תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע זיסע געשמאקע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.
איך וואוין אין דרום ארץ ישראל, וואו עס פליען אסאך מאל אריין ראקעטן פון די אראבער, און מ'דארף לויפן זיך באשיצן. די קינדער ווערן זייער דערשראקן פאר דעם, זיי הויבן אן פרעגן קשיות פארוואס דער אייבערשטער טוט דאס פאר אונז, און דאס גלייכן. ווי אזוי איז מען מחזק די קינדער? ווי אזוי בארואיגט מען זיי? און ווי אזוי ברענגט מען אריין אין זיי א קלארע אמונה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען עס פליען ראקעטן פון די אראבער דעמאלט איז שוין אביסל שפעט צו בארואיגן קינדער וכו'; די ריכטיגע וועג אריין צו ברענגען אמונה אין זיך און אין די שטוב, איז דורך רעדן כסדר פון אמונה. נאך בעפאר עס פליען די ראקעטן וכו', ווען עס איז אלעס גוט, און אלעס איז אין בעסטן ארדענונג - דעמאלט דארף מען איינפלאנצן אמונה, נאכדעם ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן השם ישמרינו האט מען כח זיך צו דערהאלטן.
מען דארף אסאך רעדן פון אמונה ביז מען איז זוכה צו האבן אמונה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי", דוד המלך זאגט, מיט מיין מויל דערצייל איך פונעם אייבערשטן; אז מען רעדט פון אמונה איז דאס אליינס אמונה און דאס ברענגט מען זאל האבן אמונה. מען דארף שטענדיג רעדן פונעם אייבערשטן, ווען מען קען נאר זאל מען דערמאנען דעם אייבערשטן; מען פרעגט דיר: "וועסט קומען היינט נאכט?" ענטפער נישט: "יא", נאר ענטפער: "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" ענטפער נישט: "גוט", ענטפער: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", דאס גייט אריין צוביסליך אין זיך, אין די ווייב און אין די קינדער, אזוי פאלט אוועק אלע פחדים און אלע שרעק.
רעד צו דיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג און קליינטשיג אסאך דיבורי אמונה, דורכדעם וועלן זיי נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף די וועלט. ווארט נישט זיי זאלן עלטער ווערן; מענטשן מיינען אז קליינע קינדער פארשטייען נישט, מען מיינט אז חינוך הייבט זיך אן מיט גרעסערע קינדער, מען שפירט נאריש צו רעדן צו קליינע קינדער פון אמונה וכו'; עס איז אבער נישט אזוי, אזוי ווי מיר ווייסן די מעשה אז רבי נתן האט אמאל געכאפט א לאנגע שמועס מיט א קינד, האט מען געפרעגט רבי נתן פארוואס ער פארברענגט צייט מיט א קינד, האט זיך רבי נתן צופלאמט און געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א קינד, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן און אט פירט מען שוין צו די קבורה"; ווי איינער זאגט, 'וואס זאגסטו ער איז א קינד, א שאד צו פארברענגען צייט מיט אים, מען געבט זיך א דריי און מען איז שוין אן אלטער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צז:): "מַטְבֵּעַ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ - זָקֵן וּזְקֵנָה מִצַּד אֶחָד, וּבָחוּר וּבְתוּלָה מִצַּד אַחֵר", אברהם אבינו האט געהאט א מטבע וואס פון איין זייט איז געווען א בילד פון א אינגל מיט א מיידל און פון די אנדערע זייט איז געווען א בילד פון אן אלטער איד מיט א אלטע אידענע; מוהרא"ש זאגט אז אברהם אבינו האט געלעבט מיט די מחשבה: 'אט איז מען א בחור און אט איז מען שוין אן אלטער איד, אט איז מען א מיידל און אט איז מען אן אלטע אידענע'.
אז מען וויל פועל'ן ביי קינדער דארף מען רעדן צו זיי ווען זיי זענען נאך יונג, דעמאלט איז א צייט וואס זיי זענען נאך ריין, דעמאלט ווערט אריין געקריצט די אמונה אין זיי, שפעטער ווען עס גייט אריבער שווערע צייטן קומט ארויס זייער אמונה און זיי האבן נישט מורא פון קיין שום זאך.
דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו יז, ז-ח): "בָּרוּךְ הַגֶּבֶר אֲשֶׁר יִבְטַח בַּה' וְהָיָה ה' מִבְטַחוֹ", וואויל איז דעם וואס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן וועט אים דער אייבערשטער נישט פארלאזן, "וְהָיָה כְּעֵץ שָׁתוּל עַל מַיִם", דער איז גלייך צו א בוים וואס איז איינגעפלאנצט נעבן וואסער, "וְעַל יוּבַל יְשַׁלַּח שָׁרָשָׁיו", ער איז ווי א בוים וואס די ווארצלען זענען איינגעטינקען אין וואסער "וְלֹא יִרְאֶה כִּי יָבֹא חֹם", עס וועט אים נישט שאטן קיין הייסע טעג, "וְהָיָה עָלֵהוּ רַעֲנָן", די בלעטער האלטן זיך שטענדיג פריש, "וּבִשְׁנַת בַּצֹּרֶת לֹא יִדְאָג", ווען עס איז דא א טריקעניש וועט ער נישט זארגן, "וְלֹא יָמִישׁ מֵעֲשׂוֹת פֶּרִי", ער וועט שטענדיג ארויסגעבן פיינע פרוכט, אזוי איז דער וואס לעבט מיט אמונה און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, גארנישט וועט אים נישט דערשרעקן.
וואויל איז דעם וואס רעדט פון אמונה און פלאנצט דאס איין אין זיינע קינדער, וועט ער זען שיינע ליכטיגע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.