שאלה אין קורצן ענין
#50 - ווי אזוי האסטו זיך אזוי געטוישט און געווארן אזוי רואיג?
חסידות ברסלב, מחלוקת, ספרי ברסלב, דרשות, התחדשות, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, אלע שיעורים, ניגונים, בריוו, איך האב נישט גענוג ווערטער צו קענען דעם אייבערשטן פאר דעם גרויסן אור וואס איך האב זוכה געווען צו טרעפן פאר בערך צוויי יאר צוריק.


איך האב נישט אויסגעזאגט פאר קיינעם אז איך האלט מיט די שיעורים, אבער פאר עטליכע חדשים צוריק האט מיין ווייב מיר געפרעגט וואס איז געשען מיט מיר, "דו האסט אזוי שטארק זיך געטוישט צום טון, ביסט אלעמאל רואיג, אלעס איז דער אייבערשטער, האסט אנגעהויבן לערנען און דאווענען, דערציילן מעשיות פון תפלה, האסט אוועקגעווארפן דיין סמארטפאון, דיין כיבוד אב ואם האט זיך אינגאנצן געטוישט", האב איך איר דעמאלט דערציילט איבער דעם גרויסן אור וואס איך האב געטראפן.


מיין משפחה איז געווען אויף געהאקטע צרות, צוויי געשוויסטער האבן פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן רחמנא ליצלן, אנדערע צוויי זענען אויף שווערע טעראפי, מען האט מיר אויך פרובירט צו שיקן אויף טעראפי עטליכע מאל, איך האב אבער ברוך ה' געטראפן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האט מיין לעבן אויפגעשיינט. איך האב ברוך ה' שוין געענדיגט איבער צען מאל משניות, איך ענדיג יעצט נ"ך, איך האב ברוך ה' שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין ליקוטי הלכות, אין ירושלמי, און נאך.


איך וויל פשוט זאגן א גרויסן יישר כח, איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט וואו איך קען שיקן א בריוו צום ראש ישיבה שליט"א, יעצט בין איך געוואויר געווארן, און איך האב געמוזט זיך באדאנקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט, און איך בין אסאך מתפלל אז איך זאל זוכה זיין צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א פערזענליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז ממש אזוי ווי דו זאגסט, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט א גרויסער ערליכער איד. דער הייליגער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די לעצטע ווערטער פון די מעשה זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי"; דער רבי מיט זיינע עצות און חיזוק - היילט אונז, ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער און לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ווערט אויסגעהיילט.


ליידער רעדט מען אויפן רבי'ן און אויפן רבינ'ס תלמידים כל דבר אסור, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים, דער הייליגער רבי האט דערציילט (שם, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן זייער געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפקומען אויף דער וועלט.


וואס איז די עצה פונעם סמ"ך מ"ם? מוהרא"ש זאגט אז זיין עצה איז אז ער פארשעמט דעם רבי'ן; דאס וואס מיר ליידן ביז היינט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים און מטורפים, דאס איז אלס א מניעה וואס דער סמ"ך מ"ם שטעלט אוועק אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב, מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים און מען זאל זיך צוריק האלטן פון האבן שייכות מיט ברסלב'ער חסידים.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים אדער הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, במשך די צייט ווערט מען נתהפך, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט געזונט און מען ווערט א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִילּוּ עַכְשָׁו", אויך יעצט, נישט נאר אמאל, "כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים און הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, "יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", האט דאס א שטארקע כח אויפצואוועקן דעם מענטש זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן, "לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת", זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - ווי אזוי שטארק איך זיך איבערצובעטן וועמען איך האב געטשעפעט?
מחלוקת, תשובה, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס בחור האב איך זייער שטארק געטשעפעט און וויי געטון עטליכע פון מיינע חברים און אויך דעם רב פון מיין קהלה, צוליב אן אינערליכע סכסוך אין די קהלה. היינט פארשטיי איך אז איך האב נישט גוט געטון, איך וואלט זיך בכלל נישט געדארפט אריינמישן אין די מחלוקת, און איך האב שטארק חרטה דערויף. אבער וויפיל איך פרוביר קען איך נישט פועל'ן ביי מיר צו גיין זיי איבערבעטן, איך פיל ווי די ערד גייט מיך איינשלינגען אויב איך וועל זיי איבערבעטן, איז דא עפעס א גרינגע עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי בעט איבער די אלע וועם דו האסט גע'רודפ'ט; ענדערש זאלסטו פארשעמט ווערן דא ווי איידער אויבן אין הימל.


וויי און ביטער פאר ווער עס נעמט א חלק אין רודפ'ן אנדערע אידן; ביי מחלוקות ליידן אלע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): מחלוקת איז אזוי שרעקליך, אפילו קליינע קינדער ווערן אוועקגענומען פון די וועלט אלס א שטראף אויף מחלוקת, והא ראי', בית דין של מטה געבט נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר, אויך ביי בית דין של מעלה איז נישטא קיין עונש נאר פון צוואנציג יאר און העכער, און ביי קרח זענען אלע געשטראפט געווארן, אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט!


ווארט נישט קיין מינוט, גיי שוין בעט איבער וועם דו האסט וויי געטון; ענדערש ווערן פארשעמט דא ווי איידער דארפן אריבערגיין די עונשים קשים ומרים וואס מען באקומט אויף מחלוקות.


פון היינט און ווייטער, אז מען וויל דיר אריינדרייען אין א מחלוקת, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו לשם שמים - זאלסטו אנטלויפן אזוי ווי מען אנטלויפט פאר'ן לעבן. מאך זיך דעם חשבון וואס די ווייב פון און בן פלת האט געמאכט, און בן פלת איז אהיים געקומען אנגעהעצט פון קרח און פון אלע צוויי הונדערט און פופציג רבנים, ער האט געשריגן אין שטוב: "משה רבינו איז נישט גערעכט!" ער האט געהאקט אויפ'ן טיש: "קורח איז דער עכטער מנהיג!" ער איז געווען פון די אנפירער. דערציילן די הייליגע חכמים (שם, כ) זיין ווייב האט אים געפרעגט, זאג מיר: מַה לָּךְ בַּהֲדֵי פְּלוּגְתֵּיהּ וואס האסטו פון די מחלוקת? וואס איז דיר א חילוק ווער עס איז גערעכט? אִי אַהֲרֹן כַּהֲנָא רַבָּא אַתְּ תַּלְמִידָא אויב משה איז גערעכט - איז אהרן דער כהן און דו ביסט דער תלמיד, אִי קֹרַח כַּהֲנָא רַבָּה אַתְּ תַּלְמִידָא און אויב קורח איז גערעכט - איז קורח דער כהן און דו ביסט ווייטער דער תלמיד! אזוי האט זי אים געראטעוועט.


דו זאלסט אלץ אנטלויפן פון מחלוקות.

#48 - וואס זענען די מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג?
הלכה, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום, מנהגים, מדות טובות, מוהרנ"ת ז"ל, בין אדם לחבירו, ספירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איז דא עפעס ספעציעלע מנהגים אין ברסלב אין די ספירה טעג? עפעס וואס מ'טוט יא אדער מ'טוט נישט אין די טעג פון ספירה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס עס שטייט אין שלחן ערוך - אזוי פירן זיך ברסלב'ער חסידים.


בנוסף לזה, דער הייליגער רבי נתן פלעגט זיך פירן אין די טעג פון ספירה צו זאגן צוויי מאל א טאג דעם יום תהלים, ווייל דער רבי האט אונז מגלה געווען דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה",  תהילים איז מסוגל צו תשובה און צו טרעפן די שער, די טיר וואו אנצוקומען, ווייל עס איז דא פופציג טויערן פאר תשובה; דאס קען מען יעצט זוכה זיין אין די ספירה טעג.


נאך א זאך וואס מוהרא"ש האט אונז אין די ספירה טעג זייער מחזק געווען, מיר זאלן זייער אכטונג געבן זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן. נישט האבן צוטון מיט מחלוקות, ווייל די תלמידי רבי עקיבא זענען נסתלק געווארן אין די ספירה טעג נאר צוליב דעם וואס זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען זה לזה (יבמות סב:); איז יעצט א צייט דאס צו מתקן זיין, זיך ליב האבן איינער מיט'ן צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - וואס טו איך אז מיין משגיח לאזט מיר נישט מאכן הפצה אין ישיבה?
חסידות ברסלב, מחלוקת, הפצה, דרך ארץ, בחור, ישיבה, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, עס איז מיר זייער מחזק.


איך לערן אין א גרויסע ישיבה אין ארץ ישראל וואס איז נישט ברסלב, איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן בערך צוויי יאר צוריק, און איך לערן אין די ישיבה די ספרים פון רבי'ן, און עס איז דא בחורים דארט אין ישיבה, נישט קיין ברסלב'ע, וואס בעטן מיר איך זאל לערנען מיט זיי דעם רבינ'ס ספרים, און איך האב טאקע געלערנט מיט א חלק פון די בחורים, אבער נאך אפאר טעג ווען דער משגיח האט עס באמערקט, האט ער מיר אנגעשריגן און מיר געווארנט אז אויב וועל איך נישט אויפהערן וועט מען מיר ארויסווארפן פון ישיבה.


מיין שאלה איז אויב איך זאל ווייטער ממשיך זיין צו לערנען מיט זיי, צו מאכן הפצה, אדער זאל איך אויפהערן. איך האב געפרעגט די בחורים אויב זיי ווילן מאכן דעם שיעור ערגעץ אנדערש, נישט אין ישיבה, אבער זיי האבן נישט געוואלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זוכסטו זיך פראבלעמען? וואס זוכסטו אנצורייצן די משגיחים?! אז דו ווילסט עוסק זיין אין הפצה קענסטו דאס טון אינדרויסן פון די ישיבה וואו דו לערנסט, ביי דיר אין ישיבה זאלסטו נישט איבערדרייען וכו', אין ישיבה זאלסטו מכבד זיין די מגידי שיעורים און משגיחים; טשעפע זיך נישט, מאך נישט קיין שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן.


די אלע בחורים וואס וויינען אז מען האט זיי ארויסגעווארפן פון זייער ישיבה צוליב ברסלב - איז ליגנט, מען ווארפט נישט ארויס בחורים וואס האבן חיות ביים הייליגן רבי'ן, מען ווארפט ארויס בחורים צוליב חוצפה און עזות; אז מען לאכט אין פנים פון די מגידי שיעורים - דעמאלט ווארפט מען ארויס.


אזוי אויך די מחלוקת פון סקווער'ער חסידים אויף ברסלב - איז נאר צוליב אפאר ברסלב'ער עזות פנימ'ער, גארנישט מער פון דעם. מוהרא"ש דערציילט ווי אזוי אפאר ברסלב'ער חסידים האבן זיך מתחצף געווען צו הרב הקדוש רבי דוד מסקווירא זכותו יגן עלינו, און ווען זיין זון דער פריערדיגער סקווער'ער רבי האט דאס געזען - האט ער דאס נישט געקענט אויסהאלטן וכו'; אזוי איז געווארן די זאך אז זיי ווילן נישט הערן פון ברסלב.


אויך איז געווען אין ברסלב א לץ מיט'ן נאמען... און ווען עס האט פאסירט די מעשה אז די סאווראנ'ער חסידים האבן געשיקט אן אתרוג פאר זייער רבי; יענע יאר איז נישט געווען צו באקומען אתרוגים, זיי האבן געצאלט אסאך געלט צו פארשאפן אן אתרוג פאר זייער רבי, זיי האבן געטראפן א שיינעם אתרוג פאר טייער געלט, זיי האבן דאס איינגעפאקט אין א טייערע קעסטל און געדינגען א שליח דאס צו טראגן קיין סאווראן.


אונטערוועגנס האט זיך דער שליח צוגעלייגט, ער האט געכאפט א דרימל, דערווייל איז א גוי דארט אריבער און דערזען דעם טייערן קעסטל, ער האט געוואלט זען וואס עס ליגט אינעם טייערן קעסטל, נאכן עפענען און זען אז דאס איז א פרי, האט ער געטראכט 'אז מען פאקט איין א פרוכט אין א טייערן קעסטל מוז זיין די פרוכט גאר א זיסע'; ער האט אריינגעביסן און גלייך אויסגעשפיגן דעם ביטערן אתרוג און דאס צוריק איינגעפאקט אינעם קעסטל. דער שליח וועקט זיך אויף, ער ווייסט פון גארנישט, ער ברענגט דעם סאווראנ'ער רבי אן אפגעהאקטן אתרוג, דאס איז געווען א גרויסער פאטש פאר די סאווראנ'ער חסידים. דער לץ האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון די ברסלב'ער קלויז, און ווען סאווראנ'ער חסידים זענען אריבער האט ער געשריגן: "פִּטּוּם הַקְ[-טוֹרֶת]", יעדער סאווראנ'ער חסיד האט געהערט ווי א ברסלב'ער חסיד שרייט: "פִּטּוּם הַקְ[-טוֹרֶת]"; דאס האט אנגעצינדן דעם ביטערן פייער.


מיר דארפן זייער אכטונג געבן נישט צו מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק - דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויף אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - וואס טוט מען ווען די ווייב קריגט זיך מיט איר משפחה?
שלום בית, מחלוקת, שלום, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואלט געוואלט פרעגן עפעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און איך בין זייער צעמישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון. מיין ווייב איז ב"ה אן אשת חיל און א געטרייע מאמע אבער ביי איר משפחה האט זי זיך אייביג געפילט ארויסגעלאזט און דאס האט צוגעברענגט אז די קאלטקייט וואס איז געווען צו איר איז געווארן נאך קעלטער ביז אז מען רעדט שוין כמעט נישט און אויף שמחות געבט מען זיך א קאלטע מזל טוב.


אירע עלטערן האט זי זיך אבער יא געשטארקט מכבד צו זיין און אנרופן, אבער לעצטנס איז געווען א שמחה אין די משפחה וואס זי האט אויסגעפינען דערפון נאר פון די גאס, דאס האט איר זייער וויי געטון, און זי האט נאך צוריק געהערט אז אירע עלטערן האבן איר נישט געוואלט דערציילן דערוועגן, און דאס טוט איר גאר שטארק וויי, און זי וויל לכבוד דעם אפהאקן אינגאנצן שייכות אויך מיט די עלטערן.


איך פארשטיי זייער גוט איר ווייטאג, מיין שאלה איז נאר וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון אין אזא פאל, איך פרוביר איר מחזק צו זיין און שטארקן, אבער מעג איך איר מחזק זיין צו זיין אפגעהאקט פון די עלטערן? זי בעט מיר אז איך זאל נישט גיין צו די שמחה, ווייל אויב יא וועט דאס איר זייער וויי טון, זאל איך גיין אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרוביר צו זיין אהרן הכהן; ווען דו רעדסט מיט דיין ווייב זאלסטו איר זאגן ווי שטארק מען וויל איר, ווי שיין מען רעדט פון איר, און אזוי ווייטער, און ווען דו רעדסט מיט אירע עלטערן זאלסטו זיי זאגן ווי שטארק זי בענקט צו זיי און ווי שטארק איר ווילט קומען, זיין נאנט - ביז עס וועט ווערן שלום.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) אהרן הכהן האט נאר עוסק געווען אין שלום, ער האט גענומען משפחות וואס זענען צעריסן און צעטיילט און מיט חכמה געמאכט שלום. ער האט געזאגט פאר איינעם: "יענער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון, ער וויל צוריק אנהויבן רעדן מיט דיר, ער האט דיך ליב", און די זעלבע ווערטער האט ער געזאגט פאר'ן צווייטן - ביז ווען די צוויי האבן זיך צאמגעטראפן, זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן צווייטן, זיך ארום גענומען, און עס איז געווארן שלום.


ווען עס איז דא א רייבעריי צווישן דיין ווייב און אירע עלטערן, אדער די ווייב מיט'ן מאן'ס עלטערן - איז די ארבעט פונעם מאן צו זיין א ליגנער, אבי עס זאל ווערן שלום. מען זאגט פאר די ווייב: "מיין מאמע האט דיך זייער ליב", "מיין טאטע האט מיר פינקט געזאגט אז די בעסטע שניר ביסטו", אדער "דיין מאמע איז א קלוגע פרוי", "דיין טאטע איז אזא נארמאלער מענטש"; נאכדעם זאגט מען די עלטערן אויף צוריק, ביז עס ווערט שלום.


גלייב מיר, מיט אביסעלע שכל קען מען זיך אפלעבן דאס לעבן אן קיין מחלוקות, אן קיין קריגערייען, אן קיין עסעניש; א רחמנות אויף די וואס ווייסן נישט פון רבי'ן, זיי קריגן זיך טאג און נאכט, פארשטייט זיך יעדער איז גערעכט, און דאס לעבן גייט פארביי מיט מחלוקות; מיט'ן רבי'ן איז זיס, מיט'ן רבי'ן איז גוט.


