שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס מיינט דער "נקודת החבר"?
חסידות ברסלב, צדיקים, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ב"ה מקורב געווארן צו ברסלב, איך וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, מיין שאלה איז וואס דאס מיינט דער "נקודת החבר" פון וואס דער רבי רעדט אין תורה ל"ד, דער רב וואס האט מיר מקרב געווען צו ברסלב, איז ער מיין "נקודת החבר"? אדער איז ער מיין רבי און איך דארף זיך מבטל זיין צו אים?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, יישר כח


אריאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אריאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון ענק כיתות כיתות; אלע אנשי שלומינו זענען טייערע אידן, כולם אהבים כולם ברורים. מען דארף נאר געדענקען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): עס זענען דא מנהיגים וואס קענען זיך אליינס נישט פירן, ווי אזו קענען זיי פירן אנדערע מענטשן? אויך דארף מען געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דערפאר דארף א מענטש אויפזוכן ביי אנשי שלומינו איינער וואס קען אים מחזק זיין צו פאלגן דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות; סיי די עצה פון התבודדות און סיי די עצה פון לערנען אויפן 'סדר דרך הלימוד' (עיין שיחות הר"ן, סימן עו), ווייל נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש; 'אט איז מען א קינד, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט', אינעם אייביגן ארט נעמט מען נישט מיט קיין געלט, דארט נעמט מען מיט נאר תורה תפילה ומעשים טובים אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד".


התחזקות קען מען נעמען פון יעדן איינעם; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ. "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך. כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט געהערט פון א אמת'ן צדיק אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן: "ברודער שטארק דיר און דערהאלט זיך" - וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם; ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, אבער קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער; דאס מיינט נקודת החבר, מען איז זיך מחזק איינער מיטן צווייטן, אבער זיך מבטל זיין דארף מען נאר צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן און מען זאל נישט נאכלויפן א מענטש וואס קען זיך אליינס נישט העלפן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (אות טו) וואס איז דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג אדער א פאלשער מנהיג: "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן עב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק", עיין שם.


אז דו טרעפסט איינער וואס איז דיר מחזק אויף התבודדות און אויף לימוד התורה זאלסטו אים נישט אפלאזן, נאר געב אכטונג מען זאל דיר נישט אפנארן, דאן וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.