שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי באקום איך מיין שידוך?
שידוכים, אמונה, קשיות, תשובה, טעלעפאן, עבירות, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דארף ווי שנעלער א שידוך, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גאנצע זאך פון שידוכים איז פארהוילן פון אלעמען, מען ווייסט נישט ווען, מיט וועם וכו' וכו', שידוכים ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפינען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיטן באשעפער.


עס איז דא א זאך וואס טוט אפהאלטן די שידוך; אז מען היט נישט די אויגן, מען איז פוגם בברית - דאס טוט אפהאלטן די שידוך, און אויך נאך די חתונה, אויב מען פירט זיך נישט ערליך - פארלירט מען די שלום בית. איך בעט דיר זייער, היט דיינע אויגן, אין דעם זכות וואס דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו טרעפן דיין שידוך. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, און אפילו ווען מען האט שוין א שידוך, מען איז שוין חתונה געהאט, אויב מען זינדיגט אין פגם הברית - פארלירט מען די שידוך, מען הייבט זיך אן קריגן און מען האט נישט קיין שלום בית; ווידער אז מען טוט תשובה, מען פאררעכט וואס מען האט פוגם געווען, דעמאלט טרעפט מען די שידוך און מען לעבט א גוט לעבן.


אז דו וועסט זיין שטארק נישט צו האבן א טעלעפאן, טעבלעט, וכדומה, וואס מען קען זען אויף דעם עבירות - וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט חתונה האבן און האבן ערליכע דורות, די שכינה וועט רוען ביי דיר אין שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.