לאמיר זינגען: "אשרינו מה טוב חלקינו, ומה נעים - ווי זיס איז - גורלינו, אז מיר ווייסן ווי אזוי אומצוגיין אין די וועלט אן ווייטאג".


 

#45 - ווי אזוי קען איך מוחל זיין מענטשן וואס האבן מיר שלעכטס געטון?
מחלוקת, אמונה, צרות, מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נישט קיין שום שווער הארץ אויף קיינעם, אפילו אויף די וואס האבן שטארק שאדן געמאכט אדער פארשעמט דעם ראש ישיבה. איך בין געווענליך מוחל גלייך ווען איינער איז מיר מצער, אבער ס'זענען דא עטליכע מענטשן וואס האבן מיך זייער פארשעמט און דערנידערט, ממש חרוב געמאכט מיין לעבן, אלעס נאר פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, נישט ווייל איך האב זיי געטון סיי וועלכע שלעכטס, און איך קען זיי בשום אופן נישט מוחל זיין. מוהרא"ש זי"ע האט מיר געזאגט אז איך וועל נאך זען אז זיי וועלן נאך באצאלן אויף די וועלט אויף דעם וואס זיי האבן מיר געטון, און זיי האבן מיך קיינמאל נישט איבערגעבעטן. בין איך מחויב זיי מוחל צו זיין? און אויב יא, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה פון הייליגן זוהר (פרשת מקץ, רא:): "רֶבִּי אַבָּא הֲוָה יָתִיב אֲתַרְעָא דְּאַבָּבָא דְלוֹד", דער הייליגער צדיק רבי אבא איז אמאל געזיצן ביים אריינגאנג צום שטאט לוד, "חָמָא חַד בַּר נָשׁ דְּהֲוָה אָתֵי, וְיָתִיב בְּחַד קוּלְטָא דְּתָלָא דְאַרְעָא", ער האט געזען א מענטש וואס איז געזיצן אויף א שטיין, "וְהֲוָה לָאֵי מֵאָרְחָא, וְיָתִיב וְנָאִים תַּמָּן", דער מענטש איז געווען אפגעמאטערט פון גיין אין וועג און ער האט זיך דארט אפגערוט, ער האט זיך געלייגט שלאפן, "אַדְּהָכִי חָמֵי חַד חִוְיָא, דְּהֲוָה אָתֵי לְגַבֵּיהּ", בשעת דער מענטש איז געשלאפן זעט רבי אבא ווי א שלאנג קומט צו גיין צום דעם מענטש, "נָפַק קוֹסְטְפָא דְגוּרְדְּנָא, וְקָטִיל לֵיהּ לְחִוְיָא", איז אראפגעפאלן א צווייג פון בוים און גע'הרג'עט דעם שלאנג, "כַּד אִתְעַר הַהוּא בַּר נָשׁ, חָמָא הַהוּא חִוְיָא לְקֳבְלֵיהּ, דְּהֲוָה מִית", ווען דער מענטש האט זיך אויפגעוועקט האט ער געזען נעבן זיך דעם טויטן שלאנג, "אִזְדַּקַּף הַהוּא בַּר נָשׁ, וְנָפַל הַהוּא קוּלְטָא לְעוּמְקָא דִּתְחוֹתוֹי וְאִשְׁתֵּזִיב", און ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט פון די שטיין אויף וואס ער איז געזיצן האט זיך דער שטיין אראפגעקוילערט אראפ א טיפע טאל, וואס אויב וואלט דער מענטש געבליבן זיצן נאך איין רגע וואלט ער אראפגעפאלן אינאיינעם מיט'ן שטיין און ער וואלט געשטארבן, "אֲתָא רֶבִּי אַבָּא לְגַבֵּיהּ, אָמַר לֵיהּ, אֵימָא לִי מָאן עוֹבָדָךְ, דְּהָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִישׁ לָךְ אִלֵּין תְּרֵין נִסִּין", האט זיך רבי אבא פארוואונדערט, ער גייט צום מענטש און פרעגט אים, זאג מיר וואס זענען דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט? איך זע אז דער אייבערשטער האט דיר געהיטן, עס האט פאסירט צוויי גרויסע ניסים מיט דיר, "לָאו אִינוּן לְמַגָּנָא", עס איז זיכער נישט אומזיסט, "אָמַר לֵיהּ הַהוּא בַּר נָשׁ, כָּל יוֹמָאי לָא אַשְׁלִים לִי בַּר נָשׁ בִּישָׁא בְּעַלְמָא, זאגט אים דער איד, מיין גאנץ לעבן אויב איינער האט מיר געטון שלעכטס, "דְּלָא אִתְפַּיַּיסְנָא בַּהֲדֵיהּ, וּמָחִילְנָא לֵיהּ", האב איך זיך גלייך איבערגעבעטן מיט יענעם און יענעם מוחל געווען, "וְתוּ, אִי לָא יָכִילְנָא לְאִתְפַּיְיסָא בַּהֲדֵיהּ, לָא סָלִיקְנָא לְעַרְסִי, עַד דְּמָחִילְנָא לֵיהּ, וּלְכָל אִינוּן דִּמְצַעֲרוּ לִי", און אויב האב איך זיך נישט איבערגעבעטן מיט יענעם בין איך נישט אריין אין בעט זיך לייגן שלאפן ביז איך האב יענעם מוחל געווען און פאר אלע וואס האבן מיר וויי געטון, "וְלָא חַיְישָׁנָא כָּל יוֹמָא לְהַהוּא בִּישָׁא דְּאַשְׁלִים לִי", און איך האב מער נישט געטראכט פון וואס זיי האבן מיר געטון, "וְלָאו דִּי לִי דָא", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דִּמְהַהוּא יוֹמָא וּלְהָלְאָה, אִשְׁתַּדַּלְנָא לְמֶעְבַּד עִמְּהוֹן טָבָא", נאר אויך פון דעמאלט האב איך פרובירט צו טון מיט די מענטשן וואס האבן מיר וויי געטון - נאר גוטס. פירט אויס דער הייליגער זוהר: "בָּכָה רֶבִּי אַבָּא וְאֲמַר", רבי אבא האט געוויינט פאר שמחה און געזאגט "יָאוֹת הוּא דְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא יַרְחִישׁ לֵיהּ נִיסָּא עַל נִיסָּא", יעצט פארשטיי איך פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזעלכע גרויסע ניסים, דו ביסט ווערד עס זאל מיט דיר פאסירן נאך און נאך ניסים.


נעם אריין אין דיר 'אלעס איז דער אייבערשטער, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון; אלעס וואס גייט אריבער - איז וואס איך דארף אריבער גיין, דער וואס טוט שלעכטס - וועט דער אייבערשטער זיך מיט אים פאררעכענען, און דער וואס טוט גוטס וועט באקומען גוטס' - וועסטו נישט האבן אויף קיינעם קיין שווער הארץ.


חזר די שטיקל צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ח) וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, וועט דיר אלעס גיין גרינגער; חזר דאס יעדן טאג:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - ווי אזוי געב איך זיך אכטונג נישט צו ווערן פארמישט אין מחלוקת?
חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ירושלים עיה"ק, און איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צו ברסלב, בעיקר דורך אייך, אבער איך האב געהערט פון נאך משפיעים אין ברסלב, און איך בין ברוך ה' זוכה צו לערנען תורה יעדן טאג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין זיך מתבודד א שעה יעדן טאג, און איך האב ברוך ה' שלום בית אין אייער זכות.


איך האב ליב און איך בין מכבד יעדן איד, און איך האב ברוך ה' נישט קיין שייכות צו קיין שום מחלוקת, עס טוט מיר אבער וויי צו זען אז דוקא אין ברסלב איז דא אזויפיל מחלוקת. איך זע אידן וואס זענען געבוירן אין ברסלב, זיי קענען גוט דעם רבינ'ס ספרים, און פון דעסט וועגן זענען זיי נאר פארנומען מיט פאליטיק, ווער ס'איז אלץ א מפורסם של שקר, ווער ס'איז יא גוט און ווער ס'איז נישט גוט.


דער עיקר האב איך מורא פאר מיר אליין, די אלע מענטשן זענען דאך לכאורה אויך געגאנגען אויפ'ן זעלבן וועג ווי איך גיי, און ווער זאגט אז איין טאג וועל איך אויך נישט ווערן אזוי, צו ווערן פארנומען מיט נארישע פאליטיק, אנשטאט צו נוצן דעם רבינ'ס עצות נאר פאר מיר אליין.


ווי אזוי מאכט מען זיכער צו נעמען דעם רבי'ן נאר פאר זיך, און נישט זיין פארנומען מיט קיין שום פאליטיק און מחלוקת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ב): וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה", ווען צדיקים זענען מגלה נייע וועגן ווי אזוי מען זאל דינען דעם אייבערשטן, דורך דעם וועקן זיך מענטשן אויף, עס ווערט: "רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אַךְ אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", אבער נישט אלע נעמען די נייע וועג צו גיין מיט דעם צום אייבערשטן, א טייל נעמען דאס פאר חיי עולם און א טייל נעמען דאס צו שענדן די וועלט, "כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די צדיקים נעמען דעם צדיק'ס נייע וועג צו דינען דערמיט דעם אייבערשטן, "'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער די שלעכטע מענטשן נעמען דאס נישט צו דינען דעם אייבערשטן, "רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם", נאר זיי באנוצן זיך מיט די נייע שכל חוזק צו מאכן פון די וועלט, "עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה", זיי בארומען זיך אז זיי ווייסן פון די נייע שכל אבער די וועלט ווייסט נישט דערפון, "וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי - לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה", מען שפעט פון אנדערע, מען מאכט מחלוקת אויף אנדערע, מען באנוצט זיך נישט מיט די שכל צו דינען דעם אייבערשטן.


ליידער האבן מיר דאס געזען אלע יארן, ווי מען האט פארשעמט מוהרא"ש; די מחלוקות אויף מוהרא"ש איז נישט געקומען פון פרעמדע, נאר ליידער ליידער, די וואס פאררופן זיך 'ברסלב'ע חסידים' - זיי האבן געקריגט און געמאכט די מחלוקות; דאס איז וואס דער רבי זאגט, אז נישט אלע וואס קומען צום צדיק באנוצן זיך מיט דעם צדיק'ס ווערטער פאר עבודת השם, א טייל נוצן דאס צו שענדן אנדערע.


א רחמנות אויף די וואס פאררופן זיך ברסלב'ער און זענען פארנומען מיט מחלוקות; עס וועט קומען א צייט וואס זיי וועלן זיך נישט קענען מוחל זיין אויף וואס זיי האבן געטון. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א שיינער בעל תפילה און א גרויסער עובד ה', דאך האט רבי נתן געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


שטיי אוועק פון די אזוי גערופענע ברסלב'ער, שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת; דו זאלסט קיינמאל נישט האבן מיט די וואס טשעפען אנדערע, רבי נתן האט קיינמאל נישט געוואלט זיין פון די וואס רודפ'ן אנדערע. אמאל זענען געקומען צו רבי נתן די משכילים פון אומאן, זיי האבן ליב געהאט, זיי האבן אים געזאגט: "מיר קענען פועל'ן ביי די רעגירונג אז ביז פיר און צוואנציג שעה זאל נישט זיין אין גאנץ רוסלאנד קיין איין מתנגד אויף אייך!" זיי האבן געהאט א כח ביי די רעגירונג, זיי האבן געזען ווי מען רודפ'ט רבי נתן פאר גארנישט מיט נישט, זיי האבן דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האבן זיי דאס געזאגט פאר רבי נתן און געבעטן רשות דאס צו טון, האט רבי נתן געזאגט: "איך פארגין נישט די מתנגדים זיי זאלן זיין נרדפים, איך וויל זיין דער נרדף; דער רבי האט מיר געלערנט קיינמאל נישט צו רודפ'ן אנדערע".


דעריבער בעט איך דיר, אנטלויף פון די וואס רופן זיך ברסלב'ער, די וואס רודפ'ן אנדערע; חבר זיך נאר מיט אנשי שלומינו וואס זייערע דיבורים זענען נאר פון תכלית, זייערע דיבורים איז נאר פון חיזוק. זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די וואס רעדן נאר פון חיי עולם, הער אויס שיעורים פון אנשי שלומינו וואס זייערע ווערטער זענען חיזוק אויף תורה, חיזוק אויף תפילה.


דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, יעדן איינעם ארויסשלעפן פון זיין בלאטע - אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן. הער נישט אויס די טעלעפאן ליינס וואס רעדן אויף דעם און אויף יענעם, גיי נישט אריין אין שולן וואס מען רעדט קעגן דעם און יענעם. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, סימן לב): "אַל תִּתְפַּלֵּל בְּבַיִת שֶׁבָּנָה בַּעַל מַחְלוֹקֶת", מען זאל נישט דאווענען אין א הויז וואס א בעל מחלוקת האט געבויעט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, דאס מיינט מען א בית המדרש וואו מען קריגט זיך, אויף דעם זאגט דער רבי אז מען זאל נישט אריינגיין דאווענען אין א שול וואס מען קריגט זיך דארט.


מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר אונז אפאר שעה איידער זיין הסתלקות, אין שפיאל האט מוהרא"ש געשריבן די בריוו ווי ער בעט זיך ביי אונז אז מיר זאלן נישט האבן צוטון מיט מחלוקות:


"בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה


שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל כְּלָלִיּוֹת אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הַיְקָרִים דִי בְּכָל אֲתַר וַאֲתַר הוי"ה עַלֵיהֶם יַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ תָּמִיד


אִיךְ וִויל זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אַלֶע מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע זֶענֶען מְקוּשָׁר צוּ מִיר זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ בֵּית הַמִדְרָשׁ "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" אִין זֵייעֶר שְׁטָאט, אִין דִי גֶעגְנְט וואוּ זֵיי וואוֹינֶען.


אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט.


פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".


אויך שרייבט מוהרא"ש אין די צוואה זייער שטארק קעגן מחלוקות, מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, אות י):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק.


כְּלַל יִשְרָאֵל אִיז אֵיין גְרוֹיסֶער גֶעשְׁטֶעל, אוֹיבּ הֵייבְּט מֶען אָן זוּכְן חֶסְרוֹנוֹת אוֹיף אִידְן, צוּבְּרֶעכְט מֶען מִיט דֶעם חֲלָקִים פוּנֶעם גַאנְצְן גֶעשְׁטֶעל, אוּן דַאן קֶען צוּפַאלְן דֶער גַאנְצֶע בִּנְיָן, מֶען קֶען אִינְגַאנְצְן אַוֶועק פַאלְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַרַיינְפַאלְן חַס וְשָׁלוֹם אִין כְּפִירוֹת אוּן אַפִּיקוֹרְסוּת. אוּן פַארְקֶערְט וֶוען מֶען הַאלְט זִיךְ בְּשָׁלוֹם בְּרֶענְגְט דָאס אַלֶע גוּטֶע זַאכְן, שָׁלוֹם אִיז דִי כֵּלִי וָואס בְּרֶענְגְט פַארְן מֶענְטְשׁ אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט אֵייבִּיג שְׁטֵיין פוּן דִי זַייט אוּן אַנְטְלוֹיפְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אֲפִילוּ אוֹיבּ מֶען וֶועט אַייךְ וֶועלְן אַיינְרֶעדְן אַז עֶס אִיז מַמָשׁ אַ מִצְוָה אוּן אַ חוֹב קָדוֹש צוּ רוֹדְפְ'ן אַ גֶעוִויסְן מֶענְטְשׁ, זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן דִי סָארְט מִצְוֹת, אִיר זָאלְט אַייךְ הַאלְטְן נָאר בְּשָׁלוֹם מִיט יֶעדְן אֵיינֶעם. אוּן זִיכֶער זָאלְט אִיר קֵיינְמָאל נִישְׁט אוּנְטֶערְשְׁרַייבְּן קֶעגְן קַיין שׁוּם אִיד, וֶוער עֶס שְׁרַייבְּט אוּנְטֶער קֶעגְן אַ אִיד גֵייט אַרַיין אִין כְּלַל וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין נח:) "הַמַּגְבִּיהַּ יָדָיו עַל חֲבֵירוֹ נִקְרָא רָשָׁע" - אֵיינֶער וָואס הֵייבְּט אוֹיף אַ הַאנְט אוֹיף זַיין חַבֶר הֵייסְט אַ רָשָׁע. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט נְקָמָה נֶעמֶען אִין דֶעם וָואס טוּט דָאס, עֶר וֶועט וֶוערְן אוֹיסְגֶערִיסְן פוּן דִי וֶועלְט רַחֲמָנָא לִיצְלָן.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי מַחְלוֹקֶת, רַייבֶּערֵייעֶן אוּן טַעֲנָה'רַייעֶן וָואס מַאכְט זִיךְ צְוִוישְׁן חֲסִידוּת'ן אָדֶער צְוִוישְׁן אַנְדֶערֶע גְרוּפֶּעס אוּן פַּארְטֵייעֶן. אִיר זָאלְט זֶען צוּ מְכַבֵּד זַיין יֶעדְן אִיד, צוּ הַאלְטְן טֵייעֶר אוּן חָשׁוּב יֶעדְן אִיד. אִיר זָאלְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם צְוִוישְׁן אִידְן אוּן אַז אַלֶע אִידְן זָאלְן צוּרִיק קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיר וֶועט נָאר זוּכְן שָׁלוֹם אוּן אִיר וֶועט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אִידְנְ'ס וֶועגְן, אִין דֶעם זְכוּת וֶועלְן אַייעֶרֶע תְּפִלוֹת וֶוערְן אָנְגֶענוּמֶען אִין הִימְל אוּן עֶס וֶועט אַרָאפּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת, וַוייל בַּיים אֵייבֶּערְשְׁטְן אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב וֶוער עֶס פְּרוּבִּירְט זִיךְ צוּ הַאלְטְן בְּשָׁלוֹם מִיט אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אוּן עֶר בֶּעט אוּן אִיז מִתְפַּלֵל פַאר אִידִישֶׁע קִינְדֶער", עד כאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - פארוואס איז ברסלב אזוי פארשעמט?
חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום אסאך חיזוק פון די בריוון און פון די שיעורים, אבער מער חיזוק האב איך פון די בריוו ווייל איך ליין מער ווי איך הער טעלעפאן ליניעס, און איך בין זיך מחי' מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך האב שוין עטליכע מאל באגעגנט וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער די טענה'רייען וואס איז געווען אין הימל פאר דעם רבינ'ס נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, וואס דער רבי האט דערציילט אז דער סמ"ך מ"ם האט גע'טענה'ט אז אויב דעם רבינ'ס נשמה קומט אראפ האט ער מער נישט וואס צו טון, ביז ער האט געטראפן אן עצה אז מ'וועט אפלאכן און חוזק'ן פון הייליגן רבי'ן.


