר ווילט קומען, זיין נאנט - ביז עס וועט ווערן שלום.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) אהרן הכהן האט נאר עוסק געווען אין שלום, ער האט גענומען משפחות וואס זענען צעריסן און צעטיילט און מיט חכמה געמאכט שלום. ער האט געזאגט פאר איינעם: "יענער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון, ער וויל צוריק אנהויבן רעדן מיט דיר, ער האט דיך ליב", און די זעלבע ווערטער האט ער געזאגט פאר'ן צווייטן - ביז ווען די צוויי האבן זיך צאמגעטראפן, זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן צווייטן, זיך ארום גענומען, און עס איז געווארן שלום.


ווען עס איז דא א רייבעריי צווישן דיין ווייב און אירע עלטערן, אדער די ווייב מיט'ן מאן'ס עלטערן - איז די ארבעט פונעם מאן צו זיין א ליגנער, אבי עס זאל ווערן שלום. מען זאגט פאר די ווייב: "מיין מאמע האט דיך זייער ליב", "מיין טאטע האט מיר פינקט געזאגט אז די בעסטע שניר ביסטו", אדער "דיין מאמע איז א קלוגע פרוי", "דיין טאטע איז אזא נארמאלער מענטש"; נאכדעם זאגט מען די עלטערן אויף צוריק, ביז עס ווערט שלום.


גלייב מיר, מיט אביסעלע שכל קען מען זיך אפלעבן דאס לעבן אן קיין מחלוקות, אן קיין קריגערייען, אן קיין עסעניש; א רחמנות אויף די וואס ווייסן נישט פון רבי'ן, זיי קריגן זיך טאג און נאכט, פארשטייט זיך יעדער איז גערעכט, און דאס לעבן גייט פארביי מיט מחלוקות; מיט'ן רבי'ן איז זיס, מיט'ן רבי'ן איז גוט.


לאמיר זינגען: "אשרינו מה טוב חלקינו, ומה נעים - ווי זיס איז - גורלינו, אז מיר ווייסן ווי אזוי אומצוגיין אין די וועלט אן ווייטאג".