תוכן השאלה
לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
אני אברך מא"י, המתחזק רבות מהחיזוק היומי.
ראיתי שבשיעורים שלכם אתם מזכירים הרבה את מוהרא"ש. ורציתי לשאול כמה שנים הייתם מקורבים אליו? ומה מוהרא"ש חידש בדרך של ברסלב?
יישר כח.
נחמן
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום ב' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ב תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד נחמן נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי איז מחי' ומחזק יעדן מענטש אין וואסערע מצב דער מענטש געפינט זיך נאר.
דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן; אנגעהויבן האט זיך דאס ווען איך בין געווען א בחור פון פופצן יאר אלט, אין יענע צייט האט מיר מיין זיידע מוה"ר ר' יחזקאל ראטה שליט"א אב"ד קארלסבורג גענומען מיט זיך קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, איך בין געווען זייער מקושר צו אים, און איך האב זוכה געווען אים משמש צו זיין אלע מיינע יארן ביז איך האב חתונה געהאט, וואס דעמאלט האב איך זיך אוועק געצויגן פון זיין דירה (מיינע עלטערן וואוינען אינעם זעלבן בנין ווי ער וואוינט).
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "גְדוֹלָה שִׁמוּשָׁהּ יוֹתֵר מְלִימוּדָהּ", איך האב זייער אסאך קונה געווען פון אים - סיי יראת שמים און סיי מסירות נפש אין עבודת השם, אויך האב איך געהאט די זכיה צו לערנען מיט אים בחברותא. מיין זיידע שליט"א פלעגט מיך מיט נעמען מיט זיך יעדעס מאל ווען ער איז געפארן קיין מירון, דארט האבן מיר געלערנט אין די מערה פון רבי שמעון נגלה און נסתר; אמאל איז נישט געווען אזא עולם אין מירון, נאר אויף ל"ג בעומר איז מען געקומען צו פארן קיין מירון, אבער א גאנץ יאר איז געווען ליידיג, קיינער איז נישט געווען, נאר די פאר מענטשן וואס וואוינען דארט אינעם מושב מירון, און ברסלב'ער חסידים (איך האב נאך געהאט די זכיה צו זען ברסלב'ער חסידים פון פריערדיגן דור).
די בארג ארויף צו גיין צום מערת הרשב"י איז זייער א שווערע בארג, און ווען איך פלעג ארויף באגלייטן מיין זיידע פלעגט ער זיך כסדר אפשטעלן זיך אפצורוען, און אזוי - אויפן וועג ארויף - פלעגט ער מיר פארציילן שיינע זאכן פון יארן צוריק אין מירון, ווען ער פלעגט קומען אין יענע יארן, ווי אזוי עס איז דעמאלט געווען. ער פלעגט מיר דערציילן אז ער געדענקט די ברסלב'ער אידן ווי זיי פלעגן זיצן דא אין די מערה א גאנצע נאכט - פון חצות, ווי זיי פלעגן זאגן תיקון חצות, און נאכדעם זיך מתבודד זיין א גאנצע נאכט וכו' וכו'.
די אלע מעשיות פלעגן אריין גיין אין מיין הארץ, און איך האב אנגעהויבן נאכזוכן וואס איז דאס 'ברסלב'; איך האב געטראכט צו מיר: 'איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל אויך דינען דעם אייבערשטן', ביז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געטראפן מורי ורבי מוהרא"ש זכרונו לברכה, וואס ער האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך, אבי איך זאל אויך וויסן פון הייליגן רבי'ן.
מוהרא"ש האט געליטן זיין גאנצע לעבן ביזי בזיונות פאר מיר, און פאר נאך אידישע קינדער; ער האט געשריבן ספרים און עס פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט, נאר צוליב דעם אז נאך אידן זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן.
דו פרעגסט מיר וואס מוהרא"ש האט מחדש געווען; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גארנישט מחדש געווען, ער האט נאר מחדש געווען דעם רבי'ן. ער האט גענומען דעם רבי'ן וואס קיינער האט נישט געוואוסט פון אזא ליכטיקייט, און אים פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט.
מוהרא"ש האט פארציילט, ווען ער איז געווען א יונגע בחור און ער האט געטראפן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, האט ער ביי זיך אפגעמאכט: "לא אנוח ולא אשקוט ביז איך וועל מפרסם זיין דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט!" ער האט געזען וואס דער רבי האט געטון מיט אים, האט ער געוואלט אז יעדער איינציגער איד זאל אויך וויסן פון די ליכטיגע עצות.