מיין קשיא איז פארוואס דער רבי האט זיך נישט אויך עפעס אויסגענומען אין קעגנזאץ צום סמ"ך מ"ם, ווי למשל דאס וואס מ'דערציילט אויפ'ן הייליגן בעל שם טוב זי"ע וואס האט זיך אויסגענומען אז ער קומט נישט אראפ נאר אויב ער באקומט מיט זיך ששים גבורים, אדער עפעס ענליך.


איך קוק זיך ארום, עס לאזט זיך נישט גלויבן ווי ברסלב'ע חסידים זענען אזוי ללעג ולקלס, נישט קיין חילוק ווי קלוג און געלונגען א אינגערמאן זאל זיין, אויב קערט ער זיך אן קיין ברסלב, בפרט אין היכל הקודש ביים ראש ישיבה, ווערט ער צושאנד און צושפאט ביי יעדן איינעם, מ'איז אראפגעקוקט און אויסגעשלאסן פון די משפחה און ארומיגע חברים למחצה לשליש ולרביע. פון וואו האבן די ברסלבע די כוחות זיך צו שלאגן מיט'ן אזויפיל געלעכטער און חוזק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די אלע וואס קריגן אויף ברסלב - האבן נישט קיין אנונג וואס ברסלב איז; זיי ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס ברסלב איז - וואלטן זיי נישט געקריגט אויף ברסלב, זיי וואלטן אלע געקומען נעמען חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו", נאר זיי קריגן אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב דאס געטון, "וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן; זעט מען פון דעם אז אויפ'ן רבי'ן אליינס איז נישטא וואס צו קריגן, מען קריגט אויף די לשון הרע'ס.


דו פרעגסט פארוואס ברסלב איז אזוי פארשעמט? דו פרעגסט א גוטע קשיא; דער רבי רעדט פון די קשיא, די רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "תַּאֲמִינוּ לִי", גלייבט מיר, "שֶׁיֵּשׁ בְּיָדִי כֹּחַ לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם עִם כָּל הָעוֹלָם", איך האב די כח צו מאכן שלום מיט די גאנצע וועלט, "שֶׁלֹּא יִהְיֶה שׁוּם חוֹלֵק עָלַי", קיינער זאל מער נישט קריגן אויף מיר, "אֲבָל מָה אֶעֱשֶׂה שֶׁיֵּשׁ מַדְרֵגוֹת וְהֵיכָלוֹת כָּאֵלּוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לָבֹא אֲלֵיהֶם רַק עַל יְדֵי מַחֲלֹקֶת", אבער וואס זאל איך טון אז עס איז דא אזעלכע הויכע מדריגות און אזעלכע היכלות וואס מען קען נישט צוקומען צו זיי נאר דורך מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו עליו השלום. משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל האט דאך געהאט אזא כח צו קענען צאמנעמען גאנץ כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט (שמות לה, א): "וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", משה רבינו האט צאמגענומען אלע אידן; משה רבינו איז דאך געווען די דעת פון כלל ישראל, ער האט געהאט די כח צו קענען צוציען צו זיך גאנץ כלל ישראל, דאך שטייט (שם לג, ח): "וְהִבִּיטוּ אַחֲרֵי משֶׁה", דרשנ'ען די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קדושין לג:) מען האט גערעדט אויף משה רבינו שלעכטס; שטעלט זיך א קשיא, ווי קען זיין אז אידישע קינדער זאלן רעדן אויף משה רבינו? זאגט דער רבי, אזוי מוז זיין, אויף א צדיק דארף מען קריגן.


די מחלוקת אויף ברסלב האט זיך אנגעהויבן ביים רבי'ן; ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל האט ער געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת', פון היינט אן וועט מען קריגן אויף מיר", און אזוי איז טאקע געווען, עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א מחלוקת אויפ'ן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג.


פארוואס טאקע האט דער רבי אונז געברענגט אזא מתנה? עס פעלט דען גוטע מתנות וואס צו געבן? וואס איז די גרויסקייט פון מחלוקת אז דער רבי רופט דאס אן 'א מתנה'?! מוהרא"ש זכותו יגן עלינו געבט אונז דאס צו פארשטיין, אז ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן איז ער אין א גרויסע סכנה, ער קען אין איין רגע אלעס פארלירן, אויב מען גרויסט זיך מיט די עבודת השם, מען גייט ארום מיט גאוה וכו' - פארלירט מען אלעס, אזוי ווי דער הייליגער בעל דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט דערציילט (הובא בפירוש תורת אבות על מסכת אבות ב, ה), אז ווען ער איז געווען א קינד און ער איז געזעצן אויפ'ן שויס פון זיין זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, האט ער געהערט ווי דער הייליגער בעל שם טוב זאגט אויף זיך: "דא זיצט א איד וואס הערט תורה - נישט פון קיין מלאך, נישט פון קיין שרף, נישט פון אליהו הנביא, נאר פונעם אייבערשטן אליין און איך האב מורא איך זאל נישט אראפפאלן יעדע סעקונדע אין נוקבא דתהומא רבא פון גאות און יישות וכו'"; ווייל אז מען גרויסט זיך חס ושלום מיט די תורה און תפילה וכו' קען מען אלעס פארלירן.


בפרט תלמידי וחסידי ברסלב וואס דער רבי ברענגט אונז צו גרויסע מדריגות; יעדער איינער פון אנשי שלומינו, הקטן שבתוכינו איז זוכה צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכות ואגדות, בריתות ותוספתות. דער רבי ברענגט אונז צו א דביקות בשם, מיר זאלן זיין דבוק צום אייבערשטן, מיר זאלן ארום גיין מיט א בענקשאפט צום אייבערשטן, מיר זאלן זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן און צו נאך אסאך גרויסע זאכן און מיט איין מחשבה פון כבוד וכדומה קען מען אלעס פארלירן; דאס האט דער רבי געמיינט מיט דעם מתנה וואס ער האט אונז געברענגט, אז מען וועט שפעטן פון אונז, אזוי ווי מען זעט אז מען שפעט פון ברסלב'ע חסידים, מען מאכט אוועק ברסלב'ע חסידים און דאך גייט מען אן ווייטער מיט עבודת השם, אזוי איז מען זוכה צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


אויף די צווייטע פראגע וואס דו פרעגסט, פון וואו נעמען די ברסלב'ע די כוחות זיך צו קענען שלאגן מיט אזויפיל געלעכטער און אזויפיל בזיונות; דעם כח באקומט מען פון התבודדות. ווען א מענטש איז זיך מתבודד, ער רעדט צום אייבערשטער טאג טעגליך - מיט די צייט באקומט ער א נייעם מח; מען טראכט נישט פון אנדערע, מען לעבט נישט פאר אנדערע, מען הייבט אן לעבן מיט תכלית, מען הייבט אן לעבן מיט א ישוב הדעת, מיט זכרון בעלמא דאתי, מען ווייסט און מען געדענקט אז מען איז דא בלויז פאר א שטיק צייט, מען גייט שוין באלד צוריק, די נשמה גייט צוריק גיין צום אייבערשטן; דאס געבט כח צו טון וואס איז ריכטיג און נישט ווערן פארלוירן פון צייטווייליגע זאכן.


מען קען דאס נישט פארשטיין, נאר דער וואס הייבט אליינס אן לעבן מיט התבודדות; ווען מען איז זיך מתבודד, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן ווערט מען מער און מער צוגעקלעבט צום אייבערשטן, "הוּא תְהִלָּתְךָ וְהוּא אֱלֹקֶיךָ (דברים י, כא)"; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן, מען איז זיך מתבודד - אלץ מער ווערט מען צוגעקלעבט צו אים. תפילה איז מחבר דעם מענטש מיט די גרעסטע דביקות צום אייבערשטן, אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה"; דעמאלט דארף מען שוין נישט קיינעם, מען וויל שוין גארנישט - נאר דעם אייבערשטן אליינס, עס אינטערעסירט נישט וואס די זאגן און וואס יענע זאגן, מען וויל נאר דעם אייבערשטן.


גלייב מיר, אז מען פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות קען יעדער איינער זוכה זיין צו דעם, מען זאל גארנישט דארפן און גארנישט וועלן - נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#42 - איך האב געפירט מחלוקת קעגן די ישיבה
מחלוקת, ישיבה, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דריי זיך ארום מיט א שלעכטע געפיל שוין א שיינע שטיק צייט. עס איז געווען אין די צייט וואס די ישיבה האט זיך געעפנט, די גאס האט דעמאלט זייער געקאכט קעגן דעם ראש ישיבה און קעגן די ישיבה, און אזוי ווי יעדע מאל וואס עס קאכט זיך און מען הערט זיך אן מיט לשון הרע'ס, און עס איז נאך געקומען מיט עדות'שאפטן מקור ראשון, און איך האב געהאט א זון דארט, מען האט גערעדט צו מיר פון די יושבים ראשונה דארט, בין איך געווארן זייער צוהיצט און איך האב געהאלפן פירן די מערכה קעגן אייך.


איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין שולד געפיל, ווייל איך האב געוואוסט איך האב געטון די ריכטיגע זאך לויט ווי איך האב געהערט און געזען, און מיטגעהאלטן. למעשה איז אריבער אפאר יאר און דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א וועק אויף, איך כאפ איין פליק נאכ'ן צווייטן, א פליק מיט מיין ווייב, איין פליק ביי דעם קינד, יעצט נאך א פליק ביי א צווייטע קינד, איך האב אנגעהויבן צומשטעלן הלא דבר הוא, אפשר וואלט איך זיך נישט געדארפט מישן.


איך האב אזוי געשמועסט מיט מיין זון, זאגט ער מיר אז ער האט מורא געהאט מיר צו זאגן אלע יארן, אבער ער איז נאך ווייטער א תלמיד פון אייך, און אז דער ראש ישיבה איז דער איינציגסטער וואס פארשטייט דעם היינטיגן דור, און אז אונטער מיין רוקן האט ער ווייטער געהערט די שיעורים, און געלערנט די בריוון, און עס איז ברור כשמש אז די אלע צרות קומען נאר ווייל איך האב געטשעפעט מיט די הייליגע ארבעט פון מקרב זיין בחורים און אינגעלייט צו די תורה און אמונה.


עס איז מיר געווען א זייער א ביטערע מעדעצין אראפצושלינגען, אבער איך האב געזען אז איך האב נישט קיין ברירה, את חטאי אני מזכיר היום, חטאתי לכם ולאלקים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט זען וואס מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה, (צוואת מוהרא"ש, אות יא): וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? פוּן וֶוען אִיךְ בִּין גֶעוואוֹיר גֶעוָוארְן פוּן רֶבִּי'ן אוּן אִיךְ בִּין גֶעוָוארְן מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן, הָאט מַיין הַארְץ גֶעבְּרֶענְט אַז אִיךְ זָאל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען זַיין לִיכְטִיגְקַייט, זַיינֶע הֵיילִיגֶע לִמּוּדִים, אִין דִי גַאנְצֶע וֶועלְט. בָּרוּךְ ה' דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אַז אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ דְרוּקְן אוּן צוּ פַארְשְׁפְּרֵייטְן דֶעם רֶבִּי'נְס סְפָרִים אוֹיף אַ גֶעוַואלְדִיגֶע גְרוֹיסֶע פַארְנֶעם, מַיין גַאנְצֶע רָצוֹן אוּן שְׁטְרֶעבְּן אִיז נָאר גְרוֹיס צוּ מַאכְן דֶעם נָאמֶען פוּן רֶבִּי'ן אוּן עֶס אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אָבֶּער קֶעגְן מִיר אִיז אוֹיפְגֶעשְׁטַאנֶען דֶער "סַמַךְ-מֶם" אַלֵיין מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע רְצִיחָה וָואס מֶען קֶען זִיךְ גָארְנִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן. עֶר הָאט אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט אוֹיף מִיר זֵייעֶר אַסַאךְ בִּיטֶערֶע שׂוֹנְאִים, וֶועלְכֶע הָאבְּן גֶעקְרִיגְט אוֹיף מִיר אוּן מִיר פַיינְט גֶעהַאט פַאר גָארְנִישְׁט. אִיךְ הָאבּ שׁוֹין אַבִּיסְל גֶעשְׁרִיבְּן דֶערְוֶועגְן אִין מַיינֶע סְפָרִים וֶועלְכֶע זֶענֶען שׁוֹין גֶעדְרוּקְט גֶעוָוארְן, אוּן אִיךְ הַאלְט זִיךְ וַוייטֶער בַּיי דֶעם וַוייל דָאס אִיז דֶער אֱמֶת, אוּן אִיךְ הָאבּ נָאךְ אֲפִילוּ נִישְׁט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרַייבְּן וָואס אִיךְ וָואלְט וֶוען גֶעדַארְפְט שְׁרַייבְּן אִיבֶּער דֶעם.


עֶס אִיז בַּאקַאנְט אַז "אֵין אָדָם מוֹרִישׁ שֶׁקֶר לְבָנָיו" - אַ טַאטֶע וֶועט נִישְׁט אִיבֶּער גֶעבְּן קַיין שֶׁקֶר פַאר זַיינֶע קִינְדֶער, אוּן זִיכֶער נִישְׁט וֶוען עֶר שְׁרַייבְּט זַיין צַוָואָה, דֶערִיבֶּער וִויל אִיךְ אַייךְ זָאגְן דֶעם רֵיינֶעם אֱמֶת אַז דִי אַלֶע וָואס הָאבְּן גֶעהַאט אַ חֵלֶק אִין דֶעם שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען וָואס מֶען הָאט אַרוֹיסְגֶעלָאזְט אוֹיף מִיר, זָאל מְקוּיָם וֶוערְן בַּיי זֵיי דֶער פָּסוּק (תְּהִלִים יב ד) "יַכְרֵת ה' כָּל שִׂפְתֵי חֲלָקוֹת לָשׁוֹן מְדַבֶּרֶת גְדֹלוֹת, אֲשֶר אָמְרוּ לִלְשׁׂנֵנוּ נַגְבִּיר שְׂפָתֵינוּ אִתָּנוּ מִי אָדוֹן לָנוּ" - זֵיי וֶועלְן אִינְגַאנְצְן פַארְשְׁנִיטְן וֶוערְן. אוּן זֵיי וֶועלְן קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעבְּן וֶוערְן אוֹיף דָאס וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעטוּן.


דֶער הֵיילִיגֶער "רְמָ"א" פַּסְקְ'נְט (אוֹרַח חַיִים סִימָן תר"ו) אַז אוֹיבּ מֶען הָאט אַרוֹיסְגֶעלָאזְט אַ שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ דַארְף מֶען יֶענֶעם נִישְׁט מוֹחֵל זַיין. דֶער "מָרְדְכַי" שְׁרַייבְּט אַז אוֹיבּ מֶען לָאזְט אַרוֹיס אַ שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ וֶוערְט דָאס קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעבְּן - "אֵין לוֹ מְחִילָה עוֹלָמִית" עַיֵין שָׁם.


דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אוֹיף מִיר אַרוֹיסְגֶעלָאזְט דֶעם שְׁלֶעכְטְן נָאמֶען הָאבְּן מִיט דֶעם גֶעמַאכְט אוּן גוֹרֵם גֶעוֶוען אַז טוֹיזְנְטֶער אִידְן זָאלְן נִישְׁט תְּשׁוּבָה טוּן, דִי מֶענְטְשְׁן וָואס הָאבְּן דָאס גֶעטוּן זֶענֶען "חוֹטְאִים וּמַחְטִיאִים אֶת הָרַבִּים", וָואס נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט, אוּן עֶר וֶועט זִיכֶער נְקָמָה נֶעמֶען פוּן זֵיי.


אִיךְ בִּין זִיכֶער אַז דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן גֶערֶעדְט אוֹיף מִיר זֶענֶען זֵייעֶר פָּגוּם, זֵיי זֶענֶען פוּל מִיט עֲבֵירוֹת, זֵיי הָאבְּן זִיכֶער עוֹבֵר גֶעוֶוען אוֹיף גָאר הַארְבֶּע עֲבֵירוֹת. זָאל זַיין וֶוער עֶס זָאל נָאר זַיין, אוֹיבּ הָאט עֶר גֶערֶעדְט אוֹיף מִיר וֶועט עֶר גֶעשְׁטְרָאפְט וֶוערְן מִיט דִי הַארְבְּסְטֶע עוֹנְשִׁים.


מִיט-דֶעם-אַלֶעם בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט נָאר שְׁטִיל שְׁוַוייגְן אוּן נִישְׁט עֶנְטְפֶערְן פַאר דִי וָואס הָאבְּן מִיר פַארְשֶׁעמְט. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז זִיכֶער גֶערֶעכְט מִיט אַלֶעם וָואס עֶר טוּט, אִיךְ דַארְף תְּשׁוּבָה טוּן, אוּן דָאס טוּ אִיךְ טַאקֶע, יֶעדְן טָאג טוּ אִיךְ נָאכְאַמָאל תְּשׁוּבָה, וַוייל נִישְׁט אוּמְזִיסְט רוֹדְפְ'ט מֶען מִיר.


וָואס טוּ אִיךְ דֶען? אִיךְ בִּין נָאר מְגַלֶה דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אוֹיף אַזַא וֶועג אַז אֲפִילוּ דֶער שְׁוַואכְסְטֶער אוּן נִידֶערִיגְסְטֶער מֶענְטְשׁ זָאל אוֹיךְ קֶענֶען שְׁפִּירְן דִי לִיכְטִיגְקֵייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דֶערִיבֶּער אִיז דִי מִדַת הַדִין מְקַטְרֵג אוֹיף מִיר, אוּן דִי מִדַת הַדִין גֵייט אַרַיין אִין דִי רְשָׁעִים וֶועלְכֶע טְשֶׁעפֶּענֶען מִיר אוּן קְרִיגְן אוֹיף מִיר, אוּן אִיךְ דַארְף נָאר טוּן תְּשׁוּבָה שְׁלֵימָה. וַוייל אוֹיף צוּ קֶענֶען מְגַלֶה זַיין דִי לִיכְטִיגְקֵייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אַזַא גֶעוַואלְדִיגֶע פַארְנֶעם, דַארְף מֶען הָאבְּן אַ סְפֶּעצִיעֶלֶע זְכִיָה פוּן הִימְל.


אָבֶּער פוּן אַייךְ בֶּעט אִיךְ אַז אִיר זָאל נָאר אָפְּשְׁוַוייגְן, אִיר זָאלְט גָארְנִישְׁט צוּרִיק עֶנְטְפֶערְן פַאר דִי אַלֶע וָואס רֶעדְן קֶעגְן מִיר, זֵיי וֶועט שׁוֹין דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער בַּאשְׁטְרָאפְן, וַוייל וֶוער עֶס רֶעדְט אוֹיף מִיר וֶועט שׁוֹין כַאפְּן זַיינְס, פְרִיעֶר אָדֶער שְׁפֶּעטֶער. עד כאן לשונו.


מער פון דעם האב איך נישט וואס צו שרייבן.


 

#41 - וואס טו איך ווען מ'מאכט חוזק ווען איך גיי הפצה?
מחלוקת, ספרי ברסלב, הפצה, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געגאנגען איין טאג הפצה, איינער האט גענומען פון מיר א קונטרס און א סידי, ער האט מיר געגעבן א שיינע סומע געלט דערפאר, אבער ער האט מיר אויך געזאגט אז נאר אין ברסלב טוט מען אזעלכע זאכן צו גיין פארשפרייטן זייערע זאכן, און ער האט אויך גערעדט מיאוס בכלל אויף חסידישע אידן.


ווען איך האב עס נאכדעם דערציילט פאר א מפיץ האט ער מיר געזאגט אז מוהרא"ש און דער ראש ישיבה זאגן אז מ'זאל נישט נעמען קיין געלט פון איינעם וואס רעדט קעגן די ספרים. וויל איך וויסן וואס צו טון אויב ס'קומט מיר נאכאמאל אונטער אזא פאל.


יישר כח פאר אלעס, איך שפיר אז איך האב זיך גאר שטארק פארבעסערט זייט איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, ספעציעל אין בין אדם לחבירו, וואס איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל זיך נאך קענען טוישן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו זיך זייער פרייען אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו פארשפרייטסט ליכטיגקייט אין די וועלט, דו ברענגסט צוריק מענטשן צום אייבערשטן.


די ספרים פון הייליגן רבי'ן און די קונטרסים וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן אויף א גרינגע לשון פאר פשוט'ע מענטשן ווי מיר זענען, וועקט אויף דעם מענטש מען זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און ווען מען פאלגט די עצות איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון "הפצה"; וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאלסטו האלטן פאר דיינע אויגן 'ווי קען איך מזכה זיין נאך א איד מיט די ספרים און קונטרסים?' דאס וועט זיין א תיקון פאר אלע דיינע מעשים וואס דו דארפסט מתקן זיין, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", אז מען האט געזינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און מען וויל מתקן זיין די עבירה, זאל מען עוסק זיין אין צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


עס איז דא אסאך ליצנות אויף הפצה, די וואס גייען הפצה דארפן אריבער גיין שוועריקייטן; מענטשן לאכן, מענטשן שפעטן וכו' וכו', אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון הפצה פאלן אוועק אלע מניעות, מען ווערט נישט געשטערט פון גארנישט. קוק אריין אין די ווערטער וואס דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


ווען מען מאכט ליצנות, מען רעדט קעגן די ספרים - זאלסטו נישט אריין גיין אין ויכוחים און זיכער נישט נעמען געלט פון אזא איינעם, געדענק וואס שלמה המלך, דער חכם פון די וועלט זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ", ענטפער נישט דעם נאר, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", ווייל ווער עס ענטפערט א נאר איז אליינס א נאר; דו גיי הפצה און אז מען מאכט חוזק וכו' - זאלסטו מקיים זיין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לב.): "שַׁבְקֵיהּ לְרָוְיָא - דְּמִנַּפְשֵׁיהּ נָפִיל", קריג זיך נישט מיט א שיכור'ן מענטש, דארפסט אים נישט אראפ ווארפן ווייל ער וועט פון זיך אליינס פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - פארוואס איז מען נאכאלץ אזוי שטארק קעגן מוהרא"ש?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, מוהרא"ש, היכל הקודש, הפצה, זיכוי הרבים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק. אויך וויל איך דערציילן אז איין טאג לעצטנס איז געווען גאר שטארק הייס דא אין ארץ ישראל, און איך האב געקלערט אויב איך זאל יא גיין הפצה אדער נישט, און פונקט דעמאלט האב איך געהערט א שיעור און אינמיטן האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דארט איבער די חשיבות פון א מפיץ, און זיך אויסגעדריקט, "אמאל קען א מפיץ זיין פויל, און טראכטן היינט איז צו הייס, איך וועל שוין גיין מארגן", און דאס איז מיר געווען ווי א צייכן פון הימל און איך בין ברוך ה' געגאנגען הפצה טראץ די שרעקליכע היצן.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מ'זעט לעצטנס אז ס'עפענען זיך פילע ברסלב'ע שולן אין אמעריקע, אין אלע שטעט, אבער פון דעסט וועגן איז נאכאלץ דא א שטארקע התנגדות קעגן היכל הקודש, מ'לאזט נישט אריין דארט די ספרים פון מוהרא"ש און די ברסלב'ע גליונות.


איר זענט דאך באקאנט מיט די ברסלב'ע חסידים דארט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס זאל מען אין ברסלב זיין אזוי שטארק קעגן היכל הקודש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין הפצה; פארשפרייטן פאר אידישע קינדער די זיסע עצות פון רבי'ן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל תשובה טון.


דער אייבערשטער האט זייער ליב א מענטש וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים; שטעל זיך פאר אז דו האסט א זון וואס רעדט מער נישט מיט דיר, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער דריידט זיך מיט נישט גוטע מענטשן און ער פאלט נעבעך אראפ אין עבירות - ווי דאס רייסט ביים הארץ, און עס קומט איינער און הייבט אן רעדן צו דיין זון, ער ברענגט אים ספרים, קונטרסים און ניגונים פון תשובה, ער איז אים מחזק צוריק צו קומען צום אייבערשטן און שלום מאכן מיט דיר, ווי אזוי וואלסטו געקוקט אויף דעם מענטש - ווי א שנארער? ווי א בטלן? דו וואלסט דאך דעם מענטש געקושט און געהאלזט, ער וואלט געהאט ביי דיר אן אפענעם טיר...


מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט דיין זון רבי מיכעלע זלאטשובער, אז דא אין הימל מאכט מען פון אים אזא רעש?" האט דער טאטע - רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


בנוגע די מחלוקת אויף מוהרא"ש וכו'; דער רבי האט שוין געענטפערט און געזאגט פארוואס מען לאכט און מען שפעט פון אים. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי געב זיך אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה"; דאס איז דער תירוץ, אז עס איז דא א צדיק וואס האט א כח צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער איז בכח צו ברענגען די גאולה שלימה - קומט דער סמ"ך מ"ם און מאכט ליצנות כדי אז מענטשן זאלן נישט נעמען די ספרים.


מיר דארפן זיך נישט מבלבל זיין פון דעם, מיר דארפן גיין אין די פיס טריט פון מוהרא"ש וואס האט נישט געקוקט אויף קיינעם נאר ער האט זיין גאנץ לעבן פארשפרייט אמונה פאר אידישע קינדער; ער האט זיך נישט אפגעשטעלט צוליב די לאכערייען און דאס חוזק מאכן, ווייל אין די צייט וואס דער וואס פאררופט זיך עכטער ברסלב'ער וויל נישט נעמען די ספרים און הייבט אן פרעגן קשיות און שאלות - קען מען מזכה זיין צענדליגער מענטשן, זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


ליצנות איז געווען אלע יארן, פון אלע צדיקים האט מען געשפעט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ב, ג): "אֵין לְךָ דּוֹר שֶׁאֵין בּוֹ לֵיצָנִים", אין יעדער דור זענען דא ליצנים. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצז): נאכדעם וואס די תורה דערציילט דאס גרויסקייט פון חזקיהו המלך, זאגט דער פסוק (דברי הימים ב לב, א): "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", זעט מען פון דעם אז עס קען זיין א צדיק אזוי גרויס ווי חזקיהו המלך, וואס די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין צד:) אז ער האט אריין געברענגט לימוד התורה אין אלע אידן, אזוי ווייט אז קליינע קינדער זענען געווען באקאנט אין אלע הלכות פון טומאה וטהרה, נאך זאגן חז"ל (שם, צד.) אז חזקיהו המלך איז געווען אזוי גרויס אז ער וואלט ווען געדארפט זיין משיח צדקינו, מיט דעם אלעם זאגט די תורה: "אַחֲרֵי הַדְּבָרִים וְהָאֱמֶת הָאֵלֶּה בָּא סַנְחֵרִיב", האט דער רבי געזאגט, אז מען זעט פון דעם אז נאכדעם וואס עס זענען פארהאן גרויסע צדיקים וואס קענען ברענגען די גאולה קומט סנחריב און מאכט אלעס חרוב.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט ווייטער עוסק זיין אין הפצה; גיי נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, בפרט מיט די וואס רופן זיך עכטע ברסלב'ער. עס איז א שאד די צייט; אונזער זאך איז הפצה. דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן אנטרינקען ביימער, איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון, אנטרינקען ביימער; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דער רבי בעט אונז מיר זאלן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן; א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", דאס האט דער חכם געבעטן זיינע קינדער, זיי זאלן עוסק זיין און אנטרינקען אידישע קינדער מיט חיזוק און עצות זיי צו העלפן וואקסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - דארף איך מורא האבן צו גיין הפצה ווייל ס'קען מאכן מחלוקת?
מחלוקת, הפצה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א ברכת מזל טוב לרגל די יום הולדת דער אייבערשטער זאל אייך געבן לאנגע געזונטע יאהרן מיט אסאך כח צו ממשיך זיין מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים.


דער ראש ישיבה האט מיר שוין אמאל געשריבן פערזענליך איבער די גרויסקייט פון גיין הפצה, אויך הער איך שיינע מעשיות פון אינגעלייט וועגן הפצה אויפ'ן טעלעפאן ליין פון "קול ברסלב", און איך בין זיי ממש מקנא, ובפרט אז אין מיין געגנט וואו איך וואוין איז נישטא קיין מפיצים.


פון די אנדערע זייט, יעדעס מאל וואס איך כאפ אן התעוררות צו גיין הפצה, אפילו נאר מיט'ן אראפלייגן גליונות אין בית המדרש, הייב איך אן צו טראכטן וואס וועט געשען אויב עס וועט ארויסקומען א מכשול דערפון, למשל א אינגערמאן וועט עס נעמען און זיין ווייב וועט נישט מסכים זיין דערצו, אדער וועט איינער אפלאזן זיין חסידות צוליב דעם, וואס דאס קען גורם זיין פירוד אין א משפחה רחמנא ליצלן, און איך וועל דאס האבן גורם געווען. ממילא בין איך זיך מונע פון דעם.


אבער וויבאלד מיין הארץ ברענט מיר איבערגעבן די שיינע עצות פאר נאך אידן, ווייס איך נישט וואס צו טון, וויל איך דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מחלוקת? דאס מאכט מחלוקת? די שיינע זיסע עצות פון רבי'ן מאכט מחלוקת?! אויב עפעס מאכן די ספרים שלום צווישן קינדער און עלטערן, עס מאכט שלום צווישן מאן און ווייב וכו'; פארוואס זאלסטו זאגן אז די ספרים, קונטרסים און גליונות צעטיילן משפחות, ווען צענדליגער טויזנטער אידן האבן שלום בית נאר פון די ספרים און קונטרסים; צענדליגער טויזנטער שטובער זענען אויפגעלאכטן געווארן פון די ספרים.


ווער איז נאך אזוי מחזק אז מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ צו עלטערן ווי דער הייליגער רבי? ווער איז נאך אזוי מחזק אז מען זאל נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, מען זאל לעבן בשלום מיט די גאנצע משפחה - ווי דער הייליגער רבי? ווער עס איז טועם פון הייליגן רבי'ן, ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט דאך אינגאנצן געטוישט מן הקצה אל הקצה צום גוטן; מען הייבט אן לערנען די הייליגע תורה, מען האט שיעורים אין די גאנצע תורה, מען הייבט אן דאווענען מיט התלהבות, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן; ווי קענסטו אפילו טראכטן אז די ספרים מאכן מחלוקת, אז די קונטרסים און גליונות צעברעכן משפחות?


אויב דו ביסט אזוי שטארק חושש פאר מחלוקת וואלסטו ווען געדארפט זיין דער ערשטער צו לייגן די גליונות אין אלע שולן און אין ישיבות, צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן; ווייל ווער עס ווייסט נאר אביסל וואס טוט זיך אפ אינעם היינטיגן דור, ווי מענטשן פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, בפרט בחורים און מיידלעך, ווי זיי פאלן אראפ אין שווערע ביטערע זינד, זיי פאלן אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן, ביז זיי לאזן אפ זייערע עלטערן; זיי גייען אוועק פון שטוב, זיי לאזן אפ די משפחה און די עלטערן וויינען און קלאגן; נישט דא וואס צו טון, נישט דא וואס צו מאכן מיט זיי, אלע הייבן אויף די הענט ווייל קיינער האט צו זיי נישט קיין שפראך, קיינער ווייסט נישט ווי אזוי מען רעדט מיט זיי, ווי אזוי מען כאפט זיי אן, ווי אזוי מען קען האבן מיט זיי א שטיקל שייכות זיי צו קענען האלטן זיי זאלן חס ושלום נישט פאלן נאך ווייטער און נאך מער רחמנא לצלן; נאר דער רבי מיט זיינע זיסע עצות, מיט זיינע ווארעמע התחזקות - האט די שפראך זיי צוריק צו ברענגען; וואלסטו געדארפט גיין טאג און נאכט הפצה.


