שאלה אין קורצן ענין
#16 - זיך לערנען א פאך ביי א דייטשע גוי?
פרנסה, מלחמה, דייטשלאנד, גוים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האלט זיך אינמיטן לערנען א פאך, און איינער פון די לערערס איז א דייטשער גוי, ער רעדט און קוקט אויס ווי א ריכטיגער דייטש, מיט בלאנדע האר און בלויע אויגן; עס איז מיר אבער זייער שווער נישט צו גיין צו אים ווייל ער לערנט אויס א חלק פון די לימודים, איך ווייס אבער אז צדיקים האבן מקפיד געווען נישט צו קויפן זאכן וואס איז געמאכט געווארן אין דייטשלאנד, און געוויסע צדיקים האבן געזאגט אז זיי זענען די ריכטיגע עמלקים; דארף איך דוקא זיך שטעלן אויף דעם אז איך וויל נישט גיין צו אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בהר-בחוקותי, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, עס איז א חיוב אויף אלע תלמוד תורה'ס און מיידל סקולס צו לערנען מיט די קינדער וואס די דייטשע רוצחים האבן געטון מיט כלל ישראל. ווי זיי האבן אויסגע'רצח'ט מיט אלע מיתות משונות אידישע קינדער, מיט סקילה, שריפה, הרג, חנק. איבער זעקס מיליאן אידן האבן די רוצחים פארטיליגט, מען דארף דאס לערנען מיט די קינדער, זיי זאלן וויסן און געדענקען: "זָכוֹר אֵת אֲשֶׁר עָשָׂה לְךָ עֲמָלֵק" (דברים כה, יז), וואס די פעלקער האבן געטון מיט די אידישע פאלק.


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט אהין פארן און מען זאל זיך אויך נישט דארט אפשטעלן, אפילו נאר אויף טוישן פליגער, און אויך אז מען זאל נישט קויפן קיין דייטשע פראדוקטן און נישט האבן מיט זיי.


בנוגע אויב דו זאלסט לערנען וכו'; צדיקים זאגן אז די דייטשע זענען די עכטע עמלקים, און צדיקים האבן נישט געוואלט זיך טרעפן מיט זיי, נישט צו קוקן אויף די פנים פון עמלק.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - פארוואס ציטער איך אזוי שטארק פון מלחמות?
סיפורי צדיקים, אמונה, מוהרא"ש, ניגונים, פחדים, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אלעמאל רעדן פון מלחמות און איך ציטער פאר שרעק. עס איז דא יעצט א מלחמה אין ארץ ישראל, א מלחמה אין רוסלאנד, און אויך זאגן מיידלעך אין מיין קלאס אז עס גייט זיין נאך און נאך מלחמות, איך ציטער אז עס זאל נישט זיין נאך א קריג אזוי ווי אונזערע עלטער באבעס האבן מיטגעמאכט.


איך האב גערעדט צו מיין לערערין און זי האט מיר געזאגט אז אידן זענען זייער וואויל און מען זעט ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט כסדר מיט אידן יעדן טאג, אבער איך קען זיך אויפוועקן אסאך מאל אינמיטן די נאכט מיט א שרעקליכע פיינפולע מחשבה, 'אפשר שיסט מען? און אפשר זענען שוין סאלדאטן אריינגעקומען יעצט אינמיטן נאכט אין אמעריקע?', און איך פיל ווי איך וויל שטארבן, אז איך זאל נישט דארפן מיטמאכן קיין צרות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זינגט ניגונים פון אמונה, אמונה בארואיגט דעם מענטש, זינגט: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס" - וועט אייך ווערן גוט, איר וועט זיך בארואיגן פון די שרעק.


מוהרא"ש, ווען ער פלעגט זיך מתבודד זיין אין פעלדער און אין וועלדער, ער פלעגט גיין רעדן צום אייבערשטן - האט ער מורא געהאט פון די חיות, ער פלעגט אנטרעפן הינט וכו', האט ער דעמאלט אנגעהויבן חזר'ן די ווערטער וואס דער היילעגער רבי זאגט: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל, און אזוי זאגנדיג די ווערטער איז ארויסגעקומען א שיינע תנועה און עס איז באקאנט געווארן צווישן ברסלב'ער חסידים, די ניגון פון ממלא כל עלמין, און דאס האט ארויסגענומען פון אים די פחדים.


דורך חזר'ן אמונה - וועלן אוועק גיין אלע פחדים, איר וועט זיך שפירן זיכער מיטן אייבערשטן, איר וועט פון קיינעם מער נישט מורא האבן.



דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#14 - מעג איך פארן קיין ארץ ישראל ווען יעצט איז דארט א מצב מלחמה?
צרות, סכנה, ארץ ישראל, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר וואוינען אין אייראפע, און מיר האבן א נאנטע משפחה חתונה אין ארץ ישראל אין בערך צוויי חדשים ארום, אבער אזוי ווי דער מצב אין ארץ ישראל איז דערווייל נישט זיכער, עס איז א מצב מלחמה, האב איך געוואלט פרעגן אויב מען מעג הלכה'דיג אהינפארן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט פארן קיין ארץ ישראל.


וואו איז דען נישט קיין סכנה? איבעראל דארף מען רחמי שמים; אין חוץ לארץ איז מען גארנישט פארזיכערט, אידישע קינדער זענען אזוי ווי א שעפעלע צווישן זיבעציג פארציקנדע וועלף, וואס בדרך נס בלייבט די שעפעלע גאנץ, דער אייבערשטער היט אונז. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תולדות, סימן ה) אַדְרִיָּאנוֹס האט געזאגט פאר רבי יהושע: "גְּדוֹלָה הַכִּבְשָׂה הָעוֹמֶדֶת בֵּין שִׁבְעִים זְאֵבִים", די שעפסעלע וואס שטייט צווישן די זיבעציג וועלף איז זייער גרויס און שטארק; ער האט געוואלט אויסלויבן די אידן אז אידן מוזן זיין זייער א שטארקע פאלק, אז מיט דעם וואס אלע פעלקער ווילן איר אויסרייסן, אזוי ווי וועלף וואס ווילן פארציקן א שעפעלע, איז די שעפעלע נאכאלץ דא, "אָמַר לוֹ", האט רבי יהושע אים געזאגט: עס האט נישט צוטון מיט אונזער שטארקקייט, "גָּדוֹל הוּא הָרוֹעֶה שֶׁמַּצִּילָהּ וְשׁוֹמְרָהּ וְשׁוֹבְרָן לְפָנֶיהָ", דער פאסטוך איז א שטארקער, דער פאסטוך היט איר; דער אייבערשטער היט די אידישע פאלק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי שטארק מען זיך, נישט צו הערן נייעס?
אמונה, פחדים, נייעס, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק אויף דעם ענין נישט צו הערן קיין נייעס? ווייל אפילו איך האב שוין א לאנגע צייט נישט נאכגעגאנגען אדער געהערט נייעס, קען איך אבער יעצט זיך נישט איינהאלטן, ווייל עס ציעט מורא'דיג מיטצוהאלטן די נייעס פון די מלחמה אין ארץ ישראל, אבער למעשה דערשרעקט עס מורא'דיג שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט צו הערן און קוקן נייעס, ווייל ווי מער מען הערט די נייעס - פארגעסט מען אז דער אייבערשטער פירט אלעס און מאכט אלעס; נישט די לאנד און נישט דער פירער, נאר דער אייבערשטער אליין; ביז מען ווערט זייער דערשראקן.


