תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך קוק ארויס אזוי שטארק אויף א בארואיגונג, איך ציטער און איך ווארף זיך פאר שרעק, איך קען נישט עסן, איך פאניק שרעקליך, איך הער שרעקליכע שמועות פון רוסלאנד און אוקריינע, מען האט היינט געהערט אז רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע און עס פאלן באמבעס איבער גאנץ אוקריינע.
ווי אזוי געבט מען זיך א עצה נישט צו ווערן דערשראקן? איך האב שוין פון לאנג אויפגעהערט צו הערן נייעס, אבער עס איז א זאך וואס מען קען נישט גענצליך פארמיידן, איך קום אין שול און איך הער די נייעס, איך גיי אין מקוה און מען רעדט דארט פון די נייעס, די פחדים רויבן מיר צו מיין לעבן.
איך הער שוין אסאך יארן די דרשות און די שיעורים און איך פאלג אלעס, אבער מיט דעם אלעם ווען עס קומט שרעקעדיגע נייעס נעמט עס מיר זייער איבער, איך לויף און איך שריי צם אייבערשטן, "אייבערשטער, מיינע נערוון טוען וויי, איך האב מורא, היט מיך, איך בין אין א שרעקליכע צרה, ס'שאקלט אין מיר שרעקליך, איך וויל נישט ארויסזאגן מיטן מויל וואס איך טראכט וואס עס גייט זיין חס ושלום".
איך דערמאן זיך די מעשה ווי דער רבי איז געווען בייז ווען מ'האט אים געזאגט אז די גזירות וואס מען האט דעמאלט געשמועסט איז גארנישט, ער איז נישט געווען צופרידן פון די וואס זאגן אז דער אייבערשטער וועט עס זיכער נישט טון צו אונז. וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעצט הער איך אז עס איז פיל ערגער פון וואס איך האב געמיינט, אביסל האב איך זיך בארואיגט ווען איך האב געזען די בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אז מען דארף נישט מורא האבן צו פארן צום רבי'ן, האב איך געטראכט מסתם וועט די מלחמה נישט גיין ווייטער, אבער למעשה גייט עס יא פיל ווייטער.
אפשר זאל דער ראש ישיבה שרייבן א תפילה אויף דעם? ביי קאראנא האב איך אויך געפאניקט, אבער איך פיל ווי די אלע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס ערגסטע. איך קען נישט תשובה טון פאר די גאנצע וועלט. ראש ישיבה, ראטעווע מיך, איך שטארב.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נעם אריין אין דיר אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער; גיי מיט די מחשבה - וועסטו פטור ווערן פון די אלע שרעק. ווען א איד טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער קלעבט זיך צו צום אייבערשטן - ווערט ער געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.
וויסן זאלסטו, אלע פחדים און אלע שרעק קומען פון דמיונות וואס דער מענטש אליינס טראכט, דער מענטש אליינס רודפ'ט זיך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת פרק יד, הלכה ג) אויפ'ן פסוק (דברים ז, טו): "וְהֵסִיר ה' מִמְּךָ כָּל חֹלִי - זֶה רַעֲיוֹן", דאס מיינט מען די געדאנקען, אזוי ווי רבי אליעזר זאגט אויפ'ן פסוק (דברים כח, מח): "וְנָתַן עֹל בַּרְזֶל עַל צַוָּארֶךָ - זֶה הָרַעֲיוֹן", וואס איז די שווערסטע זאך פאר'ן מענטש, די שווערסטע יאך? די דמיונות, די געדאנקען וואס דער מענטש טראכט זיך אליינס אויס; בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן איז מען שטענדיג אנגעצויגן, דער מענטש טראכט שרעקעדיגע זאכן וכו' 'מען וועט מיך הרג'ענען', 'איך גיי שטארבן', 'מען גייט מיך שיסן'; באמת איז דער מענטש אליינס זיין גרעסטע פיינט, קיינער רודפ'ט נישט, עס איז נאר די אייגענע מחשבות; ווייל ווער עס טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער פרובירט צו טראכטן פון אמונה - ווערט פטור פון די אלע שלעכטע מחשבות.
חזר אמונה - וועסטו נישט מורא האבן פון גארנישט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן כה): "כְּשֶׁשּׁוֹכְחִים אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם נִשְׁעָנִים עָלָיו, עַל יְדֵי זֶה מִתְפַּחֲדִים מֵאֻמּוֹת", ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן ווערט מען דערשראקן פון פעלקער.
וואויל איז דעם מענטש וואס טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער; ווערט ער נישט דערשראקן פון גארנישט.