ווי קען מען שלאפן רואיג ווען עס ברענט א פייער! ווי קען מען זיצן מיט פארלייגטע הענט ווען די פייער איז דא נעבן אונז, נישט ערגעץ ווייט אוועק; דער פייער ברענט איבעראל, עס פאלן אוועק נשמות ישראל, אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות; ווי קען מען שלאפן ווען מען קען זיי צוריק ברענגען?! די גליונות, די ספרים און קונטרסים איז געשריבן מיט אזא שפראך אז אפילו דער וואס איז ווייט ווייט פארקראכן שפירט ווי מען רעדט צו אים.


דער רבי קען ארויס נעמען יעדן איינעם פון זיין בלאטע; אפילו דער וואס איז שוין אריין געפאלן אין אלע בלאטעס, ער ליגט שוין אין אלע זיבן גיהנום'ס קען אים דער רבי ארויסנעמען. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רחצ): "איך האב דעם זעלבן כח וואס דוד המלך האט געהאט, איך קען רעדן מיט א מענטש און אים ארויס נעמען פון דעם טיפסטן גיהנום און אים אריין לייגן אין גן עדן"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה י:) אז דוד המלך האט ארויסגעשלעפט זיין זון אבשלום פון אלע זיבן גיהנום'ס ווען ער האט געזאגט ביי די לויה זיבן מאל: "בְּנִי אַבְשָׁלוֹם בְּנִי בְנִי אַבְשָׁלוֹם (שמואל ב יט, א-ה)", מיין קינד מיין קינד, אבשלום מיין קינד - ביז ער האט אים אריין געלייגט אין גן עדן; דאס טוט דער רבי מיט אונז און דאס איז די כח פון די ספרים, עס ווייזט דעם רחמנות פונעם אייבערשטן, ווי שטארק ער ווארט און וויל אז יעדער איינער זאל זיך צוריק קערן צו אים.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון הפצה; זיי ממשיך מיט'ן לייגן גליונות אין דיין געגנט. אויך זאלסטו אנהייבן צו גיין אין די הייזער, זאלסט איבערלאזן אין יעדע שטוב פון די הייליגע ספרים, דורכדעם וועסטו האבן א חלק אין ברענגען משיח צדקינו שיבא במהרה בימינו.

#38 - ווי אזוי קען איך שלום מאכן מיט מיין ברודער?
שלום בית, חינוך הילדים, מחלוקת, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס איז זיך מחיה מיט די שיעורי חיזוק, און אויך מיט די שיעורים אויף ש"ס, א גרויסן יישר כח.


איך וויל פרעגן אן עצה אויף א זאך וואס שטערט זייער שטארק מיין לעבן. איך האב אן עלטערער ברודער וואס איך בין אמאל געווען זייער גוט מיט אים, מיר האבן אסאך פארברענגט אינאיינעם, למעשה א שטיק צייט צוריק האבן מיר געהאט א סכסוך וועגן געלט זאכן, או דאן האבן מיר זיך צעטיילט, ס'איז געווארן א מחלוקת צווישן אונז, וואס די גאנצע משפחה האט מיטגעהאלטן.


יעצט איז שוין די סיבות בכלל נישט שייך, אבער די שנאה איז געבליבן. כמעט וואס מ'רעדט נישט איינער מיט'ן צווייטן, און ווען יא איז עס זייער קאלט. איך האב פרובירט אפאר מאל צוריקצודרייען אבער ער לאזט זיך נישט, ער טרעפט אלץ א וועג וויאזוי מיך אויפצורעגן אז ס'נעמט נישט קיין עק, איך שפיר איך האלט עס נישט אויס. וויאזוי קען איך מיך איבערבעטן מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון דערפון; ווילאנג דו פון דיין זייט קריגסט זיך נישט און דו האסט אים נישט פיינט דארף דיר עס נישט אנגיין.


בוי אויף דיין משפחה און זיי נישט פארנומען מיט אנדערע; זע אז עס זאל נישט זיין צווישן דיר און דיין ווייב קיין פיינטשאפט, דו מיט דיין ווייב לעבט בשלום און אז דיינע ברידער ווילן רעדן מיט דיר איז גוט און אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר איז נאך בעסער, עס זיך נישט אויף פון דעם.


טראכט פון תכלית; ווי לאנג איז מען בכלל דא אויף די וועלט? עס גייט אריבער אפאר יאר און מיר וועלן אלע דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן, עס בלייבט נישט איבער נאר דאס ביסל וואס מען לערנט און דאווענט, עס בלייבט איבער דורות וואס מען איז זוכה איבערצולאזן.


אנשטאט רעדן מיט דיינע ברידער רעד מיט דיינע קינדער; דערצייל זיי שיינע מעשיות, מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון תפילה. אנשטאט רעדן מיט מענטשן רעד צום אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה טון און אלעס פאררעכטן.

#37 - ווי אזוי דערשרעק איך זיך נישט פון די וואס לאכן אפ פון ברסלב?
חסידות ברסלב, מחלוקת, חב"ד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א 14 יעריגער ליבאוויטשער בחור, איך האב געטראפן א קונטרס פון מוהרא"ש, און איך האב עס זייער ליב געהאט און איך האב אנגעהויבן לערנען מער און מער ברסלב'ע ספרים.


אבער אין ליבאוויטש איז מען זייער קעגן ברסלב, מיין טאטע איז געווארן זייער ברוגז אויף מיר אז איך לערן ברסלב'ע ספרים, אויך וויל איך זייער שטארק פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער מיינע חברים וועלן מיינען אז איך בין משוגע געווארן. וואס זאל איך טון?


אויך וויל איך וויסן וועלכע ברסלב'ע ספרים איז גוט אנצוהויבן לערנען צום ערשט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכים החודש, כ"ח אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס וואונדערט מיר אויף די שקרים וואס דו שרייבסט אז חב"ד איז אנטקעגן ברסלב; ווי קען מען זאגן אזא אפענע ליגנט, ווען חב"ד און ברסלב האבן אלע יארן געלעבט מיט א שטארקע ליבשאפט. אנגעהויבן ביים הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט: "ווער עס קריגט אויפ'ן רבי'ן איז אזוי ווי ער קריגט אויף מיר"; דאס איז געווען ווען עס האט אנגעהויבן ברענען די פייער פון מחלוקת אנטקעגן דעם רבי'ן, האט דער הייליגער בעל התניא זיך זייער אנגענומען.


אזוי אויך קען מען זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק דער רבי האט ליב געהאט דעם הייליגן בעל התניא זי"ע, ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון ארץ ישראל נאך א שווערע לאנגע נסיעה איז דער רבי גלייך געפארן צום הייליגן בעל התניא. מען קען זיך נישט פארשטעלן די יסורים וואס איז אריבער אויפ'ן רבי'ן ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, ענדליך ווען ער איז צוריק געקומען איז ער נישט אהיים צו זיך, נאר קודם געפארן צום הייליגן בעל התניא; ווי אזוי קענסטו זאגן אז די צוויי גייען נישט אינאיינעם?!


דער הייליגער בעל התניא איז אמאל געקומען צום רבי'ן אויף שבת, דער רבי האט אים זייער מכבד געווען און דער רבי האט געהייסן אלע אנשי שלומינו זאלן אים שטארק מכבד זיין. עס איז דא אזויפיל מעשיות צו דערציילן פון די ליבשאפט וואס די צוויי הייליגע צדיקים האבן געהאט איינער צום צווייטן, דעריבער פארשטיי איך נישט ווי אזוי דו קענסט זאגן אז די צוויי חסידות'ן גייען נישט אינאיינעם.


ווער האט נאך כח צו מחלוקת? וואס דארף מען מחלוקת? אלע צדיקים זענען קדושים וטהורים, אלע פון זיי ווייזן אונז א וועג ווי אזוי צו לעבן, ווי אזוי צו זיין נאנט צום אייבערשטן; איז דאך נאריש צו רעדן און אוועק מאכן איינער דעם צווייטן. מיר אלע האבן איין באשעפער וועמען מיר דארפן דינען, אזוי ווי דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען ער האט געזען צום ערשטן מאל איינע פון די בענדער פון ליקוטי הלכות, ער האט זיך אויסגעדרוקט: "אב אחד לכלנו", מיר האבן אלע איין טאטע; אזוי ווי צו זאגן אז אלע ספרים פון אלע צדיקים ברענגען אונז נאנט צום אייבערשטן.


דערצייל נישט פאר קיינעם אז דו האסט חיות פון רבינ'ס ספרים; פארוואס דארפסטו זיך רייצן? אויך פאר דיין משפחה דארפסטו נישט דערציילן, אזוי וועסטו איינשפארן מחלוקת און קאפ וויי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - ווי אזוי קען איך זיך דרייען אין ברסלב, אן ווערן אריינגעשלעפט אין מחלוקת?
אומאן, חסידות ברסלב, מחלוקת, ראש השנה, סדר דרך הלימוד, דמיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע משפחה אין ירושלים עיה"ק, אבער איך בין אסאך דורכגעגאנגען ביז איך אליין האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צו ברסלב, איך האב נישט געקענט ליידן די מחלוקת וואס איז געווען אין ברסלב, און איך האב זיך אויפגעהערט דרייען דארט, ביז ווען איך האב געטראפן אייערע שיעורים און ס'האט מיר געוויזן א נייעם וועג, מיט וואס איך בין זיך זייער מחזק ב"ה.


איך וויל זיך אבער יא דרייען צווישן ברסלב'ע חסידים, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת?


אויך וויל איך וויסן וועגן דעם סדר דרך הלימוד, ווי ווייט גייט דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז מ'דארף נישט פארשטיין וואס מ'לערנט, און בכלל וואס איז וויכטיגער צו לערנען יעדן טאג, הלכה, גמרא, אדער דעם רבינ'ס ספרים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנטלויף פון מחלוקת אזוי ווי מען אנטלויפט פון פייער, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יח, ד): "בית דין של מטה געבן נישט קיין עונש פאר א קטן אונטער די דרייצן יאר און בית דין של מעלה שטראפן נאר פון די צוואנציג און העכער, אבער מחלוקת איז אזוי הארב אז אפילו קליינע קינדער ווערן אוועק גענומען פון די וועלט אלס א שטראף פאר מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי די מחלוקה פון קרח אז אפילו די קליינע קינדער פון איין טאג אלט זענען אומגעקומען".


זיי נישט פארנומען מיט אנדערע, נאר קוק אויף זיך; אז דו האסט געפונען א פלאץ אין ברסלב וואו דו שעפסט חיות, דו באקומסט לעבן - זאלסטו נעמען פון דעם פלאץ דיין חיות און דיין חיזוק, און אז אנדערע שפירן זייער חיות אין אן אנדערע חבורה זאל דיר דאס נישט שטערן, יעדער איינער זאל נעמען זיין חיזוק פון זיין פלאץ. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון ענק כיתות כיתות, אזוי ווי מען זעט טאקע צווישן אנשי שלומינו טייערע כיתות.


קוק נישט אויף קיינעם און עס זאל דיר נישט אינטערעסירן קיינעם; עס איז נישט דא קיין צייט צו זיין פארנומען מיט דעם און יענעם, דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): די יארן פונעם מענטש גייען אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן גייט פארביי, נישט ווי א שאטן פון א וואנט, נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט; איז א שאד מען זאל זיין פארנומען מיט אנדערע.


דריי זיך צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן דיבורי אמונה, עצות פון רבי'ן און חיזוק פון רבי'ן, ווייל אין דעם פלאץ וואו מען רעדט פון רבי'ן דארט געפונט זיך דער רבי, דארט וואו מען איז מחזק איינעם דעם צווייטן דארט איז דער אייבערשטער, ווידער דארט וואו מען גראבט אונטער אנדערע, מען פסל'ט דעם און יענעם וכו' וכו', דארט איז דער שטן; אפילו זיי זעען אויס ווי עובדי השם, מען באטיטלט זיך מיט הויכע עובדי'שע טיטלען: 'חסידי ברסלב האמיתיים', 'נקיי הדעת שבירושלים', וכדומה, איז אלעס איין גרויסער בלאף.


פון די וואס רעדן א הויכע שפראך וכו' - זאלסטו זיך זייער היטן, לאז זיך נישט אפנארן בזה העולם; דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מען דארף זייער אכטונג געבן זיך נישט צו לאזן אפנארן, בפרט פון די וואס רעדן א הויכע שפראך, פון די וואס רעדן פון מתקן זיין נשמות; די אלע וואס רעדן הויך די זענען בדרך כלל בעלי דמיונות און פאנטאזירערס, א רחמנות אויף די אלע וואס שלעפן זיך נאך נאך זיי.


מוהרא"ש האט דערציילט אז איינער א פאנטאזירער אין ברסלב האט געזאגט, אז דער הייליגער סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו איז געקומען צו אים בעטן א תיקון; מוהרא"ש האט געשריגן: "ווי שעמט זיך נישט א טאָטער, א פארעך צו זאגן אויף אזא גרויסער גדול בישראל, א צדיק אמת, וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך מוסר נפש געווען אויף תורה - אז ער איז געקומען צו אים פאר א תיקון?!" דאס ווייזט אז דער פאנטעזירער איז נישט מיט אלעמען און עס איז א רחמנות אויף די וואס גייען אים נאך.


דער זעלבער פאנטאזירער האט געזאגט אויף מוהרא"ש בשעת ווען די לויה פון מוהרא"ש האט זיך אזוי פארצויגן, אז ער עוסק צו מתקן זיין מוהרא"ש; נעבעך פאר אים און א רחמנות אויף זיינע נאכשלעפער. אפילו אן אפגעריסענער נאר, א טיפש - וואלט אויך אזוינס נישט געזאגט; זעט אויס אז ער האט אסאך טיפשים וואס לויפן אים נאך, קען ער דאס זאגן.


דעריבער בעט איך דיר, געב אכטונג פון די בעלי דמיונות און פאנטאזירערס און קוק שטענדיג אויף דיינע רווחים; אז דו דרייסט זיך אין א פלאץ וואס מען זאגט אויפ'ן מנהיג אז ער פליט און הימל און ער האט רוח הקודש, דאס אליין איז נאך נישט גענוג פאר דיר, אויב דער וואס פליט אין הימל קען דיר נישט מזכה זיין דו זאלסט זוכה זיין לערנען און דאווענען - איז דאס אלעס בלאף; אז עס גייט פארביי א שטיק צייט און דו האסט נישט זוכה געווען מסיים צו זיין אפילו איין מאל ששה סדרי משנה, הייסט דאס אפגענארט, און דאס הייסט א פארפירער.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך - זאגט דער רבי - איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה פון רבי'ן גייט ארויף בכלליות אויף אלע תאוות און בפרטיות גייט דאס ארויף אויף דאס וואס א מענטש לויפט נאך א מנהיג, א רבי וכו'; דער רבי לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט און אלע חסידים לויפן אים נאך, אלע מיינען אז ער האט עפעס פאר אים ביז עס קומט דעם לעצטן טאג פון לעבן, דאן עפנט דער מנהיג זיינע הענט און מען זעט ליידיגע הענט השם ירחם; דערפאר ווען מען גייט צו א חבורה, צו א מנהיג, צו א גוטער איד וכו', דארף מען אלץ קוקן צי מען באקומט עפעס אין די האנט, אויב גייט מען אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט איז א סימן אז מען נארט זיך. אפילו דער גוטער איד איז א צדיק, א באהאלטענער צדיק, א ל"ו צדיק, א צדיק וואס פליט אין הימל, ער זעט זאכן וכו'; אויב קען ער מיר נישט מזכה זיין מיט מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וכו', איז אלעס בלאף; אויב איך הייב נישט אן רעדן מיט'ן אייבערשטן, איך באקום נישט פון דעם פלאץ שכל ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, אדער מכבד זיין מיינע עלטערן וכו' איז אלעס נארישקייטן.


ליידער פארנארט מען היינט מענטשן מיט לשונות פון קבלה, מענטשן לויפן נאך א מענטש וואס איז בלינד, קרום און שטום, אזוי ווי דער רבי דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה): "א טייל האבן געזאגט אז דער עיקר תכלית איז כבוד וכו' האבן זיי געזוכט א מענטש וואס לויפט זייער נאך זיין כבוד, ביז זיי האבן געזען ווי מען טראגט אן אלטן בעטלער א ציגיינער, און עס זענען אים נאכגעגאנגען פינעף הונדערט ציגיינערס, און דער בעטלער איז געווען בלינד, קרום און שטום", עיין שם; נעבעך, מען נעמט א רבי, א מנהיג וואס איז בלינד, ער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיינע מענטשן, און ער איז שטום - ער רעדט פון אלעס נאר נישט פונעם אייבערשטן.


