תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח אויף אלע שיעורים און בריוון, וויפיל איך בין ב"ה אויפגעוואקסן מיט די עצות פון רבי'ן לייגט איר עס אבער אראפ אזוי שטארק, אז מען קען זיך נישט ארויס דרייען פון עס מקיים זיין.
איך דארף הילף, איך בין א כלה געווארן פאר 2 חדשים צוריק ב"ה, אין די לעצטע תקופה האט מיר עפעס אנגעכאפט און איך עס א גאנצן טאג! מיין לעבן איז באמת גוט איך זעה נישט פארוואס עסן דארף מיר אזוי שווער מאכן.
איך דאווען אויף דעם, איך זאג ליקוטי תפילות אויף תאוות אכילה און אויך תהילים, אבער עס איז אזוי ווי נישט איך בין באלעבאס אויף זיך נאר א צווייטער. איך האב זיך פיינט אז איך בין נישט שולט אויף זיך, אז די עסן איז שטארקער פון מיר, עס פארשעמט מיר, איך האב זיך נישט ליב צו זען אין שפיגל.
ווען איך עס צו סאך, שטעק איך אריין א פינגער און איך ברעך עס אויס, איך ווייס אז דאס איז נישט געזונט, אבער איך מוז חתונה האבן דאר! איך האב נישט מיט וועמען צו רעדן איבער דעם, ווייל באמת בין איך נישט אזוי גראב, און איך עס באהאלטענערהייט.
איך האב געקוקט אין ספר המידות און אין ליקוטי עצות-אכילה, און איך טרעף נישט א וועג ארויס. איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גוט און אז איך קען זיך פארלאזן אויף אים. איר האט אפשר אן עצה פאר מיר?
א ריזיגן יישר כח פאר'ן אוועק געבן פון אייער צייט צו ענטפערן דעם בריוו.
א כלה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד הכלה תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר שרייבט אז איר האט געקוקט אין ספר המידות און איר זעט נישט קיין עצה; קוקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים הֵן עַל דָּבָר גָדוֹל, הֵן עַל דָּבָר קָטָן תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך - סיי א גרויסע זאך און סיי א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; מיט תפילה קען מען אלעס באקומען.
ווען א מענטש געוואוינט זיך צו יעדע זאך צו שמועסן מיטן אייבערשטן, דער מענטש לעבט זיך אין גן עדן. ער קען זיך ליידן און ער קען ליידן א צווייטן. ער לעבט מיט אמונה; ער ווייסט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, עס פאסירט גארנישט פון זיך אליין און ער איז צופרידן פון זיך.
בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן איר זאלט לעבן א לעבן פאר זיך, עס זאל אייך נישט אנגיין וואס א צווייטער זאגט. עס זענען נעבעך דא מענטשן וואס לעבן פאר א צווייטן און פון דעם ווערן זיי קראנק. ווייל זיי טראכטן כסדר 'אפשר בין איך נישט דאר וכו'?', זייער אסאך אידישע מיידלעך און ווייבלעך ליידן פון די מחלה פון זיין אויסגעדארט; מען פייניגט זיך ווייל מען דמיונ'ט אז מען איז נישט דאר. מען טוט פעולות אויסצוברעכן דאס עסן וואס מען עסט, ביז מען קומט חס ושלום אן צו א מצב פון סכנת נפשות.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עא): "הַחֹלָאַת שֶׁל כְּחִישַׁת הַבָּשָׂר, הַנִּקְרָא דַּאר, הַבָּא עַל אֶחָד מִבְּנֵי-הַבַּיִת, הוּא סִימָן לְדַלּוּת"; די מחלה פון זיין דאר ווייזט אויף ארעמקייט; ווער איז אן ארימאן? איינער וואס לעבט נישט מיט אמונה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא:): "אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת"; ווען א מענטש האט אמונה, ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, וועט ער זיך נישט מאכן נאריש ווי אזוי ער זעט אויס.
דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר גייט שוין חתונה האבן, און בעטס דעם אייבערשטן פאר געזונטע ערליכע קינדער. בעטס אים אז די שכינה זאל אייביג רוען ביי אייך אין שטוב.