שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס מעג מען קויפן מיט די געלט פון הפצה?
הפצה

תוכן השאלה‎

בעזרת ה' יתברך


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און ניגונים וואס איז אונז זייער מחזק. מיר נעמען זיך צוזאם דא אין בית שמש יעדע וואך ברוך ה', און מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און מיט די דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך בין זוכה ברוך ה' מפיץ צו זיין די קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע, און איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'קען נוצן דאס געלט צו קויפן עסן פאר אונזער חבורה, און אויך אויב מ'קען געבן קונטרסים פאר אומזיסט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן; די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש - אין ארץ ישראל.


נישטא קיין גרעסערע זאך וואס מיר קענען טון ווי פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, דאס איז א תיקון פאר אלע עבירות. דער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן מא): "תִּיקוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָלָה שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחְזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", עס איז א תיקון פאר פגם הברית אז מען זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן.


ווען דו גייסט פארשפרייטן די ספרים זאלסטו בעטן צדקה, געב נישט אומזיסט; אז מען געבט בחינם האט דאס נישט קיין חשיבות, יענער וועט דאס אוועק ווארפן, ער וועט מזלזל זיין אין דעם. מיט די געלט זאלסטו קויפן נאך ספרים, אויך קענסטו דאס נוצן פאר די חבורה צוצושטעלן עסן און טרינקען, וואס עס פעלט אויס צו מחזק זיין די מפיצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.