א צווייטער פאנטאזירער אין ברסלב זאגט אז מוהרא"ש איז אים געקומען אין חלום אז ער האט נישט קיין מנוחה אויבן אין הימל וכו' וכו'; דאס איז בנוסף צו זיינע דמיונות וואס ער פארפירט צענדליגער מענטשן יאר נאך יאר נישט צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה ווייל עס האט זיך אים גע'חלומ'ט אז דער רבי איז מער נישט אין אומאן; א רחמנות אויף די בחורים און אינגעלייט וואס שלעפן זיך נאך נאך אזעלכע דמיונות, בשעת מיר ווייסן אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה"; איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', "לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", נישט נאר ענק זענען אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, "אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּראשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", ראש השנה קען איך יעדן איינעם העלפן, אפילו מענטשן וועם איך קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.


ווי קען מען זאגן נישט קומען אויף אומאן ראש השנה ווען דער רבי האט געהייסן קומען?! דער רבי האט געזאגט פאר'ן ברסלב'ער רב רבי אהרן זכרונו לברכה ווען ער איז געקומען צום רבי'ן בעפאר דעם לעצטן ראש השנה פאר דער רבי איז אוועק - שנת תקע"א, ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז עס איז אים זייער שווער צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, ווייל ער קען נישט איבערלאזן זיין קהילה, האט זיך דער רבי אנגערופן און געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תו): "ווי אזוי זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס דערפון איז נישט פארהאנען, איי אנדערע גוטע אידן זאגן נישט אזוי? איז נאך א קשיא".


זיי זיך קובע שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן משניות און אסאך בלעטער גמרא, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין הלכה און א שיעור אין רבינ'ס ספרים.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויף קומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - מוז איך אפלאזן מיין חסידות, כדי צו ווערן א ברסלב'ער?
חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק דרשות און די בריוו וואס זענען מיר ממש מחי'.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך בין אויפגעוואקסן אין א געוויסע חסידות, וויל איך וויסן אויב איך מוז אפלאזן מיין קהלה און מיין חסידות, כדי צו ווערן א ברסלב'ער?


איך האב גערעדט מיט איינעם א ברסלב'ער איבער דעם, און יענער האט מיר אנגעוויזן וואס דער רבי זאגט אויף אברהם אבינו אז ער האט אפגעלאזט אלעס און נישט געקוקט אויף קיינעם, און יעדער איד דארף זיך אזוי פירן. מיר זעט דאס אבער אויס אביסל איבערגעטריבן, פארוואס זאל איך דארפן אפלאזן אן ערליכע אידישע קהלה, בלויז צו קענען נעמען אויך די עצות פון הייליגן רבי'ן?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קלאר שטעלן, און איך וויל זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס העלפן מיר אזויפיל אין לעבן, איך האב ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דריי מאל ששה סדרי משנה, שוין איבער א האלב יאר וואס איך בין מעביר סדרה יעדע וואך, כ'האב שוין געענדיגט רוב שלחן ערוך און רוב מדרש רבה און גאנץ נ"ך, און איך האף ס'וועט נישט נעמען נאך לאנג ביז איך וועל מאכן א גרויסע סיום אויף בבלי און ירושלמי, אויסער נאך פילע שיעורים וואס איך לערן ב"ה, און אויסער די נאך פילע עצות פון הייליגן רבי'ן וואס באגלייטן מיר ממש אויף טריט און שריט, איך קען זיך נישט גענוג באדאנקען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דער ברסלב'ער חסיד איז און צי ער האט בכלל שייכות מיט'ן רבי'ן; לויט ווי דו לייגסט מיר אראפ זיין ענטפער וכו', ווייסט ער נישט וואס דער רבי וויל פון אונז.


דער רבי וויל נישט אוועקנעמען מענטשן פון זייער מסורה, פון זייער וועג ווי אזוי זיי לעבן; דער רבי וויל איין זאך, אונז ברענגען צו אזא מדרגה אז מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן געדענקען אז עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף די וועלט נאר דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק ווער מען איז און פון וואו מען שטאמט - זאל מען אפלעבן דאס לעבן מיט אמונה און מיט שמחה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אונטערוועגנס אויפ'ן וועג קיין נאווריטש (חיי מוהר"ן, סימן רנ): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך בין בכח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא מִבָּעֲיָא יִשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים", נישט נאר די אידן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן, "אֶלָּא כָּל הָאֻמּוֹת הָעוֹלָם כֻּלָּם אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְהָיִיתִי יָכוֹל לְהוֹלִיכָם סָמוּךְ לְדַת יִשְׂרָאֵל", נאר אפילו די אומות העולם קען איך אויך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך דיר, בלייב ווייטער מקושר מיט דיין פלאץ וואו דו ביסט אויפגעוואקסן, גיי נישט אוועק פון דיין חסידות. נעם די חיזוק פון רבי'ן אויף א פריוואטע וועג; לערן דיינע שיעורים אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן, בעט אים יעדע זאך, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט אים און ברענג אריין די שכינה אין שטוב, דאס הייסט זאלסט זען עס זאל זיין שלום ביי דיר אין שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ, שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה רוט אין שטוב, ווייל דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום' (שבת י.). און אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה.


זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע, דו זאלסט דינען דעם אייבערשטן אויף דיין וועג. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, השמטה, תחלת חלק שני): אויפ'ן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן וויבאלד ער איז געווען איינער אליין, ער האט נישט געקוקט אויף קיינעם אין די וועלט; ווען א מענטש קוקט נאר אויף זיך דעמאלט איז ער א גליקליכער מענטש, א צופרידענער מענטש. צו וואס פעלט דיר אויס מאכן א מחלוקה וכו'? צו וואס פעלט אויס זיך צו גיין רייצן מיט אנדערע, דערציילן אלעמען: "איך בין א ברסלב'ער"? וואס פעלט דיר אויס אז אלע זאלן אנהייבן קריגן אויף דיר? מען וועט דיר אויסשליסן פון די משפחה, מען וועט זיך דערווייטערן פון דיר ווי מען דערווייטערט זיך פון א קראנקן; דערפאר איז בעסער פאר דיר צו זיין מקושר צום רבי'ן שטילערהייט, לערן און דאווען און זיי פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - דער גבאי פון שול האט מיר זייער פארשעמט, זאל איך צוריקגיין אהין?
מחלוקת, בית המדרש, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאווען אין א גרויסע שול אין מיין געגנט, און די וואך האט איינער עפעס שאדן געמאכט פאר די שול, און דער שמש האט באשלאסן אז איך בין האב עס געטון, און לכבוד דעם האט ער מיר זייער שטארק פארשעמט אין פארנט פון יעדן מיט מורא'דיגע בזיונות, אן אפילו מברר זיין צי ס'איז אמת. איך בין געווארן פון דעם אזוי צובראכן אז נעכטן האב איך געדאווענט מנחה מעריב אינדערהיים, איך האב זיך פשוט געשעמט צו גיין אין שול. און איך טראכט נישט אזוי שנעל צוריקצוגיין אהין ווי לאנג ער קומט מיר נישט איבערבעטן. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק דאווענען אין שול און מאך נישט קיין עסק פון דעם וואס דער גבאי האט דיר פארשעמט.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפן וועג איז צוגעקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רבי א שטיק צואה, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וואוסנדיג געמאכט פון דעם נאר ער איז ווייטער געגאנגען, אבער דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט אים האט זיך אויסגעדרייט צו דעם מתנגד און אנגעפאנגען שרייען: "שגץ!" וכו' און דער מתנגד האט צוריק געשריגן וכו', האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


בלייב דאווענען אינעם שול וואו דו דאוונסט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דער וואס בלייבט דאווענען אינעם זעלבן שול, ער קוקט נישט אויב מען פארשעמט אים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, ער קומט אין שול צום אייבערשטן, דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עָנָיו" און א "חָסִיד", אזא מענטש איז "מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון א מחלוקת?
כיבוד אב ואם, מחלוקת, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב צוויי שוואגערס וואס זענען געווען שותפים אין א ביזנעס און זיי האבן זיך צום סוף צעקריגט אויף זייער א שווערע פארנעם, מ'זיצט אסאך ביי דין תורה'ס און מ'רעדט זייער אסאך איינער אויפ'ן צווייטן. איך בין געווארן אריינגעמישט אינדערמיט קעגן מיין ווילן, ווייל מיין טאטע שיקט מיט מיר מעסעדזשעס צו מיין שווער, און מיין שווער שיקט אויף צוריק, און ביידע שוואגערס זענען ברוגז אויף מיר ווייל יעדער האלט אז איך העלף די אנדערע זייט. און אזוי ווער איך צוריסן פון ביידע זייטן. ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון אזא פלאנטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון פראבלעמען; נעם דיר די ווערטער פאר דיין וועג ווייזער אין לעבן, זאלסט אנטלויפן פון פראבלעמען.


אז דיין משפחה איז פארמישט מיט מחלוקות, וואס דארפסטו אריין שטעקן דיין קאפ צווישן זיי? ביים סוף וועסטו ליידן מער פון אלעמען ווייל מען וועט דיר נעמען פאר'ן כפרה הינדל. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות נו.): רבא איז געזיצן אין בית המדרש, ווען פלוצלינג האט ער געהערט א געשריי, ער האט געזען ווי צוויי בלינדע מענטשן קריגן זיך, איז רבא צוגעגאנגען און אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן, האבן זיי ביידע גענומען שלאגן רבא; זעט מען פון דעם אז ווען מען קריגט זיך זאל מען אנטלויפן פון דארט, נישט צו האבן צוטון מיט די מחלוקה.


זאלסט נישט טראגן און ברענגען שלעכטס פון איינער צום צווייטן; אז דיין טאטע הייסט דיר זאגן דאס און יענץ מיינט נישט אז דו דארפסט דאס טון, דאס איז נישט כיבוד אב; מען הערט אויס וואס דער טאטע זאגט, מען ענטפערט נישט און מען טראגט נישט ווייטער.


כיבוד אב ואם איז נישט דאס, נישט יעדע זאך דארף מען טון וכו'; כיבוד אב ואם איז אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב. אז דו וועסט בויען א שיינע שטוב, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב, און מחנך זיין דיינע קינדער - דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם. דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט שטיין ווייט פון מחלוקת.

#32 - וואס טו איך ווען מיינע עלטערן מישן מיר אריין אין זייער מחלוקת?
כיבוד אב ואם, קינדער, מחלוקת, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די מורא'דיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג, עס געבט מיר חיות אנצוגיין. ספעציעל די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, וואס איך פרוביר צו טון יעדן טאג, און איך האב שוין געהאט ברוך ה' אסאך מעשיות פון תפלה, איך שרייב עס אראפ און ווען איך בין אביסל צעבראכן ליין איך עס און דאס געבט מיר אסאך חיזוק. א גרויסן יישר כח.


איך בין א ניינצן יעריגע מיידל פון א שווערע שטוב, מיינע עלטערן קריגן זיך אסאך, אויך אין פארנט פון די קינדער, און אסאך מאל איז עס מיר זייער שווער צוצוקוקן. זייער אסאך מאל מאכט זיך אז איינע פון מיינע עלטערן וועלן מיר אריינמישן אין די מחלוקת און מיר הייסן זיך אננעמען פאר זיי און רעדן קעגן דעם אנדערן. איך ווייס אז איך טאר דאס נישט טון, אבער וואס זאל איך יא טון אין אזא צייט?


אוועקגיין פון שטוב איז נישט קיין עצה פאר מיר, ווייל ביי מיין באבע און זיידע איז נאך ערגער. האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס אן עצה פאר מיר? דאס איז מיר נוגע כמעט יעדן טאג.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם?" ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגן דמה בן נתינה. "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפ געפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן אויפצוהויבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפ בייגן און זיך מצער זיין.


אין דעם זכות וואס איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן, איר וועט זיך נישט מישן ווען זיי קריגן זיך, איר וועט זיי ביידע מכבד זיין – וועט איר טרעפןן בקרוב אייער זיווג.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן ווען מען וויל אייך אריין שלעפן אין א קריגעריי: "הייליגע באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן נישט צו מזלזל זיין אין די כבוד פון מיין טאטע מאמע; העלף מיר בזכות וואס איך בין זיי מכבד און איך בין נישט מזלזל אין זיי, אז איך זאל זוכה זיין צו א ערליכע גוטע חתן, און צוזאמען בויען א שיינע שטוב".


דאס זאלט איר שטענדיג בעטן שטילערהייט.

#31 - ווי אזוי האט איר זיך געקענט דערהאלטן?
התחזקות, מחלוקת, אשר בנחל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל אייך באדאנקען אויף אלע חיזוק און דרשות, עס איז מיר מחיה שוין פאר אסאך יארן, און נישט נאר מיר נאר נאך פילע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט.


איך שטיי און איך וואונדער זיך ווי אזוי איר האט געקענט באווייזן דאס וואס איר האט באוויזן, ווען מ'קוקט אויף צוריק די שנאה און העצע וואס איז געווען אויפ'ן גאס קעגן אייער מהלך, קען מען ממש שטוינען ווי אזוי די וועלט האט זיך אזוי איבערגעדרייט, ווען היינט זעט שוין כמעט יעדער די גרויסקייט פון היכל הקודש, וויפיל אידן זענען זיך מחיה און שעפן עצות און חיזוק פון די עצות און דרשות. ובפרט איבער דעם ענין פון מאכן ביליגע שמחות, קוקט מען זייער שטארק ארויף אויף אייך.


איך וויל אבער פארשטיין ווי אזוי איר האט געהאט די כוחות הנפש די פריערדיגע יארן צו קענען זיך האלטן אזוי שטארק, פירן פארצווייגטע מוסדות, געבן אזויפיל דרשות און חיזוק, טראץ די אלע התנגדות וואס איז געווען קעגן אייך. איך טראכט אז אויב וועט איר ארויסגעבן פון וואו איר פערזענליך האט גענומען די חיזוק און כח נישט צו צעפאלן אין די שווערסטע זמנים, וועלן אנדערע אידן אויך קענען נעמען חיזוק פון דעם ווייטער אנצוגיין אין זייערע שווערע צייטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווילסט וויסן דער סוד ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן און אנגיין אפילו אין שווערע צייטן? דער סוד איז לערנען דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל' וואס ענטהאלט וואונדערליכע בריוון וואס מוהרא"ש האט געשריבן דורכאויס זיין גאנץ לעבן.


ווען מען לערנט דעם ספר בויט זיך אויף אינעם מענטש א קלארע אמונה; מען הייבט אן קוקן אויף די וועלט ווי אלעס איז איין שטיק אייבערשטער - דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן. מען ווערט נישט מיואש ווען מען האט שווערע צייטן ווייל מען ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער שטייט אונטער אלעס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר פערזענליך מחזק געווען אין אלע שווערע צייטן, אבער בעיקר חיזוק האב איך גענומען פון מוהרא"ש'ס ספרים; דער ספר איז דער בעסטער חבר וואס איז שייך, ווייל דעם ספר קענסטו נעמען מיט זיך א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט.


ווען מען איז אנגעהאנגען אין א צווייטן ווערט מען זייער צעבראכן, ווייל דער מענטש אויף וועם מען איז אנגעהאנגען קען דאך נישט זיין גרייט פאר דיר ווען אימער דו דארפסט חיזוק וכדומה, יענער דארף דאך עסן, שלאפן און עוסק זיין אין זיינע פריוואטע זאכן, ער איז דאך אויך א מענטש; קומט אויס אז אויב דו ווארטסט צו באקומען חיזוק און דער מענטש איז נישט גרייט פאר דיר - וואס קענסטו טון? אבער אז דו האסט די ווערטער פונעם צדיק, דעם ספר פונעם צדיק - דאס קענסטו נעמען מיט זיך טאג און נאכט נאכט און טאג, און דאס האט מיר מחזק געווען אין אלע שוועריקייטן וואס איך בין אריבער (די שוועריקייטן וואס דו ווייסט און אויך די אלע שוועריקייטן וואס איז דיר נישט באקאנט, ווייל נאך אסאך מער שוועריקייטן בין איך אריבער פריוואט וכו' וכו') און דאס איז מיר נאך יעצט ווייטער מחזק.


אז דו וועסט לערנען דעם ספר אשר בנחל וועסטו פארשטיין ווי מען קען אנגיין אין לעבן אפילו אלע שפעטן פון דיר און אלע מאכן חוזק וכו' וכו'; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן אליינס. מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק אז מען שפירט זיך שוין יעצט ווי מען אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט לגבי דעם ספר אשר בנחל: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל עס איז נישט דא נאך א ספר וואס זאל זיין א שטיק געטליכקייט אזוי ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הייבט אן בענקען צום אייבערשטן.


