תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ערשטנס א גרויסן יישר כח פאר די שטארקע דברי חיזוק כסדר.
איך האלט שוין אפאר יאר נאך די חתונה, און איך בין נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, איך בין זיך שטארק מחזק מיט'ן רעדן צום אייבערשטן, און אזוי פרובירט מען אנצוגיין ווייטער און ווייטער, אבער יעדע שטיק צייט קומט אן פרישע אנטוישונגען וואס לעשט מיר אויס אינגאנצן, איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו באגיין ווען ס'קומט א שווערע מינוט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק און עצות אויף דעם?
א גרויסן יישר כח, משה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד משה נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
געב אכטונג נישט צו ווערן אנגעצויגן און נערוועז וכו', ווייל דאס אליינס איז מונע צו האבן קינדער. דער אייבערשטער וועט ענק העלפן איר וועט זוכה זיין בקרוב צו זרע של קיימא.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן ח'): "הֵ"א הַנַּעֲשָׂה מִכֶּסֶף מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", א זילבערנע ה"א איז א סגולה פאר קינדער; היינט קען מען דאס באקומען ביי די זילבער געשעפטן. מען טוט דאס אן מיט א קייטל אויפן האלז און דאס איז א סגולה פאר קינדער, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מז, כג): "הֵא לָכֶם זֶרַע".
דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך און פרייליך מאכן אין שטוב, דאס וועט דיר ברענגען קינדער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י:): מַּה יַעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיוּ לוֹ בָּנִים זְכָרִים? רַבִּי אֱלִיעֶזֶר אוֹמֵר: ""יְפַזֵר מָעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר: "יְשַׂמַּח אִשְׁתּוֹ לִדְבַר מִצְוָה".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.