חזר זיך אמונה - וועסטו נישט האבן קיין שרעק; "אין עוד מלבדו" - נעמט אוועק אלע שרעק, שרעק קומט ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן כה): "כְּשֶׁשּׁוֹכְחִים אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם נִשְׁעָנִים עָלָיו, עַל יְדֵי זֶה מִתְפַּחֲדִים מֵאֻמּוֹת", ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן ווערט מען דערשראקן פון פעלקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - איז דא אן עצה נישט מורא צו האבן פון די מלחמה?
פחדים, מלחמה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין דא אין ארץ ישראל, יעדער איז זייער דערשראקן פון די מלחמה, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה נישט צו מורא האבן פון די מלחמה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך איבער צום אייבערשטן - וועט איר ניצול ווערן פון די פחדים. חזר'ט זיך אמונה, דער אייבערשטער - ער מאכט אלעס און פירט אלעס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן כא): "כְּשֶׁיֵּשׁ הַכְנָעָה, עַל יְדֵי זֶה אֵין מוֹרָא בְּמִלְחָמָה, כְּאִלּוּ הוּא יוֹשֵׁב בְּמָצוֹר", אז מען האט הכנעה פארן אייבערשטן - דעמאלט האט מען נישט מורא אין צייט פון מלחמה, מען איז אזוי זיכער ביי זיך אזוי ווי מען וואלט ווען געזיצן אין א פעסטונג.


צינדט אן אין שטוב לעבעדיגע מוזיק. דער רבי זאגט (שם אות פחד, סימן יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט שרעק זאל זינגען לעבעדיגע ניגונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - זאל איך בויען א בונקער זיך צו ראטעווען פון א נוקלאערע קריג?
לימוד התורה, פחדים, סכנה, נייעס, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער ווי יעדער רעדט אז עס קומט חס ושלום א נוקלאערע קריג מיט רוסלאנד, אפילו די מקובלים זאגן שוין אויך אזוי, איך בין זייער נערוועז דערפון און איך קען נישט איינשלאפן ביינאכט, יעדעס מאל וואס איך הער עפעס אן אלארם ווער איך דערשראקן, איך טראכט צו בויען א בונקער אונטער מיין הויז, אבער איך ווייס נישט אויב עס וועט מיך העלפן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אינטערעסאנט אז דו ווערסט דערשראקן פון נייעס וואס איז אלץ נאר דמיונות, און פון זיכערע זאכן - ווערסטו נישט דערשראקן; דאס איז דאך זיכער אז איין טאג וועט קומען א גרויסער מלאך, אויסגעצויגן ביזן הימל, מיט אפאר טויזנט אויגן, דער מלאך וועט קומען מיט א גרויסע שווערד און צונעמען די נשמה; פון דעם מלאך קען זיך קיינער נישט ארויסדרייען, ער איז שטערקער פון יעדן איינעם; אינטערעסאנט אז פון דעם מלאך האסטו נישט מורא, דו זארגסט זיך גארנישט פאר דעם; וואלסט געדארפט פרעגן אויב דו זאלסט בויען א בונקער אונטער דיין הויז, זיך צו באשיצן פון אים.


איך בעט דיר זייער, בוי זיך א בונקער אין דיין הויז זיך צו באשיצן פון נוקלעאר און פון אלעם שלעכטס. בוי עס מיט תורה; מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג פרקים משניות און בלעטער גמרא, אויך בוי עס מיט קאפיטלעך תהילים, דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם שלעכטס. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (הקדמה, דף יא.): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, "כַּמָּה הוּא חֵילָא תַּקִּיפָא דְּאוֹרַיְיתָא", ווי שטארק איז די כח פון די הייליגע תורה, "וְכַמָּה הוּא עִלָּאָה עַל כֹּלָּא", און ווי שטארק דערהויבן איז די תורה מער פון אלעס, "דְּכָל מַאן דְּאִשְׁתְּדַּל בְּאוֹרַיְיתָא", ווייל דער וואס לערנט די הייליגע תורה, "לָא דָּחִיל מֵעִלָּאֵי", שרעקט זיך נישט פון אויבן, "וְתַתָּאֵי", און ער שרעקט זיך נישט פון אונטן; אז מען לערנט תורה האט מען נישט מורא - נישט פון מלאכים און נישט פון מענטשן, ווייל די תורה היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס. "וְלָא דָּחִיל" אויך האט מען נישט מורא, "מִמַּרְעִין בִּישִׁין דְּעָלְמָא", פון קיין שום שלעכטע פאסירונג פון די וועלט. "בְּגִין דְּאִיהוּ אָחִיד", ווייל דער וואס לערנט תורה, ער כאפט זיך אן - "בְּאִילָנָא דְחַיֵּי", אינעם עץ החיים, די בוים פון לעבן - "וְיַלִּיף מִינֵּיהּ בְּכָל יוֹמָא", דאס מיינט מען דעם אייבערשטן; דער וואס לערנט תורה כאפט זיך אן כביכול אינעם אייבערשטן אליינס.