ויבוא השטן... ער האט נישט געקענט צולאזן אז די גאנצע וועלט וועט וויסן פון רבי'ן, ווייל אזוי וועט דאך יעדער תשובה טון און משיח וועט קומען, האט ער געמאכט א מחלוקת אין ברסלב אליין. אפאר בעלי קנאה און בעלי מחלוקת האבן אנגעפאנגען רודפ'ן דעם איד, והוה מה דהוה, מען האט געמאכט א שלעכטע נאמען אויף די ספרים וכו'. איך האב אפגעמאכט און צוגעזאגט וכו' אז איך וועל נישט רוען ביז איך וועל מפרסם זיין מוהרא"ש פאר די גאנצע וועלט, און ברוך השם צוביסלעך נעמט מען אראפ דעם שלעכטן נאמען וואס די מחרחי ריב האבן אלע יארן ארויף געלייגט אויף דעם צדיק און אויף זיינע ספרים.
שווערע טויזנטער אידן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ווער האט געברענגט די אלע אידן? ווער איז געשטאנען און שטייט אונטער דעם? די מיליאנען ספרים וואס מוהרא"ש האט אלע יארן געדרוקט, און אויפגעשטעלט מדפיסים ומפיצים וואס טוען דאס ווייטער, דאס האט געברענגט די אלע אידן אויף אומאן, און דאס וועט נאך ברענגען גאנץ כלל ישראל קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט מחדש געווען; ער האט גענומען דעם 'אור הגנוז' דעם באהאלטענע ליכט, און געמאכט אויס 'אור הגנוז', עס איז שוין נישט באהאלטן, עס איז שוין אור הנגלה, אור המאיר, נישט 'אור הגנוז'; עס איז מער נישט 'קרן אור' – אן אור אין א ווינקעלע. מען האט געמיינט אמאל אז דעם רבינ'ס זאך איז מצומצם אין א 'קרן אור', אין עפעס א ווינקעלע, אבער היינט זעט מען ברוך השם אז דער רבי איז דער רבי פון כלל ישראל.
דו ביסט דאך אודאי געווען אין אומאן די יאר, האסטו דאך זיכער מיטגעהאלטן די סוף פון די וואס האבן אלע יארן געשריגן אויף מוהרא"ש, און אויף אלע תלמידי היכל הקודש, אז מיר אלע האבן נישט יוצא געווען "דעם רבינ'ס קיבוץ", ווייל מיר האבן נישט געדאווענט אין קלויז, און דער רבי איז דאך נאר אין קלויז; האסט זיכער געזען דעם סוף פונעם קלויז. די אלע וואס האבן געמיינט אז דער רבי איז ביי זיי אין טאש, און נאר זיי ווייסן ווער עס איז א ברסלב'ער און ווער נישט, זיי ווייסן וועם דער רבי קען יא ליידן און וועם נישט, (איך ווייס נישט וויפיל יאר דו קומסט שוין קיין אומאן, צי דו געדענקסט נאך די אלע וואס האבן געשריגן "ספרדים לא שייכים אל רבינו", אדער די אנדערע מנוולים וואס האבן געמאכט א פלאץ צו עסן, און זיי האבן דאס געטון מיט די גרעסטע ראסיזם, א ספרדי'שער איד האט נישט געקענט אריין גיין דארט, הי' לא תהי') די אלע האבן זיך אויפגעהויבן פון קלויז מיט חרפות ובושות, און איבערגעלאזט דעם קלויז, און געמאכט אן אייגענעם מנין וכו'; זיי האבן זיכער געמיינט אז דער קלויז וועט איינפאלן, עס וועט בלייבן ליידיג, למעשה - ולא נודע כי הלכו וכו' וכו'... יארן לאנג האבן זיי מבזה געווען מוהרא"ש, כאילו היכל הקודש איז נישט ברסלב, זיי האבן געשריגן און געליאמערט "דער קיבָּוּץ", "דעם רבינ'ס קיבוץ איז נאר דא"; יעצט זעט מען זייער סוף.
מוהרא"ש האט שוין פאראויס געזאגט מיט יארן צוריק אז דער רבי געפינט זיך איבעראל חוץ אין שָוּל (מאה שערים), ווייל אין א פלאץ וואו מען קריגט זיך און מען שלאגט זיך וכו', דארט איז זיכער נישט דער רבי. און אז דער רבי איז נישט דארט איז עס צעפאלן.
