שאלה אין קורצן ענין
#4 - זאל איך לאזן מיינע קינדער שפילן מיט שכנים וואס זענען נישט וואקסינירט?
רפואה, מחלוקת, וואקסינען, שכנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן א שכן וואס זיין ווייב איז פון די מענטשן וואס געבן נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער, און אונזערע קינדער שפילן געווענליך אינאיינעם, וואס דאס איז א טובה פאר ביידע. אבער יעצט ווען ס'איז פארשפרייט געווארן די מיזעלס מחלה ביים היימישן עולם, האב איך זייער מורא פון דעם. איך האב געהערט אז צוליב א שמחה האבן זיי געהאט געסט וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט מיזעלס, און איך האב א קליין קינד וואס קען נאכנישט ווערן וואקסינירט.


מיר זענען אין א דילעמע, מיר ווילן נישט מאכן קיין מחלוקת מיט די שכנים, אבער ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן ווערן אנגעשטעקט. וואס איז די ריכטיגע וועג צוצוגיין צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין מחלוקת מיט די שכנים; אז מען טוט וואס די תורה הייסט טון ווערט מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, מער פון דעם קען מען נישט טון און מען דארף נישט טון. די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן נישט פאר מלאכים, דעריבער אז דו פאלגסט די תורה און דו געבסט וואקסינען פאר דיינע קינדער, וועט דער אייבערשטער אפהיטן דיר מיט דיינע קינדער פון אלעם שלעכטס.


זיי צו לעבן בשלום מיט אלעמען - בפרט מיט שכנים; יעדע זאך פירט זיך מיט א פונקטליכער חשבון. דאס וואס מען וואוינט אין א דירה מיט שכנים דאס איז מיט א פונקטליכער חשבון פונעם אייבערשטן אז דיקא דער מענטש זאל וואוינען נעבן די און די מענטשן. דעריבער זאלסטו זייער אכטונג געבן צו לעבן בשלום מיט דיינע שכנים עס זאל נישט זיין קיין שום מחלוקת צווישן אייך.

#3 - ווארטן צו געבן וואקסינען פאר די קינדער ווען זיי הויבן אן גיין אין שולע?
רפואה, קינדער, סקול, וואקסינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל שוין יעצט געבן שאטס פאר מיין טאכטער? אדער קען איך ווארטן אביסל ביז פאר זי גייט אין סקול?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס האט שאטס מיט סקול? שאטס געבט מען פאר געזונט, נישט ווייל מען זאל קענען שיקן די קינדער אין סקול; וואלט ווען שאטס געווען נישט קיין געזונטע זאך - וואלט מען ווען נישט געטארט דאס געבן פאר די קינדער, אפילו די מוסד פארלאנגט דאס.


מיר פירן זיך צו געבן שאטס אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זערא; עס קען אפילו אראפגיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זערא) - דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


מוהרא"ש שרייבט קלאר (שו"ת ברסלב חלק לב, מכתב ג' תתקפב): "וְלָכֵן מֻכְרָחִים לְחַסֵּן אֶת הַיְלָדִים כְּשֶׁהֵם קְטַנִּים נֶגֶד כָּל מִינֵי מַחֲלוֹת וָחֳלָאִים רָעִים שֶׁנִּמְצָאִים וְכוּ'", מען מוז געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען קליין קעגן אלע שלעכטע קרענק וכו', "וְאָסוּר לִהְיוֹת חָכָם בְּעֵינָיו", און נישט זיין קיין אויבער חכם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - קען איך נעמען די קאראנע וואקסין?
אומאן, רפואה, ראש השנה, וואקסינען, קאראנע וויירוס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעצט איז ארויסגעקומען די נייעס אז אוקריינע האט אנגעהויבן פארלאנגען אז אויב וויל מען אריינקומען ביי זיי אין לאנד דארף מען האבן גענומען די קאראנע וואקסין. אדער דארף מען זיך דארט זיך איינשפארן פאר 10 טאג.


איך וויל זייער שטארק פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, אבער איך האב זייער מורא צום נעמען דעם וואקסין, מענטשן שרעקן אן אז ס'קען מאכן אסאך פראבלעמען, ס'קען שאטן צו האבן קינדער, און נאך. פון די אנדערע זייט זעט מיר אבער אויס אז אן די וואקסין וועל איך נישט קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.


איך בין זייער צעמישט און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן וואס צו טון, אדער אויב איך קען נעמען דעם וואקסין און דער ראש ישיבה זאל מיר אנוואונטשן אז ס'זאל נישט שאטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט מורא האבן צו נעמען די וואקסין; קענסט עס נעמען, עס שאט נישט פאר'ן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - זאלן מיר געבן וואקסינען?
וואקסינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן וואקסינען, אויב מ'דארף וואקסינירן די קינדער. אין די שולע פון מיין טאכטער בעט מען יעצט צו געבן וואקסינען פאר די פלו, זאלן מיר עס געבן אדער נישט?


בכלל וויל איך וויסן וועגן וואקסינען צי מ'זאל עס טון אדער נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו געבן פאר דיינע קינדער שאטס; דער הייליגער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זירא; עס קען אפילו אראפ גיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זירא) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


די שאלה פרעגט מען מוהרא"ש צוויי מאל אין שאלות ותשובות ברסלב און מוהרא"ש שרייבט קלאר (שו"ת ברסלב חלק לב, מכתב ג' תתקפב): "וְלָכֵן מֻכְרָחִים לְחַסֵּן אֶת הַיְלָדִים כְּשֶׁהֵם קְטַנִּים נֶגֶד כָּל מִינֵי מַחֲלוֹת וָחֳלָאִים רָעִים שֶׁנִּמְצָאִים וְכוּ', וְאָסוּר לִהְיוֹת חָכָם בְּעֵינָיו", מען מוז געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען קליין קעגן אלע שלעכטע קרענק וכו', און מען טאר נישט זיין קיין אויבער חכם ביי דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.