שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס מיינט די חלום אז ציינער פאלן ארויס?
חלומות, חכמות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס מיינט די חלום אז אלע מיינע ציין פאלן ארויס? עס איז נישט די ערשטע מאל וואס איך האב די סארט חלום, און איך געדענקט אז עס מיינט עפעס, איך האב געזוכט אין ספר המדות אות חלום, און איך האב נישט געטראפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט נישט מורא האבן פון דער חלום, אזא מעשה האט פאסירט ביים רבי'ן. א איד איז געקומען צום רבי'ן, ער האט זיך גע'חלומ'ט אזא חלום וואס איר האט גע'חלומ'ט, אז אלע ציינער זענען אים ארויסגעפאלן; ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז ער האט מורא, ווייל ציינער איז מרמז אויף חכמה, יעצט ווייזט מען אים פון הימל אז ער גייט פארלירן זיינע חכמות, האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנז): "אַדְּרַבָּה הַשְּׁטוּת שֶׁלְּךָ יִתְבַּטֵּל", דיינע שטותים זענען דיר אוועקגעפאלן, פון יעצט וועסטו מער נישט האבן די נארישע זאכן.


אזוי אויך וועט זיין ביי אייך, פון יעצט וועט איר מער נישט האבן די אלע נארישע מחשבות, נאר זיין אינגאנצן איבערגעגעבן צום אייבערשטן, נאר טראכטן פון אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.