"דְּהָא אוֹרַיְיתָא", ווייל די תורה, "תּוֹלִיף לְבַר נָשׁ", לערנט דעם מענטש - "לְמֵיזַל בְּאֹרַח קְשׁוֹט", צו גיין אויף אמת'דיגע וועגן, "תּוֹלִיף לֵיהּ עֵיטָא", עס לערנט דעם מענטש עצות, "הֵיךְ יָתוּב קַמֵּי מָארֵיהּ", ווי אזוי זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן; אפילו ווער עס איז געפאלן אין בלאטע, ער טוט נעבעך עבירות, אויב וועט ער לערנען די הייליגע תורה - וועט די תורה אים ווייזן די וועג ווי אזוי ארויס צו קריכן פון בלאטע, ווי אזוי צו ווערן אן ערליכע איד, "לְבַטְלָא הַהִיא גְּזֵרָה", און צו מבטל זיין גזירות.


"דְּאֲפִילּוּ אִתְגְּזַר עֲלֵיהּ דְּלָא יִתְבַּטֵּל הַאי גְּזֵרָה", אפילו ווען עס איז נגזר געווארן א גזירה אויף די גזירה, אז מען וועט נישט קענען מבטל זיין די גזירה, "מִיָּד אִתְבַּטֵּל וְאִסְתָּלַּק מִנֵּיהּ", דורך תורה וועט די גזירה יא בטל ווערן, "וְלָא שַׁרְיָא עֲלֵיהּ דְּבַר נָשׁ בְּהַאי עַלְמָא", און די גזירה וועט נישט זיין אויף אים, "וּבְגִין כָּךְ", דערפאר - "בָּעֵי לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִשְׁתַּדְּלָא בְּאוֹרַיְתָא", דארף מען לערנען די הייליגע תורה, "יְמָמָא וְלֵילֵי", בייטאג און ביינאכט, "וְלָא יִתְעַדֵי מִינָהּ", און זיך נישט אפלאזן פון די תורה, "הֲדָא הוּא דִכְתִיב", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (יהושע א, ח): "וְהָגִיתָ בוֹ", זאלסט לערנען די תורה, "יוֹמָם וָלַיְלָה", בייטאג און ביינאכט. "וְאִי אִתְעַדֵּי מִינָּהּ דְּאוֹרַיְיתָא", ווייל אויב מען לערנט נישט די הייליגע תורה, "אוֹ אִתְפְּרַשׁ מִינָהּ", אדער מען שיידט זיך אפ פון גיין אין די וועג פון די תורה, "כְּאִלּוּ אִתְפְּרַשׁ מֵאִילָנָא דְחַיֵּי", איז דאס אזוי ווי מען שיידט זיך אפ פונעם אייבערשטן אליינס; עיין שם.


הער נישט קיין נייעס - וועסטו לעבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי בארואיגט מען די פאניק פון די מלחמה אין אוקריינא?
אמונה, מוהרא"ש, פחדים, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליין אייערע בריוון און איך הער אייערע שיעורים און ניגונים, יישר כח פאר די ניגונים געמאכט ספעציעל פאר די יעצטיגע מלחמה לאגע אויף דער וועלט, עס איז שטארק מחזק אין אמונה.


איך וויל זיך באציען צו דאס וואס איר האט געזאגט ביי א דרשה, איר פרעגט דארט וואס איז די פארגעניגן פון מענטשן זיך אריינצולייגן אין א פאניק פון די מלחמה, און איר ענטפערט אז עס איז פשוט אז אזוי דארף מען זיך נישט אפגעבן מיט די אייגענע פראבלעמען, מען דארף נישט אוועקלייגן די שטריימל נאך שבת, און מען דארף נישט קער נעמען פון זיך.


איך וואונדער זיך אויף א מנהיג ישראל זאל נישט פארשטיין אז מענטשן פאלן באמת אריין אין א פאניק פון די מלחמה, אודאי זענען דא אינגעלייט ליידיגייערס וואס זיצן און פארברענגען די נעכט אין בית המדרש און זיי האבן א תירוץ נישט אהיימצוגיין ווייל עס איז דא א מלחמה, אבער דער חלק פון פאניק דאס איז א זאך וואס געשעט אויטאמאטיש.


איך זע עס ביי מיר אליין, איך קום אין בית המדרש און מען רעדט נייעס, איך וואלט ווען געוואלט גיין אין וואלד, איך וויל נישט הערן קיין נייעס, אבער וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט רעדט מען פון די מלחמה, רוסלאנד איז אריין אין אוקריינא, עס פאלט א פחד צו הערן, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך זייט דייטשלאנד איז אריין אין פוילן. און אז איינער קען א טראפ חשבון, זעט ער אז דער פוטין איז עלול אויף צעדרייטע זאכן און דער אמעריקאנער פרעזידענט איז אויך נישט אינגאנצן ביים זינען, און אין איין רגע קען ווערן א שרעקליכע מלחמה רחמנא ליצלן.


אמאל איז אמעריקא געווען אויף די אנדערע זייט וועלט, אבער היינט איז די וועלט זייער קליין, אין איין רגע קען חס ושלום פאסירן דאס ערגסטע רחמנא ליצלן, סיי די נוקלאערע מעגליכקייטן סיי די סייבער מעגליכקייטן וואס קען מאכן אז אין אפאר טעג זאל נישט זיין קיין ברויט פאר די קינדער. די פאניק קומט פון זיך אליין, דער מח לויפט, וואו וועל איך לויפן? וואו וועל איך גיין?


איך האב אויך געליינט די שאלה וואס איינער האט לעצטנס געפרעגט וועגן די מלחמה, די שאלה איז שטערקער פון די תשובה, ער שרייט דאך אזוי אמת'דיג: "איך דערמאן זיך די מעשה ווי דער רבי איז געווען בייז ווען מ'האט אים געזאגט אז די גזירות וואס מען האט דעמאלט געשמועסט איז גארנישט, ער איז נישט געווען צופרידן פון די וואס זאגן אז דער אייבערשטער וועט עס זיכער נישט טון צו אונז. וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעצט הער איך אז עס איז פיל ערגער פון וואס איך האב געמיינט, ביי קאראנא האב איך אויך געפאניקט, אבער איך פיל ווי די אלע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס ערגסטע" עד כאן לשונו, און ער זאגט דאך אזוי גוט און אמת'דיג.


איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שטארקע מח, שטארקע נערוון, און ווערט נישט אזוי שנעל איבערגענומען פון פחד און פאניק, אבער אלס א מנהיג פון אזויפיל הונדערטער טויזענטער אידן וואס הערן אייך אויס, דארפט איר וויסן אז 80 אדער 90 פראצענט פון די מענטשהייט זיצט אין שרעק און פאניק, עס שפילט זיך אפ שוידער אין קאפ, חס ושלום איך וויל נישט טראכטן וואס איך טראכט.


אנטשולדיגט פאר'ן אזוי מאריך זיין, אבער איך האף אז אפשר וועט ארויסקומען פון דעם א שיינע קלארע ענטפער, אדער א תפילה, וואס וועט העלפן אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שטארקע מח און שטארקע נערווען - קען יעדער איינער האבן; שטארקע נערווען און א שטארקע מח באקומט מען דורך אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה איז דא אן אנדערע חשבון; ווען מען חזר'ט די אמונה אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז 'מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל', לעבט מען רואיג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטערגעזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


איך האב א גוטע עצה פאר דיר, חזר זיך די שטיקל צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן - וועסטו זיך גוט אויסלאכן פון אלע נייעס, דו וועסט באקומען א שטארקע מח און שטארקע נערווען.


צוואת מוהרא"ש, אות ח:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי האלט מען זיך רואיג אין צייט פון מלחמות?
אמונה, פחדים, נייעס, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך קוק ארויס אזוי שטארק אויף א בארואיגונג, איך ציטער און איך ווארף זיך פאר שרעק, איך קען נישט עסן, איך פאניק שרעקליך, איך הער שרעקליכע שמועות פון רוסלאנד און אוקריינע, מען האט היינט געהערט אז רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע און עס פאלן באמבעס איבער גאנץ אוקריינע.


ווי אזוי געבט מען זיך א עצה נישט צו ווערן דערשראקן? איך האב שוין פון לאנג אויפגעהערט צו הערן נייעס, אבער עס איז א זאך וואס מען קען נישט גענצליך פארמיידן, איך קום אין שול און איך הער די נייעס, איך גיי אין מקוה און מען רעדט דארט פון די נייעס, די פחדים רויבן מיר צו מיין לעבן.


איך הער שוין אסאך יארן די דרשות און די שיעורים און איך פאלג אלעס, אבער מיט דעם אלעם ווען עס קומט שרעקעדיגע נייעס נעמט עס מיר זייער איבער, איך לויף און איך שריי צם אייבערשטן, "אייבערשטער, מיינע נערוון טוען וויי, איך האב מורא, היט מיך, איך בין אין א שרעקליכע צרה, ס'שאקלט אין מיר שרעקליך, איך וויל נישט ארויסזאגן מיטן מויל וואס איך טראכט וואס עס גייט זיין חס ושלום".


איך דערמאן זיך די מעשה ווי דער רבי איז געווען בייז ווען מ'האט אים געזאגט אז די גזירות וואס מען האט דעמאלט געשמועסט איז גארנישט, ער איז נישט געווען צופרידן פון די וואס זאגן אז דער אייבערשטער וועט עס זיכער נישט טון צו אונז. וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעצט הער איך אז עס איז פיל ערגער פון וואס איך האב געמיינט, אביסל האב איך זיך בארואיגט ווען איך האב געזען די בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אז מען דארף נישט מורא האבן צו פארן צום רבי'ן, האב איך געטראכט מסתם וועט די מלחמה נישט גיין ווייטער, אבער למעשה גייט עס יא פיל ווייטער.


אפשר זאל דער ראש ישיבה שרייבן א תפילה אויף דעם? ביי קאראנא האב איך אויך געפאניקט, אבער איך פיל ווי די אלע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס ערגסטע. איך קען נישט תשובה טון פאר די גאנצע וועלט. ראש ישיבה, ראטעווע מיך, איך שטארב.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם אריין אין דיר אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער; גיי מיט די מחשבה - וועסטו פטור ווערן פון די אלע שרעק. ווען א איד טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער קלעבט זיך צו צום אייבערשטן - ווערט ער געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


וויסן זאלסטו, אלע פחדים און אלע שרעק קומען פון דמיונות וואס דער מענטש אליינס טראכט, דער מענטש אליינס רודפ'ט זיך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת פרק יד, הלכה ג) אויפ'ן פסוק (דברים ז, טו): "וְהֵסִיר ה' מִמְּךָ כָּל חֹלִי - זֶה רַעֲיוֹן", דאס מיינט מען די געדאנקען, אזוי ווי רבי אליעזר זאגט אויפ'ן פסוק (דברים כח, מח): "וְנָתַן עֹל בַּרְזֶל עַל צַוָּארֶךָ - זֶה הָרַעֲיוֹן", וואס איז די שווערסטע זאך פאר'ן מענטש, די שווערסטע יאך? די דמיונות, די געדאנקען וואס דער מענטש טראכט זיך אליינס אויס; בפרט ווען מען זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן איז מען שטענדיג אנגעצויגן, דער מענטש טראכט שרעקעדיגע זאכן וכו' 'מען וועט מיך הרג'ענען', 'איך גיי שטארבן', 'מען גייט מיך שיסן'; באמת איז דער מענטש אליינס זיין גרעסטע פיינט, קיינער רודפ'ט נישט, עס איז נאר די אייגענע מחשבות; ווייל ווער עס טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער פרובירט צו טראכטן פון אמונה - ווערט פטור פון די אלע שלעכטע מחשבות.


חזר אמונה - וועסטו נישט מורא האבן פון גארנישט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן כה): "כְּשֶׁשּׁוֹכְחִים אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם נִשְׁעָנִים עָלָיו, עַל יְדֵי זֶה מִתְפַּחֲדִים מֵאֻמּוֹת", ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן ווערט מען דערשראקן פון פעלקער.


וואויל איז דעם מענטש וואס טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער; ווערט ער נישט דערשראקן פון גארנישט.

#8 - מעג מען קויפן עפעס פון א פירמע וואס איז אפשר געווען פון די נאציס ימ"ש?
מלחמה, דייטשלאנד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן לעבן. די שיעורים זענען הערליך שיין, און איך האב זייער הנאה.


איך האב אמאל געהערט פונעם ראש ישיבה אז מ'זאל נישט קויפן קיין זאכן וואס קומט פון די נאציס. האב איך געוואלט וויסן אויב ס'איז א פראבלעם צו קויפן פערפיום פון Coco Chanel, איז זי געווען א נאצי?


יישר כח פאר אלעס, און הצלחה אויף ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען זאל נישט קויפן זאכן וואס קומען פון די פארשאלטענע עמלקים - די דייטשן ימח שמם.


מוהרא"ש דערציילט פון דעם גרויסן צדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זכותו יגן עלינו – דער ירושלים'ער רב, וואס ער האט געזאגט אז ער האט מקובל פון זיינע רבי'ס אויף די דייטשן, אז זיי זענען מזרע עמלק. און ווען דער דייטשער קיסר ווילהעלם איז געקומען קיין ארץ ישראל האט דער צדיק נישט געוואלט גיין אים מקבל פנים זיין, ער האט נישט געוואלט זען דעם פנים פון אן עמלקי.


מוהרא"ש פלעגט זאגן: "הלוואי וואלטן אלע תלמוד תורה'ס און מיידל סקולס גענומען די קינדער איין מאל א יאר צו א האלאקאסט מוזעאום, די קינדער זאלן זען וואס די רוצחים - די עמלקים - האבן געטון מיט אונזערע זיידעס און באבעס"; די רוצחים, די דייטשן זענען ערגער פון די ווילדסטע חיות! א חיה וועט נישט טשעפען א מענטש נאר ווען עס איז הונגעריג, ווידער זיי, די עמלקים - האבן גענומען אומשולדיגע מענטשן, מענער, פרויען און קינדער, זיי געפייניגט מיט די ערגסטע פייניגונגען וואס קיין שום בר דעת קען נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען דאס טון; דאס דארף מען חזר'ן מיט קינדער, זיי זאלן וויסן וואס די פארשאלטענע גוים זענען גרייט צו טון.


דו קענסט נוצן די פערפיום קוקו שנאל.

#7 - גיין הפצה אין מלחמה צייטן?
הפצה, ארץ ישראל, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע חיזוק און קונטרסים, מיר זענען זיך ממש מחי', יישר כח פאר אלעס.


איך וואוין אין יבנאל, און איך גיי ארויס עטליכע מאל א וואך צו גיין הפצה. איך וויל פרעגן אויב עס איז א פראבלעם צו גיין הפצה אין די יעצטיגע אנגעצויגענע צייט, ווען עס איז דא פילע ווארענונגען און עס פליען מיסילס, און עס קען זיין א סכנה; זאל איך ווייטער גיין הפצה ווי געווענליך, אדער ענדערש בלייבן יעצט אינדערהיים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קענסט גיין הפצה, אזוי ווי א הצלה מאן מעג לויפן אין די טעג ראטעווען מענטשן, אזוי אויך קען מען גיין הפצה, צוריק ברענגען נשמות ישראל צום אייבערשטן; "שׁוֹמֵר מִצְוָה לֹא יֵדַע דָּבָר רָע" (קהלת ח, ה).


יעצט ביי די מלחמה איז גרינגער צו פועל'ן ביי מענטשן תשובה צו טון. די טייערע אידן וואס מען האט זיי אויסגע'שמד'ט השם ישמרינו ווערן יעצט נתעורר לתשובה, איז עס א גוטע צייט צו גיין הפצה, ווען מען זעט אז דער אייבערשטער אליין היט אידישע קינדער און די כוחות פון די מיליטער קען נישט היטן, יעצט איז א גוטע צייט פאר הפצה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - פארוואס הערט מיין קינד אין חדר וועגן מלחמות?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, חדר, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ענגליש טיטשער פון מיין זון אין כתה ו' איז נישט אזוי חסידיש, ער לערנט פאר זאכן פאר די קינדער וואס שטערט מיר זייער שטארק. צום ביישפיל לערנט זיך יעצט דער טיטשער צו ווערן א שומרים מעמבער, און ער לערנט אויס די קינדער וואך נאך וואך וואס מען דארף טון ווען מען דארף זיך שלאגן, ער לערנט זיי אויס נישט אזעלכע איידעלע תנועות, און עס רייסט מיר די הארץ.


אויך דערציילט ער זיי מעשיות פון מלחמות פון ענגלאנד מיט אמעריקע און טשיינע, און אזוי ווייטער, ממש ווי אזוי די סאלדאטן זיצן צו אויסטרעפן די קאודס פון אנדערע לענדער. מיין זון קומט אהיים אסאך מאל און ער זאגט אז ער האט מורא פון די מעשיות. עס ציפט מיר זייער שטארק די גאנצע צייט וואס ער איז ביי דעם ענגליש טיטשער.


איך האב שוין עטליכע מאל גערעדט צו די הנהלה, מען זאגט מיר צו א גאנצן צייט אז עס גייט שוין זיין בעסער, און גארנישט. איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין זון איז זייער אן איידל קינד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אויסגראדן מיין מח איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיינע קינדער קומען אהיים און דערציילן פון פאליציי און מלחמות וכו' - זאלסטו זיי אויסהערן, ווער נישט דערשראקן פון דעם. בדרך כלל זענען קינדער זייער אינטערעסירט אין די זאכן פון מלחמות, פון פאליציי וכו'; מיט חכמה קענסטו כאפן זייערע הערצער דורך זיי דערציילן מעשיות פון נ"ך פון די מלחמות ביי די אידישע קעניגן, די מעשיות פון דוד המלך מיט די פלשתים, מיט גלית; דאס איז דאך איין שטיק יראת שמים, איין שטיק מוסר. דער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר.


דערצייל דיינע קינדער מעשיות פון צדיקים, ווייל ווען עס איז טונקל איז דא איין וועג ווי אזוי אוועק צו נעמען די טונקלקייט, דורך אנצינדן ליכטעלעך; ווי מער ליכט מען צינדט אן - אלץ מער ליכטיג ווערט, ביז מען ווייסט נישט וואו די טונקלקייט איז. אזוי איז מיט קדושה און טומאה, ווי מער מען רעדט צו די קינדער פון אמונה און ווי מער מען דערציילט זיי מעשיות פון צדיקים - טרייבט מען אוועק די ליצנות און די נארישקייטן.


זיי פרייליך, טאנץ מיט דיינע קינדער, מאך זיי פרייליך, מאך זיך נאריש, ביז דו וועסט טאקע ווערן פרייליך, וועלן זיי וואקסן הייליג.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי בענקט מען אמת'דיג צו די גאולה שלימה?
סיפורי צדיקים, מחלוקת, תפילה והתבודדות, אמונה, שלום, טערעפי, משיח, מלחמה, נקודות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א שאלה וואס איך וויל פארשטיין. איידער איך בין געקומען קיין ברלסב האב איך געהאט זייער א שטארקע בענקעניש צו משיח, איך פלעג קענען וויינען זייער גרינג, און האפן און בענקען, עס וואונדערט מיר אז דא אין ברסלב הער איך קיינמאל נישט דערפון.


עס איז מיר געווען א וואונדער און א קשיא אז אפילו תשעה באב, ווען איך האב געטראכט אז דאן וועל איך עס הערן, האב איך נאר געהערט אז מען וויינט אויף די אייגענע בית המקדש, אויף די שכל וואס איז חרוב און ווייט פון אייבערשטן, עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט.


דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז די מגילת איכה טייטשט מען אויס אויף זיך, ווי אזוי איך בין אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, אז דאס איז די גלות; וואס איז אבער מיט פשוט בענקעניש צו די גאולה, אזוי ווי מיר האבן געוואוסט אלע יארן? פשוט אני מאמין, אם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא?


אוודאי איז גאולה און משיח צו וויסן און צו רעדן צום אייבערשטן, און דאס וועלן אלע דעמאלט טון, אבער אלע ערליכע אידן האבן דאך אלע יארן געבענקט?


איך ווייס אז דוקא ברלסב'ע חסדים זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, אבער איך הער קיינמאל נישט אין די דרשות און שיעורים די סארט שפראך און בענקעניש וואס איך בין צוגעוואוינט. צומאל דאכט זיך מיר אז אין ברסלב איז מען שוין בעצם אויסגעלייזט, וואס האט א שטיקל אמת, אבער דאך ווארטן מיר דאך אויף והשב כהנים לעבודתם ולויים לשירם ולזמרם.


אפשר קען מיר עס דער ראש ישיבה שליט"א מסביר זיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי נאך אין די וועלט וואו אין ברסלב רעדט מען אזויפיל פון די לימודים וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט? אלע דיבורים וואס מען רעדט ביים רבי'ן איז פון די לימודים וואס משיח וועט אויסלערנען פאר אלע אידן.


ערשטנס, די לימוד פון תפילה והתבודדות, וואס עס איז נישט געווען איין שמועס ביים רבי'ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן פון תפילה והתבודדות, יעדע איינציגסטע שמועס ביים רבי'ן איז צו שטארקן מען זאל רעדן צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן. וואס דאס איז די גאנצע זאך פון משיח, דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעזאגט די סוד פון משיח, וואס וועט זיין משיח'ס סוד? משיח וועט איינעמען די וועלט מיט תפילה. אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט אייננעמען - וועט זיין נאר דורך תפילה; משיח צדקינו וועט אריינברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט, אז יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, און דאס לערנט אונז דער רבי מיט זיינע תלמידים, מען זאל זיך ווענדן צום אייבערשטן און אים דערציילן אלע צרות און יסורים.


מענטשן גייען ארום מיט אזויפיל צרות און יסורים, ארעמקייט און עגמת נפש, זיי האבן נישט צו וועם צו רעדן, וועם צו דערציילן זייער פיין, זיי זוכן איינעם וואס זאל זיי פארשטיין. עס זענען דא מענטשן וואס באצאלן שווערע געלטער פאר א פסיכיאטער, א ספעציאליסט זאל זיי אויסהערן, ער הערט זיי אויס א האלבע שעה, א שעה... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש אגדה), א מענטש זוכט א וועג ווי ער קען אנקומען צום קעניג אויסגיסן זיין הארץ, דער קעניג איז דאך פארנומען ביז איבערן קאפ, ענדליך געבט מען אים א צייט ווען ער קען אנקומען צום קעניג, אין א יאר ארום.


דער מענטש ווערט פרייליך, ער גייט שוין ענדליך קענען אנקומען צום קעניג רעדן. ער גרייט זיך, ער קויפט זיך נייע קליידער, ער קויפט זיך נייע שיך, א נייע הוט, ער גרייט זיך צו קענען אנקומען צום קעניג, און ווען עס קומט אן די צייט לאזט מען אים וויסן פון פאלאץ דער קעניג שפירט זיך נישט גוט, מען קען נישט אריינגיין צום קעניג...


ער וויינט, וואס הייסט? איך גרייט זיך שוין אזוי לאנג אויף דעם? ביז מען געבט אים צו פארשטיין אז דער קעניג איז קראנק, מען קען נישט קומען, זאגן די הייליגע חכמים, און לאמיר שוין זאגן ער קען יא אריינגיין צום קעניג, ווער זאגט אים אז דער קעניג וועט אים אויסהערן, אפשר וועט ער אים פארטרייבן מיט בזיונות, און לאמיר שוין זאגן אז דער קעניג וועט אים יא אויסהערן, ווער זאגט דיר ער וועט טון דיין ווילן, וואס פאסירט? גייט ער ארויס פון קעניג'ס פאלאץ אנגעפאטשט און פארזויערט, אבער ביים אייבערשטן איז נישט אזוי, ביים אייבערשטן שטייט (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל", ווי נאך איז דא א פאלק אזוי ווי אידישע קינדער, "אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", וואס האבן דעם אייבערשטן וואס הערט אויס אלעס וואס מען בעט, און דא ביים רבינ'ס חדר זענען אלע דיבורים נאכאמאל און נאכאמאל מחזק זיין דעם מענטש מיט משיח'ס געווער, מיט די נאז פון משיח, דער רבי זאגט דאס איז די אטעם פון משיח, תפילה והתבודדות.


וואו געפינט זיך משיח'ס גארטל? דער נביא זאגט אונז (ישעי' א, ה): "וְהָיָה צֶדֶק אֵזוֹר מָתְנָיו וֶאֱמוּנָה אֵזוֹר חֲלָצָיו", משיח וועט האבן א גארטל פון אמונה און גערעכטיקייט, עס וועט זיין אזא גלוי אלוקות מען וועט אזוי שפירן דעם אייבערשטן, אז קיינער וועט זיך מער נישט קריגן. מוהרא"ש זאגט, אלע רעדן פון משיח אבער מען דארף אים לאזן קומען, מוהרא"ש זאגט, מיר וואלטן שוין געקענט זוכה זיין פון לאנג משיח זאל קומען אבער דאס וואס פאסירט לעצטנס, ווי מען בייסט זיך איינער דעם צווייטן, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט איינער דעם אנדערן - דאס איז מונע משיח פון קענען קומען.


מוהרא"ש זאגט, נישט לאנג צוריק, ביים צווייטן וועלט מלחמה, ווען די עמלקים האבן געוואלט פארטיליגן אלע אידן האבן זיי נישט געמאכט קיין אונטרעשייד פון אזא חסיד צי אזא חסיד, פון אזא קהלה צי אזא קהלה און פון די שבט און די שבט, זיי האבן גענומען אלע אידן און גע'הרג'עט מיט מיתות משונות, מיתות אכזריות, און דעמאלט - זאגט מוהרא"ש - האט קיינער נישט געקענט חלומ'ן אז ווען דער אייבערשטער וועט אונז ראטעווען וועט נאכאמאל פאסירן אז עס וועט ווערן צעטיילט און צעשפליטערט מיט פיינטשאפט איינער צום צווייטן, און געלויבט דעם אייבערשטן אלע דיבורים אין היכל הקודש איז נאר פון דעם, מען זאל ליב האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל זיך העלפן איינער דעם צווייטן, מען זאל זוכן דאס גוטס ביי יעדן איינעם, איז ווי איז שייך צו זאגן אז מען רעדט נישט פון משיח?!


ווען משיח וועט קומען וועלן אפילו די פעלקער זיך מער נישט קריגן, עס וועט מקוים ווערן וואס שטייט (ישעי' ב, ד): "וְשָׁפַט בֵּין הַגּוֹיִם", דער מלך המשיח וועט משפט'ן די פעלקער, "וְהוֹכִיחַ לְעַמִּים רַבִּים", און ער וועט אויפווייזן דעם אמת פאר אלע פעלקער, עס וועט זיין אזא גלוי אלוקות, מען וועט זיך אויפהערן קריגן איין לאנד מיטן צווייטן; היינט זעט מען ווי לענדער שחט'ן זיך אויס איינער דעם צווייטן צוליב אפאר סענטימעטער וואס דער האט צוגענומען פון דעם, און דער טענה'ט אז דאס איז זייער'ס, דעמאלט וועט מען נישט דארפן מער קיין געווער, "וְכִתְּתוּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים", אלע וועלן צעשטויסן זייערע שווערדן צו מאכן פון דעם אקער אייזנס, "וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת", און פון זייערע שפיזן וועלן זיי מאכן מעסערס, "לֹא יִשָּׂא גוֹי אֶל גּוֹי חֶרֶב", איין פאלק וועט מער נישט אויפהייבן א שווערד אויף א צווייטע פאלק, "וְלֹא יִלְמְדוּ עוֹד מִלְחָמָה", מען וועט מער נישט לערנען ווי אזוי מען האלט מלחמה, עס וועט זיין אזא שכל אויף די וועלט אז אלעס איז אייבערשטער, איז וואס דארף מען זיך קריגן...


ביי וועלכע רבי געפינט זיך יעצט די בעקיטשע פון משיח? מוהרא"ש ברענגט (אשר בנחל חלק ד', מכתב תקמז), משיח וועט זיין אנגעטון מיט א קלייד וואס וועט האבן אין זיך אלע גוטע זאכן פון אידישע קינדער, יעדער איד וועט קענען טרעפן דארט זיין נקודה טובה, און אזוי וועט מען ווערן אויסגעלייזט (פסיקתא דרב כהנא, כב), און מוהרנ"ת האט געזאגט (לקוטי הלכות השכמת הבוקר א, ח), אז מיט די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), מיט די לימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז אנטפלעקט מיר זאלן קוקן גוט אויף יעדן איד, מיר זאלן זוכן א גוטע זאך אין יעדן איינעם, און בעיקר אין זיך אליין, מען זאל נישט ארום גיין צעבראכן - מיט דעם וועט משיח אייננעמען די וועלט; איז ווי איז שייך צו זאגן אז אין ברסלב רעדט מען נישט פון משיח? נישטא קיין שמועס ווי מען זאל נישט רעדן פון משיח'ס לימודים.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - די פחד איז דא זייער גרויס, זאלן מיר זיך אוועקציען?
תהלים, קינדער, שמחה, פחדים, ארץ ישראל, מלחמה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' אז דער מצב מלחמה דא אין ארץ ישראל איז יעצט בחסד וברחמים, איך בעט אבער דעם אייבערשטן אז עס זאל אויך נישט זיין קיין שרעק. איך בין א מאמע פון קליינע קינדער קע"ה, און ווען עס פלאצט באמבעס, עס ברעכן אויס גרויסע פייערס, עס פליען מיליטערישע עראפלאנען, ספעציעל אום ערב שבת ויום טוב און אום יום טוב, און אין נאך פארשידענע צייטן, פיל איך זיך ווי אן אנדערע סארט מענטש; מיין געדולד און שמחה איז היבש שוואכער, איך עס ווייניגער, איך האב נישט קיין אפעטיט, איך וויל זאכן ווייניגער, און איך האב א לחץ פון וואס עס קען ווייטער פאסירן.


די ניסים איז אין לשער, אבער פסח זענען געפאלן אסאך באמבעס; די טעג ארום ל"ג בעומר, און שבועות צופרי, האט געפיפן עטליכע סיירינען, און אסאך שרעקעדיגע באמבעס. מיין קליינער אינגל קוקט מיר אן און וויינט, מיין קליינע טאכטער איז נישט רואיג. אסרו חג האט געפיפן זיבן מאל אין איין שעה, מיט שטארקע באמבעס; און מיינע  קינדער זענען דעמאלט געווען אונטערוועגנס אין שטאט.


איך שפיר אז איך בין נישט די זעלבע ווי אמאל, בפרט נאך לעכט צינדן און שבת נאכמיטאג, וואס דעמאלט ווער איך זייער נערוועז.


וואס קען איך טון? איך שטארק זיך מיט תפילה, מיט נעגל וואסער, מיט אני מאמין, און מיט תהילים, אבער איך טראכט שוין אז אפשר איז כדאי זיך אוועקצוציען צו אן אנדערע שטאט, מען רעדט אז די מלחמה וועט זיך ציען פאר דריי יאר רחמנא ליצלן.


