שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס מיינט פאר מיר די שרעקליכע טראגעדיעס?
התחזקות, צרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין בארא פארק, און לעצטנס האט דא פאסירט צוויי שוידערליכע טראגעדיעס, צוויי בחורים זענען דא אומגעקומען אויף גאר שרעקליכע אומשטענדן, וויל איך וויסן - אלס תושב פון בארא פארק - וואסערע זאך וויל מיר דער אייבערשטער מרמז זיין מיט דעם?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זענען דא זאכן אויף די וועלט וואס מיר קענען נישט פארשטיין; מיר פארשטייען נישט די דרכים פונעם אייבערשטן און קיינער ווייסט נישט די חשבונות פונעם אייבערשטן, מיר דארפן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכער חשבון.


אפילו מיט אונזער קליינע קעפעלע פארשטייען מיר דאס נישט, דאך דארפן מיר וויסן אז אלעס איז בצדק ובמשפט; עס זענען דא זאכן וואס האט צוטון מיט גלגולים וכו' אדער כדי צו אויפוועקן די וואס טון עבירות אז זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אמאל נעמט דער אייבערשטער אוועק פון די וועלט הייליגע נשמות וואס זענען ריין פון עבירות כדי מענטשן זאלן תשובה טון. דעריבער איז נישט גוט מען זאל צופיל אריין קריכן אין די זאכן, מיר דארפן דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי די תורה זאגט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ"; וואויל איז דעם וואס דינט דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות.


ווען מען הערט א שרעקליכע פאסירונג דארף מען זיך אויפוועקן פון שלאף, מען דארף זיך בארעכענען אויף אלע שלעכטע מעשים און תשובה טון מיט אן אמת. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות ל.) אז אפילו מיר האבן נישט קיין בית המקדש און די סנהדרין וואס זאלן מעניש זיין מיט די ד' מיתות בית דין, גייט אבער די ד' מיתות בית דין אן אפילו היינטיגע צייטן - אויב מען טוט נישט תשובה; ווער עס איז מחויב סקילה פאלט אראפ פון א דאך אדער ווערט ער פארציקט פון א חי', ווער עס איז מחויב שריפה ווערט פארברענט אדער כאפט ער א ביס פון א שלאנג, ווער עס איז מחויב מיתת הרג וועט געהרג'ט ווערן, און ווער עס איז מחויב חנק ווערט דערטראנקען אין וואסער אדער וועט ער דערשטיקט ווערן; מען הערט ליידער היינטיגע צייטן זייער אסאך שוידערליכע מעשיות פון עקסידענטס און אנדערע פארשידענע אומגליקן, דאס איז נישט אומזיסט, נאר אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דערפאר, ווער עס ווייסט ביי זיך אז ער האט געזינדיגט וכו', ווען ער הערט אזעלכע שרעקליכע פאסירונגען וואס פאסירט ביי א צווייטן דארף אים כאפן א פחד און א שרעק אז דאס קען פאסירן ביי אים, ער קען באקומען איינע פון די ד' מיתות בית דין. ווייל פון יעדע זאך וואס מען זעט אדער מען הערט דארף מען זיך עפעס ארויסלערנען, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט, אז אלעס וואס מען זעט אדער מען הערט דארף מען ארויס נעמען דערפון רמזים פאר'ן לעבן; אז מען הערט א שרעקליכע אומגליק ווי מענטשן ווערן אוועקגעריסן יונגערהייט פון די וועלט דארף מען תשובה טון וואס פריער.


דער אייבערשטער וואס האט געזאגט ביים באשאפן די וועלט "דַּי" - גענוג (ווען נישט די ווארט וואלט די וועלט אלץ געווארן גרעסער און גרעסער) זאל שוין זאגן פאר אונזער צרות "דַּי" - גענוג; דער אייבערשטער זאל טרייסטן די עלטערן און אונז אלע ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו.