שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט מען ווען מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן?
תפילה והתבודדות, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאר א צייט צוריק האב איך געשיקט א שאלה וואס צו טון מיט מיין זון וואס האט א שכן האט אים אנגערירט אויף נישט צניעות'דיגע פלעצער, איך האב באקומען די תשובה, און איך מוז זיך באדאנקען פאר דעם, אזוי האב איך געוואוסט וואס איך האב צו טון, און ווי אזוי צו גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


און בכלל דארף איך זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים וואס זענען מורא'דיג מחזק מיר מיט מיין מאן. מיין מאן וויל זיך באזונדער באדאנקען פאר די הערליכע תפלות וואס ער האט מיטגעהאלטן ביי אייך אין אומאן, ער איז שוין צען יאר אין ברסלב, און פארט שוין צען יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער ער האט נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אזעלכע שיינע תפלות מיט אזא התעוררות, ער איז אהיימגעקומען מיט א ספעציעלע פרישקייט און מיט עקסטערע כוחות.


יעצט וויל איך פרעגן א שאלה פון מיין מאן, פון ווען ער איז מקורב געווארן קיין ברסלב, האט ער אנגעהויבן זייער מקפיד זיין אויף התבודדות יעדן טאג, שוין יארן וואס ער פרובירט צו רעדן צום אייבערשטן, אבער עס גייט נישט ארויס קיין ווערטער. ער קען זיצן א שעה צייט אן רעדן, און זינגען קומט אים אן שווער, און געווענליך שלאפט ער איין צום סוף.


ער וועט נישט מיואש דערפון, ער גייט ווייטער אן צו פרובירן יעדן טאג, אבער למעשה טוט אים זייער וויי אז ער קען נישט רעדן צום אייבערשטן, ער שפירט אז ווען ער וואלט ווען זיך אויסגערעדט צום אייבערשטן וואלט ארויסגעגאנגען פון אים אלע שוועריקייטן. ער איז שוין געגאנגען צו פארשידענע טערעפיסטן, צו זיי האט ער יא געקענט רעדן, אבער זיי האבן אים נישט צופיל געקענט העלפן. ער וויל גיין נאר צום אייבערשטן, ער קען אבער נישט רעדן צו אים.


איך האף אז איר וועט אונז קענען ארויסהעלפן, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער עיקר אויף וואס מען דארף בעטן דעם אייבערשטן איז זוכה זיין צו האבן א קלארע אמונה. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאוונט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס.


מוהרא"ש זאגט: מען זעט אז א מענטש קען רעדן צו זיין חבר לאנגע שעות פון כל מיני זאכן, על דא ועל הא, און ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט פון חסרון אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט, מען שפירט ווי 'קיינער הערט מיר נישט אויס' - דאס מאכט עס זאל זיין שווער צו רעדן צום אייבערשטן.


ווער רעדט נאך ווען א מענטש זינדיגט, דעמאלט הייבט ער אן האבן פייגלעך אין קאפ; ער הייבט אן טראכטן אז דער אייבערשטער וויל נישט צוהערן זיינע תפילות, וואס דאס קומט פון זיינע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", די עבירות וואס א מענטש טוט ברענגען אריין אין אים שלעכטע מחשבות פון כפירה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיהו נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", אייערע עבירות טיילן אפ צווישן אייך אינעם באשעפער; דאס מאכט עס זאל זיך שפירן ווי דער אייבערשטער איז נישט מיטן מענטש.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף אמונה; מען זאל זוכה זיין צו שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא, דעמאלט וועט דער מענטש שוין נישט האבן דעם פראבלעם אז מען האט נישט וואס צו רעדן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו.