תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א פרוי און איך בין זיך מחיה מיט די שיעורים, יישר כח.
איך האב ב"ה א גוט לעבן, איך שפיר אבער נישט קיין נאנטשאפט צו מיין מאן, איך שפיר נישט בכלל אז ס'פעלט מיר אויס צו האבן א מאן, וואס קען מען טון דערצו?
איך האב רחמנות אויף מיין מאן וואס ער דארף יא האבן א פרוי. און אפשר ווייל איך האב נישט קיין מוט און געדולד צו אים, דעריבער קען ער זיך נישט היטן די אויגן אויפ'ן גאס, אפילו ווען איך גיי צוזאמען מיט אים אויפ'ן גאס קען ער נישט אכטונג געבן וואו ער קוקט.
ווי אזוי קען איך אים פרייליך מאכן, אין די צייט וואס איך שפיר בכלל נישט קיין נייגונג צו א מאן? נאר ממש צומאל אין א שטיק צייט וואס איך שפיר אז איך דארף אים האבן? איך האב באמת רחמנות אויף אים.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז אן ערליכע פרוי? א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר'ן מאן וכו'; דא רעדט מען פון א פרוי וואס גייט אנטקעגן איר אייגענע ווילן אבי צו טון די רצון פון איר מאן.
ווען א פרוי שטעלט זיך צו צו איר מאן נאר ווען עס איז גוט פאר איר, נאר ווען זי האט הנאה פון דעם און נאר ווען עס קומט איר גוט אויס וכו' וכו' - באקומט זי נאך נישט דעם טיטל: "אִשָׁה כְּשֵׁרָה הָעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווייל זי טוט נישט רצון בעלה, נאר זי טוט איר אייגענע ווילן, זי אליינס וויל לעבן מיט אים וכו'; אבער ווען א פרוי קוקט נישט אויף זיך און טראכט נישט פון זיך, נאר זי גייט אנטקעגן איר ווילן אבי פרייליך צו מאכן איר מאן, זי טראכט: 'ווי אזוי קען איך זיין גרייט פאר מיין מאן וכו'?' דאן איז זי אן 'אִשָׁה כְּשֵׁרָה'.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די ערליכע פרויען וואס געבן זיך אינגאנצן אוועק פאר'ן אייבערשטן, זיי געבן אוועק זייער לעבן אויפצושטעלן אידישע דורות מיט מסירות נפש ממש, אין זייער זכות איז מען ארויס פון מצרים און אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם לאנגן גלות.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) אז בזכות די ערליכע פרויען זענען די אידן ארויס פון מצרים; ווען פרעה האט געמאכט ארבעטן שווער די אידן בשעת מען איז געווען פארשקלאפט און פארפלאגט אונטער די מצריים, מען האט געארבעט ביטער שווער און די מענער זענען נישט אהיים געקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד דארט וואו זיי האבן געארבעט און געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן מיט ליבשאפט און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', - אזוי איז ארויס געקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני.
אזוי אויך זאגן אונז די הייליגע חכמים (ילקוט רות, רמז ד): "אֵין הַדּוֹרוֹת נִגְּאָלִין אֶלָא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר. משיח וועט קומען נאר בזכות די ערליכע פרויען פונעם דור; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (סוטה יא:): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם, וּבִזְכוּתָן עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין די זכות פון די פרויען זענען מיר אויסגעלייזט געווארן פון מצרים און בזכות זיי וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות; די פרויען וואס לייגן אלעס אין דער זייט ווען עס קומט צו טון דעם רצון ה', זיי העלפן זייערע מענער און צוען אויף די קינדער - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.
בעטס דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך אז עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן. איר שרייבט אז איר האט רחמנות אויף אייער מאן; עס וואונדערט מיר פארוואס איר זארגט נישט אויף אייך, דער רחמנות איז אויף אייך, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן אויף זיך אליינס אז איר זאלט זיין געזונט און וועלן לעבן מיט א מאן אזוי ווי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און אזוי ווי די גאנצע וועלט לעבט. בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך אז עס זאל אריין גיין א ליבשאפט אין אייך צו אייער מאן, איר זאלט שפירן ווי איר זענט איין מענטש. מאן און ווייב דארפן שפירן צווישן זיך ווי מען איז איין מענטש, און אזוי ווי עס איז נישט שייך די רעכטע האנט זאל זיך גרויסן אויף די לינקע און די לינקע האנט זאל זיך גרויסן אויף די רעכטע האנט, און אזוי ווי די רעכטע האנט זאגט נישט: 'איך דארף נישט מיין לינקע האנט וכו'', אזוי איז נישט שייך אז מאן און ווייב זאלן זיך גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן.
אז איר וועט לעבן מיט אייער מאן אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט און איר וועט זיין שטענדיג גרייט פאר אים וועט איר זוכה זיין צו בנים צדיקים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן און זענען מבטיח פאר א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר איר מאן; נישט נאר זי דריידט זיך נישט ארויס פון אים מיט תירוצים וכו' נאר זי וויל זיין מיט'ן מאן וכו' - וועט זי זוכה זיין צו האבן אזעלכע וואוילע קינדער, וואס אפילו אין די צייטן פון משה רבינו איז נישט געווען אזעלכע צדיקים (עירובין ק:).