שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז די מעשה מיט די פאנצער?
ספרי ברסלב, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין ברסלב'ע ספרים אז דער רבי האט דערציילט עפעס א מעשה מיט א פאנצער, ער האט אבער אנגעזאגט אז מ'זאל נישט אויסזאגן די מעשה, און איך בין זייער נייגעריג צו וויסן וואס די מעשה איז.


איך האב געזען אויף עטליכע פלעצער וואו עס ווערט געברענגט רמזים פון די מעשה. צום ביישפיל ביים סוף פון ספר פעלת הצדיק ברענגט דארט מוהרא"ש די גאנצע מעשה מיט די ברויט, אבער איבער די מעשה פון די פאנצער שרייבט ער אויך נאר רמזים.


איך וויל וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט מקבל פון מוהרא"ש די גאנצע מעשה מיט די פאנצער.


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר מעתיק זיין די מעשה בקיצור לויט ווי מוהרא"ש שרייבט דאס אינעם בריוו (הובא בסוף ספר פעולת הצדיק, דף תשלג). ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט דער רבי דערציילט א מעשה פון א פאנצער, אז ווען מען גייט אין מלחמה טוט מען זיך אן א פאנצער, דעמאלט אפילו מען שיסט אויפ'ן מענטש טויטליכע פיילן גייט עס נישט אריין אינעם מענטש נאר דער פאנצער באשיצט דעם מענטש אין די פיילן פאלן אראפ, און אפילו אין פאל דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו'.


אין דעם ליגט באהאלטן דעם סוד פונעם תיקון הכללי; דער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען (קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ) – ווערט באשיצט מיט דעם אזוי ווי א פאנצער, די פיילן קענען נישט אנקומען צו אים צוליב דעם פאנצער. דאס הייסט אז אפילו דער מענטש האט געזינדיגט חס ושלום וועט עס נישט אריין גיין אין זיין נשמה, ציליב דעם פאנצער - דעם תיקון הכללי, און אפילו דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו', דאס הייסט אז דער תיקון הכללי איז אזוי גרויס אז עס וועט אים ראטעווען פון אן אייביגער מיתה, ער וועט נאכאמאל מגולגל ווערן וכו'. מוהרא"ש פירט דארט אויס: "מער פון דעם טאר איך נישט אנטפלעקן".


ווער עס פארשטייט קען ארויס נעמען פון דעם דאס גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך תהילים; וואויל איז דעם מענטש וואס זאגט יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים - דעם תיקון הכללי, דורכדעם וועט ער גערייניגט ווערן פון אלע חטאים און זיין נשמה וועט מתוקן ווערן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער הייליגער רבי איז; דער רבי קען אויסהיילן א מענטש אפילו ער איז שוין געשאסן געווארן פונעם יצר הרע מיט די טויטליכסטע פיילן, אפילו א מענטש איז אראפגעפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן, ער ליגט אין עשרא כתרא דמסאבותא השם ישמרינו - קען אים דער רבי היילן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): עס איז געווען א שלעכטע קעניג וואס האט פארכאפט א בת מלכה און זי איז אנטלאפן פונעם קעניג, האט דער קעניג ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל זוכן וואו זי איז, ביז מען האט איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריין לויפן אינעם שלאס פון וואסער און דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר', ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, מען האט איר געשאסן מיט די פיילן וואס זענען געווען אנגעשמירט מיט טויטליכע סם, איז די בת מלכה אראפ געפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי".


דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן אידישע קינדער וואס זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, מען ווערט צעבראכן ביי זיך און מען געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און אלעמען צוריק ברענגען צום אייבערשטן, אפילו א מענטש וועם דער יצר הרע האט אראפ געווארפן אין די ארגסטע בלאטע, ער איז נכשל געווארן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וכו' רחמנא לצלן, אויב פאלגט ער דעם רבי'ן און נעמט זיינע עצות, איז ער זוכה ארויס צו קריכן פון אלע פראבלעמען.


עס איז נישט כדאי אריין צו קריכן אין זאכן וואס מען קען נישט מגלה זיין וכו'; דער עיקר דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן און אנהייבן טון די עצות פון רבי'ן, בעיקר די ליכטיגע עצה פון התבודדדות; זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן - יעדער אויף זיין אייגענע שפראך און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, וועלן מיר זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.