איך וועל זיך פרייען צו באקומען חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישטא וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה. טוט די עצה וואס די פייגל האט געטון; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג): עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן, וואו זי איז נאר געגאנגען - איז מען איר נאכגעלאפן, זי האט זיך באהאלטן אין אלע סארט פלעצער, אבער איבעראל זענען געקומען די פאנגערס איר טשעפען, איז די פייגל אויפגעקומען מיט א געדאנק: 'איך וועל זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, ווייל דארט וועט קיינער זיך נישט טרויען צו קומען שיסן אויף מיר'.


נעמט דעם תהלים און זינגט די לידער פון דוד המלך, ווי ער זינגט צו זיך (תהילים סא, ה): "אֶחֱסֶה בְסֵתֶר כְּנָפֶיךָ סֶּלָה" איך טו זיך באהאלטן אונטער דיינע פליגלען; דוד המלך האבן אלע געוואלט הרג'ענען, מען האט געשאסן אויף אים אלע סארט באמבעס, דוד המלך האט זיך באהאלטן ביים אייבערשטן (שם יח, ג): "ה' סַלְעִי" דער אייבערשטער איז מיין פעלז, "וּמְצוּדָתִי" און מיין פעסטונג, "וּמְפַלְטִי" און מיין רעטער, "אֵלִי" דער אייבערשטער, "צוּרִי" איז מיין פעלז, "אֶחֱסֶה בּוֹ" איך טו זיך ביי אים באשיצן, "מָגִנִּי" מיין פּאַנצער, "וְקֶרֶן יִשְׁעִי, מִשְׂגַּבִּי" און מיין שטארקער באשיצער.


עס איז זייער וויכטיג עס זאל שפילן הויך פרייליכע ניגונים אין שטוב, בעיקר ניגוני אמונה, דאס וועט האלטן די קינדער רואיג. אזוי ווי די קולות פון די ערעפלאנען און באמבעס - דערשרעקן, אזוי איז פארקערט, פרייליכע לידער פון אמונה – בארואיגן; עס געבט כח און נעמט אוועק אלע שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - וואס קען מען טון פאר שרעקעדיגע חלומות?
פחדים, חלומות, מזוזה, ארץ ישראל, נייעס, מלחמה, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער נישט אויף חלומ'ען שרעקעדיגע חלומות, ווי אראבערס הרג'ענען מיך, און זיי לויפן מיר נאך און פארכאפן מיר. יעדע שלאף א פרישע חלום. וואס קען מען טון פאר שרעקעדיגע חלומות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעכטע חלומות קומען בדרך כלל אדער ווייל די מזוזות אין שטוב זענען נישט גוט, אדער ווען מען ליינט נישט קריאת שמע; דעריבער זאלסטו באקוקן די מזוזות פון שטוב און זען עס זאל זיין כשר, און אויך מקפיד זיין צו ליינען קריאת שמע דווקא אין א קריאת שמע ליינער בכוונה און מיט די פירוש המילות, אזוי וועסטו מער קיינמאל נישט חלומ'ען שלעכטע חלומות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נו.) וואס מען טראכט בייטאג - דאס חלומ'ט מען ביינאכט; יעצט ווען מען הערט די נייעס ווי די רוצחים, די פארציקנדע וועלף, די אראבער ימח שמם וזכרם - הרג'ענען אידן מיט די ערגסטע מיתות, און מען טראכט א גאנצן טאג פון דעם - דאס מאכט מען זאל זיך חלומ'ען ביינאכט פון דעם; דעריבער זאלסטו זיך נישט צוהערן צו קיין נייעס, און דו זאלסט חזר'ן אמונה אז דער אייבערשטער היט אונז, הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - נעמען א קינד קיין אומאן פאר די זיבן יאר, אין דעם מצב מלחמה?
אומאן, קינדער, סכנה, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע לעבן וואס דער ראש ישיבה געבט אונז, יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי מיין זון ווערט דעם קומענדיגן חודש אלול זיבן יאר, וויל איך פרעגן אויב איך מעג יעצט פארן צום רבינ'ס ציון אים נעמען קיין אומאן פאר די זיבן יאר, אדער עס איז צו איינגעשטעלט צוליב די מלחמה דארט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזוי ווי די מצב המלחמה איז יעצט - איז נישט קיין סכנה צו פארן קיין אומאן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף און מיט אסאך תפילות - וועלן מיר פארן די יאר הבא עלינו לטובה, אויך נעמען מיר די קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פארן געזונט, צוריק קומען געזונט און פועל'ן ישועות.


עס איז א גרויסע זאך צו ברענגען קיין אומאן צום רבי'ן א קינד פאר די זיבן וכו'; דער רבי האט מבטיח געווען אז א קינד וואס וועט קומען צו אים פאר די זיבן יאר - וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינע העמד (חיי מוהר"ן, סימן תקיז).


עלטערן וואס הערן די ווערטער פון א צדיק - וועלן אלעס טון אז זייערע קינדער, די זין - זאלן קומען צום רבי'ן איידער די זיבן יאר, פאר אזא הבטחה פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1 - נעמען א יונג קינד קיין אומאן, כאטש ער קען נישט זאגן תיקון הכללי?
אומאן, חינוך הילדים, תיקון הכללי, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל א גרויסן יישר כח פאר אלע גוטע חיזוק וואס איך באקום פון דעם ראש ישיבה שליט"א, ס'איז ממש א מחי'.


אזוי ווי עס הערשט יעצט די מלחמה אין אוקריינע, וויל איך וויסן אויב איך האב א געלעגנהייט צו נעמען מיין אינגל קיין אומאן, אויב ס'איז כדאי אים יעצט צו נעמען אהין פאר די זיבן יאר, אפילו ער איז נאך היבש יונגער און ער קען נאכנישט זאגן תיקון הכללי, איך ווייס דאך נישט וואס וועט זיין שפעטער, אויב עס וועט זיין שייך צו פארן, אדער זאל איך ענדערש ווארטן ביז ווען ער וועט שוין ווערן אביסל עלטער און יא קענען זאגן תיקון הכללי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעמען א קינד קיין אומאן צום רבינ'ס ציון פאר די זיבן יאר - האט נישט צוטון אויב דער קינד וועט זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, דאס ברענגען די קינדער איידער די זיבן יאר - דאס אליינס איז זייער א גרויסע זאך. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו פאר יעדן קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר - וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; דאס האט נישט מיט זאגן די תיקון הכללי.


וואויל איז דעם וואס ברענגט די קינדער איידער די זיבן יאר, וועט ער זוכה זיין צו די הבטחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.