תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, איך בין זיך מחיה און איך לעב מיט די דרשות, איך האב ב"ה אנגעהויבן לערנען, איך לערן יעדן טאג חומש, א דף גמרא און ש"ס כסדרן, אביסל תהלים און אפאר פרקים משניות.
איך ארבעט זייער שווער פון צופרי ביז ביינאכט, און דאס דאווענען מיט מנין קומט מיר אן זייער שווער, ממש מיט מסירות נפש, און די איינציגסטע זאך וואס איז מיר מחזק איז דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דאס דאווענען מיט מנין ברענגט דבר שבמנין, דאס ברענגט געלט.
איך זע אבער אז ביי מיר ארבעט עס נישט, איך האב חתונה געהאט קוים עטליכע יאר צוריק, און איך האב שוין צוועלף טויזנט דאלער חובות. איך האב געהערט א שיעור איבער די שעדליכקייט פון קרעדיט קארדס, און איך האב טאקע צוגעמאכט אלע קארטלעך, אבער איך קען נישט דעקן מיינע הוצאות.
זעענדיג אז איך בין סיי ווי אנגעזעצט מיט חובות, פארליר איך די חשק צו דאווענען מיט מנין. איך דארף חיזוק אויף דאווענען מיט מנין, און א וועג ווי אזוי ארויסצוגיין פון חובות.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, נר ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו גייסט אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן"; "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט; ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס מען איז זוכה ווען מען דאווענט מיט מנין וואלטן אלע מקפיד געווען אויף דעם זייער שטארק.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): ווען מען דאווענט מיט מנין נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַשְׁאִיל בּוֹ", ווען א מענטש קומט יעדן טאג אין שול און ער פארפעלט אמאל צו קומען, פרעגט זיך דער אייבערשטער גלייך נאך אויף אים: "וואו איז דער מענטש, וואס איז מיט אים אז ער איז נישט געקומען היינט אין שול?" און דער אייבערשטער העלפט אים; זעט מען פון דעם אז ווען מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך די השגחה אויף זיך, דעריבער בעט איך דיר שטארק זיך ווייטער צו דאווענען מיט מנין, זיי נישט מזלזל אין דעם, וועסטו זוכה זיין צו האבן שפע.
בענין דיינע חובות וכו'; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין ארויס צו גיין פון דיינע חובות ווייל חובות איז זיייער א שלעכטע זאך פארן מענטש. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן עז): "מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשָׂיו בִּמְהִירוּת בְּלִי יִשׁוּב הַדַּעַת נַּעֲשֶֹה בַּעַל חוֹב", ווער עס טוט זאכן שנעל אן ישוב הדעת ווערט א בעל חוב; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך היטן פון זיין א בעל חוב.
מוהרא"ש האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי ארויס צו גיין פון חובות, אז מען זאל אנהייבן באצאלן צוביסליך; דעריבער אז דו ווילסט באמת ארויסגיין פון דיינע חובות זאלסטו אזוי טון, הייב אן באצאלן דיינע חובות צוביסליך וועסטו קענען אלעס באצאלן. דאס איז בדוק ומנסה, אבער א מענטש טראכט: 'איך האב א חוב פון הונדערט טויזנט דאללער, ווי וועל איך דאס קענען באצאלן?' און דערפאר באצאלט ער גארנישט, ער גייט נאר אריין טיפער אין חובות וכו' וכו', אבער אז מען צאלט צוביסליך - נאך אביסל און נאך אביסל - ענדיגט מען מיט אלע חובות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.