שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ברענגט מען אריין אמונה אין די קינדער?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, אמונה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מאמע צו פינף זיסע קינדערלעך קע"ה, און מיין גאנצע ציל און האפענונג אין לעבן איז אויפצוציען מיינע קינדער מיט אמונה און יראת שמים, זיי זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן.


מיין צען יעריג אינגל האט מיר לעצטנס געזאגט אז ער האט קשיות אויף די אמונה, ווען איך האב אים געפרעגט וואס ער מיינט צו זאגן דערמיט, האט ער מיר געזאגט אז ער בעט אסאך מאל זאכן פונעם אייבערשטן און ער באקומט עס נישט.


איך האב מיר זייער דערשראקן פון דעם, ס'זעט מיר אויס אז איך האב נישט די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו רעדן צו מיינע קינדער פון אמונה, ווי אזוי אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין זייערע הערצער.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה און הדרכה ווי אזוי צו רעדן צו מיינע קינדער, און ווי אזוי אריינצוברענגען אין זיי די הייליגע אמונה.


א גרויסן דאנק.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב חג הסוכות, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער הייליגער רבי האט פארציילט ווי אזוי האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן; דאס האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים, ווייל דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל - דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן. ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, פלעגן זיי אריין גיין אין שטוב פון בעל שם טוב און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זי"ע, זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי זייענדיג נאך א קליין אינגל פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב זי"ע.


אמאל האט דער רבי געהערט די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב זי"ע און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליינס אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", מיט די ווערטער האט ער געלעבט און אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל שפאצירט ער אין וואלד בשעת ער זינגט זיך צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליינס אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבער געלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן, דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם ס"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זי"ע געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער ס"מ וויל אים איינרעדן אנטקעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


זעט מען פון דעם אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק פלאקערט דאס אויף זיין הארץ צו ווערן א גרויסער צדיק.


דערפאר אז איר ווילט אן עצה ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן דארפט איר וויסן אז די עצה איז זיי צו דערציילן אן א שיעור מעשיות פון די הייליגע חכמים און פון צדיקים; עס איז באוויסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו דערציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


פארשטייט זיך אז מען דארף אליינס אויך האבן אמונה, מען קען נישט איבער געבן אמונה פאר א צווייטן נאר אז מען איז בטל ומבטל צום אייבערשטן; מוהרא"ש טייטשט מיט דעם פסוק (תהלים כה, ח): "טוֹב וְיָשָׁר ה' עַל כֵּן יוֹרֶה חַטָּאִים בַּדָּרֶךְ", ווען א מענטש וויל זיין א 'יוֹרֶה חַטָּאִים בַּדָּרֶךְ', ער וויל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, דארף זיין ביי אים קודם 'טוֹב וְיָשָׁר ה'', ער דארף וויסן ביי זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים, און נאר אזוי קען מען צוריק ברענגען אידישע קינדער צו די אמונה.


דאס זעלבע איז מיט עלטערן וואס ווילן מחנך זיין די קינדער זיי זאלן לעבן מיט אמונה; זיי דארפן זיך אליינס איבער געבן צום אייבערשטן און לעבן מיט אמונה, אזוי וועלן די קינדער אויך לעבן מיט אמונה. יעדע זאך וואס פאסירט אין שטוב זאל מען הערן דערביי די אויסדרוקן: "ברוך השם!" "אלעס איז דער אייבערשטער!" אז עס גיסט זיך עפעס אויס אדער אז עס צעברעכט זיך עפעס דארף מען הערן: "גם זו לטובה", "וואס דער אייבערשטער טוט - איז זיכער גוט"; ביים שבת טיש דארף מען דערציילן מעשיות פון אמונה, מעשיות פון תפילה - אזוי וועט אריין גיין אין זייער הארץ די ריינע אמונה.


אמונה באקומט מען ווען מען רעדט פון דעם און ווי מער מען רעדט פונעם אייבערשטן אלץ מער בויט זיך אויף די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", ווי מער מען רעדט פון אמונה אלץ מער איז מען זוכה צו דעם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי", דוד המלך זאגט: 'מיט מיין מויל פארצייל איך פונעם אייבערשטן', "הַיְנוּ עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה, זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", אז מען רעדט פון אמונה - דאס אליין איז אמונה און דאס ברענגט מען זאל האבן אמונה.


דערפאר איז א גרויסע זאך אז מען זאל שטענדיג רעדן פונעם אייבערשטן, וואו מען קען נאר זאל מען דערמאנען דעם אייבערשטן; מען פרעגט איינעם: "וועסט קומען היינט נאכט?" זאל ער נישט ענטפערן: "יא", נאר: "מיטן אייבערשטנ'ס הילף"; מען פרעגט איינעם: "וואס מאכסטו? וואס הערט זיך?" ענטפערט מען: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן".


עלטערן דארפן אסאך וויינען צום אייבערשטן אויף ערליכע קינדער; מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלעכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זי"ע געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער על דרך התורה והמצוות.


א גוט יום טוב.