תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין קינד איז שוין צען חדשים אלט, און איך האב נאכנישט געגעבן קיין שום וואקסינען, ווייל איך האב נישט געוואוסט וועלכע צו געבן, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסקלארן אין דעם ענין?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס איז דא צו וויסן און וואס איז דא צו פארשטיין? אז דער רבי האט געזאגט מען זאל געבן וואקסינען פאר די קינדער - וואס איז דא צו וויסן און צו פארשטיין? און וואס איז שייך צו זיין קלוגער פון רבי'ן? פארוואס אויסהערן פרויען האטליינס וואס העצן אויף יונגע פרויען מיט ליגנטס און אומזיסטע שרעק, אז אלע צרות קומען פון וואקסינען ווען דער רבי זאגט קלאר אז מען זאל געבן פאר די קינדער וואקסינען?
דער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זירא; עס קען אפילו אראפגיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זירא), דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו'; (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).
וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן וועט אים גוט זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.