תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס זענען מיר אזוי שטארק מחזק.
מיין פיר יעריגע טאכטער פרעגט מיר שאלות, און איך ווייס נישט וואס און ווי אזוי איז די ריכטיגע וועג איר צו ענטפערן.
זי פרעגט מיר, דער אייבערשטער איז דא? דא ביי אונז אינדערהיים? ער איז אריינגעקומען פון די טיר? אין וועלכע שטוב איז ער? ווי אזוי קען זיי אז מען האקט נישט אריין אין אים ווען מען גייט און מען רירט זיך? איך בין א טאכטער פונעם אייבערשטן? ער איז מיין טאטע? איך האב דאך א טאטע און מאמע, ער איז נישט מיין טאטע. איז ער אויך דיין טאטע?
וואס דארף איך ענטפערן אויף אזעלכע סארט שאלות?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס דו ווייסט פון אמונה - זאלסטו זאגן פאר דיינע קינדער; דו ווייסט דאך דעם דריטן אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אֵינוֹ גוּף וְלֹא יַשִּׂיגוּהוּ מַשִּׂיגֵי הַגּוּף, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל", דעם אייבערשטן קען מען נישט זען; דאס זאלסטו פרעדיגן אין דיינע קינדער, פון די גאר פיצעלע קינדערלעך וואס זענען נאך אין די וויגעלע; זינג מיט זיי ניגונים פון אמונה: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט אונז, דער אייבערשטער האט ליב אידן, דער אייבערשטער ווארט מען זאל אים בעטן", און ווען די קינדער פרעגן זייערע שאלות, זאלסטו זיי ענטפערן די פשוט'ע אמונה: "דער אייבערשטער איז דא, דעם אייבערשטן קען מען נישט זען, דער אייבערשטער קומט נישט אריין פון קיין פענסטער, פון קיין טיר; דער אייבערשטער איז איבעראל".
ווער נישט דערשראקן פון פראגעס פון קינדער און נישט פון פראגעס פון דערוואקסענע, אויף אלע פראגעס איז דא איין תירוץ: "עס איז דא א באשעפער וואס איז מהוה און מחי' די גאנצע וועלט, ער איז אלעס און אלעס איז ער"; דאס איז די ענטפער פאר אלע פראגעס.
ווי מער מען רעדט פון אמונה ווערט מער און מער ליכטיג פאר'ן מענטש, מען גייט ארויס פון אלע טונקלקייטן, פון אלע צרות, און חס ושלום אזוי ווי מען פארגעסט פונעם אייבערשטן - הויבן זיך אן אלע צרות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.