זאלסטו זיך אויך מאכן א שיעור אין דעם ספר אשר בנחל, "הֲפָךְ בָּהּ וַהֲפָךְ בָּהּ, דְּכֹלָּא בָהּ (אבות ה, כב)"; לאז נישט אפ דעם ספר "אשר בנחל". אז דו וועסט דאס לערנען וועסטו שוין נישט דארפן קיין שום חיזוק און קיינער וועט דיר נישט קענען צעברעכן, דו וועסט לעבן מיטן אייבערשטן בתכלית השלימות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - זאל איך לאזן מיינע קינדער שפילן מיט שכנים וואס זענען נישט וואקסינירט?
רפואה, מחלוקת, וואקסינען, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א שכן וואס זיין ווייב איז פון די מענטשן וואס געבן נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער, און אונזערע קינדער שפילן געווענליך אינאיינעם, וואס דאס איז א טובה פאר ביידע. אבער יעצט ווען ס'איז פארשפרייט געווארן די מיזעלס מחלה ביים היימישן עולם, האב איך זייער מורא פון דעם. איך האב געהערט אז צוליב א שמחה האבן זיי געהאט געסט וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט מיזעלס, און איך האב א קליין קינד וואס קען נאכנישט ווערן וואקסינירט.


מיר זענען אין א דילעמע, מיר ווילן נישט מאכן קיין מחלוקת מיט די שכנים, אבער ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן ווערן אנגעשטעקט. וואס איז די ריכטיגע וועג צוצוגיין צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין מחלוקת מיט די שכנים; אז מען טוט וואס די תורה הייסט טון ווערט מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, מער פון דעם קען מען נישט טון און מען דארף נישט טון. די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן נישט פאר מלאכים, דעריבער אז דו פאלגסט די תורה און דו געבסט וואקסינען פאר דיינע קינדער, וועט דער אייבערשטער אפהיטן דיר מיט דיינע קינדער פון אלעם שלעכטס.


זיי צו לעבן בשלום מיט אלעמען - בפרט מיט שכנים; יעדע זאך פירט זיך מיט א פונקטליכער חשבון. דאס וואס מען וואוינט אין א דירה מיט שכנים דאס איז מיט א פונקטליכער חשבון פונעם אייבערשטן אז דיקא דער מענטש זאל וואוינען נעבן די און די מענטשן. דעריבער זאלסטו זייער אכטונג געבן צו לעבן בשלום מיט דיינע שכנים עס זאל נישט זיין קיין שום מחלוקת צווישן אייך.

#29 - ווי אזוי פירט מען זיך אין די ספירה טעג?
מחלוקת, בין אדם לחבירו, ספירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


כ'האב אמאל געהערט א שיעור פון א רב איבער הלכות בין המצרים, און ער האט געזאגט אז דער איסור פון הערן ניגונים אין בין המצרים איז נאר פרייליכע ניגונים, וואס דאס ווערט אנגערופן מחולות, אבער ווארימע ניגונים מעג מען יא. ערגעץ האב איך אבער געליינט אז מען טאר נישט, וויל איך וויסן וואס די הלכה איז ביי דעם.


יישר כח.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין די ספירה טעג זענען מיר מתאבל אויף די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון דעם הייליגן תנא רבי עקיבא וואס זיי זענען אויסגעשטארבן אין די טעג פון ספירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם דערציילן (יבמות סב:): "שְׁנַיִם עָשָׂר אֶלֶף זוּגִים תַּלְמִידִים הָיוּ לוֹ לְרַבִּי עֲקִיבָא", פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים האט ר' עקיבא געהאט, "וְכֻלָּן מֵתוּ בְּפֶרֶק אֶחָד מִפְּנֵי שֶׁלֹא נָהֲגוּ כָּבוֹד זֶה לָזֶה, וְהָיָה הָעוֹלָם שָׁמֵם", און אלע פון זיי זענען געשטארבן אין איין צייט ווייל זיי האבן זיך נישט מכבד געווען איינער דעם צווייטן, און די וועלט איז געווען דעמאלט וויסט פון תורה; דאס איז געווען אין די טעג פון ספירה. דעריבער האלטן מען אין די טעג אבילות, מען הערט נישט קיין מוזיק, מען מאכט נישט קיין חתונות און מען באנייט נישט קיין נייע קליידער וכו'.


אין די טעג דארפן מיר זיך שטארקן און אריינטראכטן ווי אזוי מיר פירן זיך אויף בין אדם לחבירו; מען זאל זען מער אכטונג געבן אויף א צווייטן און נישט טשעפען א צווייטן, אזוי וועלן מיר פארעכטן וואס זיי האבן פוגם געווען. ווייל די תלמידים פון ר' עקיבא האבן זיך נישט געקענט סובל זיין איינער דעם צווייטן, זיי האבן געקוקט מיט א שלעכט אויג איינער אויפן צווייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סא, ג): "שְׁנֵים עָשָׂר אֶלֶף תַּלְמִידִים הָיוּ לְרַבִּי עֲקִיבָא מֵעַכּוֹ וְעַד אַנְטִיפְרָס, וְכֻלָּם בְּפֶרֶק אֶחָד מֵתוּ, לָמָּה? שֶׁהָיְתָה עֵינֵיהֶם צָרָה אֵלּוּ בְּאֵלּוּ"; דאס דארפן מיר פארעכטן אין די איצטיגע טעג.


דער הייליגער אריז"ל זאגט (לקוטי תורה, בלק): די פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן אין די טעג פון ספירה, דאס זענען גלגולים פון די פיר און צוואנציג טויזענט מענטשן וואס זענען געשטארבן ביי די מגיפה פון די עבירה פון זמרי בן סלוא; ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין ניאוף ווערט אים דער מח פארדרייט, ער הייבט זיך אן קריגן מיט א צווייטן, ער הייבט אן קוקן שלעכט אויף א צווייטן און ער איז מקנא א צווייטן. נאכדעם הייבט ער אים אן פיינט צו האבן ביז מען קומט צו רציחה ממש רחמנא לצלן; מען זעט אז די ראשי תיבות פון ש'נאה, ק'נאה און ר'ציחה איז ש'ק'ר', דאס איז די סיבה פארוואס א מענטש קריקט זיך מיט א צווייטן, אלעס ווייל ער ליגט אין ניאוף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ט.): דער ערשטער בית המקדש איז חרוב געווארן ווייל זיי האבן עובר געווען אויף די דריי הארבע עבירות, דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן נאר וועגן שנאת חנם, פירט די גמרא אויס: "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ליב צו האבן איינער דעם צווייטן און אנטלויפן פון מחלוקת, אזוי וועלן מיר קענען ברענגען משיח צדקינו.

#28 - מחלוקת אין ברסלב
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען אויף די הערליכע שיעורים וואס איז געווארן ביי מיר א דרך חיים.


איך וואלט געוואלט פרעגן וועגן א שווערע פראבלעם וואס איך גיי אריבער. איך קום פון א ברסלב'ע משפחה, און מיר פרובירן צו לעבן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. דער פראבלעם איז אז אזוי ווי ביי אנדערע חסידות'ן איז אויך פארהאן מחלוקת אין ברסלב, נישט יעדער איז אייניג מיט אלע שיטות, און דאס ברענגט אז מ'זאל זיך ארומקריגן.


איך ווייס אז דער רבי האט געזאגט "רק החזיקו עצמכם" און דאן "תהיו אנשים כשרים", אויב וועלן די ברסלב'ע חסידים זיך האלטן צוזאמען מיט אחדות, דאן וועט מען זיין ערליכע אידן. איז ווי אזוי קען מען פירן מחלוקת און צעברעכן משפחות?


איך באלאנג צו איין קרייז אין ברסלב, און איך האב צוויי ברידער וועלכע זענען זייער קעגן יענעם קרייז און פירן א מחלוקת, איך בין זייער אנגעווייטאגט אויף זיי, ווייל איך ווייס אז זיי טוען עס נישט לשם שמים, און דעריבער וויל איך נישט גיין צו זייערע שמחות, און עס קומט אויס אז איך בין מצער מיינע עלטערן. די משפחה ווערט צעריסן און דאס איז זייער נישט גוט. ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין עס נישט צו נעמען שטארק צום הארצן?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך כיתות; וויבאלד עס זענען דא אלע סארט מענטשן אויף דער וועלט, עס זענען דא לעבעדיגע מענטשן - זיי דארפן א וועג פאר זיך, עס זענען מער צובראכענע מענטשן וכו' - זיי דארפן א אנדערע וועג. עס זענען דא למדנים, און עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לערנען וכו'; מיט יעדן איינעם דארף מען רעדן אן אנדערע שפראך וכו', דערפאר האט דער רבי געזאגט: "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג צולייגן צו דעם שיחה פון רבי'ן: "דער רבי האט טאקע געזאגט 'איך וועל מאכן פון אייך כיתות כיתות', אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן, און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


דאס וואס מען זעט ליידער אז אין ברסלב קריגט מען זיך איינער מיטן צווייטן, אויף דעם ערשיינונג זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (סוטה מז:): "מִשֶּׁרַבּוּ תַּלְמִידֵי שַׁמַּאי וְהִלֵּל שֶׁא שִׁמְּשׁוּ כָּל צוֹרְכָן, רַבּוּ מַחְלוֹקֶת בְּיִשְׂרָאֵל, וְנַעֲשֵׂית תּוֹרָה כִּשְׁתֵּי תּוֹרוֹת", און אזוי איז אויך ביים רבי'ן; ווען א מענטש לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, זיין גאנצע קאפ איז נאר פארנומען ווי אזוי ער קען נאכאמאל איבער גיין דעם רבינ'ס ספרים, ער לערנט יעדן טאג ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות, ער פאלגט דעם רבי'ן, ער איז זיך מתבודד מיטן אייבערשטן יעדן טאג; אזא איינער האט נישט מיט קיינעם קיין שייכות, עס אינטערעסירט אים נישט א צווייטן, אים אינטערעסירט נאר דעם אייבערשטן, ער זינגט צום אייבערשטן א גאנצן טאג; אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם.


אבער וויבאלד עס ווערן מקורב צום רבי'ן תלמידים שלא שמשו כל צרכן, וואס דער גאנצער קאפ איז נאר ישות און גיאות, געלט און כבוד וכו' וכו', פון דעם נעמט זיך די אלע מחלוקת צווישן איין גרופע אינעם צווייטן; אנשטאט נעמען יעדע שיחה און יעדע תורה פון רבי'ן פאר זיך, און טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מיר פארבעסערן, ווי אזוי קען איך זוכה זיין צוקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט', איז מען פארנומען צו רודפ'ן ערליכע אידן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכא): אויפן פסוק (תהלים מ, ח-ט): "אָז אָמַרְתִּי הִנֵּה בָאתִי בִּמְגִלַּת סֵפֶר כָּתוּב עָלָי, לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", ווען א מענטש לערנט א ספר פון א צדיק, ער לערנט דאס אויף א וועג: "כָּתוּב עָלָי", אז דאס וואס שטייט אין דעם ספר מיינט אים, איז א סימן, אז: "לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ אֱלֹקַי חָפָצְתִּי", אז דער מענטש וויל זיין אן ערליכער איד.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא): אויפן פסוק (דניאל יב, ב): "וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", יעדעס מאל עס ווערט באוואוסט א נייע שכל - א נייע דרך אין עבודת השם, זענען דא צוויי סארט מענטשן, איינער איז זיך מחי' מיט יעדן דיבור, מיט יעדע טראפ שכל, ביי אזא מענטש איז - "אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם", ער שפירט ביי זיך אז ביז יעצט איז ער געווען ממש א מת, ער האט נישט געלעבט, ער איז געשלאפן א טיפע שלאף, און דער רבי האט אים אויפגעוועקט, ער הייבט אן לעבן; נאכדעם זענען דא וואס ניצן נישט די שכל און די לימודים פאר חיי עולם, נאר אויף חוזק צו מאכן פון יענעם, זיי זוכן ווי מען קען נאך איינעם אוועק מאכן – "וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", ווי זיי קענען יענעם וויי טון און יענעם אוועק מאכן.


דערפאר, אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן, דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל אייביג בלייבן מקושר צום רבי'ן, איך זאל אייביג האבן א געפיל אין רבי'ן, איך זאל געדענקען וואס דער רבי האט געטון מיט מיר. רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל נאר זיין פארנומען מיט מיר, איך זאל פאלגן דעם רבי'ן. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז ווען איך לערן די תורות פון רבי'ן זאל איך עס נעמען פאר מיר, נישט אזוי ווי די וואס נעמען עס לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם אזוי ווי דער רבי זאגט – ווען א צדיק זאגט תורה, וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אלע איינגעשלאפענע מענטשן וועקן זיך אויף, אבער נישט אלע זענען גלייך, נאר אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם, וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת לְדִרְאוֹן עוֹלָם, דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל נעמען דעם רבי'ן 'לְחַיֵּי עוֹלָם', איך זאל לעבן מיטן רבי'ן, איך זאל געדענקען אז איין טאג וועל איך איבערלאזן די וועלט, מען וועט מיר באגראבן אין בית החיים, איך וועל בלייבן דארט איינער אליין, איך וועל גארנישט מיט נעמען מיט מיר נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים".


געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בְּמָקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; דאס איז זיין זאך, ווי מען קען מאכן מחלוקת. דערפאר דארף מען אנטלויפן פון מחלוקת ווי פון פייער, בפרט ווען דער יצר הרע קומט מיט א שלייער פון לשם שמים, דאן איז דאס זייער מסוכן, ווייל אזוי כאפט ער אריין אפילו די ערליכע אידן; ער רעדט זיי איין אז עס איז א מצוה צו טשעפען א צווייטן, צו רודפ'ן א צווייטן.


דאס זאלט איר גוט וויסן, אויב איינער רעדט איין צו רודפ'ן יענעם, צו טשעפען א צווייטן, דארף מען פון אים אנטלויפן, ווייל דער איז דער שטן אליין. ווען דער שטן זעט אן ערליכע חבורה, אדער א ערליכע משפחה וואס פירן זיך בדרך התורה, זיי זענען ווייט פון עבירות, און ער פרובירט מיט אלע וועגן זיי צו בייקומען, אבער עס גייט אים נישט, דאן קומט ער צו זיי מיט א פרומע'ן שלייער; ער פלאקערט אויף א מחלוקת, וואס דאס איז דער ערגסטער זאך ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס דאס גרויסקייט פון שלום (דרך ארץ זוטא, פרק השלום) און ווי דער אייבערשטער האט פיינט מחלוקת (דרך ארץ זוטא, פרק ט).


איר זאלט זען אז ביי אייך אין שטוב זאל מען זיך נישט קריגן, און איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ביי אייך אין שטוב לעבט מען בשלום; דאס וואס איר שרייבט אז אייערע געשוויסטער זענען בעלי מחלוקת און מחרחרי ריב, זיי טוהן אלע שווארצע ארבעט וכו', און דערפאר האלט איר זיך אפ פון גיין צו משפחה שמחות און דאס טוט זייער וויי פאר אייערע עלטערן; איך האלט אז איר זאלט יא גיין צו די שמחות פון אייערע עלטערן, מיט דעם וועט איר מאכן פאר זיי א נחת רוח, און מיט אייערע געשוויסטער זאלט איר רעדן סתם זאכן, דרייט אייך ארויס פון רעדן איבער זאכן וואס איר האט דערין חלוקי דעות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכב): "כִּי זֶה יָדוּעַ, שֶׁמִּדַּת הַנִּצָּחוֹן אֵינָהּ סוֹבֶלֶת הָאֱמֶת", דאס איז באוואוסט, אז ווען א מענטש וויל אויספירן, וועט ער קיינמאל נישט מודה זיין אויפן אמת, "כִּי אַף אִם יֵרָאֶה לָעֵינַיִם דְּבַר אֱמֶת, יִדְחֶה אוֹתוֹ מֵחֲמַת הַנִּצָּחוֹן", און אפילו מען וועט אים אויפווייזן בפירוש מיט קלארע באווייזן אז ער איז נישט גערעכט, וועט ער אויך נישט מודה זיין אויפן אמת, ווייל ער וויל אויספירן; איז דאך א שאד זיך צו טענה'ען און זיך קריגן מיט א צווייטן.


איך האף אז איר פארשטייט וואס איך שרייב אייך, און איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט די משפחה אן מחלוקת, אפילו איר האט חלוקי דעות צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - עס איז דא אסאך מחלוקת אין די שול וואו איך דאווען
חסידות ברסלב, מחלוקת, בית המדרש

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב ר' יואל שליט"א,


איך דאווען אין א געוויסע ברסלב'ע בית המדרש, אבער עס שטערט מיך זייער שטארק אז מען האלט זיך אין איין קריגן דארט, ממש אויף שטותים, עס איז ממש א ווייטאג און א בזיון פאר'ן רבי'נס נאמען.


