שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון חובות?
חובות, תפילה והתבודדות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די שיעורים און בריוו וואס וואס געטוישט מיין גאנץ לעבן צום גוטן ברוך ה'.


איך האב זיך געטראפן אין גרויסע חובות פון איבער פופציג טויזנט דאלער, איך האב גענומען א דרך פון ברסלב פון איינע פון די גרויסע משפיעים אין ארץ ישראל וואס ער זאגט אז דער רבי האט געהייסן מאכן התבודדות פאר א גאנצע שעה יעדן טאג, ער שרייבט אין זיין ספר אז דער רבי זאגט אז ס'איז דא אן עבירה וואס די שטראף אויף דעם איז אז מ'ווערט א בעל חוב, איז ער מסביר די וועג ווי אזוי ארויסצוקריכן דערפון, און ער מאכט א סדר ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן די שעה, די ערשטע האלבע שעה דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה פון חובות, ווייל אויב דער אייבערשטער האט מיר אריינגעפירט אין חובות איז דאס זיכער גוט פאר מיר, און ביי די צווייטע האלב שעה דארף מען בעטן דעם אייבערשטער ער זאל מיר אויפמאכן די אויגן צו זען וועלכע עבירה איך האב געטון וואס דאס האט מיר געמאכט פאר א בעל חוב. איך טו דאס שוין פאר בערך פינף זעקס חדשים, און דער מצב איז טאקע געווארן אסאך בעסער.


לעצטנס האב איך אנגעהויבן לערנען אשר בנחל, און ס'זעט מיר נישט אויס אז מוהרא"ש איז געגאנגען אויף דעם מהלך, האב איך געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר קלאר שטעלן וואס איז דער ריכטיגער וועג פאר מיר לויט ווי מוהרא"ש האט געלערנט, ווי אזוי תשובה צו טון אויף די עבירה וואס ברענגט חובות, און א וועג ארויסצוגיין פון חובות.


א גרויסן יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי בלאזט אריין אין אונז א חיות - א לעבן אז מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן מיט אלע כוחות אנצוגיין אפילו ווען עס גייט אריבער אויף אונז שווערע צייטן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א וועג ארויס צו גיין פון חובות; מען זאל גיין נאך געלט און באצאלן צוביסלעך. אז דו האסט חובות אין די סומע פון פופציג טויזנט דאללער, הייב אן צו באצאלן צוביסלעך, זאג נישט: "ווען איך וועל האבן די גאנצע סכום אויף איין מאל וועל איך עס באצאלן", נאר טו אזוי: אז דו קומסט פארן פיש געשעפט טויזנט דאללער ווארט נישט ביז דו וועסט האבן טויזנט דאללער אים צו באצאלן, ווייל קיינער האט נישט קיין עקסטערע טויזנטער דאס צו גיין באצאלן אויף איין מאל, אבער א פינפער האסטו - יא? גיי אריין און לייג עס אויפן חשבון, און אזוי ווייטער ביי די אנדערע פלעצער וואו דו ביסט שולדיג געלט, גיי יעצט און טראג אריין אין געשעפט א פינפער, א צענער, א צוואנציגער, וויפיל דו האסט אין טאש.


די הייליגע חכמים לערנען אונז (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפְנֶה" - וועל איך באצאלן, "שֶׁמָּא לֹא תִּפָּנֶה" - ווייל ווער זאגט אז דו וועסט האבן צו באצאלן? אז מען פאלגט א צדיק און מען צאלט צוביסלעך, דאן קומט אריין די ברכה און מען קען אלעס באצאלן.


ווען מוהרא"ש האט חתונה געהאט האט ער אליינס אפגעדרוקט אלע דעם רבינ'ס ספרים און ער איז געבליבן שולדיג פארן דרוקער איבער אכציג טויזנט דאללער (אפילו היינט איז אכציג טויזנט דאללער א סאך געלט, כל שכן דעמאלט בימים ההם איז עס געווען עטליכע מאל די היינטיגע ווערד), פלעגט מוהרא"ש שטענדיג דערציילן ביי די שיעורים ווי אזוי ער האט באצאלט דעם מדפיס; ער האט דאס אליינס באצאלט אן קיין עסקנים און אן קיין גמחים, ער איז יעדן טאג אריין צום דרוקער און באצאלט אויפן חשבון וויפיל ער האט געהאט אין טאש, ביז ער האט אלעס באצאלט. און אזוי פירן זיך די ערליכע ברסלב'ע חסידים, זיי באצאלן צוביסלעך וואו זיי זענען שולדיג.


דאס וואס דו פרעגסט וואס איז די עבירה וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "יֶשׁ עֲבֵירָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵירָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא עבירות וואס דאס מאכט אז דער מענטש זאל שטענדיג זיין א בעל חוב; דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. ווען א מענטש איז חס ושלום פוגם בברית, ער היט זיך נישט די אויגן, ער קוקט מאוויס און קליפס פון עבירות רחמנא לצלן, ווערט פארשטאפט זיין מח און עס ווארפט אים אריין אין א קטנות הדעת, ער מיינט אז ער מוז בארגן געלט, און צום סוף בלייבט ער נעבעך א גרויסער בעל חוב.


די איינציגסטע עצה ארויסצוקריכן פון אלע חובות איז אז מען טוט תשובה און מען וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, מען בעט אים אז מען זאל ארויס קריכן פון די בלאטע וואו מען איז אריין געפאלן, מען בעט אים ער זאל געבן שפע כדי מען זאל קענען באצאלן אלע חובות.


דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש יעדן טאג, ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן שפע און דו זאלסט קענען באצאלן אלע דיינע חובות.


אויב דו ווילסט באמת באצאלן דיינע חובות זאלסטו אננעמען די עצה פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: גיי נאך געלט יעדן טאג און אזוי זאלסטו צוביסלעך באצאלן דיינע חובות; עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, עס איז א בושה צו זיין א גנב, עס איז א בושה ווען מען בארגט געלט און מען באצאלט נישט.


על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנ) אויב מען האט נישט קיין געלט קען מען גיין נאך געלט פאר זיך אליינס; פארשטייט זיך אז אין שטוב איז נישט כדי צו זאגן אז מען גייט נאך געלט פאר זיך, מען זאגט 'איך גיי נאך געלט פאר א חבר וואס האט נישט אויף יום טוב' וד"ל.


דו זאלסט ווייטער רעדן צום אייבערשטן, זאלסט אים בעטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט קענען באצאלן פאר יעדן איינעם ביזן לעצטן פרוטה כדי דו זאלסט קענען אוועק גיין פון דער וועלט אן צו זיין שולדיג פאר א צווייטן אפילו איין פרוטה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.