שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי באקום איך צוריק די שטארקע אמונה וואס כ'האב אמאל געהאט?
התחזקות, חיזוק פאר פרויען, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון ארץ ישראל, און זייט איך בין געוואויר געווארן פון אייערע שיעורים האט איך באקומען א נייע לעבן, סיי איך און סיי מיין מאן זענען זיך מחזק מיט די שיעורים, און מיר לעבן ב"ה מיט א שטארקע אמונה, מיר לעבן מיט אייבערשטן ביי אונז אין שטוב.


איך וויל פרעגן איבער דעם וואס אין די ערשטע תקופה ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים און די ניגונים האב איך ממש געשפירט דעם אייבערשטן מיט מיר, איך האב ממש געפילט בחוש אז אלעס קומט נאר פון אויבן, אבער יעצט האב איך שוין נפילות יעדע שטיק צייט, איך ברוגז אויף פשוטע זאכן, און איך פיל אז איך בין גארנישט ווערד, און דאס מאכט מיר זייער צעבראכן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען חיזוק אויף די נושא, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו פלעגט זיך פירן יעדעס יאר מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערביי דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה און וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר בשעת די סעודה איז דארט געזעצן א איד דער וואסער טרעגער פון שטאט, ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשן מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר גענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער, א גאנצן טאג שלעפסטו וואסער און ווען דו רוסט זיך אפ דעמאלט כאפסטו אריין אפאר קאפיטלעך תהילים, דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט מוטשען מיט ברענגען פרנסה, נאר דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט", ווען דער וואסער טרעגער האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעשיינט, ער רופט זיך צום מעזריטשן מגיד: "טאקע דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט מיט נייגעריגקייט וואס מען האט אים למעשה אנגעשריבן, האט אים דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע געענטפערט: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר", פרעגט דער וואסער טרעגער: "איך האב אזוי שלעכט געבעטן, פארוואס האט מען פון מיר געלאכט?" זאגט אים דער מעזריטשער מגיד אזוי: "אין הימל האט מען געזאגט אז אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול וואס דארף מען דיר האבן... דער אייבערשטער האט בילי-ביליאנען מלאכים וואס דינען אים אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".


מיר זאגן יום כיפור ביים דאווענען: "וְאָבִיתָ תְהִילָה מִגּוּשֵׁי עָפָר, מִקְּרוּצֵי חֹמֶר (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד', אות ט)", דער אייבערשטער וויל דוקא אונזער לויב; אין הימל זענען דא מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש וואס גייען און שטייען און פאלן נישט אראפ, דאך האט דער אייבערשטער באשאפן דער וועלט ווייל ער וויל האבן א נחת רוח פון אונז מענטשן וואס גייען, פאלן און הייבן זיך אויף.


דעריבער זאל אייך נישט וויי טון אז איר האט נפילות, דאס איז נאר געמאכט אייך צו מקרב זיין איר זאלט אנהייבן מיט א פרישקייט דינען דעם אייבערשטן; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.