אין אנהויב האב איך געטראכט אז איך וועל זיצן אין מיין ווינקל און לערנען און דאווענען אבער עס איז כמעט נישט מעגליך נישט צו ווערן מיטגעשלעפט. זאל איך אוועקגיין דאווענען? איך ווייס נישט וואס צו טון.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                                             יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער א וויכטיגע זאך אז מען זאל האבן איין שול וואו מען דאווענט, און נישט בייטן און ארום לויפן יעדע שטיק צייט צו א צווייטע שול.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הַקּוֹבֵעַ מָקוֹם לִתְּפִלָּתוֹ, אֱלֹקֵי אַבְרָהָם בְּעֶזְרוֹ", ווער עס איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען בקביעות, וועט דער אייבערשטער וואס האט געהאלפן אברהם אבינו אים אויך העלפן, "וּכְשֶׁמֵּת, אוֹמְרִים לּוֹ, אִי עָנָיו, אִי חָסִיד, מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ", און ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף אים ביים הספד: וויי פאר דעם עניו וואס איז נפטר געווארן, וויי פאר דעם חסיד וואס איז נפטר געווארן, ער איז געווען פון די תלמידים פון אברהם אבינו; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען אין א באשטימטע פלאץ.


לכאורה, דארפן מיר פארשטיין וואס די גמרא זאגט דא; אז א מענטש איז זיך קובע א פלאץ וואו צו דאווענען קומט אים שוין אזעלכע טיטלען: "עניו", "חסיד", "מתלמידיו של אברהם אבינו", וואס האט ער שוין געטון אז מען געבט אים אזעלכע טיטלען?! ווען איך פלעג לערנען די גמרא איז דאס מיר זייער שווער געווען, ביז איך האב געטראפן א בריוו פון מוהרא"ש וואו מוהרא"ש איז זייער שיין מסביר די גמרא (אשר בנחל, מכתב יט אלף, קפה); אז געווענליך אין א שול קען זיך מאכן וויכוחים און אומבאקוועמליכקייטן, בפרט ביי חסידים וכו'; ממילא, אויב א מענטש איז זיך קובע א בית מדרש וואו ער דאווענט, און ער גייט נישט אוועק פון דארט, ער בלייבט דארט דאווענען אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, אפילו מען טענה'ט זיך וכו', דאס איז א סימן אז דער מענטש איז א "עניו" און א "חסיד", אזא מענטש איז "מתלמידיו של אברהם אבינו", ווייל אויב וואלט ער נישט געווען קיין עניו, וואלט ער שוין לאנג אוועק געלאפן פון דארט, און נאכדעם וואלט ער אוועקגעלאפן פון דעם אנדערן שול, און אזוי ווייטער, אבער ווען א מענטש איז א עניו, ער ווייסט ביי זיך: 'איך בין גארנישט, איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט; איך קום נישט צו קיינעם דא אין שול, איך קום נאר צום אייבערשטן', דאס איז א סימן פון אן ערליכער איד.


דו זאלסט קיינמאל נישט האבן א חלק אין קיין שום מחלוקת, בפרט אין מחלוקת וואס איז לשם שמים, ווייל דאס איז זייער א מסוכנ'דיגע זאך.


וואס זאל איך דיר זאגן, איינער וואס לעבט מיט אביסל ישוב הדעת, דער לעבט מיט תכלית; ער ווייסט ביי זיך 'נאך אביסל וועל איך אוועק גיין מזה העולם, מען וועט מיר אויסטון מיינע קליידער און מיך אריין לייגן אין דער ערד; קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר, קיינער וועט נישט זארגן פאר מיר, פארוואס זאל איך זיין פארנומען מיט מחלוקת און קריגערייען, וואס וועל איך האבן פון דעם?' אזא איינער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, ער לעבט בשלום מיט אלעמען.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט וועלן געבן א משל אז מען זאל אנטלויפן פון מחלוקת, פלעגט ער שטענדיג נעמען אלץ משל איינער וואס ליגט אין שפיטאל קראנקערהייט, פאר א מענטש וואס געפונט זיך אין אזא מצב לא עלינו וועט נישט אינטערעסירן קיין שום מחלוקת און קיין שום פאליטיק, מוהרא"ש פלעגט זאגן: פראבירט צו צו גיין צו איינעם וואס ליגט טויט קראנק, זאג אים אריין אין אויער "דו ווייסט, דער און דער איז א שגץ"; "דו ווייסט וואס טוט זיך דארט ביי דעם רבי'ן... אויף טיש און אויף בענק", וואס וועט דער חולה זאגן? "איך בעט דיר, לאז מיר אפ; איך גיי שוין שטארבן. וואס ווילסטו פון מיר? קוק מיר אן, קוים וואס איך אטעם, קוים וואס איך לעב, וואס גייט מיר אן וואס מען רעדט אויף א צווייטן?"


די אלע וואס שטייען אין שפיץ און פירן אן מחלוקת זענען פוסטע לייט; קוק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין עא:): ווען צוויי מענטשן קריגן זיך, און איינער פון זיי שווייגט, זאלסטו וויסן אז דער איז א גרעסערער מיוחס, און פארקערט אויך, ווער עס קריגט זיך מיט יעדן איינעם, דער איז נישט בסדר; אפילו ער זעט אויס ווי א צדיק, איז ער א משוגע'נער צדיק - ווי דער רבי רופט אזא איינעם (ספורי מעשיות, מעשה ג - מחיגר); דער רבי פארציילט דארט, אז ווען די גזלנים זענען אנגעקומען צו דעם פלאץ וואו דער חיגר האט אויסגעשפרייט די שטויב, האבן זיי אנגעהויבן שרייען אויף זייערע טעג און יארן, זיי האבן תשובה געטון; אבער וויבאלד עס איז געווען דארט אויסגעמישט פון די שטויב פון משוגעים, זענען זיי געווארן "משוגע'נע צדיקים"; זיי האבן זיך אנגעהויבן צו קריגן איינער מיטן צווייטן. דער האט געשריגן: "איבער דיר האבן מיר געטוהן די אלע עבירות", און דער האט געשריגן: "איבער דיר וכו'", ביז זיי האבן זיך אויסגע'הרג'ט איינער דעם צווייטן. קוק נאך די מעשה.


דערפאר זאלסטו ווייטער דאווענען אין דיין ווינקל, און זיי זיך נישט מבלבל פון א צווייטן; דו קוק נאר אויף דיר און אויף דיינע קינדער, דאן וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

#26 - איבער הרה"צ רבי אשר פריינד ז"ל
חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד הרב רבי יואל ראטה שליט"א,


גמר חתימה טובה, שנת חיים ואושר, הצלחה מרובה בפעילתכם החשובה לטובת הבחורי חמד ולטובת כלל ישראל.


כמשפיע רוחני בטח ידוע לכם שהמון אנשים גם כאלה ששייכים לחוגים אחרים ושותים בצמא את דברי רבותיהם שליט''א, מקשיבים בהנאה לרעיונכם והגיגים הברוכים ע"י קליפים וכו' ונהנים מזה בדברי חיזוק עצה ותושיה, ובטח פועל הרבה אצלם, כידוע שהדיבור פועל הרבה בקדושה, וזכות הרבים תלוי בו, כן יוסיף ה' לתת ברכה בפרי עמלכם לקרב את בני עם ה' החביבים לו כ''כ אליו, זה בכה וזה בכה.


בכ"ז אבקש להביא לתשומת לבכם על שגגה שיצא מפי השליט, כשדיבר על צדיק מו"ר רבי אשר פריינד זיע"א בחוסר זהירות מספיקה, כידוע רבי אשר עבר המון רדיפות והשפלות והתנגדות מצד אנשים שהיה קשה להם לשמוע את האמת של הדבר ה', ובחר בחותמו של הקב"ה שזה אמת ולא להתבייש מאף אחד חוץ מהקב"ה, ולא חס על כבודו בכלל, היות שהוא חי באין מוחלט.


כמשפיע חשוב לציבור רחב שמכל הדרשות יוצא כבוד ליראי ה' ולחושבי שמו, בבחינת חבר אני לכל אשר יראוך בטח לא התכוונתם לפגוע, בכבוד של האי צדיק, רק לחזק את הרעיון שרבינו נחמן מברסלב זיע"א אהב גם את הפחותים. בכל זאת זה פגע קשות ברגשות אנשים הקשורים אליו ושומעים ומתחזקים מדברי חיזוק שלכם, כאילו מדובר נעלב וכו' עזב, רבי אשר לא עזב אפי' להרף עין את הרבוש"ע והיה קשור לצדיקיו האמתיים בקשר של קיימא, ולן בעמקו של שדות, וביטול הישות, בבחינת לית מגרמיה כלום.


החותם בהוקרה והערכה דושה"ט כה"י מנחם יוחנן פעיה"ק ירושלים


נ. ב. על דמותו הק' של רבי אשר יש המון לדבר, ומהנהגותיו יש הרבה ללמוד, אבל באתי בקיצור האומר, דהרי חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, ולתקן ולשפר ניתן תמיד, דמי שאינו עושה אין לו מה לתקן ולשפר.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מנחם יוחנן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז באוואוסט אז הרב החסיד ר' אשר זכר צדיק לברכה איז געווען שטארק מקושר צום הייליגן רבי'ן, ער האט אסאך גענומען פון רבי'ן וכו', בפרט דער ענין פון התבודדות וואס ער פלעגט אריין לייגן אין זיינע מענטשן. אבער אזוי ווי עס פעלט נישט קיין עזות פנימ'ער בכלל, און בפרט אין ברסלב אליין זענען דא אסאך עזות פנימ'ער, הפקר מענטשן - דאס איז גורם אז מענטשן זאלן מרוחק ווערן פון הייליגן רבי'ן, און אז מענטשן זאלן מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק; בפרט די נייע אנשיקעניש פון נ, נח, וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, ווייל מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אבער באמת דארף מען זייער אכטונג געבן אויף דעם, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק זאל אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


דאס איז געווען די סיבה פארוואס הרב החסיד רבי אשר זצ"ל איז אוועק געגאנגען פון ברסלב, ווייל איינער פון די זקנים האבן געשריגן אויף אים מיט חוצפה און זלזול: "ר' אשר, דער רבי קען אייך נישט ליידן".


אין אומאן איז געווען א איד פון אנשי שלומינו מיטן נאמען משה וועלוול, עס איז ארויס אויף אים א שלעכטע נאמען אז ער טוט שמוץ, און ווען ער איז געקומען צום רבינ'ס ציון אויף ראש השנה האט דער טשערינער רב זכרונו לברכה געשריגן אויף אים: "משה וועלוול, דו ביסט אונז א בזיון, ווער בעט דיר זאלסט קומען דא?" און אנשי שלומינו האבן געהאט טענות אויפן טשערינער רב: "וואס הייסט דו שרייסט אויף אים, ווער בעט דיר צו קומען דא? ער איז נישט געקומען צו דיר, ער איז געקומען צום רבי'ן". וואס זאלן מיר טון אז עד היום ליידן מיר פון די מענטשן.


וואס מיינסטו, וואס איז דאס התנגדות פון סקווירא אויף ברסלב, ווער איז שולדיג אין די גאנצע התנגדות? שולדיג אין דעם זענען די עזות פנימ'ער פון ברסלב. דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו האט זייער געהאלטן פון רבי'ן, אזוי ווי עס באוואוסט דעם סיפור ביי אנשי שלומינו. א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו, ער האט זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן אן עצה, האט אים דער מגיד געגעבן א עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך אפאר טעג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, ער ווערט נכשל במקרה לילה רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט דארפן צוריקקומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויס געברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר די גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה".


ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע התנגדות? שולדיג זענען די עזות פנימ'ער פון ברסלב; אין בארדיטשוב האבן געוואוינט אסאך ברסלב'ער חסידים, און ווען מען פארט פון בארדטישוב קיין אומאן פארט מען אריבער סקווירא. ווען זיי פלעגן פארן צום רבינ'ס ציון קיין אומאן, זענען זיי איינגעשטאנען ביי דעם גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי דוד'ל מסקווירא זכותו יגן עלינו, ער האט זיי זייער מכבד געווען, ער פלעגט זיי אריין נעמען מיט גרויס ליבשאפט. מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט נאך געהערט פון אן אלטן ברסלב'ער איד פאר זעכציג יאר צוריק וואס ער איז געפארן מיט א גרופע ברסלב'ער אידן קיין אומאן, ווען זיי זענען דורך געפארן די שטאט סקווירא האט דער גרויסער צדיק רבי דוד מסקווירא זכותו יגן עלינו זיי אויפגענומען מיט גרויס ליבשאפט, ער האט געהייסן זיינע חסידים זיי זאלן ברענגען עסן בריווח און אנגרייטן פאר זיי וואו צו שלאפן.


זענען געווען עזות פנימ'ער וואס פלעגן רעדן צום סקווירא'ער רבי מיט חוצפה, זיי פלעגן אים רופן ביים נאמען וכו', אזוי ווי מען רופט א חבר: "... ברענג נאך זופ", "...  ברענג נאך פלייש"; דער פריערדיגער סקווירא'ער רבי זכרונו לברכה איז געווען זייער נזהר אין כיבוד אב, ער האט דאס נישט געקענט צוזען, ער האט נישט געקענט צוהערן ווי מען רעדט צו זיין גרויסע טאטע מיט זלזול, והוה מה דהוה.


דאס זעלבע איז געווען אין ר' נתנ'ס צייטן, ווען ער איז אריבער די שרעקליכע מחלוקות וכו'; ווער איז שולדיג אין דעם? אויך איינער א לץ וואס פלעגט זיך דרייען אינעם ברסלב'ער קלויז. עס איז געווען איין יאר וואס עס איז נישט געווען צו באקומען קיין אתרוגים אין גאנץ אקריינא, די סאווראנע חסידים האבן פארשאפט אן אתרוג פאר זייער א רבי פאר אסאך געלט, און זיי האבן עס געשיקט מיט א שליח קיין סאווראן. אויפן וועג איז דער שליח מיד געווארן, האט ער זיך אראפ געלייגט שלאפן; דער אתרוג איז געווען איינגעפאקט זייער טייער, אין א טייערע האלטער, א גוי איז פונקט אריבער דארט וואו דער שליח איז געשלאפן, און ער האט געזען דעם טייערן שאכטל. האט ער געטראכט צו זיך: 'מן הסתם ליגט דא א טייערע דיימאנט', ווען ער האט דאס געעפענט האט ער געזען א פרי וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען, ער איז געווארן זייער צעמישט: 'פארוואס פאקט מען אן א פרי אין א טייערע האלטער?' האט ער געטראכט צו זיך: 'מן הסתם איז דאס זייער א גוטע פרי, פארדעם האט מען דאס אזוי טייער איינגעפאקט', ער האט געוואלט פארזוכן פון די טייערן פרי, האט ער אראפגעביסן דעם עק פונעם אתרוג, אבער זעענדיג ווי ביטער דאס איז, האט ער אויסגעשפיגן דעם פיטום און צוריק איינגעפאקט דעם אתרוג שטילערהייט אז דער מענטש זאל זיך נישט דערוועקן און באמערקן וואס ער האט דא געטון. למעשה האט דער שליח געברענגט דעם אתרוג צום רבי'ן פון סאווראן, עס איז געווארן א טומל דארט אין שטוב, זיי האבן אזוי לאנג געווארט ווען וועט שוין אנקומען דעם טייערן אתרוג, למעשה איז אנגעקומען א אתרוג אן א פיטום... אלע חסידים זענען געווען זייער טרויעריג אז דער רבי האט נישט קיין אתרוג אויף יום טוב.


עס איז געווען א לץ וואס האט זיך געדרייט אין ברסלב, ער האט זיך געשטעלט ביים פענסטער פון ברסלב'ער בית המדרש ערב יום טוב סוכות, בשעת מען האט געדאווענט מנחה און געזאגט די קרבנות און "פיטום הקטורת"; יעדעס מאל ער האט געזען ווי סאווראנע חסידים גיין אריבער, האט ער געשריגן "פיטום הַק..." "פיטום הַק..."  ער האט נישט געזאגט הקטורת נאר "הַק..." - דער פיטום פונעם אתרוג איז אפגעהאקט. פאר די סאווראנע חסידים האט דאס זייער געבאדערט, האבן זיי פארשטאנען אז די ברסלב'ער האבן דאס אונטער געשטעלט, זיי האבן אראפגעבראכן דעם פיטום פון זייער רבינ'ס אתרוג, והבערה ללהב יצאת, והוה מה דהוה.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש - זאגט דער רבי, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט קריג איך אויך"; מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, א פלאץ פון עזות פנימ'ער. דאס מאכט אז יעדער קלוגער טאטע און מאמע זאלן נישט מסכים זיין אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים אדער אויף א פלאץ פון עזות פנימ'ער, וואס באמת האט דאס נישט צוטון מיט ברסלב ווייל איבעראל איז דא עזות פנימ'ער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.