נאך א זאך האט מוהרא"ש מחדש געווען, אז צו זיין א ברסלב'ער חסיד דארף מען לערנען דעם רבינ'ס ספרים, און מען קען זיך נישט פאררופן א ברסלב'ער חסיד ווען מען קען נישט נאך זאגן איין גאנצע שיחה. דאס קען זיך יעדער איינער איבערצייגן ווען מען כאפט א שמועס מיט א תלמיד היכל הקודש, זאל דאס זיין פון די קלענסטע תלמיד ביזן גרעסטן, ער איז בקי און רבינ'ס ספרים, און האט דיבורים מחזק צו זיין יעדן איד. עס איז נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון דעם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווייסט וואס נאך מוהרא"ש האט מחדש געווען? אז א ברסלב'ער חסיד דארף גיין הפצה, אזוי ווי דער רבי האט געהייסן; ר' נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן "עצים יבשים" טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן. ר' נתן שרייבט ווייטער: "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה; דאס האט מוהרא"ש צוריק מחדש געווען, אז א ברסלב'ער חסיד דארף עוסק זיין אין הפצה.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל ספרים מוהרא"ש האט אלץ געדרוקט - הונדערטער מיליאנען ספרים, און געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב אויך זוכה געווען צו דרוקן און פארשפרייטן די ספרים; איך האב געעפענט א בית הדפוס אין ישיבה, וואו די בחורים דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, מיר האבן שוין געדרוקט אין די פאר יאר וואס די דרוק שטייט איבער א מיליאן ספרים, און דאס איז נאך גארנישט וואס מיר גייען מיטן אייבערשטנס הילף דרוקן.
וואס זאל איך דיר זאגן, איך קום מיין גאנצע לעבן פאר מוהרא"ש און פארן רבי'ן; אלעס וואס איך ווייס, אלעס וואס איך האב, און אלעס וואס איך טו - אלעס איז נאר בזכות וואס איך האב זוכה געווען צו הערן און לערנען פון מוהרא"ש, וואס ער געבט איבער וואס דער רבי האט אונז געלערנט.
גלייב מיר, איך האב נאך גארנישט אנגעהויבן צו שרייבן, איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט ערב יום טוב דארף איך גיין בויען די סוכה און קויפן ד' מינים, און אלע איבעריגע הכנות פאר אזא הייליגע יום טוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זיך נישט נארן בזה העולם; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנוּ, שֶׁא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", די וועלט נארט, איך בעט אייך לאזט אייך נישט נארן; אבער וואס זאל מען טון אז דער נאר זאגט אויך איבער די שיחה... ווייסן מיר נישט ווער איז דער נאר, אויב אזוי ווי אזוי קען א מענטש וויסן צי ער נארט זיך צי נישט? אפשר בין איך אין א טעות, און איך שריי: "רבותי, נארט אייך נישט!" נאר אויב מען איז זיך מתבודד יעדן טאג צום אייבערשטן, מען בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל מיר נישט נארן, רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אפשר לעב איך אין א טעות? רבונו של עולם איך וויל גארנישט, איך וויל נאר דיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, העלף מיר איך זאל לערנען און דאווענען און קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן איד", דעמאלט נארט מען זיך נישט.
יעדער שרייט אז ער איז ביים אמת, נו, ווי אזוי קען א מענטש וויסן צי ער איז ביים אמת צי נישט? נאר אמת - זאגט דער רבי - איז נאר איינס, עס איז נישט דא צוויי אמת, און אמת איז דער אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת"; א מענטש דארף שטענדיג קוקן 'אויב רעד איך צום אייבערשטן יעדן טאג, איך שמועס מיט אים, איך דערצייל אים אויס מיין הארץ, אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר, דעמאלט בין איך ביים אמת, און אז נישט איז עס נישט אמת'. נאך א וועג קען א מענטש זען צי ער איז ביים אמת, אז אמת מיינט אֱ-מֶת, אֶהְיֶּ' מֵּת, איך גיי איין טאג זיין א מֶת, א גוסס, און עס וועט פון מיר גארנישט איבערבלייבן, נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס איך כאפ אריין יעדן טאג, נאר דאס ביסל חסד וואס איך טו יעדן טאג; א מענטש וואס טראכט פון יום המיתה און ער לעבט מיט דעם, דער מענטש איז ביים אֱ'מֶת.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.